רבי אברהם יצחק ווייסבלום מסטאשוב - ניו יארק זצ"ל - ד’ תמוז תשנ”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי אברהם יצחק ווייסבלום מסטאשוב - ניו יארק זצ"ל - ד’ תמוז תשנ”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאס פאלגענדע האט הרב החשוב מבאי בית מדרשינו ומוותיקי אנשי שלומינו כבוד ר' שמחה שליט"א געשריבען איבער דעם סטאשובער רבי זצ"ל

scy4851 האט געשריבן: דער סטאשעווער רבי ז"ל האט געוואוינט און וויליאמסבורג און אויף די עלטער פלעגט ער זומער וויילען און מאנסי.
ער האט אהנגעפאנגען נעמען קוויטלעך ערשט ביי די תשעים, געזאגט האט ער, אז דער רבי (דברי יואל) זי"ע האט אים געזאגט אזוי צי טוהן, און זיינע הבטחות וועלען האבען א כוח, אסאך מופתים האבען זיך ארום געדרייט בנוגע זיינע הבטחות בעניני שידוכים


נאכען בעטן מער חומר איבער אים האט מיר דער ביקסאדער צדיקל' מעיר געווען אויף זיין פולען נאמען און צוגעוויזען צום תולדות אנשי שם וועלכע האט אן ערך איבער אים.

ער איז געווען א בן-אחר-בן צום היילגער רבי ר' אלימלך מליזענסק און אויך אן אייניקל פונעם מאור ושמש און נאך גרויסע צדיקים, ער האט פארלוירן זיין זיווג ראשון אין די קריג, דאהי אין אמעריקא האט ער משמש געווען ברבנות אין די קהילה 'אנשי זאוויכוואסט'.

תשוח"ח לר' שמחה ולהרב מביקסאד על החומר.

עטליכע שאלות להשלמת תולדותיו;
1) האט ער נאכמאל חתונה געהאט נאך די קריג, איז געבליבען קינדער?
2) וואו איז דאס דער דערמאנטער זאוויכוואסטער ביהמ"ד געווען?
3) איך זעה אז ער געוואונט אין פאריז און שפעטער אין וויען, ווי ער האט געהאט א שייכות מיט באבוב, פארוואס?
4) ווען איז ער אוועק?

ווי אויך אויב האט איינער מער פרטים איבער די סטאשובע גזע ביזן רבי ר' אלימלך און ארום, זאל נישט מונע זיין דעם טוב פון אונז אלע.

איך ברענג דא אראפ דעם דערמאנטן תולדות אנשי שם.
אטעטשמענטס
Stashuv1.jpg
Stashuv2.jpg
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער סטאשוב'ער רבי האט געהאט ביי זיך אין באזוץ א בעקיטשע פונעם הייליגען רבין ר' אלימלך
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

איינער האט אפשר א קלארע בילד פון סטאשוב'ער רבי ז"ל?
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גענומען פונעם זכרונות פון אמאל... אשכול

scy4851 האט געשריבן:דער סטאשעווער רבי:
איך געדענק נישט זיין נאמען. ער האט געוואוינט און וויליאמסברג אויף דער זעלבער גאס וויא גאלד פלאריסט, אדער
ערגעטץ דארט דערלעבען. דאכט זיך מיר אז עס עקזיסטירט דארט היינט א סטאשעווער בית מדרש, די חברים דא
וואס וואוינען און ווילי קענען דאס מאשר זיין.
דער יוד האט אנגעהויבען נעמען קוויטלעך ווען ער איז שוין געווען און די תשעים. ער האט געזאגט אז סאטמער רב ז"ל
האט איהם געהייסען. ער האט נאר גענומען א קורצע תקופה, ווייל דערנאך איז ער שוין נישט געווען בין החיים.
איך האב איהם געזעהן איין זימער און מאנסי. איך פלעג פון צייט צי צייט דארט דאווענען מעריב

עס איז געווען זייער מאדנע וויא אזוי ער האט געליינט א קוויטל. ער איז געזעצען מיט א פעדער, און געליינט און פאראכטען,
און געמעקט און פאראכטען..און אלעס איז געגאנגען הויך אויפען קול ציזאמען מיטען קוויטל געבער.
אזוי איז עס אנגעגאנגען ביי א יעדע קוויטל.

פליאה'דיקע מעשה'ות זענען ארום געגאנגען בענין וואס ער פלעגט זאגען פאר בחורים, און אויך פאר מיידליך בעניני שידוכים,
וואס וועגען דעם זענען זיינע מערסטע קאסטעמערס געווען אזעלכע וואס האבען געהאלטען ביי שידוכים אן האבן געדארפט א
ברכה פאר א זיווג.
עס איז געווען ידוע אז ער פעגט זאגען פאר בחורים אדער מיידלעך פונטליך דער דאטום ווען זיי וועלן ווערען חתנים אדער כלות.

איך ווייס פון עטליכע אזאלכע פעלער וויא ביידע חתן און כלה זענען געווען ביי איהם פאר ברכות איידער זייער שליסען, און נאכדעם
ווען מעהאט געשלאסען דעם שידוך האט מען אויסגעפונען אז ביידע זענען געווען ביים סטאשעווער,אין ביידע האבען געקרוגען דעם
זעלבע דאטום.

איך ווייס פון איין פאל וויא ער האט צגעזאט פאר איינעם ווען יענער וועט ווערע חתן, דער טאג איז אדורך און ער איז נישט געווארען.
ער אז צירוקגעקומען און דער סטאשעווער האט אים געזאגט נאך א טאג, און עודך דאס זעלבע. ער איז נאכאמאל צירוקגעקומען און
דער סטאשעווער האט איהם גזאגט א דריטע טאג. און דאס מאל ביים דריטען מאל איז ער געווארען א חתן.
עס האט זיך דערנאך ארויס געוויזען אז מיט זיין כלה איז געווען דאס זעלבע, זי האט אויך געקרוגען טעג וואס זי וועט ווערע כלה,
זי איז צום סוף געווארען א כלה ביים דריטען דאטום, און די אלע דריי דאטוםס איז געווען גענוי די זעלבע וויא איר חתן.


יצמחפורקניה האט געשריבן:איך גדענק אויך דעם סטאשעווער רבי'ן זצ"ל, מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז זיינע ברכות ווערען מקויים.

ס'יאז א פלא ווי אזוי ער האט געוואוינט אין איסט סייד אזויפיל יארען אין כמעט קיינער האט עם נישט גקענט, אבער אפילו געהערט פון אים.

איך דערמאן זיך יעצט, דאס ערשטע מאל וואס איך האב גהערט פון אים:

אין שנת תשד"מ בין איך גוועהן אין אנטווערפען. פארען טיש פון ר' יענקלע, פלעגט ער זיצען צו אמאהל ביי זיך זיך אין צימער און שמועס'ן מיטען עולם (דער עולם וואס האט געגעסען ביי אים ביים טיש).

דעמאלטס פונקט איז זיין אייניקל ר' נפתלי אלימלך רייך (דעמאלטס נאך א קינד פאר די בר מצוה) צוריק געקומען פון אמעריקא, און ר' יענקעלע האט אים אויסגעפרעגט וואס ער האט אלטס גזעהן דארט.

בין הדברים האט ר' נפתלי אלימלך פארציילט פארען זיידען, אז ער איז גוועהן (דאכט זיך מיר, מיט זיין טאטען) ביים סטאשעווער רבי'ן אין איסט סייד, און דער סטאשעווער רבי האט זיי פארציילט אז ווען ר' איציקל איז גוועהן אין אמעריקע, פלעגט ער אים קומען באזוכן קיין איסט סייד, אלטס רבי ר' אלימלך'ס אן אייניקל (ביידע זענען גוועהן א פינעפטער דור, אבער ר' איציקל איז נישט גוועהן א בן אחר בן).

און דאס ערשטע מאל ווען ר' איציקל איז געקומען צו אים, איז ר' איציקל אים אנטקעגען געלאפען, און אים געקושט, זאגענדיג מיט א התרגשות: רבי ר' אלימלך'ס פלייש, רבי ר' אלימלך'ס פלייש.

ר' יענקעלע האט צוגעשאקלט מיטען קאפ, ווי איינער וואס באשטעטיגט אז ס'איז ריכטיג די מעשה (מן הסתם איז ער גוועהן דערביי)

והוא פלא, ווייל די גאליציאנער קושען נישט, און דא איז ר' איציקל יצא מגדרו, ובפרט נאך די התרגשות'דיגע ווערטער "רבי ר' אלימלך'ס פלייש" ...
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה,
קודם א דאנק פארן אפירברענגען די טייערע תגובות, איר שרייבט אז ער האט אנגעהויבן פראווען זייענדיג א בן-תשעים, לויטן חשבון אז ער איז געבוירן תרס"ב (עי' לעיל בהעתקה של תולדות אנשי שם) איז ער הערשט געווארן 90 יאר בשנת תשנ"ב, אלזא ווען האט אים דער רבי ז"ל געהייסן נעמען קוויטלעך וכדו?

ביז ווען האט ער געוואונט אין די איסט-סייד?

מיר דארפן נאך ביאגראפישע אינפארמאציע, ווער עס קען העלפן ווערט געבעטן צו העלפן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מיללער,
איך האב געמופט קיין מאנסי און תשמ"ז. איךהאב צירוק געמופט קיין באראפארק ווען מיין טאטע ע"ה איז שוין זייער שוואך געווארען און תש"ס. דעם זימער ווען איך האב אוהם געזעהן און עטליכע מאל געדאווענט דארט מעריב איז געווען און די אנפאנג תש"ן יאהרען.
כ'געדענק נישט פינטלעך וועלכער זימער.
פון וואס איך געדענק, האט מען געזאגט דענמאלטס, אז דער רבי זי"ע האט אוהם געזאגט נאך מיט יאהרען פריער, אז ער קען פועלן ישועות פאר יודישע קינדער און ער זאל אויסניטצען זיין כוח דערצי.
ער האט נישט גלייך אהנגעפאנגען ווען דער רבי האט אוהם געזאגט, נאר יאהרען שפעטער.

ווען ער האט אוועק געמופט פון די איסטסייד ווייס איך נישט.
איך ווייס נישט קיין שום דיטעילס איבער אוהם, אחוץ וואס איך האב אוהם געטראפען און מאנסי, און וואס איך האב געזעהן וויא אזוי ער ליינט א קוויטל, מיט א פעדער און דער האנט און מאכען הגהות.
איידער איך האב אוהם געזעהן האב איך אפילו נישט געוויסט פון אזא רבי.

איך וואלט ג'עצה'ט פרעגען פון יודען וואס וואוינען און דעם געגענט וויא גולד פלאריסט האט זייער געשעפט, ווייל עס ליקט מיר און קאף אז ער האט דערלעבען געוואוינט און עס איז געווען דארט א סטאשובער בית-מדרש, אפשר נאך אלטץ.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב יעצט אויפגעהאנגען דער טעלעפאן פון א שמועס מיט מיין זוהן איבער דער סטאשובער רבי ז"ל.
ער האט מיר געגעבען אביסעל מער פרטים פון דעם זימער ווען דער רבי איז געווען און מאנסי.

ער פלעגט גיין א יעדע טאג מיט נאך עטליכע חברים משלים זיין מנין דארט און הויז.
מיין זוהן זאגט מיר אז עס איז אוהם אסאך מאל אויסגעקומען אוהם העלפען מיט די תפילין. ער איז געווען גאר אלט און ער האט געדארפט הילף לייגען טלית און תפילין.

איין זאך האט מיין זוהן קלאר געדענקט.
עס פלעגען קומען אסאך מענטשען צי אוהם, און איינמאל, איינער האט גערעדט מיט אוהם און עס איז אויסגעקומען א שמועס וועגען א זיידע פונעם רבין אז ער איז געקומען צי אוהם, און דער רבי האט געזאגט אז דער זיידע איז געקומען צי אוהם בהקיץ, נישט בחלום!

מיין זוהן געדענקט אויך דאס בית-מדרש אויף דיוווישען און וויליאמסבורג.
the SCY is the limit
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב יעצט באמערקט דעם נושא:
אני הקטן בין אסאך געווען ביים סטאשוב'ער רבי'ן ז"ל צום ערשטן מאל האב איך אים געטראפן תשעה באב תשמ"ב אין קאנטרי ס'האט געהייסן אחדות נעבן קרית יואל, ער האט נאך דעמאלט'ס געוואוינט אין איסט סייד, איינער האט אים אהין געשלעפט אויף אפאר וואכן מער לשם מצוה ווי אלץ חסידות, דער עולם איז אריבער צו אים נאכמיטאג און מ'האט געשמועסט מיט אים מעשה'לעך וכדו' ער איז געווען זייער געשמאק.
שפעטער בשנת תשמ"ז האט מען אים אריבער געברענגט קיין וויליאמסבורג, קודם האט ער זיך געדרייט אין פריוואטע אכסניות פון איינעם צום צווייטן, ביז מ'האט אים אויפגעשטעלט א שיין ביהמ"ד מיט א קוויטל שטוב וכדו' אויף 137 דיוויזשאן, איך האב אסאך געדאווענט דארט, ביי די דרייצן יאר האט ער מיר אנגעוואונטשן א זיווג הגון בקרוב, קען זיין ער האט דעמאלט'ס גע'פועל'ט איך זאל שנעל א חתן ווערן ביי די אכצן, (מיין ווייב זאגט אז הגון איז אויך מקויים געווארן),
איין פאקט געדענק איך קלאר ס'איז געווען א משפחה מיט אסאך עלטערע בחורים אין וומס"ב אין א רייע אנגעהויבן ביי די הויכע צוואנציגערס און אראפ, און די מאמע פון די בחורים האט אים געטראגן יעדע נאכט נאכטמאל בדחילו ורחימו, און ער האט איר צוגעזאגט א ישועה, למעשה האט זיך די גאנצע רייע גערוקט שלא כדרך הטבע דוכט זיך מיר דריי אין איין יאר, צוויי די נעקסטע יאר.
איך געדענק נאר איין ווערטל פון אים, באחד מן הימים האט א בעל מלאכה געדארפט קומען עפעס פארעכטן און כדרכם פון א חלק פון זיי איז ער נישט אנגעקומען, ער האט געקאלט אז ער איז ביזי, האט ער געזאגט פאר די מענטשן ארום, ביזי איז ער, א בזוי ומבוזה איז ער.
למעשה סוף סוף ימיו האבן מענטשן אויפגעהערט צו קומען אזוי סאך, ערליכע אידן האבן זיך אפגעגעבן מיט אים מיט מסנ"פ עד זיבולא בתרייתא ער וועט זיי אודאי זיין א מליץ יושר, דאס ביהמ"ד איז היינט די אפיס פון די ביזנעס דירעקטארי.
בקשה: אויב איינער ווייסט זיין יארצייט און זיין ציון וואלט אודאי געווען א גוטע זאך דאס מפרסם צו זיין
אז מ'לעבט דערלעבט מען
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
יאהרען פריער איז עהר געווען א משגיח אין בית ישראל האספיטאל.
אויך איז עהר געווען דער רב אין דיא צויזמערער שהול אויף דיא אכטע גאס צווישען בי. אונד סי.
עהר איז געווען שטארק בידידות מט דיא אלטע לובלינער חסידים החסיד הותיק ר' יושע לייזער פאגעל אונד ר' יושע שיינפעלד זכרונם לברכה .
זייא האבען שפעטער געהלפען דרוקען דעם שבט מיהודה--לובלין אויך אפאהר ספרי הכהן וואס זייא האבען איהם נאך געדענקט.
זייא האבען שטארק מחזק געווען דעם בנש''ק ר' מענדיל זצ''ל אייגער וואס איז ווערט א אשכול בפני עצמו עהר איז געווען הרב ווילנער'ס איידעם דעם אמרי יושר
נעפיו .ע''כ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הרב ר' בערל שמח שליט"א,
קודם איך געדענק נישט צו איך האב אייך אמאל אויפגענומען בכבוד הראוי, יעצט זעה איך אז איר זענט פון די קשישי הפארום, און איר האט נאך זוכה געווען צו קענען אידן צדיקים, חסידים ואנשי מעשה מדור הקדום, עס איז אונז א כבוד צו האבן אזא מיטגליד און מיר לעכצן צו לייענען מער פון אייערע זכרונות און ידיעות.

בנוגע דעם ציון פונעם סטאשובען רבין, האט מיר געזאגט ר' ברוך אמסעל פון 'קברי צדיקים' אז ער ליגט אין אר"י.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה עהר האט געוואינט אין מאנסי בייא הרב חיים אבערלאנדער וואס האט איהם אפילו מכבד געווען מיט
סנדקאות .
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לכ' הרב מיללער, איך בין פרייליך ווייל איך האב אייך געהערט גראמען ביי מיין חתונה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כוח פאר ענק ביידע
חביתא דחמרא (יין משמח) והרב בית-דין צדק.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ארפכשד האט געשריבן:איינער האט אפשר א קלארע בילד פון סטאשוב'ער רבי ז"ל?


נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו זעקס חדשים, האבן מיר באדיבות ידידינו החשוב ה'נחל ה'נובע מ'קור ח'כמה ר' נחמן נתן הי"ו זוכה געווען צו א שיינע בילד פונעם סטאשובער רבי זצ"ל, תשוח"ח לו.

יעצט ווילען מיר בעטן הרבד"צ שליט"א, אויב ער קען מוסיף זיין פרטים לתולדותיו.
אטעטשמענטס
Stachev.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טשאקלאד כשר לפסח בהשגחת ר' אברהם יצחק ווייסבלום ז"ל (ו'בהסכמת' ר' יהודה לייב זעלצער, איר האט שוין געזעהן א מאכל מיט אן הסכמה?)
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_12525_50.jpg
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
כמדומה שכבר כתבתי שהרב ווייסבלום הי' המשגיח בבית-ישראל האספיטאל .
והתפללל בביהמד''ר צויזמער על 8 סטריט באיסט סייד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האם הניח בנים?
האם יש לך ידיעה אודות היחס בא"ב להרבי ר' אלימלך?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:האם הניח בנים?
האם יש לך ידיעה אודות היחס בא"ב להרבי ר' אלימלך?

ב''ה
לפי דבריו הי' לו משפחה באירופה לפני המלחמה .
על היחוס שלו .--ראה נא באנשי שם --הלא אתה גאון בחיפוש ע''י
רבן ומאורן של ישראל המכונה "גוגעל " בלשונינו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכ' הרב בד"צ

לא נצרכה אלא להעדפה כי כבר חפשתי ומצאתי, דע מה למעלה ממך.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיללער האט געשריבן:טשאקלאד כשר לפסח בהשגחת ר' אברהם יצחק ווייסבלום ז"ל (ו'בהסכמת' ר' יהודה לייב זעלצער, איר האט שוין געזעהן א מאכל מיט אן הסכמה?)

שרעקט אייך נישט. פשט איז אז דער 'רב המכשיר' האט א הסכמה פונעם דערמאנטן גדול ר' יודא ליב זעלצער צו קענען געבן הכשרים [כן נלענ"ד]. ווען מיר וואלטן בלויז געווען געוואנדן אויף הסכמות וואלט זייער ביטער אויסגעזעהן... פון 'שתיקה כהודאה' וואלט מען געמאכט גאנצעטע צימעס...
לחיים ולברכה!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ס'איז נישט כדאי אוועק צו פארן פונעם נושא, און איך ווייס נישט ווער הרב זעלצער איז געווען
אבער דאס איז ווארשיינליך אזוי ווי ס'איז היינט דא "אפראווד ביי ראביי בלומענקראנץ" ער גיבט כמעט נישט קיין השגחות, אבער אין לאנדא 18 עוו. איז אויף פסח געווען אפגעטיילט א סעקשאן פאר אלעס וואס איז אפראווד ביי אים כאטשיק ער לעבט שוין נישט אפאר יאר.
נאכאמאל ביטע נישט ענטפערן דא ווייל כ'וויל נישט אוועק פארן פון די נושא, נאר כ'האב מיך געמוזט אנרופן ווייל דאס איז גארנישט "פאני" ס'זאל שטיין בהסכמת.
לגבי דעם בילד, איז דאס אין זיין דירה אויף דיוויזשאן ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יא. איך האב באקומען דעם בילד מיט יאהרן צוריק פון איינע פון די באי ביתו.
איך האב אין מיין באזיץ נאך א שיינעם בילד פון איהם, ובהזדמנות וועל איך איהם אי"ה אריינסקענען לתועלת החברים.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
ארפכשד האט געשריבן:איינער האט אפשר א קלארע בילד פון סטאשוב'ער רבי ז"ל?


נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו זעקס חדשים, האבן מיר באדיבות ידידינו החשוב ה'נחל ה'נובע מ'קור ח'כמה ר' נחמן נתן הי"ו זוכה געווען צו א שיינע בילד פונעם סטאשובער רבי זצ"ל, תשוח"ח לו.

יעצט ווילען מיר בעטן הרבד"צ שליט"א, אויב ער קען מוסיף זיין פרטים לתולדותיו.

נאך א בילד באדיבות ר' נחמן נתן הי"ו, אבער קיין קלארע סדר היחס צום רבי'ן ר' אלימלך האבן מיר נאכנישט
אטעטשמענטס
Clipboard01.jpg
Clipboard01.jpg (33.49 KiB) געזען 5190 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אוי, נאסטאלגיע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אלי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2010 4:10 am

ר' אברהם יצחק ווייסבלום פון סטאשוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי »

ווייסט איינער ווען זיין יארצייט איז און וואו זיין ציון הקדוש איז?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”