יעצט באמערקט דעם אשכול.
וואלט געווען א געוואלדיגע געדאנק ווען ווער עס קען זאל אהערשטעלן זיין עקספיריענס מיט דרייווערס לעגאויס גאנץ אייראפע, און זייערע אינפארמאציע.
און א בקשה צום פותח, אפשר טוישן די קעפל צו "גוטע דרייווערס אין אייראפע"
אני הק' האט ב"ה גוטע עקספיריענס אין אוקריינא מיטן דרייווער "פעטער פון בארדיטשוב".
אויך האב איך שוין געניצט איינער "אליעזר" פון אונגוואר, א גוטע דרייווער, רעדט אידיש, נאר זיין קאר/ווען איז נישט געווען די נייעסטע.
Leonid Shyfrys
[email protected]אבער אמאל האט ער מיר צוגעשטעלט א יונגע אוקריינער דרייווער מיטן נאמען "פעטער" (נישט דער אויבענדערמאנטע), און יענער איז געווען פיל באקוועמער, אבער ער פארשטייט נישט קיין ענגליש, נאר אביסל דייטש.
אין מערב דייטשלאנד [פראנקפורט, מיכלשטאט, ווארמייזא, מאגענצא] האב איך שוין געניצט א יוד מיטן נאמען "יורם", ער איז געוואלדיג, נאר אביסל טייער.
איצט זיך איך א דרייווער אין האמבורג, דרום דייטשלאנד. ווער עס קען מיר ארויסהעלפן וואלט איך זייער מכיר טובה געווען.