תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

משהלע האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:נאך אן אינטערסאנטע מנהג בעלזא וואס איז נוגע צו די וואך שבת שחל בו תשעה באב.

אין בעלזא זאגט מען נישט קיין איין וואך דעם זמר ברוך אל עליון, די טעם איז צוליב די זמר רעדט זיךזייער שטארק פון די גלות, און מען איז חושש אויף אבילות בשבת, ווי אויך ווערט דארט דערמאנט 3 מליצות וואס די שורש איז פסוקים פון איכה, חסדי ה' כי לא תמנו, כי אם הוגה וריחם, כי לא יזנח לעולם.

אבער אזא שבת אזוי ווי היי יאר, ווען תשעה באב איז חל בשבת, האט מען יא געזינגען (צו געזאגט) דעם זמר ברוך אל עליון. וכן נהגו גם כן בשנה שחל תשעה באב בערב שבת וואס דאן האט מען געזינגען דעם זמר.

גם כן בשנה שחל תשעה באב ביום ראשון.

לא בד"ו פסח וא"ת ב"ש.

איך האב דאס געמיינט, נאר נפלטה מקולמוסי היפוך הדבר, בטעות האב איך געשריבן "בשנה שחל תשעה באב בערב שבת", איך האב געוואלט שרייבן "בשנה שחל תשעה באב ביום ראשון".
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סידיראם האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:נאך אן אינטערסאנטע מנהג בעלזא וואס איז נוגע צו די וואך שבת שחל בו תשעה באב.

אין בעלזא זאגט מען נישט קיין איין וואך דעם זמר ברוך אל עליון, די טעם איז צוליב די זמר רעדט זיךזייער שטארק פון די גלות, און מען איז חושש אויף אבילות בשבת, ווי אויך ווערט דארט דערמאנט 3 מליצות וואס די שורש איז פסוקים פון איכה, חסדי ה' כי לא תמנו, כי אם הוגה וריחם, כי לא יזנח לעולם.

אבער אזא שבת אזוי ווי היי יאר, ווען תשעה באב איז חל בשבת, האט מען יא געזינגען (צו געזאגט) דעם זמר ברוך אל עליון. וכן נהגו גם כן בשנה שחל תשעה באב בערב שבת וואס דאן האט מען געזינגען דעם זמר.

גם כן בשנה שחל תשעה באב ביום ראשון.

לא בד"ו פסח וא"ת ב"ש.

איך האב דאס געמיינט, נאר נפלטה מקולמוסי היפוך הדבר, בטעות האב איך געשריבן "בשנה שחל תשעה באב בערב שבת", איך האב געוואלט שרייבן "בשנה שחל תשעה באב ביום ראשון".

נאך א טעות, צ"ל ברוך ד' יום יום נישט ברוך קל עליון.

אקעי, די פאסט דאך היינט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

יא גערעכט..... אין אדם נתפס על צערו....
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס איז דער מנהג לגבי גיין אין מקווה שבת אינדערפרי?לכאורה אויב מ'איז מחמיר אויף דברים שבצנעה דארף אויך טבילה זיין אסור.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

טבילה איז דאך בפרהסיא.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סידיראם האט געשריבן:למעשה איז דאס אלעס א טעם פארוואס מען זאל זיך די וואך יאגן בכלל צו מקבל שבת זיין פרי, אבער דאך איז אומפארשטענדליך די מנהג צו דאווענען שבת אינדערפרי מיט א שעה פריער אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות, וואס איז די פשט פון עסן מילכיג'ס די וואך שבת.

פשט פון עסן מילכיג מוז נישט זיין קיין מנהג, עס איז פשוט פראקטיש, כדי צו האבן אויף וואס איינצופאסטן. יעדן תענית עסט מען פארדעם מילכיגס וואס שטאפט גוט אן און פארוואס זאל מען נישט טון די זעלבע כשחל בשבת. ווער רעדט נאך פונעם קאווע פארן איינפאסטן וואס אן דעם ווייס איך נישט וויאזוי מען גייט צו צום תענית.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

צולייגער האט געשריבן:טבילה איז דאך בפרהסיא.

טבילה, איז קלאר נישט בפרהסיה ווער ווייסט צו איך גיי אין מקוה אדער נישט, איך מיין אז מען מעג גיין, ווייל טבילה איז אסאך גרינגער ווי רחיצה, ממילא זאל מען מעגן מקיל זיין שבת, אבער למעשה בין איך נישט געגאנגען היי יאר איך האב מורא געהאט צו זיין א חסיד שוטה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז דער מנהג לגבי גיין אין מקווה שבת אינדערפרי?לכאורה אויב מ'איז מחמיר אויף דברים שבצנעה דארף אויך טבילה זיין אסור.

הייבט זיך בכלל נישט אן. מען גייט נישט אין מקוה שבת צופרי נאר צוליב דברים שבצנעא, מען גייט אין מקוה שבת אינדערפרי צו מקבל זיין תוספות קדושה בשבת.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

עס איז דא צוויי באזינדערע זאכן א מנהג צו עסן מילכיג אין די דריי וואכן ביי של"ש,
[וואס איך ווייס איינער וואס האט געפרעגט דעם רבין די דברי יואל צו עס איז טאקע דא אזא מנהג, האט ער געזאגט ביז דארט ווייסטו שוין אלעס? ווי געזאגט דאס איז נישט פאר פשוטע אידען]

פראקטישקייט / נערוועזקייט צו קענען איינפאסטען אויף מילכיג.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סידיראם האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז דער מנהג לגבי גיין אין מקווה שבת אינדערפרי?לכאורה אויב מ'איז מחמיר אויף דברים שבצנעה דארף אויך טבילה זיין אסור.

הייבט זיך בכלל נישט אן. מען גייט נישט אין מקוה שבת צופרי נאר צוליב דברים שבצנעא, מען גייט אין מקוה שבת אינדערפרי צו מקבל זיין תוספות קדושה בשבת.

ר' סידריאם איר גייט אין מקוה יום כיפור אלץ תוספות קדושות יום כיפור? און יום כיפור שחל בשבת?

ער פרעגט צו מען מעג על פי הלכה גיין אין מקוה ט' באב שחל בשבת.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סידיראם האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז דער מנהג לגבי גיין אין מקווה שבת אינדערפרי?לכאורה אויב מ'איז מחמיר אויף דברים שבצנעה דארף אויך טבילה זיין אסור.

הייבט זיך בכלל נישט אן. מען גייט נישט אין מקוה שבת צופרי נאר צוליב דברים שבצנעא, מען גייט אין מקוה שבת אינדערפרי צו מקבל זיין תוספות קדושה בשבת.

ס'איז א מחלוקת, ס'שטארק נוגע אויסער ביי הלכות רחיצה, אויך לגבי תיקון גברא - מכא בפטיש.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואס איז דער מנהג לגבי גיין אין מקווה שבת אינדערפרי?לכאורה אויב מ'איז מחמיר אויף דברים שבצנעה דארף אויך טבילה זיין אסור.

הייבט זיך בכלל נישט אן. מען גייט נישט אין מקוה שבת צופרי נאר צוליב דברים שבצנעא, מען גייט אין מקוה שבת אינדערפרי צו מקבל זיין תוספות קדושה בשבת.

ר' סידריאם איר גייט אין מקוה יום כיפור אלץ תוספות קדושות יום כיפור? און יום כיפור שחל בשבת?

ער פרעגט צו מען מעג על פי הלכה גיין אין מקוה ט' באב שחל בשבת.

יא מען מעג גיין, סיי וויבאלד דאס איז נישט צוליב דברים שבצנעא. ועוד עס איז דאך בכלל נישט בצנעא, עס איז בפרהסיא, אויב וועט מען באמערקן אז די ביסט נישט געווען אין מקוה, וואס איז ביי רוב מענטשן זייער ניכר.

ועוד והוא העיקר, אז נאך פאר איך האב א ברייטן בירור, איז מיר קלאר אז מען מעג היות אבותינו רבותינו ודיינינו... פירן זיך צו גיין אין מקוה שבת צופרי אפילו כשחל בת"ב, וכן נהג הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע הגם ער האט זייער שטארק מקפיד געווען בעניני מקוה אין די ניין טעג, דאך איז ער געגאנגען שבת צופרי געהעריג אין מקוה. ואל תחשוד את אבותיך במה שמסרו לך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

רוב חסידישע אידען גיין ב"ה יעדן טאג אין מקוה, צילוב תוספות קדושה. נישט צילוב דברים שבצנעה,

חוץ ט' באב, יום כיפור, און אין די ימי אבילות ל"ע, וואס דאן טאר מען נישט גיין אין מקוה, ווייל דאס הייסט רחיצה,

עס איז דא א מחלוקת צו ט' באב וואס געפאלט אין שבת צו עס גייט אן אבילות בצנעה כגון רחיצה אדער נישט, אינזער מנהג איז להחמיר אם לא בל"ט או חשש ז"ל ח"ו, וואס דאן גייט מען מעיקר הדין, אבער סתם אזוי איז מען מחמיר.

איז זיין שאלה צו מען מעג גיין אין מקוה, וואס באמת איז מען מקיל במקרה רע ח"ו אפילו יום כיפור צו גיין אין מקוה ווייל עס איז דאך נישט באמת קיין רחיצה [תשעה באב אליינס איז מען נישט מקיל אין קיין שום פאל צו גיין אין מקוה לגבי דעם איז עס נאך הארבער ווי יום כיפור, מען איז העכסטענס מקיל צו וואשען די הענט פערציג מאל כהבעש"ט] זעה איך פון דעם אז מקוה איז גרינגער,

יעצט איז זיין שאלה צו אונז זענען מיר מחמיר לגבי טבילה בשבת כרחיצה אדער נישט וויבאלד מעקיר הדין איז עס נישט לשם רחיצה, ועוד עס איז דא שיטות אז דברים שבצנעה אינו נוהג, דאס וואס דו זאגסט אז פארשידענ רבנים גייען, טאקע פארדעם אפשר גיין זיי ווייל דו קוקסט משא"כ סתם א איד וואס קיינער גייט נישט וויסען.,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:טבילה איז דאך בפרהסיא.

טבילה, איז קלאר נישט בפרהסיה ווער ווייסט צו איך גיי אין מקוה אדער נישט, איך מיין אז מען מעג גיין, ווייל טבילה איז אסאך גרינגער ווי רחיצה, ממילא זאל מען מעגן מקיל זיין שבת, אבער למעשה בין איך נישט געגאנגען היי יאר איך האב מורא געהאט צו זיין א חסיד שוטה.

פאלט דיר נישט ביי אז מיט'ן נישט גיין ביסטו געווען סאך מער א חסיד שוטה. האסט פארפאסט די געוואלדיגע מעלה פון א מקוה שבת אינדערפרי צוליב א אייגן פאבריצירטע חשש וואס קען ווערן צובלאזן מיט איין פרעג פון א דיין, אדער מיט 3 שעה לימוד הסוגיא בעיון.... וואס וואלט דיר פשוט געשטעלט אין פלאץ אינאיינעם מיט די מנהג וואס הונדערטער טויזענטער חסידישע אידן גאונים וצדיקים קדושים ומדקדקים ופרושים וזהירים בקלה כבחמורה, וואס זענען אלע - וואס גייען יעדע שבת - אויך געגאנגען שבת אינדערפרי תשעה באב. ולית מאן דחש לזה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דו מאכסט עס אזוי אוועק, לאמיר דיר זאגן עס איז קלאר דא וואס זאגן אז מען מעג און עס איז קלאר דא וואס זאגן אז מען טאר נישט,
דו שאלה איז למעשה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

חוץ פון דעים וואס לכאורה על פי הלכה איז דאס נישט קיין שום חשש כלל וכלל (ולא אכתוב רק אחר הבירור) בנוסף לזה אם הלכה רופפת חזו מאי עמא דבר. בכלל וואלסטו דיר נישט געדארפט אליין פסק'נען ביי אזא זאך וואס אלופי אלפי ישראל פירן זיך אנדערש ווי דיין א.ג. חשש. וזה נקרא במקומינו בשם "אויפגעקלערקייט"
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

סידיראם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בריוועלע האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'איז דא א ענין/מנהג צו עסן א מילכיגע שלוש סעודות שבת ערב תשעה באב, אויב יא ווי איז די מקור?

כ'מיין אין זמירות דברי יואל שטייט עפעס וועגן דעם (איך געדענק נישט אויב מ'רעדט דארט ספעציפיש וועגן אזא וואך)

אין זמירות דברי יואל שטייט אז דער רבי האט זיך געפירט כמנהג רבו הקדוש מצאנז אז כאטשיג איינמאל א זוממער ווען עס איז מעגליך צוליב די לאנגע נאכמיטאג, האט מען זיך מקדים געווען און געגעסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות, די ענין איז וויבאלד מילכיגס ווייזט אויף רחמים, און מיט דעים איז מען מעורר המתקת הדינים.

לכאורה האט דאס אבער נישט קיין שייכות דוקא מיט שבת שחל בו תשעה באב, און די מנהג פון בעל ויואל משה איז אויך נישט געווען צו עסן מילכיג'ס דוקא די שבת, אויב אזוי איז מיר אלס געווען שווער די מנהג פון אידישע קינדער, אז די שבת שחל בו תשעה באב, יאאאגגגט מען זיך שוין פון די נעגל שניידן, מען איז מקדים די דאווענען, די שלום עליכם, די גיין אין גראסערי, אלעס איז מען מקדים, אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות. עס איז מיר אלס געווען א פלא וואס איז די מקור דערצו, און אויב דאס האט בכלל א מקור.

הן אמת, שמצאתי בספר משנת יעקב להגאון מקאפיש זצ"ל ווי ער ברענגט דארט בשם הרה"ק רא"י מסאדיגורא זי"ע א טעם פארוואס אידן זענען מקדים צו מקבל שבת זיין די שבת שחל בו תשעה באב, וכן אם חל שבת בערב תשעה באב, זאגט ער דארט אז די טעם איז וויבאלד אידן ווילן מאכן א תוספות שבת ווי מער, והיות א געווענליכע שבת קען מען מוסיף זיין מוצאי שבת צו מאריך זיין ביי שלש סעודות, אבער די שבת קען מען נישט מאריך זיין מוצאי שבת (מלבד הקדושים אשר בארץ המה ולא כל הרוצה ליטול את השם וכו' כמ"ש בליקוטי מהרי"ח ואכמ"ל), ממילא איז מען מקדים צו מקבל שבת זיין אביסל פריער. (דער קאפישער רב פירט דארט אויס אז ער האט נישט געזעהן אזא מנהג במדינתינו לא אצל החסידים ולא אצל האשכנזים).

למעשה איז דאס אלעס א טעם פארוואס מען זאל זיך די וואך יאגן בכלל צו מקבל שבת זיין פרי, אבער דאך איז אומפארשטענדליך די מנהג צו דאווענען שבת אינדערפרי מיט א שעה פריער אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות, וואס איז די פשט פון עסן מילכיג'ס די וואך שבת.

ביז איך האב געטראפן אז דאס איז גאר א מנהג צדיקים אזוי צו טוהן. איך האב געזעהן אז הצדיק הקדוש רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע פלעגט זיך שוין א שטיק צייט (לפי מה ששמעתי איז דאס געווען עטליכע וואכן, אבל אולי זה קצת גוזמא) פאר די שבת שחל בו תשעה באב או ערב תשעה באב, האט ער זיך געיאגט זייער שטארק און געדאווענט פרי, אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות. זעען מיר פון דעים אז די מנהג איז נישט קיין מנהג בעלי בתים ויסודתו בהררי קודש שנהגו כן צדיקים צו עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות פון אזא שבת ווי היי יאר. (ויתכן אז די עומק הטעם לפי מה ששייך לנו לידע הוא גם כן כטעם דברי הרה"ק מצאנז שהוא להמתיק הדינים ע"י מאכלי חלב, ויתכן שבשבת זו צריך ביותר להמתיק הדינים, אבל א"כ לכאורה הענין הוא דוקא בשבת שחל בו תשעה באב, כי אם שבת הוא בערב תשעה באב א"כ השבת בעצמו הוא כמו כל שבת חזון שבשנה רגילה, וא"כ הי' אז ג"כ לכאורה ענין לאכול מאכלי חלב)

סאטמאר רב זצ"ל האט געגעסן פלייש ביי שלש סעודות בת"ב שחל בשבת או ערב שבת (מפי כמה משמשים)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווייל ער האט נישט געקענט האבן קיין זעקס שעה, אפילו ער זאל וועלן קום 4 שעה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: באמת איז מען מקיל במקרה רע ח"ו אפילו יום כיפור צו גיין אין מקוה ווייל עס איז דאך נישט באמת קיין רחיצה [תשעה באב אליינס איז מען נישט מקיל אין קיין שום פאל צו גיין אין מקוה לגבי דעם איז עס נאך הארבער ווי יום כיפור, מען איז העכסטענס מקיל צו וואשען די הענט פערציג מאל כהבעש"ט],

ביטע שרייב צו א מקור אז מ'איז מחמיר ט' באב מער ווי יום כיפור?
און וואס איז טאקע די טעם?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

לאלתר לחיים האט געשריבן:

די מקור ווייס איך נישט אבער אזוי שרייבן אלע לקוטים, והטעם משום דיום כיפור עסקינן כל היום בתפילה
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אגב בסידור יעב״ץ (הנהגת הבוקר סדר בעל קרי סעי’ יז) מתיר לטבול טבילת עזרא אפילו בתשעה באב, ובצנעה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: באמת איז מען מקיל במקרה רע ח"ו אפילו יום כיפור צו גיין אין מקוה ווייל עס איז דאך נישט באמת קיין רחיצה [תשעה באב אליינס איז מען נישט מקיל אין קיין שום פאל צו גיין אין מקוה לגבי דעם איז עס נאך הארבער ווי יום כיפור, מען איז העכסטענס מקיל צו וואשען די הענט פערציג מאל כהבעש"ט],

ביטע שרייב צו א מקור אז מ'איז מחמיר ט' באב מער ווי יום כיפור?
און וואס איז טאקע די טעם?

די מקור ווייס איך נישט אבער אזוי שרייבן אלע לקוטים, והטעם משום דיום כיפור עסקינן כל היום בתפילה

אין וויזשניץ זאגט מען אז מען זאל יא גיין אין מקוה - און איך מיין אויך אין סקוווירא.
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:חלילה להקל בענין פקוח נפש ולהתענות בלי שאלות חכם.
1] אזוי האבן אינזערע רביס אלע יארן געפסקנט אנגעהויבן פון שינאווע רב און ווייטער, אז מיידלעך /פרויען ביז די 40/ 50 פאסטען נישט קיינמאל לגבי די ד' תעניתים, און פרויען און אלע אימשטענדן פאסטען נישט בשום אין אופן אפילו תשעה באב קיין איין יאר.

2] פרעג די הצלה וויפיל קאלס עס איז דא נאך תשעה באב און יום כיפור פון פרויען אן דעם וואס זיי זאלן האבן געפילט סיי וועלכע שוואכקייט, א מאן אדער א פרוי פאר זיך פילט כאטש שוואך קען ער געבן א טרינק וואסער פאר ער קומט לידי סכנה, די דאקטורים ריפען עס אן א סיילענד קילער.

איך האב יעצט געפרעגט א סאטמארע מורה הוראה, זאגט ער אז אלע סאטמארע דיינים פסקענען אז מ'זאל יא פאסטן 'אפי' מעוברת' אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע, דער רבי זי"ע האט אזוי געהאלטן, נאר אויב מ'פילט א שוואכקייט, א דיזינעס אדער קרעפפן, זאל מען אויספאסטן.

די דברי יואל געדענק איך נישט וואס ער זאל פסקענען אבער די ברך משה האט קלאר געזאגט אז די פעטער האט געאגט מען פאסט נישט און די זעלבע האב איך אליין געהערט פון האדמו"ר מהר"א אז זיינע זיידעס האבן נישט געלאזט פאסטען, איך וויי סנישט וועלכע דיין דו האסט געפרעגט אבער לכאורה האט יענער גע'ענטפערט על פי שלחן ערוך,
וזה לשון המחבר עוברות ומיניקות מתענות בתשעה באב כדרך שמתענות ומשלימות ביום כיפור. אבל בג' צומות אחרים פטורות מלהתענות.
אונז זענען טאקע נאר מקיל ביי א מעוברת נישט ביי קיין מינקת, און ביי אנדערע תעניתים האט מען מקיל געווען אפילו פאר מיידלעך, נאר די שינאווע רב האט געזאגט אז יכתוב על פינקתו להשלים אויב מען וועט קענען נאך די 50.
מען פלעגט זאגן אדער אדער זייגט זיאדער ווייגט , און אויב קיין איינס פון דעי צוויי איז זי סתם אזוי קראנק.

דער דיין האט מיר געזאגט אז אלע דיינים פון סאטמאר פסקענען אזוי, הגרש"ל וויינבערגער, הגרז"ל פילאפף

די קרית יואלע דיין פסקנ'ט מיין איך אז פון די פיפטע ביז נאך די אכטע פאסט מען און אין אנדערע נישט אויב איך געדענק גוט פון יארן צירוק,

אבער עס טוישט נישט די מציאות אז אינזערע רביס פלעגן זאגן אנדערש, עס איז דא הלכה און שלחן ערוך און עס איז דא מסורת אבות,

"איך מיין" אז דיין גאנצע צוגאנג דא איז א קלות. קודם שרייבסטו "אז קיינער טאר ח"ו נישט פאסטן," ווען שפעטער ברענגען אנדערע און דו אויך אז די סאטמארע דיינים פסקענען אז מען דארף יא פאסטן - עכ"פ אין געוועסע פעלער. נאכדעם שרייב איך געב אכט דאס איז א פאבליק פארום - שרייבסטו אז "אלץ זאגן בפהסיא איז עס נישט קיין פראבלעם פינקט ווי עס איז מותר צו זאגן בפרהסיא אז אנדערע חולים פאסטען נישט" אר יו סיריעס? דו זעסט נישט קיין חילוק ווי עפעס וואס מען פירט זיך אין א געוויסע קרייז, ווי עפעס וואס שטייט אין די תורה.

אין פשעווארסק עסט מען פלייש אין די 9 טעג פאר מ"מ, דארט קענסטו נישט פארשטיין ווי אזוי מען גייט קעגן א סעיף אין שו"ע, דא רעד מען פון א דינא דגמרא. נישט יעדער שמוגר דארף ליינען פון איינעם אז "מען טאר נישט פאסטן" "פרעג נאר די הצלה אינגערלייט" וכו'.

שטעל זיך פאר איך שרייב "די זמן אויסצופאסטן היינט אין נ.י. איז 8:57 ---- ווייל אין וויזשניץ איז שוין דעמאלטס די זמן. שרייבסט אין אלגעמיין גוט אבער מען דארף האבן א זהירות יתירה ווען מען שרייבט הלכות.
Efroiach
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:למעשה איז דאס אלעס א טעם פארוואס מען זאל זיך די וואך יאגן בכלל צו מקבל שבת זיין פרי, אבער דאך איז אומפארשטענדליך די מנהג צו דאווענען שבת אינדערפרי מיט א שעה פריער אלעס כדי מען זאל קענען עסן מילכיג'ס ביי שלש סעודות, וואס איז די פשט פון עסן מילכיג'ס די וואך שבת.

פשט פון עסן מילכיג מוז נישט זיין קיין מנהג, עס איז פשוט פראקטיש, כדי צו האבן אויף וואס איינצופאסטן. יעדן תענית עסט מען פארדעם מילכיגס וואס שטאפט גוט אן און פארוואס זאל מען נישט טון די זעלבע כשחל בשבת. ווער רעדט נאך פונעם קאווע פארן איינפאסטן וואס אן דעם ווייס איך נישט וויאזוי מען גייט צו צום תענית.

געוויס אזוי, ערב יום כיפור פאסט מען איין אויף טשיז קעיק?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווען ס'נישטא קיין ברירה איז נישטא. תשעה באב איז דא!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”