שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

@אין כל חדש, לויט ווי @מיכאל פארציילט האט דאס קינד דאך פארציילט וואס עס טוט זיך אינדערהיים, סאו וואס איז בכלל דיין שאלה? און אפי' נישט איינער מיט א גוטע נאז קען עס דערקענען.
צווייטנ'ס ווער זאגט דיר אז ער איז נאר באקאנט מיט דעם איך זעה אים דאס נישט זאגן אין זיין גאנצע תגובה
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

צילוב מיינע עוונות איז דא פארגעקומען א מחיקה, געמעקט מיט רעכט.
זקן מלא רחמים.
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

Williamsburg האט געשריבן:ג' ראה כו מנחם אב תשע"ח לפ"ק ולמס' 08/07/2018

איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט אויסגעהונגערט גיימער ארויס קויפן נאכטמאל צו האבן כוח לעבוד עבודת בוראי
האלטן מיר אינמיטן אפרוימען און ויהי די קראנקע נפש איז דא
און מיט אזא קאנטראלישע טאן פאנגט זי אהן משוגע מאכן רוים אראפ דעיס רוים אראפ יענץ כאילו איך בין שוין פארטיג און איך פלאן נישט צו ענדיגן. וואס א יעדע נארמאלע מענטש מיט אביסל דזשעלי און קאפ פארשטייט אז מען איז נאך נישט פארטיג. און איך נישט קענענדיג פארנעמען דעי אויפירעכטץ בינעך מיר אריין און שטוב און טאקע פארן ענדיגן. און בדרך אגב גייט דעיס שוין אהן יארן פון ווען איך געדענק אז סזאל נישט אדורך גיין א שבת אדער יו"טדיגע סעודה וואס מען זאל זיך נישט דארפן אויפשטעלן פון פלאץ יעדע מינוט ווייל א באטל איז געווארן ליידיג און שרייען מען זאל עס לייגן און גארבידזש. וואס אחוץ המעשה האט עס סייווי קיינמאל נישט אויסגעזעהן ווי א סעודה פון אזויפיל קולות וברקים און מיאוסע אויפירעכטץ. איז פארן ארויסגיין צו מעריב פארשטייצעך באקומט מען נאך א פעקל קולות און זידלינגען און פארדעים ביזטו נאכנישט קיין חתן וכו' וכו'. האבעך נישט געהאט קיין ברירה און איר נעבעך צוריקשרייען אז אויב די פארשטייסט פארוואס איך האב נישט גענדיגט איז גוט אז נישט קען איך דיר נישט העלפן איך וועל מיר נישט לאזן פירן פון דיין קרענק.
און ויהי לפלא אהיימקומענדיג און די גאנצע טאן האט זיך געטוישט. אבער פארשטייטצעך זענדיג אפאר ספרים ליגענדיג אראפגעווארפן פאר כעס אויפן קרקע בבזיון(איך זאג פארשטייצעך ווייל ליידער איז עס א אפטע ערשיינונג זי זאל אראפווארפן ספרים ווי א קליין קינד) קוקט אויס ווי עפעס האט עס געהאלפן

און יעצט צו ענק אלע טייערע מוחים דא. ענק זענען העפליך געלאדנט צו מוחה זיין נו כיבוד אם, מחוצף, .ענק וועלן עס סייווי קיינמאל נישט פארשטיין און ענק זאלן עס נישט פארשטיין
און האטס מיר אלע א גוטע נאכט

איך האף די מעשה וועט זיין דיין לעצטע מעשה, איך וואלט דיר געראטן צו גיין צו איינעם, וואס זאל דיר באגלייטן אויף טריט און שריט, ווייל אפי' נאך פאר מ'היילט דיר אויס, דארפסטו האבן די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו דילן מיט דעם בפ"ד, ווען אים איגנארירן, ווען צוריק ענטפערן, און ווען זיין דער וואוילער שעפעלע וואס העלפט אזוי שיין.

אבער דאס יא, איך האב מיטגעפילט דיין פיין און ווייטאג, און איך באוואונדער דיין שטארקן כאראקטער, פון דיין שרייבן דא זעהט זיך אויס, ווי דו ביסט נישט צוקלאפט פון דעם (כהיום), נאר דו דערהויבסט זיך דערפון,
עלה והצלח.
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

התבונני האט געשריבן:
קוטיג האט געשריבן:ר' שמעון גרין ... האט בעיקר גערעדט פון שלום בית...
וי מ'רעדט דא, איז גאר דע עיקר ווייטאג און צאמגעליטענע, פון קינדער פון א טאטע אדער מאמע, וואס האבן די קרענק ל"ע,
וואס אויף דעם פארשטייט זיך - אז דער קינד אליין קען זיך נישט העלפן - דארף מען האבן עסקנים וואס זאלן טוהן דערויף, און אנהייבן מטפל זיין...

בכלל האט ער זייער אכטונג געגעבן וויאזוי ער בארירט די נושא - ודי
אבער האט אויך אריינגעווארפן די נושא פון עלטערן/קינדער

ר' שמעון קען דאך נישט רעדן אין פאבליק, זאכן וואס קען נאר געזאגט ווערן באופן אישי פאר יעדען באזונדער לויט זיינע אומשטענדן
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

מיאושדיגער האט געשריבן:@אין כל חדש, לויט ווי @מיכאל פארציילט האט דאס קינד דאך פארציילט וואס עס טוט זיך אינדערהיים, סאו וואס איז בכלל דיין שאלה? און אפי' נישט איינער מיט א גוטע נאז קען עס דערקענען.
צווייטנ'ס ווער זאגט דיר אז ער איז נאר באקאנט מיט דעם איך זעה אים דאס נישט זאגן אין זיין גאנצע תגובה

אויף דיין צווייטע הערה, וועל איך זאגן בבושת פנים טעיתי עפעס איז מיר געליגן אזוי אין מחשבה אז ער זאל האבן געשריבן אז ער איז נישט קיין מומחה אין ADHD צו נ.פ.ד. אבער איך האב עס פרובירט נאכצוזוכן און עס שיינט אז חלום חלמתי, און גיי מיר עס טאקע פאררשכטן אין מיין תגובה.
אויף דיין ערשטע הערה, איז דער ענטפער אז עס איז שוין שמור בקרבי זייט די תגובה ווי עס איז שטארק משמע אז ווען ער דערשמעקט א פראבלעם טוט ער למעשה וואס מיינט בפשטות האבן אן אפענעם שמועס מיטן קינד, און ער שרייבט אז ער וועלידעיט די ווייטאגן, (הגם יש לדון אז די סטעפ נעמט ער נאר נאכן וועריפייען אז דער פראבלעם שטעקט טאקע דייקא אין די עלטערן'ס ב.פ.ד.)
וועל מיר ווארטן אז ר' מיכאל זאל ענדיגן זיין עבודת הקודש און קענען אויסקלארן
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

האבן א אפענעם שמועס מיט א קינד מיינט נישט פרעגן פרעגן דירעקטע שאלות, נישט אזוי ארבעט א טעראפיסט/מחנך מען פרעגט אזעלכע שאלות ארום און ארום וואס ברענגט אז אויב עפעס איז דא קומט עס אליין ארויס, און אוודאי דארף מען דאס טוהן זייער פראפעשענעל, נו פארדעם דארף מען זיין א מחנך און נישט סתם עפעס א שמוגער
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

אין כל חדש האט געשריבן: (הגם יש לדון אז די סטעפ נעמט ער נאר נאכן וועריפייען אז דער פראבלעם שטעקט טאקע דייקא אין די עלטערן'ס ב.פ.ד.)
וועל מיר ווארטן אז ר' מיכאל זאל ענדיגן זיין עבודת הקודש און קענען אויסקלארן

קודם רייסטו אים אראפ און נאכדעם זאגסטו אז עס איז נאר 'יש לדון'? און נאכדעם זאגסטו אז מיכאל זאל טאקע אריין קומען אויסקלארן? סאו פארוואס מאכסטו אין פורסט פלעיס מסקנות וואס דו ביזט בכלל נישט זיכער אויב עס איז טאקע אזוי געווען?
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

בוודאי קען מען זיך דינגען פונקטליך וואס ער האט געמיינט, אבער פון אלעס ארום און ארום קוקט עס מיר אויס, ווי ער אינדענטעפיצירט די פראבלעם, ווייל לפי דבריו פארלאזט ער זיך אויף זיין עקספעקטיז אין די נושא צו קענען גרינג דערשמעקן אזא פאל, און ערשט נאכדעם מיט א פערטיגע דיאגנאז באהאנדעלט ער עס
וואס דאן קענסטו זיין זיכער אז דער שמועס מיטן קינד גייט אנדערש צו ווי ווען א טעראפיסט צילט צו א געוויסע דיירעקשאן אנשטאט א אויפריכטיגע עוועליועישאן
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

מיאושדיגער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן: (הגם יש לדון אז די סטעפ נעמט ער נאר נאכן וועריפייען אז דער פראבלעם שטעקט טאקע דייקא אין די עלטערן'ס ב.פ.ד.)
וועל מיר ווארטן אז ר' מיכאל זאל ענדיגן זיין עבודת הקודש און קענען אויסקלארן

קודם רייסטו אים אראפ און נאכדעם זאגסטו אז עס איז נאר 'יש לדון'? און נאכדעם זאגסטו אז מיכאל זאל טאקע אריין קומען אויסקלארן? סאו פארוואס מאכסטו אין פורסט פלעיס מסקנות וואס דו ביזט בכלל נישט זיכער אויב עס איז טאקע אזוי געווען?

בארואיגט אייך חבר טייערער, איך רייס נישט קיינעם אראפ, איך ברענג ס"ה ארויס מיין בליק, און יש לדון האב איך געשריבן אויף די חלק וואס ער שרייבט אז ער וועלידעיט, אבער ווי ערווענט אין מיין פריעדיגע תגובה איז מיין וואונדער (נישט ח"ו אראפרייסן) אויף וויאזוי עס קוקט מיר אויס פון זיינע תגובות זיין וועג צוצוגיין צו די נושא, און נישט דייקא אויף די וועלידעיטן חלק ווייל אויף דעם איז דאך יש לדון
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ער שרייבט בכלל נישט וויאזוי ער גייט צו צו די נושא דו האסט ס"ה געמאכט פשעטלעך אין זיינע ווערטער.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

מיאושדיגער האט געשריבן:ער שרייבט בכלל נישט וויאזוי ער גייט צו צו די נושא דו האסט ס"ה געמאכט פשעטלעך אין זיינע ווערטער.

איך הער וואס דו זאגסט
אבער אלס איינער וואס האט זיך אסאך געדרייט אין תלמוד תורות אין מיטגעהאלטן א געוואלד קעיסעס מיט פארקלאפטע קינדער ל"ע משום כמה וכמה סיבות שונות, האב איך געליינט אין זיינע ווערטער אז ביי אים אין מח איז דאס דער נאמבער 1 פראבלעם אין וואס ער איז אלעס תולה און במחשבה תחלה פארן שמועס מיטן קינד
מעגסט זיין מחולק מיט מיר, איך וויל נאר קלארשטעלן אז איך האב באזירט מיינע תגובות לאו דוקא ווייל איך וויל אראפרייסן מיכאל'ן נאר בעיסד אויף הנראה לענ"ד פון זיינע ווערטער
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

לאו דוקא טאקע נישט אבער אויך יא
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

איך וויל פרובירן אביסל אנצוצייגן ווי עס שמעקט מיר אזוי פון זיינע ווערטער
נישט אז ר' מיכאל איז א ראשון און א יעדער תג זיינער מוז האבן א ספעציעלע כוונה, אבער גענוג אויף צו ערקלערן פארוואס מיין דעת לויפט אין דעם ריכטונג
מיכאלבאחת האט געשריבן:עכ"פ, איך האב א תלמיד זייט ר"ח חשון, וואס כ'האב געשמעקט אז עס איז צרות,

באזירט אויפן שמעק
מיכאלבאחת האט געשריבן: ער האט מיר ערשט לעצטע וואך

וואס איז די ערשט?, א קינד פארציילט דען פאר זיינע מחנכים וואס טוט זיך אין שטוב?
נאר ווי עס שיינט האט ער שוין פרובירט צו דערשנאפן פון אים אפאר מאל אבער ערשט יעצט איז עס געלונגען
מיכאלבאחת האט געשריבן:(חצי אב - 9.5 חודשים) מצליח געווען ארויסצוברענגן אביסל אויף זיין מויל די עמאציאנאלע אביוז וואס ער ליידט (נישטא קיין טרוקענע פאקטן, עס איז פשוט די היטלערישע באנעמונג "ווער ס'פארשטייט נישט - פארשטייט נישט" מיר רעדן סייווי נאר צו די מענטשן וואס זענען דאס דורך).
איך האב אים געלאזט רעדן, און ממשיך געווען מיט סטעפ ב-, צוזאגן אים אז מ'וועט קעיר נעמען מיט סטעפ ג-
היינט איז ער געקומען צו מיר פרעגן וואס וועט זיין מיט סטעפ ג- און ווען איך האב באשטומט מיט אים א צייט ווען מיר גייען בקרוב דיסקאסען די אדווייז, האט זיין פנים אויפגעלאכטן מאפילה לאור גדול וכו' אוי רבש"ע האב רחמנות אויף די לעכטיגע אידישע געפיינגטע נשמות וואס ווערן געהאלטן אין די טונקעלקייט!!!
היינט צו טאג איז דער בחור פארמאכט, צובראכן, נישט פאנקציונאל, לערנט נישט, האלט נישט מיט, שפילט נישט, ווערט פאר-האנקעט מיט אלע בחורים.
עס איז מיר ברור כשמש, אז ווען ער וועט ארויסגיין פון די מצוקה - וועט זיך אלעס טוישן בעז"ה, אמן כיה"ר
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אין כל חדש האט געשריבן:האב איך געליינט אין זיינע ווערטער אז ביי אים אין מח איז דאס דער נאמבער 1 פראבלעם אין וואס ער איז אלעס תולה און במחשבה תחלה פארן שמועס מיטן קינד

גראדע איז דאס א נקודה וואס דארף אדרעסירט ווערן, נישט אז ביי ר' מיכאל איז דאס דער קעיס...
אבער מען דארף אכטונג געבן צו האלטן דעם קאפ אפן און נישט זיין ווא"ן טרע"ק מיינדע"ט... ובפרט ביי א וויקטעם קען פאסירן אז יעדע זאך וואס ער וועט זעהן וועט ער גלייך שפרינגען אין דעם ריכטונג פון פ"ד, ווייל דאס איז וואס ליגט אים אויפן לונג.... און וועט גלייך שפרינגען צו קאנקלאזשענ"ס אין דעם ריכטונג.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף

אין כל חדש האט געשריבן:וואס איז די ערשט?, א קינד פארציילט דען פאר זיינע מחנכים וואס טוט זיך אין שטוב?
נאר ווי עס שיינט האט ער שוין פרובירט צו דערשנאפן פון אים אפאר מאל אבער ערשט יעצט איז עס געלונגען

און.....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

סערווייווער האט געשריבן:לאו דוקא טאקע נישט אבער אויך יא

אז מיכאל וועט האלטן איך האב עפעס קעגן אים פערזענליך וועל איך מיר דארפן דורכקומען מיט אים, אבער ווי לאנג דו האלטסט אזוי איי וויל דזשאסט קאנטיניו וויטה לייף
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

אין כל חדש האט געשריבן:
סערווייווער האט געשריבן:לאו דוקא טאקע נישט אבער אויך יא

אז מיכאל וועט האלטן איך האב עפעס קעגן אים פערזענליך וועל איך מיר דארפן דורכקומען מיט אים, אבער ווי לאנג דו האלטסט אזוי איי וויל דזשאסט קאנטיניו וויטה לייף

:lol:
ניין . אבער איך האלט אז דו האסט נישט די געפיל פאר די וויקטעמס דו ביסט נאר ביזי מיט די דיטעלס לאו דוקא דו
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

סערווייווער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
סערווייווער האט געשריבן:לאו דוקא טאקע נישט אבער אויך יא

אז מיכאל וועט האלטן איך האב עפעס קעגן אים פערזענליך וועל איך מיר דארפן דורכקומען מיט אים, אבער ווי לאנג דו האלטסט אזוי איי וויל דזשאסט קאנטיניו וויטה לייף

:lol:
ניין . אבער איך האלט אז דו האסט נישט די געפיל פאר די וויקטעמס דו ביסט נאר ביזי מיט די דיטעלס לאו דוקא דו

ליידער האלטסטו גוט, איך בין א מענטש אין צו דיטעילס און נישט געפילן, אויסער מיין אייגענע פאמיליע זע איך נישט ווי געפילן נעמט ביי מיר אויף פלאץ
(איך שרייב ליידער, ווייל איך אנערקען אין די וויכטיגקייט פון געפילן)
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

@סערווייווער בארואיג דיך, מען שמועסט דא דורך אויב מיכאל האט ריכטיג באהאנדלט זיין קעיס, אויב האסטו עפעס צוצוגעבן גיב צו.
קיינער מיינט נישט גארנישט.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נשמת השכל האט געשריבן:
מיכאלבאחת האט געשריבן:און רוב (אויב נישט אלע) פעלער, איז דער פראבלעם: אז דער קרבן ווייסט אפילו נישט אז עפעס איז ראנג, ער פילט שרעקליך, ער ווערט געפייניגט נפשיות'דיג, אבער ער האט עס נישט באמת ארויס - ווייל ער איז זעליש צוקלאפט.

יא! אזוי איז עס ליידער!
און סאיז טאקע רעליוואנט ארויסצוברענגען, אז די אלע וויקטעמ'ס וואס קומען דא ארויף און פארציילן זייערע געשיכטעס זענען ממש א מיעוט, ווייל רוב געליטענע וואלטן דא נישט געשריבן, און דאס מיינט אז די אלע דא זענען פון די אויסדערוועלטע וואס זענען אפן און אווער צו זייערע פילינגס און שווערע דורכגענג!
כה לחי!

און דאס מיינט אז די אלע דא קיינען היילן די ווייטאגן און האבן בעז"ה א בעסערע לעבן פאר זייערע קינדער ווי וואס זיי האבן געהאט.

משא"כ די וואס זענען פארשפארט און פארהאקט אין דינייעל, ציען נעבעך די ראסטיגע קייט ווייטער.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

נשמת השכל האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:האב איך געליינט אין זיינע ווערטער אז ביי אים אין מח איז דאס דער נאמבער 1 פראבלעם אין וואס ער איז אלעס תולה און במחשבה תחלה פארן שמועס מיטן קינד

גראדע איז דאס א נקודה וואס דארף אדרעסירט ווערן, נישט אז ביי ר' מיכאל איז דאס דער קעיס...
אבער מען דארף אכטונג געבן צו האלטן דעם קאפ אפן און נישט זיין ווא"ן טרע"ק מיינדע"ט... ובפרט ביי א וויקטעם קען פאסירן אז יעדע זאך וואס ער וועט זעהן וועט ער גלייך שפרינגען אין דעם ריכטונג פון פ"ד, ווייל דאס איז וואס ליגט אים אויפן לונג.... און וועט גלייך שפרינגען צו קאנקלאזשענ"ס אין דעם ריכטונג.

דו זאגסט זייער ריכטיג @נשמת, אבער איך ליין דורך @מיכאל'ס תגובה און איך האב נישט קיין מושג וואו עס איז משמע אז דאס איז געווען די קעיס ביי אים.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מיאושדיגער האט געשריבן:דו זאגסט זייער ריכטיג @!נשמת, אבער איך ליין דורך @מיכאל'ס תגובה און איך האב נישט קיין מושג וואו עס איז משמע אז דאס איז געווען די קעיס ביי אים.

האסט מסתמא פארזעהן די שורה:
נשמת השכל האט געשריבן: נישט אז ביי ר' מיכאל איז דאס דער קעיס...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

פאראויס האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
מיכאלבאחת האט געשריבן:און רוב (אויב נישט אלע) פעלער, איז דער פראבלעם: אז דער קרבן ווייסט אפילו נישט אז עפעס איז ראנג, ער פילט שרעקליך, ער ווערט געפייניגט נפשיות'דיג, אבער ער האט עס נישט באמת ארויס - ווייל ער איז זעליש צוקלאפט.

יא! אזוי איז עס ליידער!
און סאיז טאקע רעליוואנט ארויסצוברענגען, אז די אלע וויקטעמ'ס וואס קומען דא ארויף און פארציילן זייערע געשיכטעס זענען ממש א מיעוט, ווייל רוב געליטענע וואלטן דא נישט געשריבן, און דאס מיינט אז די אלע דא זענען פון די אויסדערוועלטע וואס זענען אפן און אווער צו זייערע פילינגס און שווערע דורכגענג!
כה לחי!

און דאס מיינט אז די אלע דא קיינען היילן די ווייטאגן און האבן בעז"ה א בעסערע לעבן פאר זייערע קינדער ווי וואס זיי האבן געהאט.

משא"כ די וואס זענען פארשפארט און פארהאקט אין דינייעל, ציען נעבעך די ראסטיגע קייט ווייטער.

נישט יעדער וואס קען דעם פראבלעם קען היילן, אזוי ווי נישט יעדער וואס איז אפן צו דערציילן אז ער האט חלילה יענע מעשה, און לאזט זיך גיין העלפן, ווערט א דאקטאר דערפון,
נאר וואס יא, די וואס שרייבן דא, זענען שוין ע"פ רוב אריבער דעם פראצעדור פון זיך אליינ'ס היילן, און זיי קענען גוט ארויס האבן די נושא בס"ד, וואס דאס איז די ערשטע און וויכטיגסטע שליסל צו קענען הלעפן אנדערע.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

רוצה לדעת האט געשריבן:נישט יעדער וואס קען דעם פראבלעם קען היילן, אזוי ווי נישט יעדער וואס איז אפן צו דערציילן אז ער האט חלילה יענע מעשה, און לאזט זיך גיין העלפן, ווערט א דאקטאר דערפון,

ער האט געמיינט צו זאגן אז די וואס זענען אפן צום פראבלעם קענען זיך אליין היילן, נישט יענעם.

דיין עצם פוינט איז זייער ריכטיג.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Williamsburg
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Williamsburg »

רוצה לדעת האט געשריבן:
Williamsburg האט געשריבן:ג' ראה כו מנחם אב תשע"ח לפ"ק ולמס' 08/07/2018

איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט אויסגעהונגערט גיימער ארויס קויפן נאכטמאל צו האבן כוח לעבוד עבודת בוראי
האלטן מיר אינמיטן אפרוימען און ויהי די קראנקע נפש איז דא
און מיט אזא קאנטראלישע טאן פאנגט זי אהן משוגע מאכן רוים אראפ דעיס רוים אראפ יענץ כאילו איך בין שוין פארטיג און איך פלאן נישט צו ענדיגן. וואס א יעדע נארמאלע מענטש מיט אביסל דזשעלי און קאפ פארשטייט אז מען איז נאך נישט פארטיג. און איך נישט קענענדיג פארנעמען דעי אויפירעכטץ בינעך מיר אריין און שטוב און טאקע פארן ענדיגן. און בדרך אגב גייט דעיס שוין אהן יארן פון ווען איך געדענק אז סזאל נישט אדורך גיין א שבת אדער יו"טדיגע סעודה וואס מען זאל זיך נישט דארפן אויפשטעלן פון פלאץ יעדע מינוט ווייל א באטל איז געווארן ליידיג און שרייען מען זאל עס לייגן און גארבידזש. וואס אחוץ המעשה האט עס סייווי קיינמאל נישט אויסגעזעהן ווי א סעודה פון אזויפיל קולות וברקים און מיאוסע אויפירעכטץ. איז פארן ארויסגיין צו מעריב פארשטייצעך באקומט מען נאך א פעקל קולות און זידלינגען און פארדעים ביזטו נאכנישט קיין חתן וכו' וכו'. האבעך נישט געהאט קיין ברירה און איר נעבעך צוריקשרייען אז אויב די פארשטייסט פארוואס איך האב נישט גענדיגט איז גוט אז נישט קען איך דיר נישט העלפן איך וועל מיר נישט לאזן פירן פון דיין קרענק.
און ויהי לפלא אהיימקומענדיג און די גאנצע טאן האט זיך געטוישט. אבער פארשטייטצעך זענדיג אפאר ספרים ליגענדיג אראפגעווארפן פאר כעס אויפן קרקע בבזיון(איך זאג פארשטייצעך ווייל ליידער איז עס א אפטע ערשיינונג זי זאל אראפווארפן ספרים ווי א קליין קינד) קוקט אויס ווי עפעס האט עס געהאלפן

און יעצט צו ענק אלע טייערע מוחים דא. ענק זענען העפליך געלאדנט צו מוחה זיין נו כיבוד אם, מחוצף, .ענק וועלן עס סייווי קיינמאל נישט פארשטיין און ענק זאלן עס נישט פארשטיין
און האטס מיר אלע א גוטע נאכט

איך האף די מעשה וועט זיין דיין לעצטע מעשה,

איך האף אויף אזוי אבער סקוקט נישט אויס אזוי ...
ווייל ביזדערווייל איז עס א אנגאוינג זאך .......

ב"ה איך האלט מיר היינט צוטאגס סאך מיר איין פון אויסשיסן ווי אמאל אבער נאכאלץ קען זיך מאכן כזאל ווערן פראסטרעטעד ווען סקומען צו סאך אטאקעס אויף אמאל נאן סטאפ

יא מען מוז אזוי זאגן אז כהאב א שטארקע כאראקטער ווען נישט וואלט איך נישט געקענט אדורכמאכן ביז אהער.
ב"ה איך בין טאקע זייער רואיג יעצט. יעצט ביים ארבעט מענדזש איך דריי מאל מער אזוי סאך ווי א נארמאלע טאג
אפילו מיר האבן געהאט א סייבער אטאק און גרויס געלט איז געגאנבעט געווארן האט דער אייבערשטער נישט פארלאזט און ארדערס האקט לייק נעווער ביפאר טענק יו האשים
אבער ביטע נישט מגיב זיין יעצט וועגן די סייבער אטאק כהאב עס נאר אריינגעווארפן בדרך אגב און סווערט שוין קער גענומען מיטן אייבערשטענס הילף
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”