אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - מצוה טאנץ
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - מצוה טאנץ
פרשת ואתחנן תשע"ח - חתונה תקנות וואלן - די וואך איז מען דן איבער די חתונה נאכט
פארקלענערן די קאסטן, פארגרעסערן די שמחה
די אשכול איז איבער
פראגע: מצוה טאנץ (כפי הוראות רבינו שליט"א)?
1) איינע פון די בני משפחה רופט אויס די 4 זיידעס / מחותנים / חתן כלה, קורץ אין בלויז איין שעה
די חתונה קען זיך ענדיגן בערך 12:30
2) א בדחן וועט אויסרופן 'קורץ' די 4 זיידעס / מחותנים / חתן כלה, קורץ אין בלויז איין שעה
די חתונה קען זיך ענדיגן בערך 12:30
3) א בדחן וועט אויסרופן די 4 זיידעס / מחותנים / חתן כלה, אין בערך צוויי שעה
די חתונה קען זיך ענדיגן בערך 1:30
אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - סעודת החתונה
אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - קאפלס פול סעודה מעניו

- אטעטשמענטס
-
- KIMG00552.jpg (661.98 KiB) געזען 3345 מאל
- milech fried
- שר האלף
- תגובות: 1110
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
- לאקאציע: checkmate in 1
- פארבינד זיך:
זעה איך אז קיינער האט נישט קיין נערוון צו קיין לויהס הספדים ביים מצוה טאנץ...
וויאזוי צו שפילן שאך
שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!

- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
בבל האט געשריבן:milech fried האט געשריבן:זעה איך אז קיינער האט נישט קיין נערוון צו קיין לויהס הספדים ביים מצוה טאנץ...
קיינער האט נישט קיין נערוון 2:15 באנאכט חוץ די קינדער אין זאל חוץ איינער וואס דאווענט שחרית נאך 10:00 יעדע טאג
איינער? איך קען אפאר אזוינע..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
ווער גייט שרייבען בדחנות פאר 4 זיידעס 2 טאטעס חתן און כלה און בעטן בלויז $100
פרעגט אייך נאך ביי די אלע וואס שרייבען דא viewforum.php?f=96
וופיל ארבעט עס ליגט אין דעם און ביי א מצוה טאנץ דארפן די גראמען שטימען מיט א ניגון

Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6408
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
איך פארשטיי נישט באמת פארוואס דארף איך איבערהערען ביי יעדע חתונה נאכאמאל אז דער זיידע איז אנערליכער איד און הא אויפגעשטעלט שיינע דורות און שטייט שוין אויף יעדען צופרי פאר 7.30 אוןל לערענט חק ערליך וכו וכו.......................
אינזער משפחה איז קע"ה א גרוסע און מיר האבען זייער אפט חתונות, און יעדע מאל הערט זיך עס ווי א טעיפערקאדער וואס זאגט איבער די זעלבע זאכען.
ממילא האלט איך אז די זיידעס דארף מען נישט אויסרופען צו לאנג נאר אזא שטייגער ווי יעמוד אין א"י
און בעיקר פאקעסן אויף די מחותנים און חתן כלה.

איך האב געזעהן די דרשה פון כ"ק מהר"א שליט"א איבער מצוה טאנץ. ער איז דאך אזוי הייליג גערעכט, ער פארפירט דארט היתכן מען מאכט מצוה טאנץ פאר יעדן איינעם, עס באלאנגט פאר אן איש נכבד מאוד, פאר א זיידע, א רב וכדומה, ער פארפירט דארט אויף דעים וואס אינגלעך און בחורים טאנצן מצוה טאנץ.
לענ"ד דארף מען נאר אויסרופן חתן כלה מיט די זיידעס, און זיי קען מען געהעריג אויסרופן, משא"כ די בני המשפחה דארף מען נישט אויסרופן, אבער דאך -כדי זיי זאלן נישט זיך פילן געטראפן אד"ג - זאל מען אויסרופן אזוי ווי אין ירושלים יעעעמודדד כל הנערים, מען זאל קיינעם נישט אויסרופן ביים נאמען, נאר אויסרופן אז יעדער וואס האט הענט און פיס זאל קומען צו גיין, מען וועט כאפן איין טאנץ און געענדיגט די חתונה.

EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם האט געשריבן:זאל מען אויסרופן אזוי ווי אין ירושלים יעעעמודדד כל הנערים
ביי אסאך חתונות מאכט מען שוין היינט א כל הנערים אבער נישט ממש יעדער איינער נאר קודם אלע פעטערס פון די זייט און נאכדעם פון די אנדערע זייט. נאכדעם אלעס קאזינס פון די זייט וכו''
די שפיל קען צומאל נעמען איבער א האלב שעה
אז מ'רופט נישט אויס קיינעם שפארט מען זיך דאס אויך איין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

א חידוש וואס האט נישט קיין הענט און פיס.
ווער פון די בני המשפחה איז מסכים צי נעמן אזא כיבד בחונם?
אפשר זאל איינער נעמן די כיבוד פון זינגען מ'וועט צישטעלן איין וואויס לעסען דורף א פערפעשענעל וואויס טיטשער?
און אויב איז עס פאר אפאר מאות איז דאך דא די תקנות, ני ווי קומט עס מיט די חתונה תקנות וואלען פון שפארען געלד?
חוץ מזה, מענטשן באגרייפען נישט וואס גייט אלץ אריין אין מצוה טאנץ, מען קען טאקע אפשר צישטעלן פאר הינדערט דאלער פראפעשנעל גראמען, אבער יעדע חתונה אידאך אנדערש יעדע זיידע האט אן אנדערע היסטאריע וואס מען דארף דערמאנען אויפן שפיץ גאפעל.
יעדע מחותן גייט טאקע לויבען און בעיטן, אבער אסאך האבען עלטערן וואס לעיבן יא און די ווואס נישט דארף מען ווייטער מאכען קאסטעם.
זייער אסאך מחותנים האבען פארשינדענע פארלאנגען. ס'איז א ארבעט וואס רוב מענטשן זענען נישט געאייגענט, מען דארף האבען עקספיריענס צי פארשטיין צעינדליגע צעינדליגע ענינים ווי אזוי דער עולם זאל זיין צופרידען.
איינער פון די שירות שטייט - וועט נישט נעמען לאנג ענדיגן 12:30 - יעצט לאמיר פארשטיין וואס האט דאס מיט א קרוב משפחה, רוב פערפעשנעל בדחנים קענען עס מאכען אין איין שעה, אויב מבעיט זיי, [ אדרבה וויפיל עקספירענס און ווי פערפעשנעל מער מאיז קען מען מער מקצר זיין אבער סזאל אויסקיקען נארמאל נישט ווי א בחרום שבע ברכות] די סיבה פארוואס מען מאכט עס לעינגער איז פשוט יעדן נארמאל מכבד זיין, די אלע וואס שרייען און פארפירן אז מען ציט סתם, איך וויל וויסען ווען זיי אליינס מאכען חתונה צי זיי ווילן מען זאל זיי אויפריפן און 3 מינוט אנשטאט די מינומים 7 צי 10 אדער זייער טאטע שווער און 1 מינט ניין! ווען זיי מאכען חתונה כאשטש די מינומים אויב נישט מער, קומט אויס די מינומים איז איין שעה, אבער ווען זייער ברידער שוואגער מאכט חתונה איז ממש א פארברעכן שאין כמהו אז מגעבט יעדן די כבוד הראי, מען קען נישט אזויפיל טין פאר א ברידער שוואגער בלייבן נאך א שעה, ווייל על פי רוב נעמט עס נישט מער ווי 2 שעה.
על כל פנים דעי פעטער וואס באקומט דעי גרויסארטיגע כיבוד, וועט דארפן זיצען און אריינלייגן אסאך ארבעט, און צי אויסניצן א קרוב המשפחה [זיך צי שפארען ממש גארנישט ווייל עפעס איז דאך נישט מער ווי פאשטענדליך צי געבן כאטש ווי די תקנות בדחנים, ]איז ממש אומענטשליך,בקיצור א חידוש וואס האט נישט הענד און נישט פיס.

גרייטן דארף מען גארנישט חוץ די שטימע
ס'וועט זיין פארגעשריבן
טאקע ווייל איינער מיט ווייניג עקספיריענס וועט אויסרופן וועט עס דארפן מאכן ווי קערצער און סטאפן מיט די הספדים משוגעתן
רוב פארשידנארטיגע פארלאנגען זענען נייע משוגעתן וואס האבן גארנישט מיט קיין מנהג אדער מסורה למשל אז א טאטע פון א כלה וויל מ'זאל זינגען פאר זיין מצוה טאנץ א רייע ניגוני התעוררות און ביי יעדע קינד וואס ער מאכט חתונה וואקסט די ליסט
בקיצור דאס וואס דו שרייבסט

דאס דארף זיך אויפהערןקעניגליך האט געשריבן:מענטשן באגרייפען נישט וואס גייט אלץ אריין אין מצוה טאנץ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
עס זיינען זיכער פערהאן היבש עלטערע מענטשן פון מיר, דא אויף דעם וועלטל. אבער לאמיר זאגען פון וואס איך געדענק
ביי א מצוה טאנץ דאן (נאנט צו פערציג יאהר צוריק) פלעגט מען אויסרופן יעדן ברודער עקסטער און א מצוה טאנץ פלעגט זיך ענדיגן אין די פרימארגען שטונדן. נאר איין זאך, מען פלעגט נישט אויסרופן קיינע זיידעס... (הגם יא געזאגט עטליכע ווערטער איבער די קדושים אשר בארץ המה) אבער די אויסרופן איז געווען גראמען מיט מליצות און דער מארשאליק פלעגט מאכען דאס פארפאלק זאל שמייכלען. היינט איז עס הספדים אויף די לעבעדיקע און מען בייט דעם כל המשמח צו א יזכיר לו/להם יום המיתה

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

הענדימען האט געשריבן:
רוב פארשידנארטיגע פארלאנגען זענען נייע משוגעתן וואס האבן גארנישט מיט קיין מנהג אדער מסורה למשל אז א טאטע פון א כלה וויל מ'זאל זינגען פאר זיין מצוה טאנץ א רייע ניגוני התעוררות און ביי יעדע קינד וואס ער מאכט חתונה וואקסט די ליסט
וואס איך הער נישט דא, מחותנים פארלאנגען מ'זאל זינגען פאר זייער מצוה טאנץ 1 ביינאכט ניגוני התעוררות? דער דארף נישט קיין תקנות, דער דארף א דאקטאר!
איך האב נאך ב"ה נישט בייגעוואוינט אזא חתונה, אבער דער מהלך פון אזא מחותן פאר זיינע געשוויסטער איז פשוט אים איבערלאזן דארט, דאס איז נאך א שטאפל אין 'מצוה טאנץ' ארויס פון יעדע פראפארציע
די 'כל הנערים' איז א זאך וואס איז ב"ה איינגעפירט ביי אסאך משפחות, בעיקר ביי גרעסערע משפחות
די אפציע פון נעמען איינעם פון די בני המשפחה (וואס איז סיי ווי אנידערגעשטימט) רעדט מען אזעלכע משפחות ווי דער באטרעפנדער צאלט צו פארן מחותן מ'זאל אים נעמען...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
הענדימען האט געשריבן:גרייטן דארף מען גארנישט חוץ די שטימע
ס'וועט זיין פארגעשריבן
טאקע ווייל איינער מיט ווייניג עקספיריענס וועט אויסרופן וועט עס דארפן מאכן ווי קערצער און סטאפן מיט די הספדים משוגעתן
רוב פארשידנארטיגע פארלאנגען זענען נייע משוגעתן וואס האבן גארנישט מיט קיין מנהג אדער מסורה למשל אז א טאטע פון א כלה וויל מ'זאל זינגען פאר זיין מצוה טאנץ א רייע ניגוני התעוררות און ביי יעדע קינד וואס ער מאכט חתונה וואקסט די ליסט
בקיצור דאס וואס דו שרייבסטדאס דארף זיך אויפהערןקעניגליך האט געשריבן:מענטשן באגרייפען נישט וואס גייט אלץ אריין אין מצוה טאנץ
פיין דארף מען זיך גרייטען.
יעדע חתונה איז אנדערש יעדע זיידע האט זיינע מעשיות מיט היסטאריע וואס מען דארף שיין אויסריפן.
ווער וועט עס פארשרייבען? האמיר שוין אלעס אויסגעשמיסט און כ'על איבערקייען, אויב דער קרוב, איז עס א פיינע ארבעט, אויב א עקספיריענס בדחן איז דאך עס נישט 100 דאלער, יעדע עקספיריענס בדחן נעמט ארום 4 צי 5 מאות צי גראמען סיי ווי 20 מינוט ביי עני שבע ברכות, מילא ער גייט זיך נישט אראפזעצן מסדר זיין יעדע חתונה, אפשר און נאר אפשר קען מען באקומען כלליות גראמען פאר א מאה. אבער נישט א מצוה טאנץ במציאות מיט עכטע מענטשן..
טראכט אריין די ביזט א זיידע האסט באקומען א ברכה פון א געוויסע צדיק ביים אנטלויפען קריג צי אינטערפירן די אייניקליך וכדומה צעינדליגע הינדערטער מעשיות, און מען פליקט אפ, מפארשטייט קוים ווער גייט טאנצען, ווייל די גאנצע זאך איז איבריג.. צי מען דערמאנט עס בכלל נישט? נישט אלעס שטייט, אבער ס'איז פארשטענדליך אז ווען מען האלט אין אזא נאכט דארף מען אויסריפן די מחותן די זיידעס באבעס בכבד הראי.
דעי רוב פארשידענארטיגע פארלאנגען מיין איך נישט א רייע נגיני התעווררות, נאר פארלאנגען וואס איז העכסט פארשטענדליך, לאמיר זאגען אז זיין טאטע איז דורכגעגאגען א שווערע תקופה זיך אויסגעהיילט און ער וויל מ'זאל עס ארויסברעינגן, זיין שווער די זיידע דארף מען ארויסברעינגן דאס און יענטץ, הקיצור אטי כי רוכלא אויסרעכענען אלעס? יעדער פארשטייט א מצוה טאנץ איז א ערנסטע צייט, און יא! און אויב א מחותן שפירט זיך קאנעקטעט מיט עפעס א ווארימע ניגון מעיג ער נישט בעיטן?
וואסארא גערעדעכטץ משועגתן, 20 יאר זייט ער איין מיט כוח און מיה אין א קינד, מעיג ער נישט זיך אביסל אויסבעיטן און אריינטראכטען בשעת אזא קלימאקס מינוט? ער מעיג נישט בעיטן א ניגון וואס ער קען ארויסברעינגן זיינע געפילן פארן אייבערשטן מיט הכרות הטוב? ווי לאנג זענען די לוויום געשטאנען און געזינגען ווען א איד האט געברעינגט א קרבן תודה? און ווען א יד האט געזינדיגט און וויל תשובה טין?
א מצוה טאנץ איז א ערנסטע צייט, שמחות חתן כלה איז נישט א קלייניקייט, פעניען פעילט נישט אויס, אסער ס'איז קלאר מען אז אויב וויל מען יעדער זאל צופרידן זיין יעדן מכבד זיין בכבוד הראי, דארף מען אריינלייגן ארבעט, און א קרוב המשפחה זעי איך נישט קין שים חידוש חוץ אויב מען האט א בדחן אין די משפחה.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
די ערנסטע צייט איז קבלת פנים און חופה. די מצוה טאנץ ערנסטע צייט איז עטליכע צענדליג יאהר אלט.
דא ברענגט מען נישט א קרבן חטאת און פערלאנגען די ניגונים וואס קומט דערמיט. א קרבן תודה קומט מיט פרייליכע נגינה
דא ברענגט מען נישט א קרבן חטאת און פערלאנגען די ניגונים וואס קומט דערמיט. א קרבן תודה קומט מיט פרייליכע נגינה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אין זוהר שטייט אז עלטערן קמען אראפ, צי אלע זיידעס באבעס איז א שמיס פאר זיך, אבער א מחותן וואס זיין טאטע מאמע מעולם העליון קומען אראפ, איז נישט מער ווי פארשטענדליך צי דערמאנען שיין, יעצט איז עס דען נישט קיין ערנסע צייט?
און נאך פארשידענע פרטים, ווי אויסריפן חתן כלה, וואס איז קלאר אז מען קען זיך אויסבעיטן. איז עס דען נישט ערנסט?
אפילו אין ארץ ישראל איז שוין אויך אריינגעקימען מער די גאנצע מצוה טאנץ, הגם נישט אלעס האט א מקור, אבער יעדער פארשטייט אז מען מאכט נישט יעדן טאג חתונה, און א מענטש האט געפילן, און ס'איז נשט מער ווי נארמאל עס צי געיבן מיט הודאה ובקשה פארן רבוש"ע אין אזא הייליגע נאכט.

און דאס וואס ער זאגט
שוין אויסגעשמיסט איינער מיט ווייניג עקספיריענס קען נישט מאכען שנעלער אדרבה ואדרבה ביז ווי לאנג ער העט ציקימען צים פוינט מיט זיינע משלים העטעס גיין אויף די נערוון, אין הספדים משעוגתן האב איך בכלל נישט גערעט מיין נקודה איז געוועין אז דעי חידוש פון א קרוב האט נישט קיין הענט און פיס.
הספדים פעילט נישט אויס לאנג, אבער יא! לאמיר זאגען א מחותן א ראש הכולל מאכט חתונה מעיג מען נישט רעדן 4 ליינס פון זיין כולל זיין הרבצת התורה? א מחותן א בעל חסד? מעיג מען נישט דערמאנען זיינע צדקה וחסד? די מציאות איז איעדער האט ליב א גיט ווארט. פארקערט אויב רעדט מען בכלל נישט איז פארהאן מענטשן וואס העלן עס שווער פארדייען, שוין למעשה איז עס די מציאות ווילסטי טוישען מענטשן די מידות ביי די 40 יאר? פיין נישט מאכען א מגילה אבער קומט זיך נישט פאר א חתן'ס כלה'ס טאטע מאמע צי הערן אפאר גיטע ווערטער אויף איהר מאן ווייב חתן כלה? אזוי סעלפיש געווארען? פארגינט שוין נישט אפאר גיטע ווערטער? איינדעדן בויבעריק מ'דארף עס נישט, אינז זענען נישט געמאכט פון פימזין האלץ יעדער איינער 95 פראצענט מענטשן ווילן הערן עפעס א גיט ווארט,די בית שמאי האבען שוין געזאגט מ'רימט א כלה כמות שהיא, זאגען די בית היילל ניין נאר כלה נאה וחסידה.

צו געזונט האט געשריבן:עס זיינען זיכער פערהאן היבש עלטערע מענטשן פון מיר, דא אויף דעם וועלטל. אבער לאמיר זאגען פון וואס איך געדענק
ביי א מצוה טאנץ דאן (נאנט צו פערציג יאהר צוריק) פלעגט מען אויסרופן יעדן ברודער עקסטער און א מצוה טאנץ פלעגט זיך ענדיגן אין די פרימארגען שטונדן. נאר איין זאך, מען פלעגט נישט אויסרופן קיינע זיידעס... (הגם יא געזאגט עטליכע ווערטער איבער די קדושים אשר בארץ המה) אבער די אויסרופן איז געווען גראמען מיט מליצות און דער מארשאליק פלעגט מאכען דאס פארפאלק זאל שמייכלען. היינט איז עס הספדים אויף די לעבעדיקע און מען בייט דעם כל המשמח צו א יזכיר לו/להם יום המיתה
איך געדענק די ערשטע חתונה גענצליך אן דזשאוקס וואס איך האב מיטגעהאלטן בערך 15 יאר צוריק
בערך 25 יאר צוריק איז נאך געווען אזויווי דו זאגסט
מי יודע האט געשריבן:וואס איך הער נישט דא, מחותנים פארלאנגען מ'זאל זינגען פאר זייער מצוה טאנץ 1 ביינאכט ניגוני התעוררות? דער דארף נישט קיין תקנות, דער דארף א דאקטאר!
איך געדענק ווען מ'האט אזוי גערעדט אויף דעם ערשטן וואס האט געמאכט א שאו ביי די מצוה טאנץ. מיט די צייט איז עס געווארן נארמאל און כמעט געווארן סטאנדארט
קעניגליך האט געשריבן:פיין דארף מען זיך גרייטען.
יעדע חתונה איז אנדערש יעדע זיידע האט זיינע מעשיות מיט היסטאריע וואס מען דארף שיין אויסריפן.
נאופס. מ'דארף נישט אויספאקן יעדן'ס גאנצע היסטאריע מיט אלע דעטאלן
ווילסט? מאך א שבע ברכות פריוואט פאר גאר נאנטע און רוף א גראמער און זיי מספיד פונקטליך ווען ער שטייט אויף, ווי שטארק זיין שייכות מיט זיין רבי'ן איז און פונקטליך וואו ווען און וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים, וועלכע ספרים ער לערנט פאר קידוש יעדע וואך אא"וו
מיט וועלכן רבי'ן ער האט א קשר און אז ער איז א וואוילער איד פעלט נישט אויס קיין שעות צוצוגרייטן און האלט נישט אויף דעם מידען עולם פאר נאך א האלבע שעה פער זיידע
כ'האלט נישט אז א קרוב גראמען איז די ריכטיגע וועג אבער די טענות אז מ'דארף פונקט ביים מצוה טאנץ מאכן א לאנגס און א ברייטס אין אין מיין מיינונג נישט ריכטיג
אגב. די סיבה וואס איך האלט נישט פון א קרוב גראמען איז ווייל כ'האלט אז סגייט גאר נעמען לענגער ווי א בדחן
קעניגליך האט געשריבן:אויב א מחותן שפירט זיך קאנעקטעט מיט עפעס א ווארימע ניגון מעיג ער נישט בעיטן?
טאנצן אויף א געוויסע ניגון איז גארנישט שלעכט אבער מאכן א קומזיץ איז שוין פארריקט און אין לדבר סוף
קעניגליך האט געשריבן:אין זוהר שטייט אז עלטערן קמען אראפ,
זיי קומען צו די גאנצע חתונה. נישט נאר צו מצוה טאנץ
קעניגליך האט געשריבן:איז נישט מער ווי פארשטענדליך צי דערמאנען שיין
דערמאנען איז איין זאך און אויסגראמען איז א צווייטע כנ"ל
קעניגליך האט געשריבן:אפילו אין ארץ ישראל איז שוין אויך אריינגעקימען מער די גאנצע מצוה טאנץ
אויב רעדסטו פון די הספדים. ווי איז עס געווען ביז יעצט?
זעסט נישט אז ס'איז א נייע משוגעת?
קעניגליך האט געשריבן:שוין אויסגעשמיסט איינער מיט ווייניג עקספיריענס קען נישט מאכען שנעלער אדרבה ואדרבה ביז ווי לאנג ער העט ציקימען צים פוינט מיט זיינע משלים העטעס גיין אויף די נערוון
דער פלאן איז אז איינער גייט אנגרייטן די גראמען סאו די פראבלעם וועט נישט זיין.
איך האלט אבער אז אויב א קרוב גייט גראמען וועט מען אנהייבן צו מאכן אייגענע גראמען און ס'וועט טאקע נעמען לענגער אזויווי דו שרייבסט
קעניגליך האט געשריבן:לאמיר זאגען א מחותן א ראש הכולל מאכט חתונה מעיג מען נישט רעדן 4 ליינס פון זיין כולל זיין הרבצת התורה?
איין ליינען איז גענוג און דאס איז מיין עיקר פוינט דורכאויס דעם גאנצן דין ודברים
קעניגליך האט געשריבן:אזוי סעלפיש געווארען? פארגינט שוין נישט אפאר גיטע ווערטער?
איך מיין אז סעלפיש איז ווען מ'האלט אויף מענטשן אינמיטן די נאכט לענגער ווי מ'מוז
בקיצור. ס'דא אסאך וועגן צו קוקן אויף יעדע זאך
אויב קוקט מען אויפן פרט איז דאך יעדער בארעכטיגט צו האבן געפילן
אבער אויב קוקט מען אויפן כלל ווערט א חורבן ווייל יעדע קלייניקייט ווערט א סטאנדארט און ס'קען נישט אזוי אנגיין
אויב טראכט מען אז די משוגעתן זאל מען טאקע ארויסנעמען אבער די וויכטיגסטע זאל מען נישט טשעפען הייבצעך אן א טענה'ריי ווייל ביי יעדן איז א צווייטע זאך וויכטיג
כ'קען ברענגען אסאך דוגמאות וואס כ'האב אליינס מיטגעהאלטן אבער כ'האב שוין נישט קיין געדולד
עמער בלייבן ביי דעם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מען מעג רעדן פון שבחים פון זיידעס און מחותנים אבער פעלט עס דען אויס????
עס איז א גרויסע צייט און מען דארף זיך אויסבעטן איז אפשר ברענגט מען א בדחן וואס אינטער די חופה (וואס איז זיכער א העכערע צייט ווי מצוה טאנץ) זאל אנווארעמען די מחותנים וחתן כלה וכל הקהל הקודש???
איך האב געהערט טעיפס פון חחונת פון פאר דרייסיג יאר צוריק און דער בדחן ריפט אויס און בערך דריי מינוט יעדער שוואגער עקסטער (און ער טאנצט עקסטער פאר בערך פינף מינוט) און זאגט ר"ת אויף זיין נאמען און מאכט א ווערטל און גיט שבת. די גאנצע מעשה האט גענימן בערך א שעה (און מען האט זיך אפילו נישט געיאגט נאר אזוי לאנג האט דאס גענימן)
דאס זענען פון די זאכן וואס איז איינגעפירט געווארן די לעצטע צעדליגע יאר און מענטשן פארשטייען נישט אפילו ווי אזוי מען קען דאס מבטל זיין, עס איז ממש א מסורה וואס מען האט מקבל געווען פון [פיל אריין ווייל איך ווייס נישט]

טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6408
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
די לאנגע מצוה טאנץ איז קלאר א לעצטיגע משוגעת. און נאר א חסידישע מנהג. אין א סאך פלעצער פיהרט מען זיך בכלל נישט צו מאכן קיין מצוה טאנץ [כגון חבד, ליטאים]
און וואס איז די נייע מנהג אז יעדער מחותן טרינקט א גלעזעלע לחיים פארן גיין טאנצן און גייט ארום די גאנצע האלל ווינטשן יעדעם ווי א רבי... כגעדענק דאס נישט מיט יארען צוריק, קוקט אויך אויס ווי א נייע מנהג מקרוב חדשים באו

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אבוויעסלי איז דא אן ענין ארום שלעפן ביי מצוה טאנץ, והא ראי' אז ביי היינטיגע צדיקים טיט מען אזוי. הגע בעצמך, ווען ס'איז סתם א משוגעת וואלטן דען גדולי ישראל ערלויבט אז מ'זאל אויפהאלטן זייערע חסידים אין די שפעטע נאכט שעות צו הערן ווי מ'רופט אויס איבער א שעה איינע פון די זיידעס?
איך ווייס פון א רב אין בארא פארק וואס ווען מ'רופט אים אויף צו מצוה טאנץ ביי די אייניקלעך שטעלט ער זיך אויף תיכף ווען די בדחן דערמאנט זיין נאמען, כאפט אן די גארטל און טאנצט. אזוי דארף מען טון, נישט האלטן דרשות און אויפקלערן די מאסן מיט צעטלעך און פלאקאטן.
היינט איז נישטא (ביי רוב מענטשן) די ביטול צו גדולי ישראל און טאמער ביי זייערע חתונות וועט מען ארומשלעפן וועט יעדער אזוי טון.

כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
חוקר האט געשריבן:מען מעג רעדן פון שבחים פון זיידעס און מחותנים אבער פעלט עס דען אויס????
עס איז א גרויסע צייט און מען דארף זיך אויסבעטן איז אפשר ברענגט מען א בדחן וואס אינטער די חופה (וואס איז זיכער א העכערע צייט ווי מצוה טאנץ) זאל אנווארעמען די מחותנים וחתן כלה וכל הקהל הקודש???
גיב עס אפאר יאר און מ'וועט ברענגן מגידים און בעלי דרשנים א שטייגער ווי רצ"מ זילבערבערג אדער יאוואזשנא רב זאל אנווארעמען דעם עולם ביי מצוה טאנץ.