ישוב הדעת האט געשריבן:איז דא טעם?
ניצחו אראלים את המצוקים
די סיקריקים האבן געווינען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
lebediger berel האט געשריבן:כ'האב אביסל אנגעהויבן צו הערן כ'האב עטליכע הערות אבער קודם אויף ציפערן.
דו זאגסט אז מאמאקעטינג האט קוים איינוואווינער דו רעדסט פון קוים עטליכע טויזענט דאס איז א טעות וויקיפידע זאגט The population was 12,085 at the 2010 census
דער גרעסטער פראבלעם איז אז נאר 26 פראצענט איז אונטער 18 יאר אלט דאס מיינט ארום 9 טויזענט שטים בארעכטיגטע. ווען עשיו שונא ליעקב קומט צום באשלוס ביי שטים בודקעס קען מען רעכענען א 80 פראצענט באטייליגטע אלזא דארפסטו האבן ארום פיר טויזענט משפחות וואוינען דארט איבערצונעמען רוב שטימען ,
אויך האבן זיי שוין געמאכט א ווארד סיסטעם, וואס העלפט נישט אויף די מינוט צו געווינען.
יונה האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:כ'האב אביסל אנגעהויבן צו הערן כ'האב עטליכע הערות אבער קודם אויף ציפערן.
דו זאגסט אז מאמאקעטינג האט קוים איינוואווינער דו רעדסט פון קוים עטליכע טויזענט דאס איז א טעות וויקיפידע זאגט The population was 12,085 at the 2010 census
דער גרעסטער פראבלעם איז אז נאר 26 פראצענט איז אונטער 18 יאר אלט דאס מיינט ארום 9 טויזענט שטים בארעכטיגטע. ווען עשיו שונא ליעקב קומט צום באשלוס ביי שטים בודקעס קען מען רעכענען א 80 פראצענט באטייליגטע אלזא דארפסטו האבן ארום פיר טויזענט משפחות וואוינען דארט איבערצונעמען רוב שטימען ,
אויך האבן זיי שוין געמאכט א ווארד סיסטעם, וואס העלפט נישט אויף די מינוט צו געווינען.
דאכט זיך אז ער האט געזאגט "וויילער" נישט איינוואוינער. ביזט אבער גערעכט אז אויב ווערט א פייט קענען זיך די אלע אנדערע רעגעסרירן.
א ווארד קען זיין גוט אויך! למשל ביי די פאריגע עלעקשן האבן תושבי בלומינגבערג אריינגעוועלט א סימפאטישע קאנסילמאן וואס זיצט אין די טאון, ער קען טאקע נישט דורכפירן עפעס וואס די איבריגע ווילן נישט ווייל ער איז נאר איין שטימע, אבער מיר האבן כאטש עפעס א פארטרעטערשאפט, ער לאזט זיך כסדר הערן דארטן איבער בלומינגבערג. דאס וואלט נישט שייך געווען צו טון אן א ווארד.
די זעלבע קען געשען אין ווארטסבארא א קליין שטעטל נעבן בלומינגבערג וואס איז אויך א עקסטערע ווארד [עס איז שוין יעצט דא א אידישע באנגאלאו קאלעני] און אידן האבן דארט אסאך שטחים. דעם סופערווייזער קען יעדער אריינוועלן. און אז מ'האט נאך איינס איז מען א רוב!
באט די גאנצע שמועס איז פאר 10-15 יאר ארום משיח זאל אוודאי פריער דא זיין. דערווייל קען מען נאך בויען הונדערטער דירות אין די ווילידש גרעניצן ווי אויך קען מען אנעקסירן לאנד ווען עס וועט אויספעלן בעז"ה.
lebediger berel האט געשריבן:איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.
lebediger berel האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:איך מיין ער זאגט איינוואוינער, כ'האב נישט איבערגעהערט זייט כ'האב געזען דיין תגובה.
איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.
יונה האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.
און די זעלבע איז אמת מיט ווילידשעס... ווי די ווילידש אוו סאוט בלומינגראוו, זיי האבן עס געמאכט כדי מען זאל נישט קענן אנעקסירן די שטחים קיין ק"י, עס איז טאקע געווען א צייטווייליגע גוטע טריק, אבער אין די לאנג ראן האט עס גרינגער געמאכט זיך מסדר צו זיין אין דעם ווילידש...
פעטער שמואל האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:איך מיין ער זאגט איינוואוינער, כ'האב נישט איבערגעהערט זייט כ'האב געזען דיין תגובה.
איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.
לאו דווקא. יעדער געגנט איז אנדערש.
לדוגמא, אין טשעסטער ווילן זיי יעצט איינפירן א ווארד סיסטעם. איז לאמיר זאגן אז טויזנט אידישע וויילער וועלן זיך אריינציען אין גרינס עט טשעסטער איז עס נאר איין ווארד. עס וועט נעמען זייער לאנג צו האבן א רוב אין אפילו נאך איין אנדערע ווארד אין אזא צושפרייטע שטאט.
און צוגאב ווייסן זיי זייער גוט פון אזא מעגליכקייט און צוזאמען מיטן איינפירן ווארד סיסטעמס טוען זיי אויך פארפירן אז עס זאלן זיין 6 ווארדס און קאונסיל מעמבערס אנשטאט 4. זיי האבן אזוי פרובירט אין ראמאפא און זיי גייען אזוי טוען אין טשעסטער.
בעל דעת האט געשריבן:בכל איז אינטערסאנט צי וויסען אז די ווארד סיסטעם ארבערט נישט מיט קיין וואטס נאר מיט נפשות, עס ווערט ציטיילט די דיסטריקט לויט די נפשות, אזאך וואס מאכט דיר סאך לייכטער איבער צינעמען