ווישוואש האט געשריבן:אודאי, ווען ער פיילט עס ווען מיט די SEC שטעלן זיי ווען גלייך אפ טרעידינג, די האלד אויף טרעידינג וואס איז נאכגעקומען איז לכאורה געקומען אויף זייער פארלאנג, נישט פון מאסק.
מאסק האט שוין לאנג א מערכה מיט שארטערס, און דער פאקט אז טעסלא סטאק איז דאן געווען אין זייער א גוטע שארט פאזיציע געבט אסאך צו אז במושכל ראשון זאל מען זאגן אז דער האט קלאר געוואלט ארויפרוקן די פרייז און אוועק'הרג'ענען די שארטערס, און דאס איז אומלעגאל.
קען איך אפאר חברה וואס האבן דערלייגט א שפאר ביסל געלט מיט זיין טוויט.
טוט מיר וויי צו הערן אז אידן האבן דערלייגט געלט, ברוך השם אז איך בין געווען אויף די אנדערע זייט.
אגב די אידן האבן לכאורה דערלייגט געלט נאך פאר די טוויט, און היסטאריש האט מען שוין פאר עטליכע יאר נאכאנאד דערלייגט פיל פיל מער אין א שארט פאזישן ווי איידער אין א בול פאזיציע. דאכט זיך מיר געווען בלויז איינמאל וואס די שארטערס האבן פארדינט אינעם טעסלע געים.
לענד''ת נקרא שמם שארטער'ס על שם קורצזיכטיקייט. איך קען נאכנישט פארשטיין ווי אזוי מען קען אוועקמאכן טעסלע אזוי לייכטערהייט.
די האלד אויף טרעידינג וואס איז נאכגעקומען איז לכאורה געקומען אויף זייער פארלאנג, נישט פון מאסק.
פון מאסק זיכער נישט, אבער איך ווייס נישט צי פון די SEC פארלאנג.
זקן מלא רחמים.