מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

דאס ווייסע הויז האט אין די לעצטע טעג אריינגענומען א רייע באאמטע פונעם פענטאגאן און דיפלאמאטן פונעם סטעיט דעפארטמענט, און שטעלט צוזאם א פראפעסיאנעלע שטאב וועלכע זאל זיך אפגעבן צו אויסהאמערן די לעצטע דעטאלן פונעם מיטל-מזרח שלום פלאן וואס פרעזידענט טראמפ גרייט זיך צו פארשלאגן פאר מדינת ישראל און די פאלעסטינער.

דער פרעזידעטליכער ראטגעבער און איידעם זשערעד קושנער אינאיינעם מיט זשעיסאן גרינבלאט האבן אין די לעצטע יאר העפטיג געארבייט צו צונויפשטעלן א פלאן וועלכע פארשפרעכט צו ענדיגן דעם לאנג-יעריגן קאנפליקט, אבער דערווייל האבן די פאלעסטינער געזאגט אז זיי וועלן אפשלאגן דעם פארשלאג נאך פאר׳ן עס איבערקוקן אדער נעמען אין באטראכט, וויבאלד זיי באטראכטן דעם שטאב אלס איינזייטיג גענויגט.

דער שטאב וועט האבן דיפלאמאטישע, מיליטערישע, און עקאנאמישע עקספערטן, און לויט א אינערליכע באריכט פונעם ווייסן הויז האפן זיי צו האבן פערטיג א פלאן אין די קומענדיג 6 חדשים, און דאן עפענען פארהאנדלונגען צווישן די זייטן, דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז דאס וועט זיין דאס מערסט דעטאלירטע שלום פלאן וואס אמעריקע האט פארגעשטעלט סיי ווען.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק אלע נייעס ברענגער, סאומהאו ליין איך איבער יעדע נייעס דא אפאר מאל. וואס גייט פאר?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

הגאון ר"ש מארקוביץ פין די ישיבה אין פאנאוויזש שרייבט א שטיצע בריוו פאר'ן בחור וואס פאלגט נישט די חוקי המדינה צו גיין נעמען א דיחוי פין מיליטער
די מדינה וועט עווענטועל האבן א ערנסטע פראבלעים, עס וואקסט אינטער א ציבור וואס איגנארירט בעוז ותעצומות זייערע געזעצן.
אטעטשמענטס
image.png
image.png (176.15 KiB) געזען 2115 מאל
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

ס'איז נישט קיין סוד אז ער איז פון די גאר הייסע אנהענגער פון הגאון רב אויערבאך ז"ל, אלזא איז דאס אלעס ווייטער פון דעם זעלבן קרייז.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

נאך עטליכע חדשים וואס כאמאס טעראריזירט די ישובים אין דער אומגעגנט פון עזה מיט אויפרייס-באלונען, האבן אנדערע אראבער איבער'ן לאנד אויפגעכאפט דעם פארטל און אנגעהויבן נאכמאכן דעם טעראר-מיטל, און אזא באלון מיט אויפרייס-מאטעריאל צוגעטשעפעט האט היינט געלאנדעט אינמיטן א וויינגארטן נעבן הר גריזים, אין צפון שומרון.

דער באלון, וואס איז ווארשיינליך ארויסגעשיקט געווארן פון שכם, האט באוויזן אנצוצינדן א פייער אינעם וויינגארטן פון דער 'טוראַ' וויין-פירמע, אבער אנוועזנדע ארבעטערס האבן צום מזל באוויזן צו דערשטיקן די פלאמען איידער דאס פייער האט באוויזן זיך צו צעשפרייטן.

דאס שיקן די פייער-באלונען איז א המצאה פון כאמאס, וועלכע טוט דאס אויף א טאג-טעגליכן אופן פאר די פארלאפענע פיר חדשים. טויזנטער אקערלאנד זענען שוין פארניכטעט געווארן פון די פייערס, וואס די עזה-באלונען האבן אונטערגעצינדן, און דער שאדן ווערט געשאצט אין די מיליאנען.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

א גרופע אידישע פאסטוכער זענען היינט געקומען אונטער אטאקע פון אראבישע כוליגאנעס נעבן דעם ישוב 'רימונים', אינעם בנימין-ראיאן פון יהודה ושומרון.

די פאסטוכער האבן געפאשעט זייערע סטאדעס שעפעלעך אינדרויסן פונעם ישוב, ווען די אראבערס זענען אונטערגעלאפן און אנגעהויבן ווארפן שטיינער.

די פאסטוכער האבן באקומען מעדיצינישע באהאנדלונגען, און דאס מיליטער האט באוויזן צו כאפן און ארעסטירן די אטאקירערס.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

סתם פאר נייגער ווי אזוי ארבעט די פייער באלאנען ?
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובה דורך אויפגעפרישט »

maybeeynot האט געשריבן:סתם פאר נייגער ווי אזוי ארבעט די פייער באלאנען ?

איך מיין ר' הערשל פרידמאן איז עס זייער שיין מזביר, ועוד חזון
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

מ'צינדט אן א פייער, און מ'טשעפעט צו דעם ברענעדיגן אביעקט צו א גאז באלאן, וואס דאס הייבט זיך און פליט עטליכע מייל, אדער אפשר עטליכע צענדליגער מייל, ביז ס'פאלט אראפ ברענענדיגערהייט און זייעט אן חורבן וואו ער לאנדעט.

דאכצעך אז מ'קען איהם נישט קאנטראלירן וואו ער זאל פאלן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

קניידל פארעם האט געשריבן:מ'צינדט אן א פייער, און מ'טשעפעט צו דעם ברענעדיגן אביעקט צו א גאז באלאן, וואס דאס הייבט זיך און פליט עטליכע מייל, אדער אפשר עטליכע צענדליגער מייל, ביז ס'פאלט אראפ ברענענדיגערהייט און זייעט אן חורבן וואו ער לאנדעט.

דאכצעך אז מ'קען איהם נישט קאנטראלירן וואו ער זאל פאלן.


מען קען עס נישט קאנטראלן . עס פליעט מיטן ווינט ביז די היליאום געז וואס האלט דעם באלאן אין די ליפט גייט ארויס פונעם באלאן און עס פאלט אראפ.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

maybeeynot האט געשריבן:סתם פאר נייגער ווי אזוי ארבעט די פייער באלאנען ?


מען נעמט א היליאום געז באלאן און מען בינד צו פון אונטן א קליינע קאנטעינער/קען מיט אן אנדער געז וואס ברענט און מען צינד עס אן.
די באלאן גייט ווי די ווינט טראגט עם. נאך עטליכע שעה איז שוין גענוג היליאום געז ארויס פונעם באלאן אז עס פאלט אראפ אויף דער ערד און צינד אן א פייער דורכן ברענעדיגן קען אדער אסאך מאל וועט זיך עס אנשטויסן אין א בוים און אזוי מאכן א שריפה
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובה דורך חלהדעקל »

ס'קען דאך פונקט אזוי אויך צוריקפליען צו די פאלעסטינער זייט?
1 + 1 = חלה דעקל...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

חלהדעקל האט געשריבן:ס'קען דאך פונקט אזוי אויך צוריקפליען צו די פאלעסטינער זייט?


אין הכי נמי און עס האט זיך שוין טאקע געמאכט מער ווי איין מאל אז עס איז צוריקגעפלויגן אבער די דזשענעראל דירעקשן פון די ווינט קען מען אויסרעכענען
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

די טעראר גרופע כאמאס וואס הערשט אויף עזה האט געווארנט מיט נקמה אויפ'ן טויט פון צוויי אירע מיטגלידערס, וועמען דאס מיליטער האט אומגעברענגט נאך דעם וואס יענע האבן אנגעהויבן שיסן אויף סאלדאטן וואס האבן באוואכט די גרעניץ פון עזה מיט מדינת ישראל.

לויט א באריכט פון דעם עזה געזונטהייט מיניסטעריום, זענען זעקס אנדערע טעראריסטן פון דער זעלבער גרופע פארוואונדעט געווארן אין דעם שיסעריי-אויסטויש.

דער אינצידענט קומט אין א צייט וואס די פרעסע באריכטעט וועגן א מעגליכקייט אז כאמאס זאל זיך ברעכן צום דרוק פון א צאל אראבישע לענדער, וועלכע פארלאנגען פון דער טעראר גרופע אפצושטעלן דעם לעצטיגן טעראר-קאמפיין, וואס נעמט אריין פרואווען דורכצורייסן די גרעניץ און אריבערשיקן פייער-באלונען צו ישובים און פעלדער אין מדינת ישראל
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

א ראקעט וואס האט געלאנדעט אין שדירות, אריין אין דער ערד.
:shock:
אטעטשמענטס
E524C5AF-B6B6-43A5-B0BE-410492C84D54.jpeg
E524C5AF-B6B6-43A5-B0BE-410492C84D54.jpeg (90.74 KiB) געזען 1679 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובה דורך משה11 »

הסלמה חמורה בדרום: פגיעות ישירה במבנים בשדרות, 67 שיגורים עד כה.

הסלמה בדרום - ביה"ח 'ברזיל'י: עד כה הובאו 15 נפגעים, 9 מתוכם נפגעי חרדה, שישה נפגעי גוף. נשמרת כוננות גבוהה.

ק/פ

א שווערע (שווערער ווי די לעצטע פאר חדשים...) אנגעצויגענע שטימונג הערשט אין דרום נאכדעם וואס ראקעטן זענען אריינגעפלויגן אין עזה אין שיסערייען ביים גרעניץ, צענדליגע ראקעטן זענען שוין אריינגעפלויגן אין דרום, אין עס ווערט באריכטעט איבער פארווונדעטע, מדינת ישראל בלייבט נישט שולדיג אין באמבאדירט העפטיג אין עזה.
די קאבינעט האט זיך יעצט צאמגענומען אויף א עמערזשענסי זיצונג.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

וואס איז די סיבה פון די נייע שיסערייען יעצט ווען ס'האט געהייסן אז מ'גייט אט אט דערגרייכן א דיעל מיט כאמאס?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

באקסער בוים האט געשריבן:וואס איז די סיבה פון די נייע שיסערייען יעצט ווען ס'האט געהייסן אז מ'גייט אט אט דערגרייכן א דיעל מיט כאמאס?

איך מיין אז איראן איז אינטער דעם. פאר כאמאס לוינט זיך עס נישט, און פאר איראן יא; און איראן קאלס דע שאטס (פאן אינטענדעד).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

SPUSMN האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:וואס איז די סיבה פון די נייע שיסערייען יעצט ווען ס'האט געהייסן אז מ'גייט אט אט דערגרייכן א דיעל מיט כאמאס?

איך מיין אז איראן איז אינטער דעם. פאר כאמאס לוינט זיך עס נישט, און פאר איראן יא; און איראן קאלס דע שאטס (פאן אינטענדעד).

האסט אינסייד קאנעקשענס? :lol: :lol:
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

באקסער בוים האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:וואס איז די סיבה פון די נייע שיסערייען יעצט ווען ס'האט געהייסן אז מ'גייט אט אט דערגרייכן א דיעל מיט כאמאס?

איך מיין אז איראן איז אינטער דעם. פאר כאמאס לוינט זיך עס נישט, און פאר איראן יא; און איראן קאלס דע שאטס (פאן אינטענדעד).

האסט אינסייד קאנעקשענס? :lol: :lol:

ניין, אבער עס איז סעלף עקספלענעטארי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

קען זיין ס'האט פשוט מיט דעם
אהבת השם האט געשריבן:די טעראר גרופע כאמאס וואס הערשט אויף עזה האט געווארנט מיט נקמה אויפ'ן טויט פון צוויי אירע מיטגלידערס, וועמען דאס מיליטער האט אומגעברענגט נאך דעם וואס יענע האבן אנגעהויבן שיסן אויף סאלדאטן וואס האבן באוואכט די גרעניץ פון עזה מיט מדינת ישראל.

לויט א באריכט פון דעם עזה געזונטהייט מיניסטעריום, זענען זעקס אנדערע טעראריסטן פון דער זעלבער גרופע פארוואונדעט געווארן אין דעם שיסעריי-אויסטויש.

דער אינצידענט קומט אין א צייט וואס די פרעסע באריכטעט וועגן א מעגליכקייט אז כאמאס זאל זיך ברעכן צום דרוק פון א צאל אראבישע לענדער, וועלכע פארלאנגען פון דער טעראר גרופע אפצושטעלן דעם לעצטיגן טעראר-קאמפיין, וואס נעמט אריין פרואווען דורכצורייסן די גרעניץ און אריבערשיקן פייער-באלונען צו ישובים און פעלדער אין מדינת ישראל


וואס לויט ווי איך ליין דא אין 'הכותרות' איזעס געווען א פשוטע מדנ"י מיסטעיק

מחשש לירי צלפים: ישראל חיסלה 2 מחבלים של חמאס שהשתתפו בטקס של היחידה המובחרת; בישראל הזהירו את חמאס מתגובה
במוצב של כוח הקומנדו הימי של חמאס בצפון הרצועה, כ-2 ק"מ מהגבול עם ישראל, התקיים טקס סיום של קורס היחידה המובחרת של חמאס שכללה אף אימון בירי צלפים. מסיבה לא ברורה זיהו בישראל בטעות כי מדובר בנסיון ירי לעבר חיילים בישראל לאחר שראו את הצלפים מתמקמים ויורים, ופתחו לעברם באש באמצעות טנק, כתוצאה מכך חוסלו שני פעילי הזרוע הצבאית של הארגון.
- לאחר הפצצת המוצב ארגון הטרור הגיב בזעם לירי: "הכיבוש הישראלי נושא בהשלכות להסלמה בהפצצת מוצב של גדודי עז א-דין אל-קסאם. ההתנגדות לא יכולה להניח לכיבוש לכפות מדיניות של הפצצת המוצבים ותקיפת הלוחמים מבלי שישלם את המחיר"
- הג'יהאד האסלאמי הגיב: "הכיבוש הישראלי נושא באחריות המלאה על התוקפנות שאירעה – אנחנו מדגישים כי זוהי זכות עמינו להגן על עצמו ולהגיב על הפשע הזה ועל כל הפשעים שביצע הכיבוש. הפשע הזו הוא בגדר זלזול מוגזם במאמצים שמושקעים במטרה לקבע את הפסקת האש"
- בעקבות איומי הנקמה של חמאס והג'יהאד האיסלאמי. פרס הצבא מחדש סוללות כיפת ברזל בכמה אזורים בנגב, מחשש להסלמה.
- מקורות פלסטינים מדווחים כי ישראל העבירה לחמאס מסר דרך מצרים, לפיו מדובר בתקרית שמקורה אי בהירות, בתוספת אזהרה כי תגובה של חמאס תיענה בתשובה הולמת וקשה
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

דער ארויסגייענדיגער קאלאמביער פרעזידענט הואן מאניועל סאנטאס האט נעכטן גענומען א דראמאטישע שריט, ווען ער האט אפיציעל אנערקענט "פאלעסטינע" אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד. מדינת ישראל, וועלכע איז שוין לאנגע יארן פריינטליך און אליאירט מיט קאלאמביע, איז געכאפט געווארן אין גרויס איבערראשונג מיט דער מעלדונג, וויבאלד סאנטאס האט דאס געהאלטן אין גרויס געהיים ביז צו דער לעצטער מינוט. די אנטוויקלונג איז א קריטישע, וויבאלד קוקנדיג אינעם לאטיין-אמעריקע ראיאן, האט נישט מדינת ישראל קיין שום גרעסערן פריינט ווי קאלאמביע, און די צוויי לענדער האבן טיפע מיליטערישע, שפיאנאזש און פאליטישע באציאונגען. עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די זאך קאכט זיך אויס אין די קומענדיגע טעג.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

אין א פרישער אנטוויקלונג אין דער פרשה מיט די אנגעבליכע פארשוואונדענע תימנ'ער קינדער, האט יוסטיץ מיניסטארשע איילת שקד באאויפטראגט די פאליצייאישע אינסטאנצן צו פארעפנטליכן ארום 300-טויזנט פיילס בשייכות צו דער פרשה.

ארום טויזנט משפחות וואס זענען דורכאויס די פופציגער יארן ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל פון תימן און אנדערע לענדער, טענה'ן אז זייערע קינדער פארכאפט געווארן און פארקויפט געווארן פאר אדאפטירונג פאר רייכע משפחות.

זיינער-צייט האבן שפיטאל-באאמטע געזאגט פאר די עלטערן, אז זייערע קינדער זענען אוועק, אבער רוב פון יענע טענה'ן אז דאס איז געווען ליגנט און נישט נאר וואס די קערפערס פון די קינדער זענען זיי נישט אומגעקערט געווארן, נאר מ'האט זיי קיינמאל נישט דערציילט וואו די קינדער זענען באערדיגט געווארן.

אין די לעצטערע יארן איז אנטשטאנען אן אויפוואכונג איבער דער פרשה, און די רעגירונג האט אונטערגענומען שריט צו דערגיין דעם אמת וואס דארט איז פארגעקומען.

יעצט פארלאנגט שקד פון דער פאליציי צו פארעפנטליכן א ריזיגן קוואנטום פון דאקומענטן, וואס קענען ווארפן א ליכט אויף וואס איז דארט פארגעקומען
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

אהבת השם האט געשריבן:זיינער-צייט

געפעלט מיר די ווארט.

שכח פאר דיינע באריכטן!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

באריכטן אין דער פרעסע דערציילן וועגן געהיימע געשפרעכן וואס פרעמיער נתני' האט געהאט מיט דער עגיפטישער רעגירונג לגבי דעם מצב אין עזה, און ווי די מידיא באריכטעט פון ערנסטע קוואלן האט עגיפטן אויפגעברענגט די מעגליכקייט פון אריבערפירן די פירערשאפט אויף עזה פון כאמאס צו דער פאלעסטינער אויטאריטעט, א פארשלאג וואס איז אבער אפגעווארפן געווארן דורכ'ן קאבינעט.

אונטער דער פירערשאפט פון דער טעראר גרופע כאמאס, האבן ביידע שכינות'דיגע לענדער פון עזה, מדינת ישראל און עגיפטן, ארויפגעשטעלט א באיקאט אויפ'ן ראיאן.

כאמאס, א לאנגיעריגער פיינט פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט, האט געוואונען די לאקאלע וואלן אין עזה אין 2007 און האט אלס איינער פון די ערשטע שריט ארויסגעווארפן פון דארט די מיטגלידער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט.

שפיאנאזש מיניסטער ישראל כ"ץ איז געווען איינער פון די הויכראנגיגע קאבינעט-מיטגלידער וואס האט זיך קעגנגעשטעלט דעם פלאן, אנווייזנדיג אז פאראייניגן עזה מיט די פאלעסטינער-קאנטראלירטע טעריטאריעס אין יהודה ושומרון וועט פארגרעסערן די אלגעמיינע געפאר פונעם אראבישן טעראר אין לאנד.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”