איינזייטיגקייט אין היימישע צייטונגן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:20 pm

שקר קיינער האט נישט גערעדט פון בויקאטען מען האט גערעדט אז ווער עס גלייכט עס נישט ווי אזוי זיי שרייבען די נייעס זאל עס נישט קויפען און די זעלבע זאך ווער עס גלייכט נישט סודה פון מים חיים צו פון א אנדערע קאמפעני זאל עס נישט קויפען
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:39 pm

איך האב נאר געטראפען די פרשת עקב איד ביי מיר און איך גיי ליינען נייעס ביי נייעס און וירא הקהל וישפוט:

די אנאליז איז דאך אן אפיניען סאו דאס גיי איך נישט דורעכגיין אפילו איך געטרוי מיר צו שרייבען אז ער איז א שקרן פון ערשטע קלאס (ער זאגט דאך זיין שקר ברבים) אבער מיט דעם אלעם העמיר נאר גיין אויף די נייעס.

דער איד פעידזש 19: איבער טראמפס מסכום זיין זיך צו טרעפן מיט רוהאני: און איז נאך א צייכען פון אומדורעכגעקלערטער און מאדנע סטיל פון דיפלאמאטיע.

מטעמים: איז דאס נייעס אדער אייער אפיניען?

ווייטער: די הויעכע געהילפען פון ווייסען הויז זענען ווידער אמאל געטראפען געפלעפט און געזאגט אז זיי ווייסען נישט פון קיין שום אינערליכע פלאנירונג פאר א מעגליכע מיטונג מיט רוהאני.

מטעמים: 1. נישט געוועהן אזא זאך אין די נייעס אז איינער פון די ״הויעכע״ געהילפען זאלען זיין שאקירד פון טראמפס זשעסט (ליגענט)
2. טראמפ האט דען יא געזאגט אז עס איז דא א סקעזשוועלד מיטונג? ער האט געזאגט אז ער איז גרייט, סאו וואס מאכט דער שרייבער דא משוגע.

איך האב נישט קיין געדולד צו זיצען דערויף אבער פאר די וואס האבען געבעטען משלים דאס איז א טייל, איין זאך דערמאן איך מיר יעצט אז לעצטע וואך האט ער געשריבען א לאנגע נייעס איבער טראמפס קאמענטארען וועגן די פייערס אין קאליפארניע, ער שרייבט: די פאלק איז אויפגעשטאנען אין שאק אז דער פרעזידענט האט נאכנישט געשיקט קיין טרייסט וואונטשען אבער געלאפען קריטיקירען.

איך האב עס געלייענט מיט אינטערעסע איך בין געוועהן זיכער אז איך גיי דארט געוואר ווערן די אמת צו קאליפארניע פארקירווערט וואסער פאר ענווייראמענטעל סיבות אבער וואס ווען ווי גארנישט.

איך שטעל זיך פאר אז די שרייבער איז געווארען אזוי שאקירד פון טראמפס טוויט אז ער האט פארגעסן צו ענדיגען די ארטיקעל.

כתה ט איט איז.

ווייטער:
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:52 pm

צוויי פעידזשעס ווייטער שרייבט דער אינגעל וואספארא הארטע געלונגענע סטראטעגיע דאס איז פארען פרעזידענט אראפצורייסען מוללער.

טאטאלע בייעסד אנטי טראמפער אן קיין טראפ וויסענשאפט אין נייעס, דא אויפען וועלטעל האמיר נישט אזאנע טראללס אפילו.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:24 pm

אויב דו רעדסט צו מיר... איך האב געמיינט צו בעטן בילדער...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:29 pm

זאג נישט פאר קיינעם, נאו איידיע וויאזוי מען טוהט עס.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:30 pm

:grin:

א הייס שטיקל גאסעפּ אויף אונזער מטעמים!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:41 pm

יש ברירה האט געשריבן::grin:

א הייס שטיקל גאסעפּ אויף אונזער מטעמים!

:lol: פרובירט איין מאל צוויי מאל, עס גייט נישט.

איך באקום נישט באצאלט פון דער איד א קאנסאלטינג פי אז עס זאל זיך לוינען צו ספענדען נאך א סעקונדע דערויף.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:47 am

ביי די וועי איז נישטא אזא אנאליז וועגן פארקירעווען וואסער אין ערגעץ ווייל די ווייסע הויז האט נישט געקענט ערקלערן וואס ער האט געמיינט מיט די טוויט.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 am

אזוי ווי איך בין געווען דער פותח האשכול וויל איך מודיע זיין אז איך האב בכלל נישט געהאט בדיעה אראפצורייסן א ספאסיפישע צייטונג אבער למעשה האבן מאנכע ניקס דא געהאלטן און איין אראפרייסן די איד, וויל איך לאזן וויסן אז איך האב נישט געמיינט קיינעם, איך האב געמיינט יעדן. איך זעה בכלל נישט ווי דער בלאט איז בעסער אין דעם הינזיכט. די בלאט האט אפאר וואכן צוריק געהאט אויף די העדליינס ״וועלט פארדאמט טראמפ״ אדער ״וועלט אין שאק פון טראמפ״ איך געדענק שוין נישט פינקטליך פארוואס (פארוואס נישט...) און ליינענדיג די גאנצע נייעס האט זיך ארויסגעשטעלט אז נאר אפאר אפגעריסענע לוזערס סענאטארס/קאנגרעסלייט ווי מעקעין וחבריו האבן אראפגעריסן טראמפ. אה איך האב פארגעסן טשיינע אדער איראן האבן אויך פארדאמט שטייטזיך ווייל אויפן גנב ברענט דאס היטל. גראדע קויף איך דער איד בעיקר וועגן די תורה אפטיילונג, זיי מאכן א מעסיוו מעסיוו דשאב, סלוינט זיך די דריי דאלאר נאר פאר דעם אליינס.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 10:38 am

רייכע אינטערוויו אין "מאמענט" מיט די שרייבער פון די פאליטישע נייעס אין "דער איד".
ווי ער קלארט אויס זיין שטעלונג בנוגע טראמפ.
#אייוועלט
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

יונה
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:02 am

א גוטן האט געשריבן: גראדע קויף איך דער איד בעיקר וועגן די תורה אפטיילונג, זיי מאכן א מעסיוו מעסיוו דשאב, סלוינט זיך די דריי דאלאר נאר פאר דעם אליינס.

עגרי, די תורה אפטיילונג איז זייער רייך און שיין. אבער די ביזנעס אפטיילונג איז בכלל נישט אוועקצומאכן, אינפארמאטיוו באלערנט און אינטערסאנט, די קינדער ווארטן שוין קוים אויף די פאמיליע אפטיילונג און די פארזעצונג איז אויך שטארק ציענד [אזוי געהערט אין שטוב.. איך האב עס נאכקיינמאל געליינט], יעצט זומער איז דא אינטערסאנטע נייעס און שיינע ארטיקלן אין די קעצקילס אפטיילונג, אה די אלטע אויסשניטן פון 50 יאר צוריק איז מיר אויך גאר אינטערסאנט.

סא יא די פאליטיק נייעס איז נישט פעירלי בעלענסט און קען דערנעווירן, באט אדער דען דעיט איז דא אסאאאאך וואס צו ליינן פאר די גאנצע פאמיליע.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:42 am

איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער דער איד און דער בלאט, כ׳ווייס נישט וועגן אנדערע, אבער זיי עכ״פ זענען בכלל נישט דא צו זיין גלייך מיט די אנגענומען פרינציפן פון אנדערע צייטונגען.
ביידע זענען בעיקר געצילט צו פירן א פראפאגאנדע קאמפיין קעגן ציונות און זייערע מדינה, ממילא אטאמאטיש איז שוין די גאנצער סיסטעם פארפאגאנדעריש און נישט נייטראל.
איינזייטיגקייט קעגן טראמפ שטאמפט דירעקט פון דער ציוניסטישע פרא טראמפ עטיטוד, ס׳האט גארנישט מיט רעכטס אדער לינקס,ס׳איז א נאטירליכע סובקאנשעס וועג פון טראכטען, זיי אליינס ווייסן נישט אז זיי ווערן מאניפולירט דורך זייער הונטערן געוויסן, צוליב די אנטי מדינה ציקראפט, צו שרייבען קעגן יעדער זאך וואס איז פרא ביי זיי.
נישט נאר זיי, נאר פאר יעדער וואס איז אויסגעקאכט אין די סאטמארער שיטה, א זייער שוער צו האלטן א געהעריגע באלאנס נישט גענויגט נאר נייטראל.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:03 pm

זע איך דא אסאך סאטמערע פרא טראמפ (און האלטן אויך אז פאליטיש גערעדט איז ער גערעכט מיט זיין מד''י שטעלונגען
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:34 pm

איטשע האט געשריבן:איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער דער איד און דער בלאט, כ׳ווייס נישט וועגן אנדערע, אבער זיי עכ״פ זענען בכלל נישט דא צו זיין גלייך מיט די אנגענומען פרינציפן פון אנדערע צייטונגען.
ביידע זענען בעיקר געצילט צו פירן א פראפאגאנדע קאמפיין קעגן ציונות און זייערע מדינה, ממילא אטאמאטיש איז שוין די גאנצער סיסטעם פארפאגאנדעריש און נישט נייטראל.
איינזייטיגקייט קעגן טראמפ שטאמפט דירעקט פון דער ציוניסטישע פרא טראמפ עטיטוד, ס׳האט גארנישט מיט רעכטס אדער לינקס,ס׳איז א נאטירליכע סובקאנשעס וועג פון טראכטען, זיי אליינס ווייסן נישט אז זיי ווערן מאניפולירט דורך זייער הונטערן געוויסן, צוליב די אנטי מדינה ציקראפט, צו שרייבען קעגן יעדער זאך וואס איז פרא ביי זיי.
נישט נאר זיי, נאר פאר יעדער וואס איז אויסגעקאכט אין די סאטמארער שיטה, א זייער שוער צו האלטן א געהעריגע באלאנס נישט גענויגט נאר נייטראל.

אינטערעסאנטע פוינט!
1 + 1 = חלה דעקל...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:43 pm

אבער נישט אמת, זיי זענען נישט געוועהן פרא אבאמא בכלל, נאר ווען דער שרייבער האט געזעהן כי כלתה עליו האט ער דעסיידעד צו גיין פולי קעגן טראמפ און אבאמא איז אים גוט געווארען.

די פראבלעמען וואס זיי האבען איז סך גרעסער ווי זשאסט פאליטיקס, עס איז די קוואליטעט פון א צוועלף יעריג קינד, כתה ט׳ סטייל.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:55 pm

ממש צוועלעף יעריג קינד? כיתה ט'? פארוואס עפעס? שרייב שוין צען יעריג קינד, כיתה ז'...

די הייפּערבולי וואס דא טוט זיך קעגן היימישע שרייבערס אין היימישע צייטונגען איז נישט מער ווי קראנק.

אמת, קענסט דיסעגריען מיט וואס איינער שרייבט, קענסט האלטן אז יענער שרייבט נישט אזוי גוט, אבער ריעלי? ממש כיתה ט' קוואליטעט איז די נייעס אין בלאט און אין איד?

גיוו מי עי ברעיק.

איך וועל מוזן קומען צו די החלטה, אז טייל פון די קריטיקירער דא, זענען אזעלכע וואס זענען פשוט שרעקליך דזשעלעס אז זיי זיצן ביי א 9 טו 5 דזשאב, און קענען נאר אויסגעבן זייער "טאלאנט" מיט בייסיגע קאמענטארן און סנארק אויף אייוועלט, און נישט עס טאן פאר א ליווינג ב"ה.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:15 pm

איר זענט נישט גערעכט. ווען דו האסט א צודרייטע טאטע און מען בארעדט אים וואלט עס דיר נישט געשטערט? אסאך האבן דא אדאפטירט דעם ירום הודו מיט אזא געטריישאפט אז עס שטערט זיי באמת
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:19 pm

עס עפעס האט געשריבן:ממש צוועלעף יעריג קינד? כיתה ט'? פארוואס עפעס? שרייב שוין צען יעריג קינד, כיתה ז'...

די הייפּערבולי וואס דא טוט זיך קעגן היימישע שרייבערס אין היימישע צייטונגען איז נישט מער ווי קראנק.

אמת, קענסט דיסעגריען מיט וואס איינער שרייבט, קענסט האלטן אז יענער שרייבט נישט אזוי גוט, אבער ריעלי? ממש כיתה ט' קוואליטעט איז די נייעס אין בלאט און אין איד?

גיוו מי עי ברעיק.

איך וועל מוזן קומען צו די החלטה, אז טייל פון די קריטיקירער דא, זענען אזעלכע וואס זענען פשוט שרעקליך דזשעלעס אז זיי זיצן ביי א 9 טו 5 דזשאב, און קענען נאר אויסגעבן זייער "טאלאנט" מיט בייסיגע קאמענטארן און סנארק אויף אייוועלט, און נישט עס טאן פאר א ליווינג ב"ה.

עפעס פארשטייט איר נישט..
ווען אלבערט פריעדמאן שרייבט בייסיג קעגן טראמפ איז עס כאטש פארפעסיאנאל און קונצליך ער שרייבט נישט קיין גראבע ליגענטס ,
משא"כ ווען איר שרייבט איז עס נישט מער ווי "קינדיש" ווי א קינד וואס שטויסט מיט די פיס און וויל א לאליפאפ..
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:26 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:

וואס זאל איך דיר זאגן? ייש"כ פאר'ן קאמפלימענט?

איין זאך קען יעדער זיכער זיין, ווען די רעדאקציעס זעען די קאמענטארן דא און בכלל וואס קומט אן אויף די פאסט און אויף אימעיל, פון אלע קראנקע חרדישע פרא-טראמפיסטן, האט מען נישט מער ווי א זאפטיגן לאך. סאו אויפטאן טוט עס גארנישט אויף.

עניוועי, מיין ציהל איז נישט דא צו גיין אהין און צוריק.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:31 pm

עס עפעס האט געשריבן:

האב איך הנאה אז די לייקנסט נישט אז די האסט פיינט טראמפ און דיינע באריכטן זענען אנטי טראמפ, אטע דאס טייטש "פאלשע נייעס"
שוין לאנג וואס איך טריי עס אויפציוויזן פאר מיינע חבירים...
@מטעמים יו וואן..
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:45 pm

איך פריי זיך אז כ'האב געקענט מאכן א איד האבן הנאה...

כ'זעה נאר נישט וואו אין מיין תגובה איך האב מודה געווען אדער געלייקנט אז איך שרייב אנטי-טראמפ אדער פרא-טראמפ.

(איך וועל פרובירן זיך איינצוהאלטן פון ווייטער ענטפערן אויף דיין קומענדיגע תגובה...)
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:53 pm

עס עפעס האט געשריבן:איין זאך קען יעדער זיכער זיין, ווען די רעדאקציעס זעען די קאמענטארן דא און בכלל וואס קומט אן אויף די פאסט און אויף אימעיל, פון אלע "קראנקע" חרדישע פרא-טראמפיסטן, האט מען נישט מער ווי א זאפטיגן לאך. סאו אויפטאן טוט עס גארנישט אויף.

שמעקט פון עפעס אן איינגעגעסענע שנאה..
האלט דיך איין...
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:58 pm

עס עפעס האט געשריבן:ממש צוועלעף יעריג קינד? כיתה ט'? פארוואס עפעס? שרייב שוין צען יעריג קינד, כיתה ז'...
איך וועל מוזן קומען צו די החלטה, אז טייל פון די קריטיקירער דא, זענען אזעלכע וואס זענען פשוט שרעקליך דזשעלעס אז זיי זיצן ביי א 9 טו 5 דזשאב, און קענען נאר אויסגעבן זייער "טאלאנט" מיט בייסיגע קאמענטארן און סנארק אויף אייוועלט, און נישט עס טאן פאר א ליווינג ב"ה.

און אלע קריטיקירער אין די נגינה אשכולות ווילן ווערן זינגערס אדער קאמפאוזערס? אלע וואס קריטיקירן די אייז קריעם טראקס ווילן ווערן א טראק דרייווער? אלע וואס קריטיקירן די ישיבה סיסטעם ווילן ווערן ראשי ישיבות? וואו שטעלט זיך עס אפ?

רוח מצויה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובהדורך רוח מצויה » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:59 pm

מטעמים האט געשריבן:אבער נישט אמת, זיי זענען נישט געוועהן פרא אבאמא בכלל, נאר ווען דער שרייבער האט געזעהן כי כלתה עליו האט ער דעסיידעד צו גיין פולי קעגן טראמפ און אבאמא איז אים גוט געווארען.

די פראבלעמען וואס זיי האבען איז סך גרעסער ווי זשאסט פאליטיקס, עס איז די קוואליטעט פון א צוועלף יעריג קינד, כתה ט׳ סטייל.

עגרי פולי, די פלעינע וועלטליכע נייעס דארף גאר א שטארקע תיקון דארט סיי אין קוואליטעיט, און סיי און שפראך, ס'ליינט זיך עפעס זייער נישט געשמאק דארט, ס'איז נישט קיין פארגלייך צו די די צייטונג וואס איז געשריבן אויף אסאך א געשמאקערע שפראך און ליינט זיך אסאך מער פליסיג.

איך וואלט געחלומ'ט פון א 'דער איד' וואס אזעלכע שרייבערס ווי מטעמים, זאכליך, בוידעם, טינק טאנק, פאליק וכו'

א 'בלאט' מיט שרייבערס ווי טשאדעלע, וויכטיג מאכער, צל עובר, שמאטע וכו'

(כאפצעם, ברירה, און הבל ווייס איך פשוט נישט אויף וועלכע זייט זיי שטייען...) דאן וואלט געווען וואס צו ליינען...

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 5:25 pm

עס עפעס, איר מאכט א מעכטיגע ארבעט אין די צייטונגען, מיר זענען זיך מחיה דערמיט יעדע טאג און סוף וואך נאכאמאל! די געשמאקע שפראך און גוטע נייעס באריכטן זענען עפעס וואס ברענגט א עונג שבת!
אויב גארנישט איז נישט אויסטערליש, דאן האסטו אן אויסטערליש גוט לעבן!

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בריוועלע און 8 געסט