איינס האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:שקר ווי די עבודה זרה!!
ביז יעצט האב איך נישט געוואוסט וואס יהדות איז, יעצט ווייס איך שוין אויך נישט וואס עבודה זרה איז ;)
אויב דאס איז דאס גאנצע וואס דו האסט מגיב צו זיין, דאן בין איך העכסט צופרידן....
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
איינס האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:שקר ווי די עבודה זרה!!
ביז יעצט האב איך נישט געוואוסט וואס יהדות איז, יעצט ווייס איך שוין אויך נישט וואס עבודה זרה איז ;)
נשמת השכל האט געשריבן:איינס האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:שקר ווי די עבודה זרה!!
ביז יעצט האב איך נישט געוואוסט וואס יהדות איז, יעצט ווייס איך שוין אויך נישט וואס עבודה זרה איז ;)
אויב דאס איז דאס גאנצע וואס דו האסט מגיב צו זיין, דאן בין איך העכסט צופרידן....
נשמת השכל האט געשריבן:דניאל אויערבאך האט געשריבן:עס איז זיכער אז קינדער דארפן אסאך מאל א שטרענגע דיסציפלין און מען דארף זיי געבן א פעטשל אדער א אנדער עונש ווען מ'טוט א עבירה אדער חוצפה אדער שקר וכו', און מדארף זיי קלאר מחנך זיין אויף שכר ועונש נאך די 120, ווי עס שטייט אין אלע ספרים. קינדער האבן נישט די שכל פון ערוואקסענע צו פארשטיין די אינערלכיע גרויסקייט און חשיבות פון טון מצוות און זיין א איד, אדער די שכר אין 120 יאר ארום.....דניאל אויערבאך האט געשריבן:אבער מיר מישן דא אביסל ארום פון גרויסע מענטשן.... יא אונז טאטעס.... ווי אזוי "מיר" קוקען אן אידישקייט. דאס טאר נישט זיין געבויעט אויף עונש. סיי ווייל מיר זענען קלוגער פון דעם. און סיי ווייל דאס נעמט אוועק די אפעטיט פון עבודת ה' כראוי. מיר קענען זיך פארטיפן אין פארשטיין אביסל די חשיבות פון זיין א איד און מאכן א נח"ר פארן רבש"ע. מיר האבן גענוג ספרים און לימודים איבער די געוואלדיגע אהבה וואס דער באשעפער האט צו אונז און די חשיבות פון יעדע קליינע מצוה וואס זאל אונז מאכן וועלן דינען די באשעפער און נישט זוכן אנדערע גליקן. אבער אזוי ווי די יצר הרע שלאפט נישט און זוכט אונז אפציקילן פון די מחשבות און אונז פארטושן מיט די תאוות העולם השפל הזה ע"כ מוז מען אויך האבען דעם פחד פון דעם עונש ביי די זייט, און ווען עס פאסירט א אומגליק זיך מתבונן זיין ווי שטיי איך אויף די וועלט פארוואס שיקט דער באשעפער די שוועריגקייטן אא"וו, אבער נישט אז מען זאל זיין ביזי טאג און נאכט און מיט דעם און נאר זיך היטן פון א עבירה וועגן די עונש (אדער פיער פרעשער....) נאר כסדר זאל מען טראכטן פון אונער חשיבות אשרינו מה טוב חלקינו וכו'. ויש להאריך עוד.
שקר ווי די עבודה זרה!!
קינדער און עלטערן דארפן ביידע ארויסהאבן דעם יסוד היהדות מיט א ברירות! און אויב איז מען מחנך די קינדער מיט די פרטים ווי רב אויערבאך זאגט, דאן וועט דאס גאנצע יודישקייט באשטיין אויף די עטליכע פרטים ולא יותר, און אז מארגן וועט דער טאטע שרייען אז מיין קינד איז אראפ פון יודישן וועג! ער האט געלייקנט אינעם אייבירשטן! וכדו', זאלט איר וויסן אז דער טאטע זאגט ליגנט.....
דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס שרייסטו אזוי ??? שקר ??? עבודה זרה????
דער מנהל האט מיר מעתיק געווען א טוץ מיט ספרים ווי עס שטייט עאז ממוז מחנך זיין די קינדער מיט א פחד פאר א עונש, האב איך געזאגט פשוט אז לא פליגי. מען דארף טאקע מחנך זיין די קינדער אבער ביי זיי דארף מען טאקע מער מחנך זיין אויף למעשה ווייל זייער שכל איז נאך צו קליין צו פארנעמען כלשונך "די יסוד היהדות מיט א ברירות".
אפשר וועל איך באלד מעתיק זיין די ספרים פון מיין אישי קעסטל
נשמת השכל האט געשריבן:ווייזט אויס אז די נסיונות זענען שוין פארמיטן געווארן, סוי מען קען שוין פארמאכן דעם אשכול....
נשמה האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:ווייזט אויס אז די נסיונות זענען שוין פארמיטן געווארן, סוי מען קען שוין פארמאכן דעם אשכול....
אוי נשמת נשמת כל חי, נשמת נשמת כל חי, תברך את שמך... וכו'.
די וועג צו פרובירן פארמיידן די נסיונות איז אויך אז מ'זאל זיין א גוטע נאנטע טאטע מאמע וואס געט ליבשאפט. דאס קינד דארף וויסן אז די סביבה 'די לופט' געט גענוג סיפוק, אז מ'זאל עס נישט דארפן זוכן ערגעץ אנדערש. אדער גאר אנטלויפן דערפון. והשם הטוב יעזור. דער עיקר איז תפילה. און סיעתא דשמיא.
נשמת השכל האט געשריבן:דאס איז די זאך וואס עלטערן דארפן טוהן!
אוי וויי טאטע האט געשריבן:נאר געוואלט מעורר זיין א נקודה למחשבה,
די אלע וואס האבן טענות אויף די נעגעטיוויטי פון חינוך וואס נעמט זיך לויט זיי פון ניצן די שיטה פון שכר ועונש,
לפי הפראקטיק און אייגענע בליק איז בכלל נישט דאס די גורם,
דער מציאות באווייזט אז די אלע מענטשן וואס האבן נעגעטיוו מחנך געווען די קינדער איז עס געקומען פון אומאנטוויקלטע הרגשים בכלל ווי אזוי צו אומגיין מיט קינדער און ווי אזוי צו ארויסווייזן געפיל, אפי' אין גאר אנדערע זאכן וואס האט קיין שייכות מיט חינוך, די מענטשן זענען עפ"י הרוב 'סעלפישע' מענטשן מיט בכלל ווייניג געפיל צו אנדערע,
און זיי האבן פשוט נישט געפילט די וויכטיגקייט פון מאכן פרייליך די קינדער און מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים, די עיקר איז אז אלעס זאל זיין און פלאץ, די קינדער זאלן טוען וואס זיי ברויכן ווי מאשינען,
וואס אסאך קליגע מענטשן טוען עס אנלייגן אויף די וועלט מלחמה (עי' בספר ויגבה לבו שהאריך בזה בביאור הענין בטוטו"ד) ואכמ"ל ודו"ק, פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין כלל
אין אסאך יודן וואס האבן דורכגעלעבט די מלחמה זענען געווען גאר ליבליכע עלטערן, אבער אסאך וכו', עס איז אומאנגענעם צו רעדן דערפון אבער עס איז א פאקט,
אבער עס ארויף לייגן אויף 'שכר ועונש' איז לענ"ד נישט די גאנצע ווארהייט,
נ.ב. עס מיינט נישט אז היינט דארף מען נישט רעדן מער פון די ליכטיגע געשמאק פון תורה ומצות, איך רעדט נאר אויף די חלק האביוז.
אוי וויי טאטע האט געשריבן:די וויכטיגקייט פון מאכן פרייליך די קינדער און מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים
נשמה האט געשריבן:אוי וויי טאטע האט געשריבן:די וויכטיגקייט פון מאכן פרייליך די קינדער און מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים
וואס מיינט: מאכן א געשמאקע אטמאספערע אינדערהיים? וויאזוי טוט מען עס?