בריוועלע האט געשריבן:מורי ורבותי - טייערע חברים און גוטע פריינד.
נאכן ליינען די ווארימע ווערטער פונעם שומע ומאזין צום bi weekly שיעור פון רבי אברהם מרדכי, וויל איך האבן די זכי' צו זיין דער פותח המגבית דא אין אונזער קרעטשמע, אנצוווארימען דער עולם צו נעמען א חלק אין די געוואלדיגע הוצאות פון די שיעורים פונעם מגיד נפלא רבי אברהם מרדכי.
טייערע אידן - מיר אלע האבן שטענדיג הנאה פון זייענע תוכן'פולע יסודות'דיגע פרייליכע אינהאלסרייכע שיעורים, און מיר ווארטן מיט שפאנונג און דארשט פאר יעדע נייע שיעור, דעריבער לטובתינו ולטובת אחינו כל בית ישראל וואס שעפן הויפענ'ס חיזוק און הדרכה און אלס הכרת הטוב, לאמיר שטיצן און ארויסהעלפען די געטרייע איבערגעגעבענע מגיד שיעור בדרך כבוד מיט'ן מנדב זיין די שיעורים, און נעמען א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים, אז רבי אברהם מרדכי זאל ווייטער קענען משמיע זיין די כסדר'דיגע שיעורים מתוך הרחבת הדעת ושלות הנפש כל הימים.
נו רבותי מען ווארט אויפ'ן נחשון זאל געבן די ערשטע שיינע נתינה.
ידידינו ר' יוסף פראמאוויטש וועט זיין דער שליח מצוה צו איבערגעבן די געלט פאר אונזער חשובע מגיד שיעור.
תנו כבוד לתורה און מיר אלע ווען דערפון אסאך בענעפיטירן, עץ חיים הוא למחזיקים בה ותומכיה מאושר.
עפן א חסד פאנד