טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

דעסק האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דו פרעגסט וואס א דיקטאטור קען טוהן? ער קען פשוט לייגן סאנקציעס אויף טראמפ דעריבער קען קיינער מער נישט וואוינען אדער איינשטיין אין די בילדינג און די געלטער ווערן געפרוירן...

טערקיי גייט נישט יעצט ארויפלייגן סאנקציעס אויף דער אמעריקאנער פרעזידענט. אויב זיי האבן די גאטס וועט עס זיין אויף עפעס א מינדערוויכטיגע אפישעל

עס איז אנגענומען און די וועלט אז לייגען סאנקציעס אויף א פירער פון א לאנד הייסט א מלחמה דערקלערציע. פאר דעם האט מען קיין מאל נישט געלייגט קיין סאנקציעס אויף פוטין אליין אדער קים יאנג אן אליין
אנטי לינקער
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 04, 2018 6:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטי לינקער »

לעצטן הערט מען כסדר קריטיק אויף טראמפ פארן אטאקירן כסדר די פרעסע, מיט א טענה אז עס ברענגט מען זאל אטאקירן זשאנאליסטן אין אזוי ווייטער,האט דען איינער געהערט די לעצטע תקופה אז מען האט אטאקירט א זשענאליסט?, וואס מען הערט יא כסדר איז אז טראמפ איינגעשטעלטע אין ווייסן הויז ווערן ארויס געווארפן פון רעסטוראנט [פרוי סנדערס] אדער נאכגעשריגן אין גאס וכדו', איז טראמפ נישט גערכט מיט זיינע ווערטער אז די מדיה איז א אטאקע אויף אמעריקע ?!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אנטי לינקער, א געשמאקע נקודה
רשעות קאלטע סעלצער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

קומט נישט ביי אויסערן פאליסי אבער זיי ווערן יא אטאקירט ביי טראמפ ראליס ווי מען דערקענט זיי אלס מידיע.
שויתי ה' לנגדי תמיד
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

אטאקירט? פיזיש, אזוי ווי די טראמפ שטיצער דארך דנס געדינגענע שלעגערס ביי טראמפס ראליס?

זיי ווערן אויך געשאסן אזוי ווי די רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט ווען די מודיע האט געהייסן נעמען די פייט צי דו גאסען?
לעצט פארראכטן דורך יצחק ראזענפעלד אום זונטאג אוגוסט 05, 2018 1:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אה אקעי
שויתי ה' לנגדי תמיד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ שליח אפגעהאלטן געהיימע מיטינג מיט זוהן פון פאלעסטינע פרעזידענט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

[
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רודי דזשוליאני שרייבט אין בריוו צום רומענישן פרעזידענט אז די אנטי קארופציע פארזוכן אין די ארטיגע רעגירונג האבן שוין איבערגעצויגן די שטריקל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א הויכראנגיקער רוסישער דיפלאמאט האט נעכטן געזאגט, אז די רוסישע רעגירונג ארבעט צו סקעדזשועלן און פלאנירן א זיצונג, צווישן דעם רוסישן אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו און דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא.

דער רוסישער ווארטזאגער מאריא זאקאראווא האט געזאגט, אז ביידע לענדער דיסקוסירן די מעגליכקייט פון אזא זיצונג, מיט א שאנס אז ס'וועט פארקומען ווען פאמפעיא און לעווראוו וועלן ביידע זיין אנוועזנד ביים יערליכן יו-ען דזשענעראל אסעמבלי אין ניו יארק סיטי קומענדיגן מאנאט.

דערווייל איז נישט קלאר וואס עס וועט זיין אויף דער אגענדע ביי א פאמפעיא-לעווראוו זיצונג, אבער די אישוס פון סיריע, אוקראינע און די אמעריקאנער סאנקציעס אויף רוסלאנד, וועט זיכער דאמינירן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי האלט מען מיט טערקיי און דעם גלח?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נאכנישט געזעהן באריכטעט

דער טראמפ אדמינסטראציע האט גענומען א פרעצעדענטלאזע שריט פון אפהאקן פינאנצירונג צו די פאלעסטינער פליטים ארגאניזאציע אינערהאלב דעם יו.ען. און פארלאנגט צו טוישן די קריטעריע ווער עס ווערט אנגערופן א פליכטלונג און איז בארעכטיגט צו הילף.

אונרא - העלפט פליטים אדער שאפט פליטים?

דער UNRWA אגענטור איז אויסשליסליך געגרינדעט געווארן זיך צו אפגעבן מיט׳ן פראבלעם פון פאלעסטינע פליטים וועלכע זענען פארוואגלט געווארן פון זייערע היימען צוליב די גרינדונג פון מדינת ישראל און דער מלחמה וואס האט נאכגעפאלגט.
דער ארגאניזאציע איז היינט דער פארזארגער פאר שפייז, וואוינונג, ערציאונג פון ארום 5 מיליאן פאלעסטינער וועלכע האלטן זיך אויף אין שטעטלעך אין די שטחים, ירדן, לבנון, און סיריע, די 5 מיליאן זענען קינדער און אייניקלעך פון ארום 700,000 פאלעסטינער וועלכע זענען אנטלאפן פון ארץ ישראל ביים גרינדונג פון די מדינה.

די שטעטלעך ווערן נאך אלס אנגערופן ״פליטים לאגערן״ טראץ וואס טייל פון די יעצטיגע איינוואוינער דארט זענען שוין די דריטע גענעראציע. וויבאלד די אלוועלטליכע פאלעסטינער אראניזאציעס זוכן צו אנהאלטן דעם פראבלעם פון פליטים אלס א וואפן אין די פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל.

די אפיציעלע שטעלונג פון די פאלעסטינער איז אז די קינדער און אייניקלעך פון די פליטים זענען בארעכטיגט צו ״זכות השיבה״ דאס הייסט זיך צו אומקערן צו זייערע ארגינעלע היימען, וועלכע זענען מיינסטס באוואוינט מיט אידן, און דאס איז איינס פון די הויפט שטרויכלונגען צו קומען צו א שלום אפמאך.

דער באשלוס פונעם טראמפ אדמיניסטראציע

דער ארגאניזאציע האט א בודזשעט פון איבער א ביליאן דאלער א יאר, און זי אפערירט די שולעס, שפיטעלער, און פארשידענע סערוויסעס אין די פאלעסטינער פליטים לאגערן און שטעט, א באדייטנדע טייל פון די פאנדינג פון די ארגאניזאציע קומט פון אמעריקע, אבער די טראמפ אדמינסטראציע האט דעם פרייטאג געמאלדן אז זי האקט אפ אלע געלטער צו די ארגאניזאציע ווילאנג זי גייט נישט אריבער א ערנסטע רעפארמירונג.

דער טראמפ אדמינסטראציע האט דערמיט אדאפטירט די ליניע פון די רעכטע אין מדינת ישראל וועלכע זאגט אז די יו-ען טוט פאראייביגן די פאלעסטינער טראגעדיע דורך שענקן פליטים סטאטוס לדורי דורות, א זאך וואס ברענגט דערצו אז עס לוינט זיך פאר פליטים בלייבן פליטים אנשטאט זיך איינגלידערן אין די פלעצער ווי זיי וואוינען.

אדמיניסטרציע באאמטע זאגן א טראמפ האט דערמיט גענומען א ענליכע סטראטעגיע ווי דאס דערקלערן ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, און זוכט צו ״אראפנעמען פון טיש״ די ברענענדיג נושאים פאר מען הייבט אן פארהאנדלונגען, און דאס אפשאפן UNRWA איז א סיגנאל אז דאס אומקערן פון מיליאנען פאלעסטינער קיין מדינת ישראל קומט נישט אין באטראכט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א ריזיגע -ערד און לופט- אפענסיווע האט זיך נארוואס אנגעהויבן אין סיריע איבערן אירליב פראווינץ, דורך רוסלאנד, סיריע און איראן. לויט באריכטן זענען ארום א מיליאן מענטשן פארכאפט דארט, וואס טייטש אז א מאסן היומעניטערישע קריזיס איז אומפארמיידבאר.

טראמפ האט נעכטן אין א טוויט שטארק פארדאמט די אפענסיווע, ס'זעהט אבער נישט אויס דערווייל אז די רוסן זאלן זיך צוטוהן מאכן, בלייבט איבער צו זעהן צו די טראמפ אדמיניסטראציע וועט נעמען זאכליכע שריט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

טראמפ [אמעריקא] דארף און גייט [קען] גארנישט טוען צו דעם חוץ פארדאמען. עז לאנג זיי ניצן נישט קיין מאסן פארניכטיגונג וואפן קומט נישט מ׳זאל אינטערנעמען שריט בפועל.

די גרעסטע דורכפאל פון די איבערפאל איז אז זיי זענען די אמעריקאנע [אבאמא/מ׳קעין] געשטיצטע רעבעלן.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ [אמעריקא] דארף און גייט [קען] גארנישט טוען צו דעם חוץ פארדאמען. עז לאנג זיי ניצן נישט קיין מאסן פארניכטיגונג וואפן קומט נישט מ׳זאל אינטערנעמען שריט בפועל.

די גרעסטע דורכפאל פון די איבערפאל איז אז זיי זענען די אמעריקאנע [אבאמא/מ׳קעין] געשטיצטע רעבעלן.

איז דאך עס פאר טראמפ נישט קיין דורכפאל! ;l;p-
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ [אמעריקא] דארף און גייט [קען] גארנישט טוען צו דעם חוץ פארדאמען. עז לאנג זיי ניצן נישט קיין מאסן פארניכטיגונג וואפן קומט נישט מ׳זאל אינטערנעמען שריט בפועל.

די גרעסטע דורכפאל פון די איבערפאל איז אז זיי זענען די אמעריקאנע [אבאמא/מ׳קעין] געשטיצטע רעבעלן.

מקעין איז יעצט אויבען ביים בית דין של מעלה אין ווארט אפ די טויטע רעבעלן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואשינגטאן האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טראמפ [אמעריקא] דארף און גייט [קען] גארנישט טוען צו דעם חוץ פארדאמען. עז לאנג זיי ניצן נישט קיין מאסן פארניכטיגונג וואפן קומט נישט מ׳זאל אינטערנעמען שריט בפועל.

די גרעסטע דורכפאל פון די איבערפאל איז אז זיי זענען די אמעריקאנע [אבאמא/מ׳קעין] געשטיצטע רעבעלן.

איז דאך עס פאר טראמפ נישט קיין דורכפאל! ;l;p-

איז עס יא זיין דורכפאל? איך מיין אז דו ווייסט טראמפ'ס שטעלונג איבער סיריע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט געשריבן:א ריזיגע -ערד און לופט- אפענסיווע האט זיך נארוואס אנגעהויבן אין סיריע איבערן אירליב פראווינץ, דורך רוסלאנד, סיריע און איראן. לויט באריכטן זענען ארום א מיליאן מענטשן פארכאפט דארט, וואס טייטש אז א מאסן היומעניטערישע קריזיס איז אומפארמיידבאר.

טראמפ האט נעכטן אין א טוויט שטארק פארדאמט די אפענסיווע, ס'זעהט אבער נישט אויס דערווייל אז די רוסן זאלן זיך צוטוהן מאכן, בלייבט איבער צו זעהן צו די טראמפ אדמיניסטראציע וועט נעמען זאכליכע שריט.

ער דארף נישט נעמען קיין שום שריט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

רוסישע קאמפס פליגער האבן היינט דורגעפירט עטליכע לופט אטאקעס אין דעם אידליב ראיאן אין סיריע, דער לעצטער פעסטונג פון די סיריער רעבעלן וואס איז ארומגערינגלט מיט די אסאד קרעפטן אינאיינעם מיט זיינע איראנער און רוסישער קאלאבארירער, און עס הערשט א זארג אז א קריג אין דעם ראיאן קען ברענגען פילע טויזנטער פאטאליטעטן, און איבער צוויי מיליאן פליטים וועלכע וועלן מוזן אויסוואנדערן.

נעכטן נאכט האט פרעזידענט דאנעלד טראמפ געשריבן אויף טוויטער ״פרעזידענט באשר-אל-אסאד זאל נישט אטאקירן אידליב, די רוסן און איראנער וועלן מאכן א שווערע הומאניטארער טעות אויב זיי באשליסן צו אנטייל נעמען אין דעם פאטענציאלע טראגעדיע, הונדערטער טויזנט מענטשן קענען אומקומען דערפון, לאזט עס נישט פאסירן״.

עס איז נישט קלאר אויב אמעריקע וועט פאקטיש נעמען מיליטערישע שריט צו אפהאלטן א קאטאסטראפע אין אידליב, דער אמעריקאנער פארשטייערין אין די יו.ען. ניקי העילי האט געזאגט אז די אפיציעלע שטעלונג פון אמעריקע איז אז זי וועט זיך נאר אריינמישן אין פאל וואס עס ווערט גענוצט כעמישע וואפן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמעריקע און אינדיע האבן נעכטן אונטערגעשריבן אן אפמאך, אנצוהייבן פארשטארקערן מיליטערישע און שפיאנאזש קאאפעראציע צווישן די צוויי וועלט'ס גרויסמאכטן.

סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא און פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס, האבן זיך געטראפן מיט הויכראנגיקע מיניסטארן אין אינדיע, און א הויפט אויפטוה פון די פארשידענע אפמאכן וואס זענען געשלאסן געווארן ביי די געשפרעכן, איז געווען דאס אז אינדיע וועט קויפן פון אמעריקע פארגעשריטענע מיליטערישע געצייג, און זיי וועלן דערפאר אנהייבן מיטטיילן וויכטיגע שפיאנאזש מיט אמעריקע.

אינדיע האט געבעטן אז זיי זאלן ווייטער מעגן האנדלען מיט איראן, טראץ וואס די סאנקציעס זענען צוריק אריין אין אפעקט, אבער אויף דעם פראנט האט מען נאכנישט דערגרייכט א דיעל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די טראמפ אדמינסטראציע האט דעם שבת געמאלדן דאס אפשליסונג פון די ביוראען פונעם פאלעסטינער באפרייאונגס פראנט PLO וועלכע געפונען זיך אין וואשינגטאן, און דינט אלס אומאפיציעלע קאנסולאט פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט.

זינט פרעזידענט טראמפ האט אנערקענט ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל האבן די פאלעסטינער געלייגט א באיאקאט אויף אמעריקע און זיך אנטזאגט צו פארהאנדלן מיט אמעריקע אלס פארמיטלער אינעם סכסוך מיט מדינת ישראל, דאס האט געברענגט די אדמיניסטראציע צו נעמען א רייע שריט צו צווינגן די פאלעסטינער צו קומען צום טיש.

אמעריקע האט דעריבער אין די לעצטע וואכן אפגעשטעלט הונדערטער מיליאנען דאלער אין דירעקטע און אומדירעקטע הילף פאר די פאלעסטינער, און אצינד האט די אדמינסטראציע גענומען די אומגעווענליכע שריט פון אפשפארן די פאלעסטינער הויפטקווארטירן אין וואשינגטאן.

פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נעמען מער שריט צו דרוקן אויף די פאלעסטינער צו קומען צום טיש, אבער דערווייל האבן די פאלעסטינער רעאגירט מיט שארפע רעטאריק און געזאגט אז זיי וועלן אפהאקן אלע באציאונגען מיט אמעריקע און זוכן אנדערע שטיצער אויפ׳ן אינטערנאציאנאלן ארענע
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

פעיק נוז האט געשריבן:אבער דערווייל האבן די פאלעסטינער רעאגירט מיט שארפע רעטאריק און געזאגט אז זיי וועלן אפהאקן אלע באציאונגען מיט אמעריקע און זוכן אנדערע שטיצער אויפ׳ן אינטערנאציאנאלן ארענע

ביפ מיך ווען זיי טרעפען אויף אזא פארנעם און רילייבעלטי ווי אמעריקע אפילו א סאך אראבישע לענדער זענען שוין מיד פון זיי
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די טראמפ אדמיניסטראציע האט אוועקגענומען די וויזאס פונעם העכסט-ראנגיקן פאלעסטינער דיפלאמאט אין וואשינגטאן, און פון זיין פאמיליע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ רייסט ארונטער אפעק וועלכע וועט האבן זייער מיטינג קומענדיגן זונטאג

זיינע באקלאגענישן קומט נאך באריכטן אז סאודי אראביע ציהלט אז פרייזן זאלן לויפן העכער 80 דאלער א פעסל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער כינעזער רעגירונג האט ארויסגעלייגט א אומגעווענליך שארפע סטעיטמענט קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע פאר׳ן ארויפלייגן סאנקציעס אויף די כינעזער מיליטער צוליב דעם וואס זי האט געקויפט מיליטערישע געצייג פון רוסלאנד און דערמיט פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס.

אין א סטעיטמענט האט א ווארטזאגער פאר די כינעזער מיליטער געזאגט ״אמעריקע מוז פארריכטן דעם שריט, אויב נישט וועט זי ליידן די קאנסעקווענצן״ אבער האט נישט אנגעגעבן קיין סעפציפישע ווארנונג, אזוי אויך האט א ווארטזאגער פאר׳ן קרעמעלין געזאגט אז ״אמעריקע שפילט זיך מיט פייער״.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”