בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
איך האב אלעמאל פארשטאנען אז "מח" רעדט אויך פון זיך. לויט ווי מח האט מיר געזאגט איז ער אן INFP. די פונקציעס פון אן INFP זענען ווי פאלגנד.
1) אינטראווערד פילינג
2) עקסטראווערד אינטואישן
3) אינטראווערד סענסינג
4) עקסטראווערד טינקינג
איך גיי נישט זאגן אז מח איז נישט קיין זעקסער, אבער איך גיי אויך נישט זאגן אז ער איז נישט קיין פירער. א בעסערע שילדערונג אויף אים איז: INFP. די שטראם וואס רעדט דא אלעמאל פון וועלן טרעפן 'אייגנקייט', דאס קען פונקט אזוי זיין די פירערישע אדער בעסער געזאגט די INFP'אישע
וועלן טרעפן זיך אליין.
און אזוי שרייבט ער:
די איידיע פון זעקס איז אז ׳ער וויל פילן זיין עצם׳, ׳זיין אייגנקייט׳, אדער ווי מען קען עס רופן סעקיוריטי (די גאנצע זוכן סעקיוריטי איז ווייל ער פילט נישט קיין אייגענע שטארקייט, ער פילט נישט אז ער איז זיכער מיט וואס ער ׳איז׳ אדער ׳טוט׳), דאס איז וואס מען רופט מקבל, ער קען נישט אליין, ער פילט אז ער מוז צוקומען צו אינדרויסענדיגע זאכן זאלן אים מאכן פילן אן טרעק און זיכער מיט זיך אליין,
דאס קען פונקט אזוי זיין מיט א פירער. INFP! וויבאלד "מח" וויל טרעפן זיין עצם, זיין אייגנקייט, און מ'קען פונקט אזוי זאגן אז דאס האט מיט די פירער. די רצון צו פילן אייגענע שטארקייט, קען פונקט אזוי זיין די אלעמען באקאנטע רצון פונעם פירער, צו פילן זיך אליין, צו טרעפן אן אידענטיטעט. איך גיי נישט זאגן אז "מח" איז נישט קיין אזוי גערופענער זעקסער, אבער פון "מח" קען מען זיך איבערצייגן אז ס'קען האבן צו טון מיט די פונקציעס, מער ווי עס האט צו טון כאילו א רוחניות'דיגער כח וואס הייסט 'פיר', אדער 'זעקס'. אז כאילו דאס איז משפיע אויפן מענטש.
"מח" האלט אין איין שרייבן: אז דער זעקסער פילט אז ער קען נישט אליין! און איך האב פארשטאנען אז נישט ממש דאס איז דער זעקסער. און לויט ווי איך פארשטיי יעצט, דער INFP, ער קען שפירן אז ער קען נישט אליין. דו ווילסט זאגן אז נאר דערפאר איז ער א זעקסער??? קען זיין! איז ער
נישט קיין פירער? מ'קען דאס אויך נישט זאגן. "מח" האט אין זיך היבש פירערישע שטריכן. וויל למשל שרייבן פאעזיע. אסטעטיקס. דאס זיין פריוואט. צוריקגעצויגן. זיך זוכן און טרעפן. זיין אויסטערליש געפיליש. [די ערשטע ביי אים איז Fi] פון די ערשטע רגע האט זיך אנגעזעהן אז "מח" איז נישט די זעקסער פון וואס דער "פסוק" רעדט. און ער אליין האט אויך געמיינט אז ער איז א פירער, און נישט אומזיסט. אויף א אניאגראם טעסט [די באצאלטע] קומט ער אויס, צווישן זעקס און פיר. דאס מיינט, די ערשטע פיר, און די צווייטע זעקס.
מיט דעם וויל איך ב"ה אייך אביסל ווייזן טייערע ליינער אז די אניאגראם איז נישט אלעס. און די אניאגראם פארפעלט! דאס וואס "מח" מיינט אז ער איז א זעקסער, דאס איז נישט בכדי, דאס איז נישט אומזיסט. INFP קענען שפירן שאקלדיג! די סיבה איז אזוי פשוט. קודם א פירער בכלל שפירט שאקלדיג. ווייל געפילן איז אזאך וואס טוישט זיך! זיין עצמיות, "מח'ס" עצמיות שאקלט זיך. ווייל געפילן טוישן זיך. דער בעל הגעפיל קען פון די געפילן נישט ארויסנעמען א שטאנדהאפטיגער שדרה, א שטאנדהאפטיגער עצם. א שטאנדהאפטיגער "איך".
"מח" שרייבט אזוי:
ער וויל פילן זיין עצם, זיין אייגנקייט. אויב איינער האט באמערקט האט "מח" קיינמאל נישט געשריבן "און ער וויל שפירן סעקיוריטי", נאר ער האט אנגעהויבן מיט: "ער וויל פילן זיין עצם, זיין אייגנקייט". פון דעם אז ער שרייבט "ער וויל פילן זיין עצם", דאס קען פונקט אזוי מיינען דאס וואס דער פירער וויל. אדער בעסער געזאגט דאס וואס דער INFP וויל. איך קום נישט זאגן אז "מח" האט נישט אין זיך זעקסערישע שטריכן.
ער שרייבט "
ער פילט אז ער מוז צוקומען צו אינדרויסנדיגע זאכן זאלן אים מאכן פילן אין טרעק און זיכער מיט זיך אליין". יא, ס'קען שפיגלן זעקס. אבער דאס קומט זייענדיג א INFP. מ'מוז פארשטיין אז זעענדיג די וועלט מיט זיינע Ne גלעזער, זעהט ער נישט פאר זיך א קלארער וועלט. ער זעהט אן אבסטראקט וועלט וואס איז נאך אין די מעגליכקייטן.
פארן באשאף. נישט ער זעהט 'זיך' קלאר, און נישט ער זעהט 'די וועלט' קלאר. (קלאר, מיין איך צוזאגן: דאס וואס א Se זעהט.) אזא זאך קען מאכן אז מ'זאל זוכן גיידענס פון ארומיגע. דאס נעמט אבער נישט אוועק פון דעם אז ער האט אין זיך שטריכן פון פיר אויף א שטארקן פארנעם.
דאס וואס ער שרייבט "
זיך צו פילן אין טרעק, און זיכער מיט זיך אליין". דאס קען אויך קומען פון Si. א INFP איז נישט אזוי נישט מסודר ווי א שטייגער א ENFP אדער א ENTP, ווייל ער האט Si אין די דריטע פון זיינע פונקציעס.
דאס הייסט אז "מח" האט מער ליב סדר ווי א Enfp. מ'זעהט עס אויך אויף די מסודר'דיגקייט פון זיינע שרייב ווערק, וואס איז דרך אגב "פירעריש" פאר וועם ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן די שרייב ווערק פון א פירער, אדער ריכטיגער געזאגט די שרייב ווערק פון א INFP. "מח" האט ארויס די טיפע נפשיות'דיגע וועלט, איז די סיבה פיר? אדער INFP? איך מיין אז INFP זאגט בעסער.
איך פרעג אייך, אויב מיר ווייסן אז "מח" איז א זעקסער, גייען מיר ליינען זיינע זאכן אנדערש ווי אויב מיר ווייסן אז ער איז א פירער? פארוואס? ווייל מיר האבן אין אונז א בילד וויאזוי א זעקסער דארף אנצונעמען די וועלט, און פארשטיין די וועלט. וואו קומט צו א זעקסער די פונקציע פון Fi? נישט אז ער זוכט נישט קיין גיידענס, אבער וויפיל זאכן ווערן אוועקגעמאכט ווען מ'זאגט "ביסט א זעקסער"! אנדערש ווי ווען מ'ווייסט ביסט א INFP.
א INFP וויל זיין אין טרעקס, מער ווי א ENFP.
יעצט, אלע פונקציע׳ס וואס ברענגען ארויס די נקודה פונעם זעקסער, ד״ה, דארט ווי מען זעהט זיין פארלוירנקייט, זיין נישט קענען אפמאכן, זיין דארפן צוקומען צו אנדערע׳ס הסכמה, זיין אלעמאל שפירן אז אפשר איז ער נישט גוט, בקיצור אלע זיינע פונקציעס וואס ברענגען ארויס די נקודה פון איך קען נישט אליין, דאס רופן געוויסע אהן מקבל.
פארלוירנקייט קומט פון INFP דירעקט. אויב איך בין א P, און איך בין א Fi אלץ די הויפט פונקציע, און איך נעם אריין טיפע טעארעטישע אינפארמאציע, פארוואס זאל איך נישט זיין פארלוירן?... נישט קענען אפמאכן קומט דירעקט פון NFP. יעדער וואס איז א NFP קען נישט אפמאכן! אויב איז דער INFP א פירער, זאגט מען אזוי: ער קען נישט אפמאכן ווייל ער זוכט זיך! ער האט זיך נאכנישט דורכגעשניטן זיינע געפילן! אויב איז ער א זעקסער זאגט מען: אה, ער קען נישט אפמאכן ווייל ער האט נישט קיין Ti אין זיינע פונקציעס! ווייל ער זוכט סעקיוריטי. זיי אליין שרייבן אז דאס איז די סיבה פון א זעקסער אז ער האט נישט קיין אינערליכע גיידענס. דהיינו Ti.
צוקומען צו אנדערעמ'ס הסכמה, קען קומען פון וויסן און מיט רעכט אז מ'דארף הילף פון שטארקערע וואס קענען יא באשליסן. וואס האבן נישט דעם וואקלדיגקייט, וואס וואקלדיגקייט קומט ענדערש פון די פונקציעס. אלעמאל שפירן אז ער איז נישט גוט. דאס קומט פון זיין א פירער! בעסער געזאגט: דאס קומט פון זיין א Fi אין די הויפט. ווער ווייסט דען נישט אז א פירער שפירט אלעמאל נעגעטיוו וועגן זיך אליין? דאס קען קומען פון Fi.
נאכדעם איז דא חלקי המשפיע, ד״ה אז ס׳איז דאך דא נאך א נקודה אין זעקס, וואס דאס איז זיין איבערגעגעבנקייט, זיין ווארמעקייט, זיין לויעלטי, הן כלפי אנדערע און די זעלבע איז כלפי זיך אליין, זיין נטיה צו זיין אוועקגעשטעלט מיט יסודות, ער איז משפיע סיי פאר זיך אליין און סיי פאר אנדערע, אדער ווען ער איז נישט אזוי געזונט איז עס זיין מאניפולירן אנדערע צו טוהן וואס ער האלט פאר ריכטיג וכדו׳.
איך גיי נישט זאגן אז "מח" איז נישט קיין זעקסער. זייער מעגליך אז ער איז ווארעם. אגב ווארעמקייט, איבערגעגעבנקייט, קען קומען פון Fi. אבער איך האלט אז דאס איז נאכנישט די זעקסער פון "פסוק". איך האלט נישט אז "מח" רעדט
נאר פון זיך. און מ'דארף געדענקען אז א Fi איז זייער סאביעקטיוו. אלעס גייט לויט זיינע פערזענליכע געפילן. אויב בין איך א Fi אלץ די צווייטע, איז ער א Fi
אין די ערשטע. (נישט אלעמאל באמערקט מען די Fi אלץ די ערשטע, ס'איז דאך אינטראווערד. זיי קענען ערשיינען אלץ נישט געפיליש)
איך גלייב נישט אז די ענין פון מאניפיולירן רעדט ער פון זיך. איך גלייב אז די ענין פון "מאניפיולירן וואס ער האלט פאר ריכטיג", דארט רעדט ער שוין פון אן אנדערן און נישט פון זיך. ווייל איך מיין אז א INFP מאניפיולירט נישט.
די נקודות המשפיע איז א תוצאה פון זיין נקודת המקבל, ווען ער איז קראנק איז די חלקי המשפיע א מיטל צו פארדעקן זיינע חלקי המקבל, ער וויל עס נישט פילן, ער וויל נישט האלטן אז ער איז א מקבל, און דורכדעם באקומט ער זיין שטארקייט, דורכ׳ן משפיע זיין, דורך זיינע חלקי המשפיע וואס ער פראקטיצירט, ד״ה אז ער ניצט זיינע חלקי המשפיע צו פארדעקן זיינע חלקי המקבל און דאדורך צו באקומען זיין שטארקייט פון דעם, און ווען ער איז געזונט האט ער אויך די נקודת הקבלה און די נקודת המשפיע, נאר סאך מער אויף א דקות׳דיגע אופן, ער איז נישט תלוי אין זיין השפעה אויף צו באקומען שטארקייט, ער עקסעפט זיינע שוואכקייטן ד״ה זיינע נקודות המקבל, און ער בויעט זיך אויף מיט דעם, זיינע שוואכקייטן בויען אים, זיינע ספיקות העלפן אים זיך אויסבויען מורא׳דיג קלאר, ווייל ער זוכט נישט אגאנצן צייט צו פייטן זיינע ספיקות מיט השפעה כאילו ער איז זיכער מיט זיך, נאר ער ניצט זיין השפעה יענעם באמת צו געבן די ריכטיגע זאך וואס ׳יענער׳ וויל און נישט אז זיין מח זאל זיך קאנציטרירן ׳וואס קען איך אים גיבן אז ׳איך׳ זאל פילן גוט׳.
איך וואונדער מיך פון וואס ער רעדט. אבער איך טראכט יעצט אז ער רעדט פון די צוויי עקן פון זיינע פונקציעס, נעמליך, Fi און Te. יעצט, א INFP קען זיין א מקבל, און ער דארף זיין א מקבל, ווייל יעדער דארף מקבל זיין דארט ווי מ'איז שוואך. זייער פשוט. זייער מעגליך אז "מח" וויל נישט מקבל זיין, ווייל ער וויל האבן זיין אייגענע אטאנאמי, א INFP וויל האבן זיין אייגענע אטאנעמי. יעצט, אויב איז ער א פירער, זאג: "ער וויל האבן זיין אייגענע אטאנאמי, ווייל [נו, געב א טעאריע...] ווייל ער וויל זיין זיך אליין! ער וויל זיך טרעפן! [אה, האסט עס געמאכט] און אויב איז ער א זעקסער, זאג: "ער וויל האבן זיין אייגענע אטאנאמי, ווייל ער וויל אליין שטיין אויף זיינע צוויי זיכערע פיס! [אה, שטומט.] פון דא קען מען זעהן, אז די אניאגראם קען זיך בייגן צו ריין טעאריע. און די צייט וואס עס קען קומען פון סתם די פונקציעס. די אופן וויאזוי מ'נעמט אינפארמאציע, און די אופן וויאזוי מ'באשלוסט אינפארמאציע. יא, אוודאי, אוודאי וועט דאס אויפבויען א געוויסע שוואכקייט. איינער איז מער א פירער, און איינער זוכט מער סעקיוריטי, בעסער געזאגט גיידענס. אבער די שורש? וואס איז די שורש?...
א INFP קען זיין א משפיע, און ער קען זיין א מקבל. יעדע מענטש קען זיין ביידע. ס'דא מצבים מיט וואס מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן אזוי גרינג, פשוט ווייל מ'האט נישט די ריכטיגע פונקציעס דערצו. און ס'דא מצבים ווי שרייבן אויף אייוועלט, מאכן פאעזיע, פירן א געשמאקע שמועס, זיין אויסגעקאכט אין נפש, דאס האט מען די פונקציעס, ווי Fi און Ne,
און מ'איז א משפיע.
יעדער האט שוואכקייטן, און שטארקייטן.
ווענט זיך וואס די מצב פאדערט יעצט פון מיר. אז איך בין א רב וואס איך זיץ אין לערן, ווען איך קום בויען א סוכה, איז זייער מעגליך אז איך זאל נישט וויסן וואזוי צו האלטן די דרילער! אפילו ווען ס'קומט צו אנדערע זאכן בין איך דער משפיע.
די שוואכקייט וואס "מח" פילט מיט זיך, ווערט נאך שוואכער, ווייל ער איז א Fi אלץ די ערשטע.
אין די פאלגנדע פאראגראף קען מען זעהן אז "מח" איז א Fi אין די ערשטע הויפט פונקציע, און מיט דעם איז ער מסביר זיין ווארימקייט
לאמיר נעמען זיין ווארעמקייט וואס @נשמה האט פריער געברענגט, פארוואס האט ער ווארעמקייט? מען קען עס נישט מסביר זיין גראד, אז וויבאלד ער איז אומזיכער אדער וויבאלד ער וויל פייטן זיין אומזיכערקייט וועגן דעם האט ער ווארעמקייט, נאר וואס דען? וויבאלד ער איז א געפילישער, ווייל זיין אייגענע נפש איז אזוי שטורעמיש און ער איז אזוי aware צו זיינע אייגענע געפילן ממילא באקומט ער אטומאטיש אפענקייט צו אנדערעם׳ס געפילן, דאס טייטש ער האט באקומען א געוויסע מתנה ד״ה ווארעמקייט, און די כח עס איבערצוגעבן פאר אנדערע, כדי ער זאל קענען מצליח זיין אין זיין נקודה, ד״ה אז ער זאל קענען משפיע זיין פאר אנדערע,
עכ"פ, סוף דבר איז אז די אניאגראם איז נאך נישט אלעס. און אז די פונקציעס איז מער מסביר וואס עס קומט פאר מיט'ן מענטש. זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן דאך בלייבן ערליך, און אז ס'זאל מיט דעם אלעם נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו חלילה וחלילה.
בקיצור. מיט דעם פארשטייט מען פארוואס "מח" קומט אויס פיר און זעקס ווען ער מאכט א אניאגראם טעסט. ווייל ער איז א INFP.
והשם הטוב יעזור.