דירות קריזיס: א פארגאנגענהייט ברוך השם.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

דירות קריזיס: א פארגאנגענהייט ברוך השם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

גיי מיר נישט באלמוטשענען דעם עולם מיט לענגערע אנאליזן, נאר לאזן וויסן דעם עולם די טרוקענע פאקטן אויב ווייסט איר נאך נישט.

דער קריטישער מצב פון דירות איז ברוך השם א פארגאנגענהייט.

פאר 5 יאר צוריק איז נישט גווען קיין מציאות ווי אזוי די עקזיסטירענדע יישובים פון וויליאמסבורג-בארא פארק-מאנסי- קרית יואל-לעיקוואד זאל קענען צושטעלן גענוג דירות פאר די טויזענטער פרישע קאפעלס וואס האבן חתונה געהאט יערליך.

פעסט פארווארד 5 יאר, איז געשען 2 זאכן.
1) עס איז דא אן אנלימיטעד סופליי פון דירות אין צענדליגער נייע געגענטער. און ווי נאר עס ווערט אביסל טייט אין איין געגענט זענען גלייך דא א מנין אינגעלייט וואס זענען גרייט צו קויפן אפאר הייזקעלעך פונעם גוי א מייל ארויפציער, און ביז א האלבע יאר איז שוין דא נאך א יישוב...

2) אלס דירעקטע רעזולטאט פון נומער איינס, זענען פרייזן אין אלע עקזיסטירענדע געגענטער אדער געבליבן שטיין אדער געפאלן אין די לעצטע 18 חדשים, סיי רענטעלס און סיי סעילס א היסטאריש ברעכענדע פאסירונג.דאס רעכענט אריין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אפילו לשיטתם אז אין ווילימסבורג און און בארא פארק איז עס געבליבן שטיין איז עס נאך אלץ גאר טייער פאר דער עווריטש יונגערמאן, וועלעכע מופט נישט צו די נייע ישובים אויף צו דינגן, און בלייבן ענדערשט אין די אויבערדערמאנטע געגענטער אין צאלן טייערע רענטל דירות. וואס כאטש ס'נישט דא קיין מאנגל - ווי דו זאגסט - שענקן זיי אעפי"כ דריי פערטל פון זייערע געהאלט צו בלייבן וואוינען אין וומ"ס און אין ב"פ. יא, פאר די וואס קענען זיך ערלויבן צו 'קויפן' און די נייע ישובים זיי זענען טאקע א געהאלפענער.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ישלהוסיף האט געשריבן:אפילו לשיטתם אז אין ווילימסבורג און און בארא פארק איז עס געבליבן שטיין איז עס נאך אלץ גאר טייער פאר דער עווריטש יונגערמאן, וועלעכע מופט נישט צו די נייע ישובים אויף צו דינגן, און בלייבן ענדערשט אין די אויבערדערמאנטע געגענטער אין צאלן טייערע רענטל דירות. וואס כאטש ס'נישט דא קיין מאנגל - ווי דו זאגסט - שענקן זיי אעפי"כ דריי פערטל פון זייערע געהאלט צו בלייבן וואוינען אין וומ"ס און אין ב"פ. יא, פאר די וואס קענען זיך ערלויבן צו 'קויפן' און די נייע ישובים זיי זענען טאקע א געהאלפענער.

דאס איז יעדעמס פערזענליכער אויסוואל. אבער עס איז דא גענווווג א גרויסער אויסווייל פון פלעצער אז א נארמאלער מענטשען זאל קענען טרעפן א פלאץ וואס זאל זיין געאייגענט לפי תכונתו פאר האלב די פרייז

איי ער קען זיך נישט צוזאמנעמן און מאכן א מאוו?? איז ער נישט ערגער פון דעם אינגערמאן וואס קען נישט מאכן א מאוו און נעמען א זשאב.

אין איין ווארט עס איז מער נישט קיין כלליותדיגער פראבלעם... נאר עס איז דא אינגעלייט וואס פאר סאם ריזאן ווילן נישט אדער קענען נישט עקסעפטען דעם לייזונג וואס ליגט פאר זיי.

ודו"ק
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אז דירות זענען געבליבן שטיין די לעצטע 18 חדשים איז נישט אזוי מדויק. 18 חדשים צוריק האט זיך עס טאקע אפגעשטעלט און געכאפט א געזונטע טראסקע. אבער כהיום ממש יעצט, מיין איך איז עס שוין אויפן וועג צוריק ארויף. אין בארא פארק זיכער.

פאר א האלב יאר צוריק איז מיין לענדלארד גרייט געווען אראפצולאזן מיין רענט, כהיום איז עס שוין אריבער א העכערונג...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

איך ווייס נישט פונקטליך פון וועלכע געגענטער די רעדסט, אבער אין קרית יואל בן נאך קיין פרייזן כמעט נישט געפאלן, אינגעלייטלעך ברעכן אונטער צו צאלן די רענט דא, פון די פיצי געהאלט וואס ס'ווייבעלע ברענגט אהיים (פאר ווער עס ווייסט נישט, קרית יואל ביי די נשים איז נאך מער ווייניגער געבליבן ביי די אמאליגע פעי, ספעציעל ביי די סקול דשאבס, ווייבלעך קומען אהיים מיט 2 ביז 3 מאות א וואך, און קענען פשוט נישט דעקן די הוצאות החיים)
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

אבי.גערעדט האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך פון וועלכע געגענטער די רעדסט, אבער אין קרית יואל בן נאך קיין פרייזן כמעט נישט געפאלן, אינגעלייטלעך ברעכן אונטער צו צאלן די רענט דא, פון די פיצי געהאלט וואס ס'ווייבעלע ברענגט אהיים (פאר ווער עס ווייסט נישט, קרית יואל ביי די נשים איז נאך מער ווייניגער געבליבן ביי די אמאליגע פעי, ספעציעל ביי די סקול דשאבס, ווייבלעך קומען אהיים מיט 2 ביז 3 מאות א וואך, און קענען פשוט נישט דעקן די הוצאות החיים)

עגרי, אין קר''י איז פרייזן פאר רענטלס שטארק ארויף די לעצטע 18 חדשים
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ישלהוסיף האט געשריבן:אפילו לשיטתם אז אין ווילימסבורג און און בארא פארק איז עס געבליבן שטיין איז עס נאך אלץ גאר טייער פאר דער עווריטש יונגערמאן, וועלעכע מופט נישט צו די נייע ישובים אויף צו דינגן, און בלייבן ענדערשט אין די אויבערדערמאנטע געגענטער אין צאלן טייערע רענטל דירות. וואס כאטש ס'נישט דא קיין מאנגל - ווי דו זאגסט - שענקן זיי אעפי"כ דריי פערטל פון זייערע געהאלט צו בלייבן וואוינען אין וומ"ס און אין ב"פ. יא, פאר די וואס קענען זיך ערלויבן צו 'קויפן' און די נייע ישובים זיי זענען טאקע א געהאלפענער.


קיין קריזיס איז עס אבער נישט.
פונקט ווי ווען ס'זאל איין יאר זיין א מאנגל אים טויזענט דאלערדיגע אתרוגים וועט עס קיינער נישט ריפן א קריזיס ווייל ס'איז נישט לעבענס וויכטיג
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דריידל האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אפילו לשיטתם אז אין ווילימסבורג און און בארא פארק איז עס געבליבן שטיין איז עס נאך אלץ גאר טייער פאר דער עווריטש יונגערמאן, וועלעכע מופט נישט צו די נייע ישובים אויף צו דינגן, און בלייבן ענדערשט אין די אויבערדערמאנטע געגענטער אין צאלן טייערע רענטל דירות. וואס כאטש ס'נישט דא קיין מאנגל - ווי דו זאגסט - שענקן זיי אעפי"כ דריי פערטל פון זייערע געהאלט צו בלייבן וואוינען אין וומ"ס און אין ב"פ. יא, פאר די וואס קענען זיך ערלויבן צו 'קויפן' און די נייע ישובים זיי זענען טאקע א געהאלפענער.


קיין קריזיס איז עס אבער נישט.
פונקט ווי ווען ס'זאל איין יאר זיין א מאנגל אים טויזענט דאלערדיגע אתרוגים וועט עס קיינער נישט ריפן א קריזיס ווייל ס'איז נישט לעבענס וויכטיג


נישט גערעכט,
ווייל רוב מענטשן וואס דינגן בלייבן אין שטאט (ווי וויליאמסבורג אדער בארא פארק), משא"כ די וואס קויפן האבן יא די פריוועליגיע צו קענען קויפן אין די נייע ישובים.
האסט שוין געהערט אז איינער זאל זיך אריבערציען קיין בלומינגראוו, לינדן וכדומה ווייל דארט איז די רענט ביליגער?
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

עס פעלט א רענטל מארקעט אינדערויסן פון שטאט
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

לאו דווקא, למשל לעיקוואד קען מען רענטן הערליכע דירות פאר שפאט ביליג (אפי' און די סאטמארע געגענט) און אזוי וואלט לכאורה געוועהן און בלומינגבערג ווען נישט סעקשאן 8
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין דזשערסי סיטי קען מען רענטן פאר בילקעלעך, און ווי איינער ווייזט דא אן אין בלומינגבורג ווען נישט סעקשאן אכט, וואס די עפעקט וועט לכאורה יעצט אוועקגיין נאך וואס די מוסדות וועט מער נישט אנ'נעמען די קינדער.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

יא, די דירות קריזיס איז טאקע א פארגאנגענהייט, אבער צום באדויערן די דירות פרייזן איז אויך א פארגאנגענהייט,
אין די צייט וואס פאר נישט מער ווי צען יאר צוריק האט מען אין רוב געגעגנטער אין מאנסי ק"י געקענט איינהאנדלען א לייטישע דירה פאר דריי הונדערט אלפים, און א בעסערע דירה פאר דריי פופציג, זיצן היינט די פרייזן באקוועם ביי לא פחות פון א האלבע מעלאנע און אין רוב פעלער ביי לכה"פ פינעף הונדערט פופציג אלפים.! דאס מיינט צוזאגן אז א יונגערמאן קויפט היינט, צאלט ער א חודש מיט לכה"פ 1200 $ וואס דאס איז פופצן טויזנט דאלאר א יאר! מער ווי זיין עלטערע ברידער/חבר וואס האט געקויפט פאר צען יאר צוריק (און דעמאלטס האט מען אויך געשריגן אז ס'איז צו טייער...)
הגפן תתן פריו, והיין ביוקר, ס' איז טאקע דא דירות, אבער די פרייזן איז ביוקר...
'ומאתים לנוטרים את פריו'
הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

איך זעה נאך נישט ווי אין מאנסי אדער לעיקוואד זאלן די רענט פרייזען פאלן אדרבה עס גייט נאר ארויף.
פאריאר אזא צייט האט מען געקענט באקומען אין געוויסע געגענטער אין לעיקוואד א דירה פון 2500 סקפ פאר א נישטיגע $1600 כהיום גייט די זעלבע דירה פאר 1950$-$2000
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

אין מאנסי זענען פרייזן יעצט "סקיי היי"! ווי נאך קיינמאל פריער סיי רענטל און סיי קויפן.
אין א זייטיגע נאטיץ, אזוי ווי ס'איז געווען א גרויסע דימענד פאר 5 רומיגע דירות האט מען אנגעהויבן בויען פייוו רומס כמעט אזוי ווי אין די סיטי בעדרומס אביסל גרעסער ווי א וואלק אין קלאזעט דזשאסט צו קענען בעטן די פרייז.
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

חדשות האט געשריבן:גיי מיר נישט באלמוטשענען דעם עולם מיט לענגערע אנאליזן, נאר לאזן וויסן דעם עולם די טרוקענע פאקטן אויב ווייסט איר נאך נישט.

דער קריטישער מצב פון דירות איז ברוך השם א פארגאנגענהייט.

פאר 5 יאר צוריק איז נישט גווען קיין מציאות ווי אזוי די עקזיסטירענדע יישובים פון וויליאמסבורג-בארא פארק-מאנסי- קרית יואל-לעיקוואד זאל קענען צושטעלן גענוג דירות פאר די טויזענטער פרישע קאפעלס וואס האבן חתונה געהאט יערליך.

פעסט פארווארד 5 יאר, איז געשען 2 זאכן.
1) עס איז דא אן אנלימיטעד סופליי פון דירות אין צענדליגער נייע געגענטער. און ווי נאר עס ווערט אביסל טייט אין איין געגענט זענען גלייך דא א מנין אינגעלייט וואס זענען גרייט צו קויפן אפאר הייזקעלעך פונעם גוי א מייל ארויפציער, און ביז א האלבע יאר איז שוין דא נאך א יישוב...

2) אלס דירעקטע רעזולטאט פון נומער איינס, זענען פרייזן אין אלע עקזיסטירענדע געגענטער אדער געבליבן שטיין אדער געפאלן אין די לעצטע 18 חדשים, סיי רענטעלס און סיי סעילס א היסטאריש ברעכענדע פאסירונג.דאס רעכענט אריין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.

איך מיין אז עס איז דא ליידער א דריטע פעקטאר, און דאס איז דער טראסק אינעם רוחניות'דיגען און אלס פועל יוצא אויך גשמיות'דיגער מצב ביי אונז.

ווייניגער פערסנעטעטשווייז פירט מען ליידער צו די חופה אדער גייען וואוינען (ווי אמאל) לעבען אירע עלטערען.

די סייז פון משפחות שרינקען (כאטש עס האט נאך נישט א שטארקע אימידיעט עפעקט), אבער ביי טייל האט עס שוין אנגעהויבען שרינקען א לאנגע צייט צוריק און די עפעקטען (פון ווייניגער קינדער חתונה צו מאכען) איז שוין דא. (פאר דער וואס פארשטייט נישט; איז לדוגמא דער עווערעדז סייז פון א משפחה אין וויליאמסבורג געווען גרעסער ווי בארא פארק, און בארא פארק גרעסער ווי פלעטבוש, און פלעטבוש גרעסער ווי די פייף טאון'ס).

מען רעדט דא בכללות נישט בפרטות. בפרטות קען זיין אסאך עקסעפשענס.

חוץ פון דעם איז דא אשכולות דא וואס רעדט פון א שידוכים קריזיס ווי א סאך טרעפען נישט שידיוכים יונג (ווי אמאל). דאס אלעס עפעקט (מייניך) וויפיל דירות מען דארף האבען און דער באלאנס דערפון.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

חדשות האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אפילו לשיטתם אז אין ווילימסבורג און און בארא פארק איז עס געבליבן שטיין איז עס נאך אלץ גאר טייער פאר דער עווריטש יונגערמאן, וועלעכע מופט נישט צו די נייע ישובים אויף צו דינגן, און בלייבן ענדערשט אין די אויבערדערמאנטע געגענטער אין צאלן טייערע רענטל דירות. וואס כאטש ס'נישט דא קיין מאנגל - ווי דו זאגסט - שענקן זיי אעפי"כ דריי פערטל פון זייערע געהאלט צו בלייבן וואוינען אין וומ"ס און אין ב"פ. יא, פאר די וואס קענען זיך ערלויבן צו 'קויפן' און די נייע ישובים זיי זענען טאקע א געהאלפענער.

דאס איז יעדעמס פערזענליכער אויסוואל. אבער עס איז דא גענווווג א גרויסער אויסווייל פון פלעצער אז א נארמאלער מענטשען זאל קענען טרעפן א פלאץ וואס זאל זיין געאייגענט לפי תכונתו פאר האלב די פרייז

איי ער קען זיך נישט צוזאמנעמן און מאכן א מאוו?? איז ער נישט ערגער פון דעם אינגערמאן וואס קען נישט מאכן א מאוו און נעמען א זשאב.

אין איין ווארט עס איז מער נישט קיין כלליותדיגער פראבלעם... נאר עס איז דא אינגעלייט וואס פאר סאם ריזאן ווילן נישט אדער קענען נישט עקסעפטען דעם לייזונג וואס ליגט פאר זיי.

ודו"ק

not really

נישט יעדער האט די זעלבע אויסוואל. עס איז תלוי און א סאך זאכען וואס ער קלויבט זיך נישט אויס; און דערובער פאר טייל איז דער אויסוואל (אויב בכלל האט ער א אויסוואל) נישט די זעלבע.

מאכן א מאוו און מאופען איז נישט ממש די זעלבע ווי מאכן א מאוו און נעמען א זשאב.

פאר טייל איז דער לייזונג גרינגער און פאר טייל איז עס שווערער.
--------

הרב ישלהוסיף; היינט אויב עס האלט ביי דריי פערטל פון זייערע געהאלט איז שוין א גרויסע אימפראווומענט. א מאל האט רענט געהאלטען ביי 125 פרוצענט פון זייער געהאלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב ווערק
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב ווערק »

SPUSMN האט געשריבן:איך מיין אז עס איז דא ליידער א דריטע פעקטאר, און דאס איז דער טראסק אינעם רוחניות'דיגען און אלס פועל יוצא אויך גשמיות'דיגער מצב ביי אונז.

ווייניגער פערסנעטעטשווייז פירט מען ליידער צו די חופה אדער גייען וואוינען (ווי אמאל) לעבען אירע עלטערען.

די סייז פון משפחות שרינקען (כאטש עס האט נאך נישט א שטארקע אימידיעט עפעקט), אבער ביי טייל האט עס שוין אנגעהויבען שרינקען א לאנגע צייט צוריק און די עפעקטען (פון ווייניגער קינדער חתונה צו מאכען) איז שוין דא. (פאר דער וואס פארשטייט נישט; איז לדוגמא דער עווערעדז סייז פון א משפחה אין וויליאמסבורג געווען גרעסער ווי בארא פארק, און בארא פארק גרעסער ווי פלעטבוש, און פלעטבוש גרעסער ווי די פייף טאון'ס).

מען רעדט דא בכללות נישט בפרטות. בפרטות קען זיין אסאך עקסעפשענס.

חוץ פון דעם איז דא אשכולות דא וואס רעדט פון א שידוכים קריזיס ווי א סאך טרעפען נישט שידיוכים יונג (ווי אמאל). דאס אלעס עפעקט (מייניך) וויפיל דירות מען דארף האבען און דער באלאנס דערפון.

איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז דער ציבור וואקסט שטייטער ווי אמאל, די נומערן ווייזן עס בכלל נישט.
קעגן עסקנים שרייט מען, צו עסקנים וויינט מען.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

שרייב ווערק האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז דער ציבור וואקסט שטייטער ווי אמאל, די נומערן ווייזן עס בכלל נישט.

לעצטענס האט א געוויסע באקאנטע רעבעצין געהאקט קעגן די סטרייק וואס היימישע פרויען אין ווילי האבן קעגן דאבעל קערידזשעס...
זי האט פרובירט צו מוטיגן די ווייבלעך צו דעמאנסטרירן און ארויס גיין ווייזן אז ס'איז גאר א אידישע שטאלץ צו פירן א דאבעל קערידזש.
קאמענטארן זענען איבריג...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שרייב ווערק האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך מיין אז עס איז דא ליידער א דריטע פעקטאר, און דאס איז דער טראסק אינעם רוחניות'דיגען און אלס פועל יוצא אויך גשמיות'דיגער מצב ביי אונז.

ווייניגער פערסנעטעטשווייז פירט מען ליידער צו די חופה אדער גייען וואוינען (ווי אמאל) לעבען אירע עלטערען.

די סייז פון משפחות שרינקען (כאטש עס האט נאך נישט א שטארקע אימידיעט עפעקט), אבער ביי טייל האט עס שוין אנגעהויבען שרינקען א לאנגע צייט צוריק און די עפעקטען (פון ווייניגער קינדער חתונה צו מאכען) איז שוין דא. (פאר דער וואס פארשטייט נישט; איז לדוגמא דער עווערעדז סייז פון א משפחה אין וויליאמסבורג געווען גרעסער ווי בארא פארק, און בארא פארק גרעסער ווי פלעטבוש, און פלעטבוש גרעסער ווי די פייף טאון'ס).

מען רעדט דא בכללות נישט בפרטות. בפרטות קען זיין אסאך עקסעפשענס.

חוץ פון דעם איז דא אשכולות דא וואס רעדט פון א שידוכים קריזיס ווי א סאך טרעפען נישט שידיוכים יונג (ווי אמאל). דאס אלעס עפעקט (מייניך) וויפיל דירות מען דארף האבען און דער באלאנס דערפון.

איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז דער ציבור וואקסט שטייטער ווי אמאל, די נומערן ווייזן עס בכלל נישט.

הלוואי זאלסטו זיין גערעכט; אדרבא אויב איינער האט די נומערען זאל עס ביטע ארויף לייגען.

איך שטעל א פאר הנחות (וואס אלעס האט איין שורש). הנחה א' איז אז דער ציבור וואקסט שטייטער ווי אמאל; הנחה ב' איז אז די צאל חתונות פער קינדער איז ווייניגער ווי אמאל; און הנחה ג' איז אז די צאל וואס גייען וואוינען לעבען די מאמא איז ווייניגער ווי אמאל. אויב מען זאל מיר דיספראווען מיט איינע פון די הנחות וועל איך זיין העכסט צופרידען. איך וויל דא נישט זיין גערעכט.

אויב (לאמער זאגען) האט אמאל געדוירט פאר וויליאמסבורג זיך צו דאפלען 20 יאר, און לאמער זאגען בארא פארק 18 יאר, און לאמער זאגען פלעטבוש 16 יאר; איז היינט לאמער זאגען די ציפערען 18, 16, 14 ריספעקטיוולי, און זיי רוקען זיך נאך ווייטער אראפ ליידער.

די נומערען זענען נישט קיין פאקטען נאר השערות'דיגע געבעיסד אויף א עדיוקעיטעד געס. די נומערען קענען זיין עטוואס מער אדער וויייניגער אבער דער פוינט איז די זעלבע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מאתים האט געשריבן:יא, די דירות קריזיס איז טאקע א פארגאנגענהייט, אבער צום באדויערן די דירות פרייזן איז אויך א פארגאנגענהייט,
אין די צייט וואס פאר נישט מער ווי צען יאר צוריק האט מען אין רוב געגעגנטער אין מאנסי ק"י געקענט איינהאנדלען א לייטישע דירה פאר דריי הונדערט אלפים, און א בעסערע דירה פאר דריי פופציג, זיצן היינט די פרייזן באקוועם ביי לא פחות פון א האלבע מעלאנע און אין רוב פעלער ביי לכה"פ פינעף הונדערט פופציג אלפים.! דאס מיינט צוזאגן אז א יונגערמאן קויפט היינט, צאלט ער א חודש מיט לכה"פ 1200 $ וואס דאס איז פופצן טויזנט דאלאר א יאר! מער ווי זיין עלטערע ברידער/חבר וואס האט געקויפט פאר צען יאר צוריק (און דעמאלטס האט מען אויך געשריגן אז ס'איז צו טייער...)
הגפן תתן פריו, והיין ביוקר, ס' איז טאקע דא דירות, אבער די פרייזן איז ביוקר...

די וועלט זאגט וואס איז היינט טייער איז מארגען ביליג. טראכט אז עס איז שוין מארגען און די קויפסט עס פאר די היינטיגע פרייזען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

היינט הערט מען כמעט נישט פון משפחות מיט מער ווי 10 קינדער. אדרבה, וויפול מענטשן אינטער 50 קענט איר מיט מער ווי 10? איך קען 2. אמאל איז 12-13 קינדער נישט געווען אויסטערליש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
שרייב ווערק האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז דער ציבור וואקסט שטייטער ווי אמאל, די נומערן ווייזן עס בכלל נישט.

לעצטענס האט א געוויסע באקאנטע רעבעצין געהאקט קעגן די סטרייק וואס היימישע פרויען אין ווילי האבן קעגן דאבעל קערידזשעס...
זי האט פרובירט צו מוטיגן די ווייבלעך צו דעמאנסטרירן און ארויס גיין ווייזן אז ס'איז גאר א אידישע שטאלץ צו פירן א דאבעל קערידזש.
קאמענטארן זענען איבריג...

עס האט א נאמען ווען א מאמע שלעפט זיך קע"ה מיט פינעף קינדערלעך וואס דער עלצטער איז נאך נישט קיין פינעף. זי שלעפט זיך מיט איצי פיצי מיצי...

קיין גרעסערע דאגות ביי כלל ישראל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דריידל האט געשריבן:היינט הערט מען כמעט נישט פון משפחות מיט מער ווי 10 קינדער. אדרבה, וויפול מענטשן אינטער 50 קענט איר מיט מער ווי 10? איך קען 2. אמאל איז 12-13 קינדער נישט געווען אויסטערליש

ריכטיג; פיינעלי ציפערען (וואס יעדער קען אליין זעהן) צו באווייזען וואס איך זאג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דריידל האט געשריבן:היינט הערט מען כמעט נישט פון משפחות מיט מער ווי 10 קינדער. אדרבה, וויפול מענטשן אינטער 50 קענט איר מיט מער ווי 10? איך קען 2. אמאל איז 12-13 קינדער נישט געווען אויסטערליש

איך קען פיל מער ווי צוויי.

די יונגערע משפחות ווייסט פשוט נישט די גאס וויפיל קינדער זיי האבן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

SPUSMN האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
שרייב ווערק האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז דער ציבור וואקסט שטייטער ווי אמאל, די נומערן ווייזן עס בכלל נישט.

לעצטענס האט א געוויסע באקאנטע רעבעצין געהאקט קעגן די סטרייק וואס היימישע פרויען אין ווילי האבן קעגן דאבעל קערידזשעס...
זי האט פרובירט צו מוטיגן די ווייבלעך צו דעמאנסטרירן און ארויס גיין ווייזן אז ס'איז גאר א אידישע שטאלץ צו פירן א דאבעל קערידזש.
קאמענטארן זענען איבריג...

עס האט א נאמען ווען א מאמע שלעפט זיך קע"ה מיט פינעף קינדערלעך וואס דער עלצטער איז נאך נישט קיין פינעף. זי שלעפט זיך מיט איצי פיצי מיצי...

קיין גרעסערע דאגות ביי כלל ישראל.


מיט די היינטיגע פרעשור אז יעדעס קינד מוז האבן א נייע מעטשינג היטל יעדע יו"ט וכדומה אינאיינעם מיט די שוואכע נערווען היינטיגע דורות, ערלויבט נישט צו האבן אזויפיל קינדער ווי אמאל, און אודאי נישט טאמער וואינט מען פארקוועטשט.
ס'מוז זיין א מאמע וואס קען זיך אפגעבן אויפציען די קינדער, טאמער נישט איז עס פשוט לבטלה.
כ'האב געזעהן אמאל א דרשה פון א דיין וואס האט גערעדט בשבחו פון די נייע ישובים און ארויסגעברענגט אז די קליינע דירות איז די גורם פאר אסאך שאלות וואס קומען היינט צו דיינים ודי
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”