אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

טראץ וואס אין אייראפע איז געפאקט מיט אנטיסעמיטיזם, איז אמעריקע אביסל רואיגער. אבער פארט הערט מען דא דארט איבער אנטיסעמיטישע אטאקעס וואס ווערן פלאנירט אדער ח"ו דורכגעפירט אפילו אין אמעריקע.

כ'האב נישט געטראפן א אשכול צו באריכטן די נייעס, ברענג איך עס אין א ניי געגרינדעטע אשכול, חשוב'ע מנהלים אויב איז שוין דא אזא אשכול - ביטע צוזאמענשמעלצן.

א פרישער געפערליכער אנטיסעמיטישער אטאקע איז ב”ה פארמיטן געווארן, נאכדעם וואס א עקסטרעם רעכטער אקטיוויסט איז ארעסטירט געווארן אין פלארידע, פלאנירנדיג צו אונטערצינדן א געביידע. ווי ער האט געגעבן צו פארשטיין פאר די פאליציי, האט ער געוואלט “אומברענגען אלע אידן” רחמנא ליצלן.

דער צוויי און זיבעציג יעריגער פארשוין, וואלטער סטולפער, איז ארעסטירט געווארן פרייטאג, און איז באצייכנט געווארן דורך די פאליציי אלס א “גאר געפארפולער מענטש”.

די געשיכטע איז גאר מאדנע, ווייל דער אנטיסעמיט סטולפער זעלבסט האט פארמאגט א דירה אין יענע געביידע וואס ער האט געוואלט אונטערצינדן, און ביי אים אינדערהיים האט מען געפונען נאצישע ביכער און נאך פארשידענע ארטיקלען וואס זענען רעספעקטירט ביי די נעא-נאציס איבער דער וועלט.

ווי די פאליציי רעפארט דערציילט, איז ער פארשיקט געווארן פון די דירה נישט אזוי לאנג צוריק, נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין רענט צו באצאלן, און דאס איז לכאורה די אורזאך פארוואס ער האט באשלאסן צו אונטערצינדן דוקא דעם געביידע, אלס נקצה פארן אים ארויסווארפן פון זיין שטוב.

אין די נייעס איז געווען באריכטעט אז סטולפער איז געכאפט געווארן, ווען ער האט געפירט צוויי גרויסע גאז קאנעס אין א שאפינג-וועגעלע נאנט צו די געביידע. אביסל שפעטער האט די פאליציי אנטדעקט ביי אים נאך פילע קאנעס מיט גאז און אנדערע געפארפולע ברען מאטעריאל, צווישן זיי שוועבל און כעמיקאלן וואס שטיקן, און זענען אויפרייס מאטעריאל. ער האט אויך געהאט אנגעשטעלט פון פריער צוויי גרויסע פענ’ס, וואס זאלן בלאזן אין זיין דירה, און אזוי ארום אויפפלאקערן די פלאמען.

דער אנטיסעמיט האט שוין געהאט אנגעיאגט אראפצולאדענען אויף עטליכע שטאקן פון די געביידע טייל פון די קאנעס, גרייט צום מאסיוון אויפרייס וואס ער האט פלאנירט. דערנאך האט ער אנגעהויבן גיסן פון די גאז און בענזין ארום די געביידע, און געוואלט אנהייבן דאס צו אונטערצינדן.

סטולפער איז נישט געווען צופרידן דערמיט, נאר ער האט געקויפט שלעסער מיט וואס ער האט געפלאנט אפצושליסן אלע טירן און ארויסגענג פון די געביידע, אז די וואס זענען אינעווייניג זאלן נישט קענען ארויסלויפן זיך ראטעווען, און אז די פייערלעשער זאלן זיך מוטשענען אסאך צייט ביז זיי וועלן קענען אריינדרינגען אינעווייניג און פארלעשן די פייער.

ווען די פארשער האבן געפרעגט סטולפער פארוואס ער האט געקויפט די אלע קאנעס מיט גאז, האט ער געזאגט אז ער האט געוואלט “מאכן א קליינע בארביקיא”. אצינד איז ער אונטער ארעסט און וועט אנגעקלאגט ווערן מיט הארבע קלאגעס, צווישן זיי אז ער האט פארמאגט ביי זיך אומלעגאל געווער.

צי עס האבן געוואוינט אידן אין די געביידע אדער נישט, ווייס איך דערווייל נישט, אבער אין די נייעס איז עס באצייכנט אלס אן אנטיסעמיט וועלכער האט געפלאנט א שעדליכע אטאקע.

קרעדיט - אידישער ווינקל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

לויט די העדליינס זעט אויס אז ער האט געהאט אידישע שכנים. א יישר כח פארן באריכטן אזוי קלאר און איטערעסאנט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

זונדל יעדע זאך מיט אזא קלארקייט
"קיפ איט אפ"
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

בשעה שיש האט געשריבן:זונדל יעדע זאך מיט אזא קלארקייט
"קיפ איט אפ"
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אביסל שפעטער האט די פאליציי אנטדעקט ביי אים נאך פילע קאנעס מיט גאז און אנדערע געפארפולע ברען מאטעריאל, צווישן זיי שוועבל און כעמיקאלן וואס שטיקן, און זענען אויפרייס מאטעריאל


https://www.dropbox.com/s/t6f6rhs5y28yd ... 1.mp4?dl=0
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
זונדל שאלאמאן האט געשריבן:אביסל שפעטער האט די פאליציי אנטדעקט ביי אים נאך פילע קאנעס מיט גאז און אנדערע געפארפולע ברען מאטעריאל, צווישן זיי שוועבל און כעמיקאלן וואס שטיקן, און זענען אויפרייס מאטעריאל


https://www.dropbox.com/s/t6f6rhs5y28yd ... 1.mp4?dl=0

דער באשעפער זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

ב"ה אז מ'האט דאס אפגעהאלטן באצייטנס, און דער עיקר אז מ'האמיר צוריק זונדל'ען.

יישר כח פאר דיין קלארע באריכט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

א שאקינג ווידעאו איז אצינד אין די פרעסע, וואו א פרומער איד שטעלט זיך אויף אין טאון האל אין ניוהאט, אין ראקלענד קאונטי און פרובירט פארצולייגן א פרעזענטעישאן פון זיין שולע געביידע וואס ער גייט בויען. די אנגעהעצטע פארזאמעלטע שרייען אריין און לאזן אים נישט אויסרעדן. די אנפירערקע, וואס האט זיך געכאפט אז 'סוועט נישט טויגן' ווען מען וועט פארשפרייטן די האסע אויסדריקן וואס זענען דארט געשריגן געווארן - ווען אלעס ווערט אויפגעכאפט אויף ווידיאו - האט געבעטן די מאסן נישט צו שרייען קיין לאזונגען ווייל אלעס ווערט אויפגעכאפט (א באהאלטענער מעסידזש אז אויב שרייט מען אפען אנטיסעמיטיזם, וועט דאס זיין פאקטישע באווייז אין די געריכטן).
מייסטענס פון די אנוועזענדע, זעהן אויס צו זיין פשוטע אנגעהעצטע מענטשן, וואס איינער פון זיי קוקט יא אויס צו זיין א פירערין, וואס ווילן זיך בויען א קאריערע אדער סתם מקיים זיין דעם עשיו שונא מיט אלע פירושים.
ס'איז צום קרעדיט פון דעם איד, וואס פירט זיך אויף איידל, מיט הכנעה.
עשיו שונא ליעקב.
(אז איינער ווייסט קלארער איבער דעם פלאץ/דעטאלן) זאל ער אריינקומען)
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... burgh.html
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אהער און אהין האט געשריבן:א שאקינג ווידעאו איז אצינד אין די פרעסע, וואו א פרומער איד שטעלט זיך אויף אין טאון האל אין ניוהאט, אין ראקלענד קאונטי און פרובירט פארצולייגן א פרעזענטעישאן פון זיין שולע געביידע וואס ער גייט בויען. די אנגעהעצטע פארזאמעלטע שרייען אריין און לאזן אים נישט אויסרעדן. די אנפירערקע, וואס האט זיך געכאפט אז 'סוועט נישט טויגן' ווען מען וועט פארשפרייטן די האסע אויסדריקן וואס זענען דארט געשריגן געווארן - ווען אלעס ווערט אויפגעכאפט אויף ווידיאו - האט געבעטן די מאסן נישט צו שרייען קיין לאזונגען ווייל אלעס ווערט אויפגעכאפט (א באהאלטענער מעסידזש אז אויב שרייט מען אפען אנטיסעמיטיזם, וועט דאס זיין פאקטישע באווייז אין די געריכטן).
מייסטענס פון די אנוועזענדע, זעהן אויס צו זיין פשוטע אנגעהעצטע מענטשן, וואס איינער פון זיי קוקט יא אויס צו זיין א פירערין, וואס ווילן זיך בויען א קאריערע אדער סתם מקיים זיין דעם עשיו שונא מיט אלע פירושים.
ס'איז צום קרעדיט פון דעם איד, וואס פירט זיך אויף איידל, מיט הכנעה.
עשיו שונא ליעקב.
(אז איינער ווייסט קלארער איבער דעם פלאץ/דעטאלן) זאל ער אריינקומען)
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... burgh.html

דראפבאקס
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

א נייע פראגראם איז אנאנסירט געווארן, 'מתנה פאר אטאקירטע', אונטער וואס יעדער אידיש קינד וואס ווערט באקלאפט דורך א גויאישן שגץ, וועט קענען גיין אין געשעפט און איינקויפן כל מה שלבו חפץ.
דער אינציאטאר פונעם פראגראם, ר' מ. ק. נ''י האט געזאגט: "איך וויל אז דער טאג זאל געדענקט ווערן אלץ גוטן טאג, אנשטאט די טראומא זאל פארבלייבן".
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... spree.html
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

אהער און אהין האט געשריבן:א נייע פראגראם איז אנאנסירט געווארן, 'מתנה פאר אטאקירטע', אונטער וואס יעדער אידיש קינד וואס ווערט באקלאפט דורך א גויאישן שגץ, וועט קענען גיין אין געשעפט און איינקויפן כל מה שלבו חפץ.
דער אינציאטאר פונעם פראגראם, ר' מ. ק. נ''י האט געזאגט: "איך וויל אז דער טאג זאל געדענקט ווערן אלץ גוטן טאג, אנשטאט די טראומא זאל פארבלייבן".
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... spree.html

אפשר נעם איך מיין גוי זאל מיר געבן א פעטשל און איך כאפ עס אפ און דערנאך גיי איך עס איינטוישן ביי טויס פאר יו???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אפשר טאקע?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

אנטיסעמיטישע אינצידענט - אידן פארטריבען פון אמעריקען עירליינס פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

נאכנישט געזעהן א מ'רדעט דערפון

א קאפל מיט א בעבי וואס איז געפלויגען פון מיט א אמעריקען עירליינס פלייט, זענען געצווינגען געווארן צי פארלאזן דאס פליגער, מיט א טענה אז זיי "שטינקען", ווייל זיי האבן נישט גענומען קיין שאוער, א זאך וואס די אידן טענה'ן אז עס איז נישט ריכטיג, די סטוארד האט ציגעלייגט אז איהר ארטאדאקסען שאוערען זיך נישט ווייל עס איז קעגן רעליגיע... די פעקלעך זענען אבער געבליבען אין פליגער...
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מ׳האמער עס געזעהן, ס׳איז בלי שום ספק געווען א אנטיסאמיטיש.

אנגעהויבן האצעך עס ווען געוויסע פאסאדזשירן האבן זיך אפגערעדט אז דעי פארפאלק ״שטינקן״.. און אז איינער שמעקט, שמעקט שוין יענער אין דער אויך, למעשה האבן זיך א היבשע פאר פאסאדזשירן באקלאגט פאר די סטוארד׳ס אז.. שוין.

די חברה האבן ווי ס׳ווייזט אויס ענדערש באשלאסן צופרידן צו שטעלן די פאסאדזשירן, זיי האבן אראפגעשיקט די משפחה מיטן קינד, מ׳האצע צוגעזאגט אז זייערע באגאדזשן גייען אויך אראפגענומען ווערן פונעם פליגער, למעשה איז עס יא דארט געבליבן, און פיין מיט געפלויגן, איבערלאזנדיג די משפחה מיטן צינג אינדרויסן.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דער יונגערמאן האט געהאט דעם קאפ אויף די פלייצע, ער האט ארויסגענומען זיין פאון און אלעס אפגעכאפט ווי מ'קען נישט שטיין נעבן אים און ווי בראבאריש מ'האט זיך אויפגעפירט. און יעצט האט די לויער א גרינג פעלד
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

מיך באדערד די מערסטע די ריספאנס פון אמעריקען
ווייל עס ווייזט אז זיי ווייסען אז עס גייט נישט ווערען קיין טומל

פארוואס האבן זיי אראפגעשיקט די גאנצע משפחה אויב נאר די מאן האט געשטינקען?
און לכאורה האט די גאנצע משפחה געווען א גאנצע צייט צוזאמען איז אויב די שטינק איז געווען אזוי שטארק פון וואו האט מען געוויסט אז עס איז די מאן וואס שטינקט?
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וואס דארף מען מער ווי נישט מער און נישט ווייניגער איינע פון די נייע דעמאקראטישע קאנרעספרויען האבן ארויס מיט א וויסטע אנטיסעמיטישע אטאקע קעדן די אידן...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

eller האט געשריבן:וואס דארף מען מער ווי נישט מער און נישט ווייניגער איינע פון די נייע דעמאקראטישע קאנרעספרויען האבן ארויס מיט א וויסטע אנטיסעמיטישע אטאקע קעדן די אידן...

וואס פאלט דיר ביי אז עס איז אנטיסעמיטיזם? זי זאגט סך הכל די זעלבע וואס נטרונא זאגט
א פשוטע איד.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יהודי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:וואס דארף מען מער ווי נישט מער און נישט ווייניגער איינע פון די נייע דעמאקראטישע קאנרעספרויען האבן ארויס מיט א וויסטע אנטיסעמיטישע אטאקע קעדן די אידן...

וואס פאלט דיר ביי אז עס איז אנטיסעמיטיזם? זי זאגט סך הכל די זעלבע וואס נטרונא זאגט

אז וואס?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

עיפעק פירט די געזעצגעבער ביי די נאז.
לעצט פארראכטן דורך מיסטעריעז אום מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Come and go »

מייק פענס פארט קיין אוישוויץ כדי צי ציען אויפמערזאם קייט אויף די פארמערטע אנטיסעמטיזם
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!
אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2019 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני אדם »

eller האט געשריבן:וואס דארף מען מער ווי נישט מער און נישט ווייניגער איינע פון די נייע דעמאקראטישע קאנרעספרויען האבן ארויס מיט א וויסטע אנטיסעמיטישע אטאקע קעדן די אידן...

זיך שוין אנטשלדיגט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ואשינגטאן – א פאליטישער שטורעם האט נעכטן זיך צעבושעוועט אין וואשינגטאן, נאכדעם וואס די דעמאקראטישע מוסולמענישע קאנגרעספרוי, אילהאן אומאר, האט געלאזט פאלן קאמענטארן וואס זענען דורך די מידיא און פילע פאליטישאנס פון ביידע פארטייען פארדאמט געווארן אלס אנטיסעמיטיש.

קאנגרעספרוי אומאר האט געלאזט הערן, אז זי האלט אז די שטיצע אין קאנגרעס פאר מדינת ישראל קומט צוליב די קאמפיין ביישטייערונגען פון פרא-איזראעלישע גרופעס. טראץ וואס אומאר'ס קאמענטארן זענען נישט ווייט פונעם אמת, ווערט עס אבער באטראכט אלס אנטיסעמיטיש לויט די אמעריקאנער פאליטישע נארמעס.

ווי נאר אומאר האט געשריבן די קאמענטארן אויף טוויטער, האט מען געהערט פון דעמאקראטישע קאנגרעס פירער, אין שפיץ פון ספיקער פעלאוסי, שארפע פארדאמונגען. אומאר איז דאן ארויסגעקומען און זיך אנטשולדיגט, אבער זי האט דערקלערט וואס זי האלט, אז די גאנצע לאביאיסטן אינדוסטריע איז פראבלעמאטיש.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

Hamodia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אודך.

א חשוב'ע 70 יעריגע ראש ישיבה מיט די רעביצין, וואס זענען געפארן אויף די אויפרוף פון אן איינקל קיין ארץ ישראל, זענען היינט אראפגעפירט געווארן פון א יונייטיד ערליין פליגער פון נוארק קיין אמסטערדאם, אויף'ן וועג קיין ארץ ישראל, מיט א לעכערליע אויסרייד אז די רעביצין האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די רעגיולאציאס, און זיי האבן ממש מורא געהאט אז זי גייט זיי שטערן די גאנצע רייזע (יא, א זיביציג יערעגע רעבעצין גייט שטערן ...).

יונייטיד, האט נישט געוואלט ארויסגעבן די נעמען פון די קעפטין און פון די סטוארד וואס האבן אנגעדרייט די מעשה.

לויט ווי די ראש ישיבה זאגט, איז נאר דא איין הסבר אויף די מעשה, -אנטיסעמיטיזים-.

די פארפאלק וועט שוין מוזן פארפאסן די אויפרוף פון דעם אייניקל, און וועלן פארן אי"ה נאך שבת.

לאמיר האפן אז די לאוסוט וואס די ראש ישיבה וועט אריינגעבן וועט לייגן א סוף צו די לעצטיגע רדיפות פון היימישע יודן.

NEW JERSEY -
A Rosh Yeshivah and his wife were forcibly removed from a United Airlines flight in what they claim was a completely baseless and unsubstantiated accusation by a crew manager.

The couple, who are in their mid-70s, boarded a flight at Newark Airport headed to Amsterdam, from which they had planned to continue to Eretz Yisrael for the wedding of a grandson. Upon entering the cabin, the Rebbetzin approached the cabin manager, known as a “purser,” to ask if she could store her sheitel box in an onboard closet, as she had done on many other flights. The request was denied by the purser, whose first name was “Juan.” He replied that there was no room and that the item had to be placed in the overhead bin.

About 20 minutes before the scheduled takeoff time, the purser approached the Rebbetzin and asked that she stow away a different carry-on item in the overhead compartment. When she asked for a moment to remove a few pieces of reading material, the purser abruptly said, “I’m going to get you off this flight.”

The couple were shaken, but did not take the threat seriously, and spoke with a different crew manager who was very apologetic for the purser’s behavior and who dealt politely with the couple.

However, it seems that, as they were speaking, the purser went to the captain and requested that he call the police to remove the couple from the plane. Moments later, several police officers appeared together with Juan, who said that the Rebbetzin had been “nasty,” and that they would have to leave the plane, as he was concerned she would be disruptive during the flight.

If, indeed, the captain is the one who called the authorities, which is the usual protocol, the couple said that he did so without surveying the scene himself or leaving the cockpit.

The Rosh Yeshivah, who has been a marbitz Torah in the New York area for most of his life, told Hamodia that the surrounding passengers were “shocked” by the scene, but none uttered a word about the unfolding situation. The couple were the only visibly Orthodox passengers on the plane.

Left with no choice, the couple left the aircraft. Upon registering their complaint to United Airlines staff, they were told that the airline would release neither the name of the pilot nor the last name of the purser. They were offered various options for rebooking, but as they were not comfortable landing on a Friday, they opted to fly Motzoei Shabbos and miss the aufruf they had planned to attend.

The Rosh Yeshivah attested that while his wife had indeed asked for another moment to remove magazines from her bag to read during the flight, she had not in the least been “nasty,” as the purser claimed. He was convinced that the treatment they received was motivated by anti-Semitism.

Incidents of seemingly discriminatory treatment of Orthodox Jews on airlines have become increasingly common over the past year.

A spokeswoman for United Airlines told Hamodia that the couple had not complied with “several requests … to stow their belongings in the overhead bin,” and that as a result “we notified our customer service staff and escorted them off the aircraft.”

“United does not tolerate discrimination, and we are continuing to review what happened with the Newark team,” added the spokeswoman.

The Rosh Yeshivah said that he intends to pursue a lawsuit against the airline.

“I think I am within my rights to say that this was an open case of anti-Semitism and the arrogance of a manager who needed to show that no one would tell him what to do,” he said. “I guess Hakadosh Baruch Hu didn’t want us to make it to the aufruf, but what United did is not something that can go without a response.”
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”