אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ישוב הדעת האט געשריבן:איז דא טעם?

ניצחו אראלים את המצוקים :lol:
די סיקריקים האבן געווינען :roll:
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ר' אליעזר. נעמט עס נישט פערסענעל. ס'א אלטע מערכה פון כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א קעגן קול מבשר וואס שלעפט לדעתו אריין די אינגווארג אין פאליטיק וכו'
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך וואלט זייער הנאה געהאט פון די דעבאטע, אבער צו מאכן ביי א מוסדות דינער מאכט לצנות פון די מערכה וואס די מוסדות פירן, אנטקעגן בחורים הערן קול מבשר
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מה ענין דינער לבחורים?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ווען עס ווערט אפיציעל אדווערטייזט זעט עס אויס ווי א הסכמה
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

ס'איז דא נאך נייעס! ער האט געגעבן א צייט, צו ענדיגן רעדן פון די קריזיס!
#דירות קריזיס: א פארגאנגענהייט ברוך השם
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

במילא קול מבשר איז פארווארפן אין ביה"כ, אבער אויפשפילן קול מבשר אין בית המדרש?
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

דאס אז די דעבאטע איז געקענסלט געווארן איז מחשש גילוי כידוע לכל אז די נאמען "הרב אליעזר קרויס" איז א ניק...

דאבאטע
דאבאטע
806027844_56664.jpg (77.12 KiB) געזען 2534 מאל
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום עליכם אייך »

האב איך שוין געהאפט צי זעהן א פיקטשער פין ר' אליעזר....
נישט באשערט! (באשערט אז נישט...)
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 31#

וַיִּשְׁמַן יְשֻׁרוּן וַיִּבְעָט -- און פארוואס איך גיי נישט מיט קיין קראקס.

וועט נאך נעמען אפאר מינוט ארויפצוגיין - איך דארף נאר לויפן צו זאגן תהלים (ער"ח אלול) שרייב איך עס דא יעצט

whats news?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

שמועס #33

די אמת פון די היימישע ישוב אין בלומינגבורג
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס #33

די אמת פון די היימישע ישוב אין בלומינגבורג

אויף דזשערזי סיטי האסטו געזאגט דעם שקר? זשאסט קידינג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב אביסל אנגעהויבן צו הערן כ'האב עטליכע הערות אבער קודם אויף ציפערן.
דו זאגסט אז מאמאקעטינג האט קוים איינוואווינער דו רעדסט פון קוים עטליכע טויזענט דאס איז א טעות וויקיפידע זאגט The population was 12,085 at the 2010 census
דער גרעסטער פראבלעם איז אז נאר 26 פראצענט איז אונטער 18 יאר אלט דאס מיינט ארום 9 טויזענט שטים בארעכטיגטע. ווען עשיו שונא ליעקב קומט צום באשלוס ביי שטים בודקעס קען מען רעכענען א 80 פראצענט באטייליגטע אלזא דארפסטו האבן ארום פיר טויזענט משפחות וואוינען דארט איבערצונעמען רוב שטימען ,
אויך האבן זיי שוין געמאכט א ווארד סיסטעם, וואס העלפט נישט אויף די מינוט צו געווינען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

lebediger berel האט געשריבן:כ'האב אביסל אנגעהויבן צו הערן כ'האב עטליכע הערות אבער קודם אויף ציפערן.

דאכט זיך אז ער האט געזאגט "וויילער" נישט איינוואוינער. ביזט אבער גערעכט אז אויב ווערט א פייט קענען זיך די אלע אנדערע רעגעסרירן.

א ווארד קען זיין גוט אויך! למשל ביי די פאריגע עלעקשן האבן תושבי בלומינגבערג אריינגעוועלט א סימפאטישע קאנסילמאן וואס זיצט אין די טאון, ער קען טאקע נישט דורכפירן עפעס וואס די איבריגע ווילן נישט ווייל ער איז נאר איין שטימע, אבער מיר האבן כאטש עפעס א פארטרעטערשאפט, ער לאזט זיך כסדר הערן דארטן איבער בלומינגבערג. דאס וואלט נישט שייך געווען צו טון אן א ווארד.

די זעלבע קען געשען אין ווארטסבארא א קליין שטעטל נעבן בלומינגבערג וואס איז אויך א עקסטערע ווארד [עס איז שוין יעצט דא א אידישע באנגאלאו קאלעני] און אידן האבן דארט אסאך שטחים. דעם סופערווייזער קען יעדער אריינוועלן. און אז מ'האט נאך איינס איז מען א רוב!

באט די גאנצע שמועס איז פאר 10-15 יאר ארום משיח זאל אוודאי פריער דא זיין. דערווייל קען מען נאך בויען הונדערטער דירות אין די ווילידש גרעניצן ווי אויך קען מען אנעקסירן לאנד ווען עס וועט אויספעלן בעז"ה.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ר' אליעזר. מ'באלעקמיר זיך.

איז אמת אז אן אנדערע קרייז טראכט פון ארויסשיקן אזא 50 אינגעלייט קיין בלומינגבורג? איז עס עהרנסט, אדער נאר אז 'איינער' דארט פון יענע קהילה האט 'געזאגט' פאר 'איינעם' אז ס'וואלט 'אפשר' געווען א שיינע זאך אויב וואלט וואלט אפשר וכו'..
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

דריי איך מיך אין מאנסי די לעצטע וואך איך זיך דער יונגערמאן מיט די SAS שיך...... just kidding ....
ר' אליעזר keep it up ביסט א ישועה פאר כלל ישראל!
א שטיקל שדכן אויכעט!
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

געהערט די שמועס, זייער שיין אויסגעקלארט.
איך האב אביסל א ברייטערע בליק אויף בלומינגבערג, דהיינו אז די סוקסעס פון בלמ''ג מיינט נישט דווקא בלומינגבערג, נאר דעיס אז מפארשפרייט זיך ארום ק''י איז זיכער צי פארדאנקען בלומוגבערג, סהאט געפענט די אויגן אויף א גרויסע פארנעם, און סחלומט זיך גרינג אז ביז 10 יאר וועט זיין געגענטער פון ק''י ארויף ביז בלומינגבערג, פשוט וועגן סאיז דא א בעיז פון אלע סערוויסעס אין ק''י, און ווי אויך און בלומינגבערג, סאו דער וואס וואונט נענטער צי סיי וועליכע פון די צוויי וועלן ניצן די מוסדות און אנדערע סערוויסעס צי וועליכע זיי זענען נאנט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יונה האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:כ'האב אביסל אנגעהויבן צו הערן כ'האב עטליכע הערות אבער קודם אויף ציפערן.
דו זאגסט אז מאמאקעטינג האט קוים איינוואווינער דו רעדסט פון קוים עטליכע טויזענט דאס איז א טעות וויקיפידע זאגט The population was 12,085 at the 2010 census
דער גרעסטער פראבלעם איז אז נאר 26 פראצענט איז אונטער 18 יאר אלט דאס מיינט ארום 9 טויזענט שטים בארעכטיגטע. ווען עשיו שונא ליעקב קומט צום באשלוס ביי שטים בודקעס קען מען רעכענען א 80 פראצענט באטייליגטע אלזא דארפסטו האבן ארום פיר טויזענט משפחות וואוינען דארט איבערצונעמען רוב שטימען ,
אויך האבן זיי שוין געמאכט א ווארד סיסטעם, וואס העלפט נישט אויף די מינוט צו געווינען.

דאכט זיך אז ער האט געזאגט "וויילער" נישט איינוואוינער. ביזט אבער גערעכט אז אויב ווערט א פייט קענען זיך די אלע אנדערע רעגעסרירן.

א ווארד קען זיין גוט אויך! למשל ביי די פאריגע עלעקשן האבן תושבי בלומינגבערג אריינגעוועלט א סימפאטישע קאנסילמאן וואס זיצט אין די טאון, ער קען טאקע נישט דורכפירן עפעס וואס די איבריגע ווילן נישט ווייל ער איז נאר איין שטימע, אבער מיר האבן כאטש עפעס א פארטרעטערשאפט, ער לאזט זיך כסדר הערן דארטן איבער בלומינגבערג. דאס וואלט נישט שייך געווען צו טון אן א ווארד.

די זעלבע קען געשען אין ווארטסבארא א קליין שטעטל נעבן בלומינגבערג וואס איז אויך א עקסטערע ווארד [עס איז שוין יעצט דא א אידישע באנגאלאו קאלעני] און אידן האבן דארט אסאך שטחים. דעם סופערווייזער קען יעדער אריינוועלן. און אז מ'האט נאך איינס איז מען א רוב!

באט די גאנצע שמועס איז פאר 10-15 יאר ארום משיח זאל אוודאי פריער דא זיין. דערווייל קען מען נאך בויען הונדערטער דירות אין די ווילידש גרעניצן ווי אויך קען מען אנעקסירן לאנד ווען עס וועט אויספעלן בעז"ה.

איך מיין ער זאגט איינוואוינער, כ'האב נישט איבערגעהערט זייט כ'האב געזען דיין תגובה.
איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

lebediger berel האט געשריבן:איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.

און די זעלבע איז אמת מיט ווילידשעס... ווי די ווילידש אוו סאוט בלומינגראוו, זיי האבן עס געמאכט כדי מען זאל נישט קענן אנעקסירן די שטחים קיין ק"י, עס איז טאקע געווען א צייטווייליגע גוטע טריק, אבער אין די לאנג ראן האט עס גרינגער געמאכט זיך מסדר צו זיין אין דעם ווילידש...
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

lebediger berel האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך מיין ער זאגט איינוואוינער, כ'האב נישט איבערגעהערט זייט כ'האב געזען דיין תגובה.
איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.

לאו דווקא. יעדער געגנט איז אנדערש.
לדוגמא, אין טשעסטער ווילן זיי יעצט איינפירן א ווארד סיסטעם. איז לאמיר זאגן אז טויזנט אידישע וויילער וועלן זיך אריינציען אין גרינס עט טשעסטער איז עס נאר איין ווארד. עס וועט נעמען זייער לאנג צו האבן א רוב אין אפילו נאך איין אנדערע ווארד אין אזא צושפרייטע שטאט.

און צוגאב ווייסן זיי זייער גוט פון אזא מעגליכקייט און צוזאמען מיטן איינפירן ווארד סיסטעמס טוען זיי אויך פארפירן אז עס זאלן זיין 6 ווארדס און קאונסיל מעמבערס אנשטאט 4. זיי האבן אזוי פרובירט אין ראמאפא און זיי גייען אזוי טוען אין טשעסטער.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יונה האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.

און די זעלבע איז אמת מיט ווילידשעס... ווי די ווילידש אוו סאוט בלומינגראוו, זיי האבן עס געמאכט כדי מען זאל נישט קענן אנעקסירן די שטחים קיין ק"י, עס איז טאקע געווען א צייטווייליגע גוטע טריק, אבער אין די לאנג ראן האט עס גרינגער געמאכט זיך מסדר צו זיין אין דעם ווילידש...

אמת, און ווען זיי באשטעטיגן ווען די 531 עיקער אין טאון אוו מאנרא פאר KJ וואלט נישט געקענט זיין קיין טויזענט עיקער סעווען ספרינגס אפליקעישאן פלאס 220 פאלם טרי, סא זיי גייען באצאלן איבער טויזענט עיקער צו פארדינען 300 עיקער.
גוי'שע קעפ
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פעטער שמואל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך מיין ער זאגט איינוואוינער, כ'האב נישט איבערגעהערט זייט כ'האב געזען דיין תגובה.
איך האב אויך שוין אמאל געזאגט פאר א עסקן זאל זיי אויפקלערן אז אויב וויל מען "איבערנעמען מיט א סטראטעגיע" איז סאך גרינגער ביי א ווארד, כ'מיין כ'האב עס ערגעץ שוין געשריבן אויף אייוועלט ווייל דארפסט נישט האבן 51 פראצענט פון די גאנצע טאון, דארפסט נאר האבן 51 פראצענט אין רוב ווארדס, למשל ביי 5 ווארדס קענסטו צוויי אינגאנצן איגנארירן און ארויסברענגען 51 פראצענט נאר אין דריי ווארדס און ביזט אין קאנטראל.

לאו דווקא. יעדער געגנט איז אנדערש.
לדוגמא, אין טשעסטער ווילן זיי יעצט איינפירן א ווארד סיסטעם. איז לאמיר זאגן אז טויזנט אידישע וויילער וועלן זיך אריינציען אין גרינס עט טשעסטער איז עס נאר איין ווארד. עס וועט נעמען זייער לאנג צו האבן א רוב אין אפילו נאך איין אנדערע ווארד אין אזא צושפרייטע שטאט.

און צוגאב ווייסן זיי זייער גוט פון אזא מעגליכקייט און צוזאמען מיטן איינפירן ווארד סיסטעמס טוען זיי אויך פארפירן אז עס זאלן זיין 6 ווארדס און קאונסיל מעמבערס אנשטאט 4. זיי האבן אזוי פרובירט אין ראמאפא און זיי גייען אזוי טוען אין טשעסטער.

דאס איז ווען דו ווילסט סתם וואוינען, אבער ווען דו ארבעטסט מיט סטראטעגיע "איבערצונעמען" איז גרינגער עס מסדר צו זיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

בכל איז אינטערסאנט צי וויסען אז די ווארד סיסטעם ארבערט נישט מיט קיין וואטס נאר מיט נפשות, עס ווערט ציטיילט די דיסטריקט לויט די נפשות, אזאך וואס מאכט דיר סאך לייכטער איבער צינעמען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בעל דעת האט געשריבן:בכל איז אינטערסאנט צי וויסען אז די ווארד סיסטעם ארבערט נישט מיט קיין וואטס נאר מיט נפשות, עס ווערט ציטיילט די דיסטריקט לויט די נפשות, אזאך וואס מאכט דיר סאך לייכטער איבער צינעמען

דער אשכול איז פאר לעזערקרויסאנאליז נישט פאר וואלן אנאליז
אבער במקום שאין איש - איז הערינג אויך פיש,
די זאכן האבן דאך נישט קיין אשכול פאר זיך, כהאב שטארק הנאה פון בעל דעת, איר זענט א ריכטיגער בעל דעת, כאטשע איך טו אסאך (אלץ האבי - און פארצייטנס אלץ עסקנות) אין דעם ישובים נושא, האב איך פארזען דעם מעלה.
איך וועל עס מסביר'ן אויב גייסטו עט לארדזש דארפסטו האבן 50 פראצענט פלאס 1 וואויט צו געווינען - און א גרויסע חסיד'ישע משפחה כאטש סציילט 15 נפשות האט נאר 2 ולכל היותר 3 ווואויטערס, משא"כ ווען מ'גייט מיט ווארדס אדער דיסטריקטס וכדו' האט שוין די סופרים קאורט לאנג צוריק גע'פסק'נט אז די גרויס פון א דיסטריקט גייט לויט נפשות נישט לויט וואויטערס, און נאכדעם שטימט מען לויט א מעדזשאריטי פון די וואויטס אין דעם דיסטריקט, למשל ביי בלומינגבורג אויב זאל מען מאכן וואלן אין די ווילידזש אליין וועט א גאס מיט אפאר גרויסע משפחות דארפן האבן א ווארד פאר זיך ווייל ס'וואוינען דאך דא 400 נפשות איי סאיז נאר פערציג גרויסע משפחות, נישט מער ווי אכטציג ניינציג וואויטערס גייט מיך נישט אן, אלזא דארט ווי גרויסע משפחות זענען קאנצעטרירט קענסטו גרינג האבן מער קאונסיל -לייט אפילו מיט ווייניג וואויטערס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

שוין אַ שטיק צייט וואס איך בין נישט מגיב דא, צוליב וואס דער בעל האשכול האט זייער פרעזנליך גענומען די קריטיק, האבען מיר פרובירט צו שטיין פון דער זייט.
עס איז אבער יא וויכטיג פאר די אינגע א.ג. פענס, צו וויסן אז זייערע זיידעס האבן זיין געלאזט הרגענען "במלוא מובן המלה" פארן נישט וועלן אנטוהן גוי'אישע מלבושים.
יא, פאר ברוינע שיך אין פינקע העמעדער האבן אידן זיך געלאזט פיינוגען, פארשיקט ווערן און טורמע, ועוד.
עס איז טאקע געוועהן אַ מחלוקה פונעם קאצקער און דער חי' הרי"ם ווי ווייט מען מעג זיך מוסר נפש זיין פאר די חסידישע לבוש, דאס אבער זיכער אז די נושא פון מלבושים איז פון אייביג אן געוועהן זייער אַ האקעלע נושא.
איך קלער נישט אז דער מגיד וואס טרומפירט מיט די ברוינע שיך, איז ווי די משכילים וואס האבן שווער געארבייט בימים ההם, משנה צו זיין דעם אידישען לבוש. דער מגיד איז נאר זייער אומבאקאנט מיט די מינדעסטע היסטאריע פון דעם פאלק וואס ער פרובירט צו עדיוקעטען.
דערפאר חשובער פען, די דארפסט טאקע גראז מיט א באר בי קיו ארום דיין הויז, וויסן זאלסטו אבער אז אסאך בלוט האבן דיין זיידע און באבע זיך געלאזט פארגיסן אז די זאלסט זיין עט ליעסט וואס די ביסט יעצט.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”