פראפעסיאנעל יא, אבער ליגנטס? די צייטונג שפייט שוין באלד מער ליגנטס ווי טראמפ. איך וועל באלד אי''ה ארויפלייגן א דוגמא-צוויי.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
איך זעה אז איך האב זיך נישט גוט אויסגעדרוקט, און דערוועגן זענען געקומען פרישע אטאקעס אין מיין ריכטונג.
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז די רעדאקציעס פון די צייטונגען רעכענען זיך נישט מיט די ליינער, נאר פשוט אז ווען ס'קומט סטראשונקעס און "העיט מעיל" פון חסידישע פרא-טראמפ יונגעלייטלעך, נעמט מען אויף הומאריסטיש און מ'האט א גוטן לאך. דאס מיינט נישט אז מ'רעכנט זיך נישט מיט די ליינער.
נאך א פראגע, געוואנדן צו אלע פרא-טראמפ אייוועלט מעמבערס: ווען איר שרייבט ווען אין א צייטונג אנאליזן, אדער אפילו פאליטישע נייעסער, וואלט איר נישט אריינגעלייגט אייער בייעס דערין? הונדערט פראצענט אז א מענטש וואס האט א מיינונג אין פאליטיק, קען עס שווער באהאלטן, אפילו ווען מ'שרייבט נייעס.
איך פארענטפער נישט גארנישט און איך בארעכטיג נישט גארנישט. נאר איך מיין מ'וואלט געדארפט טוישן דעם קעפל פונעם אשכול "אנטי-טראמפ סענטימענטן אין היימישע צייטונגען", ווייל ווען די צייטונגען האבן ווען פרא-טראמפ שרייבערס, וואלט עס אויך געווען איינזייטיג, לטובת טראמפ.
(אגב, איך האב נישט געוואוסט אז דאס זיך ארויסשטעלן אין פובליק מיט מיין עכטע אידענטיטעט, וועט ברענגען גאר אז אייוועלט מעמבערס, באהאלטן אונטער'ן שוץ פון ניקס און אנאנימיטעט, וועלן מיר גאר אטאקירן אויף א פערזענליכן אופן, ווען אלעס וואס מ'רעדט און דיסקוסירט איז נארישע גוי'אישע פאליטיק.)
הכל הבל איז א נייעס שרייבער אן קיין בייעס צו א צד, אבער דאס איז שוין נישט ערווארטעט פון א נייעס שרייבער, מיין שאלה צו דיר איז דו ווילסט צופרידען שטעלן מער ליינער אדער נישט?
אויב דו ביזט טאקע נאר געקומען זיך אויסרעדן אויף דעם קראנקען אינגערמאן דאן געב איך דיר מיין ווארעם הארציגע געפיהל און איך האף אז דער קוקו וועט אויפהערן אבער אויב ביזטו געקומען הערן די מיינונג איבער דיין שרייבען דאן קענסטו מן הסתם ארויסנעמען עפעס פון דעם שמועס, קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז דו ביזט נוטה צו א צד, מיזט עס נאר נישט אריינריקען אין יעדע שירה, עס איז נישט נוגע צו די נייעס.
(כך הוא דרכו של קאנווערסעישאן און ביטע ניץ נישט גויאישע פאליטיק אלס א קאנטער אטאקע צו די קריטיקירער, קיינער מיינט נישט דיר פערזענליך עניוועי, איך האב אייך ליב אהבת נפש ווייל איר זענט א אידיש קינד)
ר' מטעמים איך זע נישט די בייעס ווייל איך בין נישט א טראמפ חסיד. איר דארפט פשוט אויפהערן צו גלייכן מר. טראמפ און די שטאפל וועט ארויפגיין ביז ישיבה גדולה שיעור א....
Goodmorning האט געשריבן:ר' מטעמים איך זע נישט די בייעס ווייל איך בין נישט א טראמפ חסיד. איר דארפט פשוט אויפהערן צו גלייכן מר. טראמפ און די שטאפל וועט ארויפגיין ביז ישיבה גדולה שיעור א....
איך האלט גראדע אז דו שרייבסט היינט פיל מער צענטעריסטיש ווי אמאל.
איך קויף דער בלאט יעדע וואך און קומט כמעט נישט אן צו ליינען, רוב נייעס קען איך שוין, נאכאלס לייען איך געווענליך די פאליטישע נייעס און עס איז מעסיג גוט געשריבן
לויט ווי איך פארשטיי וואס עס באדערט פאר מטעמים ודעימי איז אז די שרייבער אין דער איד זענען מענטשן וואס לעבן נישט מיט די נייעס וואס זיי שרייבן זיי ענזשויען נישט א געשמאק שטיקעל נייעס און זיך מפלפל זיין
זיי ליגן נישט און פארשטייען נישט פאליטיק
סך הכל שרייבן זיי איבער א שטיקעל CNN און דאס איז עס
דאס באדערט פאר די ליינער, ביזט לינק איז א האלבע צרה אבער שרייב כאטש אינטערעסאנט און צו די זאך
עס דערמאנט מיך פון איינער פון די חרידישע זשורנאליסטן ביי די 2012 וואלן ווען ריק פערי איז שוין צוויי וואכן געווען נידריג אין די אנקעטעס איז ער נאך געווען ביזי ווי הויעך ער איז
איך ליין נישט קיין צייטונגען אבער דעם דבר יום ביומו זעיעך יא פון צייט צו צייט און צומאל רעגט ער מיך אויף מיט זיין נארישע איינזייטיגע קאמענטס אין די נייעס