"קנקן" - פרישע אויסגאבע פאר חובבי היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אזוי גייט עס, door הולך v'door boo...סאטמאר'ער רב ז"ל האט אמאל געזאגט די חילוק פון ירידת הדורות היינט און אמאל. אמאל איז יעדע דור אראפגעגאנען איין טרעפל, כהיום (בימיו) פליעט די דור אליינס עשר מעלות אחורנית. וואס פארן זעלבן דור אליינס איז אמאל געווען געשמאק, און טיפזיניג, איז היינט ביינעם סתם א ווארט פון רב דסלר...ס'רעדט שויניש צונעם...און שוין.
אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knowledge »

מיללער האט געשריבן:מיין ארימע מיינונג:

(הרב?) רינ"ה קוואדראט הי"ו פון לאנדאן איז א זעלטן-טאלאנטפולער שרייבער, ער איז אן אריגינעלער חוקר און מאכט אייגענע ריסערטש איבער תולדות עם ישראל ותולדות גדולי ישראל, אויף א פארנעם וואס מ'זעהט זעלטן ביי היימישע שרייבערס ובפרט אויפן אידישען שפראך וואס ווי מ'האט שוין אסאך מאל געשמועסט דא אויפן וועלט אז פון די דריי שפראכן וואס ווערט געליינט דורך חרדישע/היימישע אידן, איז ליידער אידיש די שוואכסטע אין קוואליטעט ווען עס קומט צו ליטעראטור בכלל און צו היסטאריע/תולדות בפרט.

למעשה, צו אזא אויסגאבע וועט פילן א חלל, געוויס יא, אבער לפענ"ד איז דער קליענטעל זייער מאגער פאר דעם. די אידישע ליינער-באזע היינט-צו-טאגס איז צוטיילט צווישן דריי אדער פיר דורות, די עלטערע גענערעאציע (קינדער פון מלחמה איבערלעבער/אהבת קדומים אויף סאטמאר שפראך), די מיטעלע דור (קינדער פון אהבת קדומים העכער דרייסיג יאר בערך) און די אינגע (מיללעניעלס) און פארשטייט זיך דאס איז אויסער פרויען און קינדער וואס גאר א קליינע פראצענט פון זיי זענען בכלל נישט די קליענטן פון הויכע קוואליטעט שרייבווערק ווי היסטאריע און תולדות גדולי ישראל.

די מציאות איז אז זינט די .... עפאכע און נאך מער זינט די ערשיינונג פון די ססגונא-מאגאזינען און בילדערהעפטן וועלכע פארפלייצן וועכנטליך די מארקעט מיט נייע בילדער פון אלטע צעלעבריטיס, יאר יערליכע בילדער ווי כ"ק אדמו"ר מהאזענפוטה שליט"א שפאצירט בנאות דשא אין באגלייטונג פון הויז-בחור, און מרן ראש ישיבת תורת החיים שליט"א באזוכט ביי הגר"ש מוסמכי שליט"א, מיט איין קליינע חילוק פון פאריאר אז דער האזענפוטהער רבי האט א נייע סארט בלום-בעקיטשע, און דער ראש ישיבה האט אן אנדערע קאפעלוטש, איז נישט דא קיין שום חדשות.

וואס די נידריג-שטאפלנדיגע ליין-מאטריאל האט אויפגעצויגן א דור פון אנאלפאבעטן, צו וועם אזעלכע קוואדראט שרייבווערק איז שווערער ווי א ספאנישע שרייבעריי, און היסטאריע פאר זיי איז נאר אינטערסאנט אויב עס באהאנדלט אזעלכע שאלות ווי: ווען האט שמולי אונגאר אנגעהויבן זיין קארעריע, און וויפיל שפילער האט די פרייליך באנד געהאט אין די ערשטע יארן, אדער וואס איז געווען די געפילן פון מאטי אילאוויטש ביים קאמפאוזן די הארציגע טרערעררערערלע ניגון.

העווינג-סעד-דעט, בלייבט איבער נאר טייל פון די ערשטע דור וואס געווענליך קויפן זיי נישט קיין מאגאזינען און טייל פונעם צווייטן דור, וואס איז גאנץ א שוואכע מארקעט פאר אן אמת'ע תוכנ'פולע אויסגאבע.

קען זיין איך בין נישט גערעכט, היסטאריע פון אזעלכע אויסגאבעס ווי 'אוצרות' אדער 'שערי ציון' זענען מיינע עדות, בלייבט איבער צו וואונטשען אז רינ"ה זאל מצליח זיין אין אדרבא שאפן א מהפיכה אין אידישע ליטעראטור, ויתרומם קרנינו עדי נזכה לביאת גולינו בה תרום קרן ישראל לעולם אמן


רב מיללער זייער גוט געזאגט, מיר זענען יונק פון המודיע תורני, קולמוס (אויך נישט ווי אמאל) המבשר קהילות און תורני, דארט קאן מען נאך געפונען תוכן.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שוין אן אלטער טענה וואס כ'בין שוין כמעט הייזעריג פון שרייען. מ'איז נישט נייגעריג צו תוכן, אדער איז נישטא תוכן?

אז ס'איז נישטא, און מ'פיטערט דעם ציבור מיט מהאזענפוטה און מוסמכי בילדער און דו זעסט אז דאס לייענט מען, ליינט מען עס ווייל "מ'האט דערין א אינטערעסע" אדער ווייל "ס'איז פשוט נישטא עפעס אנדערש"? כ'האב שוין געשריבן מער ווי איין מאל דא, די אויסגאבעס זענען גערעכט מיטן אונז פיטערן זאמד און שטיינער, כל זמן דער עולם גולם קויפט עס.

וואלט געווען ערנסטע רעוואלאציע און מ'וואלט נישט אריינגענומען אין שטוב לופט בלעטלעך, וואלט דער נידעריגער סטאנדארט פון שרייב און לייען פעלד נישט אזוי אויסגעזען.

קינדליין - וואס ברענגט תוכן מיט זיך - כאטש ס'איז פאר קינדער, ווערט עס צוכאפט און געליינט דורך פילע ערוואקסענע אויך. איי ס'איז פאר קינדער? אבער אז ס'האט פיינע שטאף, כאפט מען עס מיט ביידע הענט.

אלזא, אז עס וועט זיין אזא קנאקעדיגע זאך ווי קנקן, וועט עס לענ"ד האבן א שטארקע אפקלאנג. אבער וואס ווייס מיר אונז? ימים יגידו.

אדערווייל קען איך בעטן א תפלה און לייגן א פרוטה אין פושקע, אז הרב קוואדראט זאל האבן גרויס הצלחה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמעלקא,

געדענקסט נאך אוצרות?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אוי ווי כ'געדענק עס, געווען גאר גאר גוט! אביסל צו ווייניג ארטיקלען...

אבער דארט האט זיך עס געענדיגט צוליב די טיילונג פון די העפטן. והשנית דער קליענטן באזע איז געווען גאר קליין, צוליב וואס עס האט געהערט אונטער איינעמ'ס שירעם.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דער קליענטן באזע איז געווען גאר קליין, צוליב וואס עס האט געהערט אונטער איינעמ'ס שירעם.


אין ענגליש זאגט מען "ספיק פאר יורסעלף"... סאו כ'קען נאר רעדן פון אייגענע עקספיריענס.

קיין פאפיראצי בלעטער קויף איך נישט, און דעם אוצרות - ווען כ'האב עס געטראפן האב איך עס דורכגעליינט מדאשקע לדאשקע, אבער זינט עס האט געהאט א זייטיגע מיסיע (אפשר נאר ביי א טייל שרייבער) צו פאמפן די פארטיי, און זינט איך בין (דאן עכ"פ געווען) שטארק אנגעווייטאגט אויף יענע זייט, האב איך זיך נישט געקענט זעהן עס קויפן.
געשטימט פאר ראשעק הול
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

ווישניצא האט געשריבן:זיין סעל נומער האט איינער ?

try his home
011442088020202
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

איך קען נישט מער ווי טרויעריג צושאקלן מיטן קאפ אויף די לעצטע פאר תגובות.
איך זע טאקע אז ער גייט נאר ארויסקומען יעדע פאר חדשים אנשטאט וועכענטליך/חודש'ליך האף איך אז סוועט זיך אים לוינען פון א ביזנעס שטאנדפונקט אויך.

לגבי אוצרות, איך פלעג עס נישט קויפן פשוט ווייל איך קויף נישט קיין אידישע צייטונג/זשורנאל יארן שוין, לשה"ר מיט שטרוי איז ביי מיר נישט קיין ארטיקל אז סאיז געדרוקט אויף אידיש און זיך געדרייט דא צו זען "רעוויוס" דערויף האב איך זיך אויך נישט. טוט מיר וויי אז איך האב פארפאסט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ווינקל האט געשריבן:אזוי גייט עס, door הולך v'door boo...סאטמאר'ער רב ז"ל האט אמאל געזאגט די חילוק פון ירידת הדורות היינט און אמאל. אמאל איז יעדע דור אראפגעגאנען איין טרעפל, כהיום (בימיו) פליעט די דור אליינס עשר מעלות אחורנית. וואס פארן זעלבן דור אליינס איז אמאל געווען געשמאק, און טיפזיניג, איז היינט ביינעם סתם א ווארט פון רב דסלר...ס'רעדט שויניש צונעם...און שוין.


ווי פלעגט ער זאגן,
its a broken door...
אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knowledge »

ראש הקהל האט געשריבן:הרב קוואדראט איז צו באלעקן, נישט קיין חילוק גרעפיקס און פאנטס.
איינע וואס האט שטארק ליב היסטוריא, גייט איהם עפ"י רוב נישט אן קיין גרעפיקס און פאנטס, אדרבא, אזא איינער איז עפי"ר צוגעוואוינט צו ליינען אלטע צוקנייטשע פאנטס און שריפטן...

שערי מדע קומט בכלל נישט אריין, בכלל נישט אונטרעסאנט מער, קאן זיין אמאל האט ער געהאט מדע ממאמרי חז"ל ראשונים ואחרונים, איז געוועהן אונטרעסאנט, כהיום איז עס א מאמר פון רב דסלר אן עובדא פון חזון איש, א היינטיגע מעשה פון א אנדערע ליטפישע גדול וואס קומט איהם תחת ידו, און נאדיר א גליון, שלעכט און שווער געשריבען, טוה מיר א טובה.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=37453
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

שאו ידיכם קודש האט געשריבן:כ'האף ער וועט האבן שכל עס צו שרייבן אין לשה"ק און נישט אין אידיש.

אין ארץ ישראל קענסטו קויפן גענוג פון די מינע סארט
לאז אביסל (אינזער שוואכע לשון קודש דור) ליינען עפעס אינטערסאנט.
..
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

רב מיללער בנוגע אייער ראיה פון שערי ציון און אורות זענט איר לכאורה נישט גערעכט ווייל זיי ווייסן זייער באזע און דרוקן וויפיל זיי ווילן און למעשה מאכט קיינער נישט קיין געלט דערפון משא״כ דא וואס א פריוואטע מענטש אינוועסטירט אין דעם דארף ער גרויס מזל אז עס זאל זיך אויסצאלן ודוק
אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש'עלע שטופער »

למעשה, ווען גייט ערשיינען דער ערשטער באנד?
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קן א׳ איז באשטימט צו זיין אין די געשעפטן בע״ה חצי אלול
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש'עלע שטופער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קן א׳ איז באשטימט צו זיין אין די געשעפטן בע״ה חצי אלול

אה, שכח ר' שמעלקא.
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...
מעכטיג זעצער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 06, 2016 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכטיג זעצער »

בויער האט געשריבן:קעמיר גוט ר' יוסף נחמיה'ס מאמרים פון שערי ציון, לדעתי מאכט ער א גרויסע טעות מיטן מאכן אלעס אליין, אבער לאמיר האפן ער וועט מצליח זיין

שרייבן אלעס אליין איז נישט קיין מעלה, אין מיין קליינער פארשטאנד
אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש'עלע שטופער »

מעכטיג זעצער האט געשריבן:
בויער האט געשריבן:קעמיר גוט ר' יוסף נחמיה'ס מאמרים פון שערי ציון, לדעתי מאכט ער א גרויסע טעות מיטן מאכן אלעס אליין, אבער לאמיר האפן ער וועט מצליח זיין

שרייבן אלעס אליין איז נישט קיין מעלה, אין מיין קליינער פארשטאנד

וואס הייסט שרייבן אלעס אליין? שמעתי אז ער נעמט אויך ר' משה נחום קרויס פון שערי מעדה, און נאך א קולעקציע פון היסטארישע גוטע שרייבער'ס,
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:איך הער, אז זיי וועלן ניישט שטיין בלייבן נאר מיט הרב קוואדראט הי"ו, נאר זיי וועלן אויך נעמען נאך גרויסע בארימטע היטאריקער און יודעי מדע.


קען זיין אז אפשר מיט די צייט, אבער אויף דערווייל הייסט עס אז נאר הרב קוואדראט וועט דארט שרייבן.

דאס וואס איר שרייבט איז ווארשיינליך א טעות, כ'האב טאקע געזען אז אויף נאך מקומות האט מען געמאכט דעם טעות, איבער א אויסגאבע פון נאך חוקרים, ס'גייט אי"ה אזאנס אויך ערשיינען לאור עולם, אבער עס האט נישט קיין שייכות מיט קנקן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ידידי הרב מיללער, און די אנדערע חשובע ידידים אין דעם ענין, איר זענט ווייט, ווייט, צו פעסימיסטיש לענ"ד.

אז קנקן וועט דעליווערן די ריכטיגע סחורה, האט ער הערליכע שאנסן בס"ד מצליח צו זיין.

פארוואס? ווי כ'האב שוין געזאגט אזויפיל מאל, עי' ערך מעלות, קינדליין, און אויך (מיט אלע ---- אין די זייט געלייגט פאר דעם שמועס) עמי. וואס איז דער יסוד פון זייער הצלחה? זיי האבן אינאכט גענומען א חלל וואס אנדערע האבן נישט גע'חלומ'ט אז עס עקזיסטירט, און זיי זענען אריין אנצופילן דעם חלל. זיי האבן געהארעוועט אומבאשרייבליך שווער, נישט חדשים און יארן, נאר אסאך יארן, בכל לב ונפש ומאוד, און ב"ה זיי האבן מצליח געווען. יעדער אין זיין וועלטל, און מען רעדט פון טאטאל אנדערע וועלטן בכלל.

נאך א יסוד: די דריי זענען 100 פראצענט ארגינעל, נישט קיין משהו פון "נאכמאכן." חדשים און יארן פאראויס האבן זיי שוין געהאט א וויזיע וואס אהערצושטעלן, און דאס האבן זיי אהערגעשטעלט. "נאכמאכן" וועט קיינמאל נישט זיין ווי דאס ארגינעלע.

און דער יסוד היסודות: די דריי האבן טאטאל אנדערע קליענטן באזעס, אבער די צד השוה איז, אז פון פאראויס וואלט מען נישט געזאגט עס קען זיך פארקויפן, ס'איז שוין דא גענוג, דער עולם דארף נישט נאך, מען דארף נישט קוואליטי (יעדער לויט זיינע השגות), וכו'. אבער ווי נאר די טויזנטער מענטשן צו וועמען זיי רעדן האבן באמערקט ווי די אויסגאבע שטעלט זיך צו מיט'ן אינהאלט וואס רעדט טאקע צו זיי, האבן זיי עס געקויפט, און הערן נישט אויף עד היום.

אגב, א טאפ קוואליטי אויסגאבע מיינט נישט ער מוז יעדע וואך האבן טאפ קוואליטי. עס מיינט אז ער האט גענוג מאל טאפ קוואליטי אז מען וויל עס קיינמאל נישט פארפאסן - אין אנדערע ווערטער, ס'איז שוין דא א חזקה אז מען וועט הנאה האבן פון עס ליינען, און אפילו אויב די הנאה איז נישט אלץ אזוי ווייסעךוואס, האלט מען עס אן גענוג גוט איבערצוקומען די שוואכערע וואכן און מחי' זיין כיד המלך אין די גוטע וואכן.

נעם א מעלות אין די האנט. יעצט פרייטאג-שב"ק געליינט אסאך פון יעצטיגן נומער חודש מנחם אב. מלא וגדוש מדאשקע לדאשקע, יעדע ארטיקל א ברכה. אין בין המצרים האבן זיי ערלויבט אסאך אמת'דיגע-טרערן-שלעפנדע סחורה, געשריבן אזוי עכט, פראפעסיאנעל, ערליך, הארציג, געשליפן, אינפארמאטיוו, מיט א גלענצנדע שפראך וואס איז ממש שפראכלאז (אן ארטיקל פאר זיך...), אז מ'קען עס פשוט נישט אראפלייגן פון האנט. מ'זעהט ווי די ארבייט איז נישט "אבי." די קוואל שפרודלט פריש אן אויפהער ב"ה.

נעם א קינדליין. יעצט געליינט אסאך פון פרשת מטו"מ, און איך ליין עס כמעט יעדע וואך. מלא וגדוש מדאשקע לדאשקע. יעדע בלעטל מלא חידושים, מלא זאפט על טהרת הקודש. די געדאנקען פון די טעמעס, שמועסן, אינטערוויוס, קאמיקס, גרעפיקס, תוכן, יראת שמים ודרך ארץ אזוי אומדירעקט, קיין איין ווינקל נישט אויסגענוצט סתם אזוי, מען שוינט נישט קיין מי און שעפערישע כוחות, נאך און נאך און נאך ב"ה. נישט פשוטע אינהאלט! און די סייעתא דשמיא פון צושטעלן אזאנס פאר "קינדער"! אויפ'ן גאנצן פילפארביגקייט פונעם ציבור פון מאה שערים ביז פייוו טאונס... אן קיין איינציגע ווארט אדער בילד אדער מעסעדזש וואס זאל זיין א שמעק אומאויסגעהאלטן פאר די עידית שבעידית טראץ די אומבאשרייבליכע נסיונות...!

א וואונדער זיי פליען ביידע אראפ פון די פאליצעס ווי א הונגער יאר?

יא, עס העלפט דערצו אז מען האט א גוטע ביזנעס סטרוקטור (געלט, סעילס, דיסטריביושאן, פרינטינג וכו'), מען איז פונקטליך ווי א שווייצער זייגער, מען רוקט זיך נישט אוועק קיין משהו וועגן (כלומרשטע) קאמפעטישן, מען פרובירט צו לעבן גוט מיט יעדן איינעם, די גרעפיקס איז באטעמט און גוט, די "קאמיוניקאציע" צווישן אויסגאבע און ליינערס איז אלץ אפען, אא"וו. אבער די יסודות בלייבן די זעלבע כנ"ל.

אז קנקן איז גרייט צו גיין מיט'ן זעלבן בכל לב ונפש ומאוד, הארעווען שווער, זיין ארגינעל, האבן אן ערליכע וויזיע און זיך האלטן דערצו קעגן אלע האריקעינס, וועט ער אי"ה מצליח זיין, פונקט ווי די אנדערע כנ"ל.

און אגב, ס'איז נאך דא פלאץ פאר אסאך מער, אויב מען גייט מיט די פאזיטיווע כללים. ס'איז דא עקזיסטירנדע אויסגאבעס וואס מאכן גראבע טעותים אויף א יסודות'דיגע ענין אדער צוויי, ברצון צי באונס, ביודעים ובלא יודעים, און זיי קענען געווען אנקומען אסאך מער. ס'איז אויך דא פארשידענע אויסגאבעס וואס ווארטן נאך געגרינדעט צו ווערן אויף ענינים וואס ווערן לעת עתה בכלל נישט געדעקט אויף א נארמאלע וועג.

סך הכל, הרב בעל "הקנקן," הצלחה און סייעתא דשמיא...!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
הערש'עלע שטופער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 11:09 pm
לאקאציע: next to wifi

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש'עלע שטופער »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד


סך הכל, הרב בעל "הקנקן," הצלחה און סייעתא דשמיא...!

גוט און קלאר ארויסעברענגט. איי פולי עגרי מיט דיר ר' מזל!
דאס איז מיין אפיניען... און וואס איז אייערס?...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
ס'איז אויך דא פארשידענע אויסגאבעס וואס ווארטן נאך געגרינדעט צו ווערן אויף ענינים וואס ווערן לעת עתה בכלל נישט געדעקט אויף א נארמאלע וועג.

וואס הייסט, למשל ?
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

יא, עס העלפט דערצו אז מען האט א גוטע ביזנעס סטרוקטור (געלט, סעילס, דיסטריביושאן, פרינטינג וכו'), מען איז פונקטליך ווי א שווייצער זייגער, מען רוקט זיך נישט אוועק קיין משהו וועגן (כלומרשטע) קאמפעטישן, מען פרובירט צו לעבן גוט מיט יעדן איינעם, די גרעפיקס איז באטעמט און גוט, די "קאמיוניקאציע" צווישן אויסגאבע און ליינערס איז אלץ אפען, אא"וו. אבער די יסודות בלייבן די זעלבע כנ"ל.


ולענ"ד איז די גרעפיקס און לעיאוט, די יסוד היסודות פארוואס א אויסגאבע זאל יא אדער נישט מצליח זיין,
ווי עטליכע האבן דא פריער דערמאנט "שערי ציון", "אורות" פון סקווירא, וכדומה, וואס די גרעפיקס איז אזוי שלעכט, אז עס קוקט אויס ווי די פאריגע וואכעדיגע "לינק", וואס איז נגזר געווארן אויף אים צו פארוויילן אין דעם שענקל ביזן פארשטויבט ווערן, לאורך ימים ושנים, האט עס גאר ווייניג שאנסן אז א פשוטער פארבייגייער זאל איינפאלן צו געבן כאטש א קוק דערויף. ווידעראום "מעלות" יוכיח אויף די פארקערטע זייט.

פארשטייט זיך אז די וואס ווייסן שוין אז זיי זענען חובבי היסטאריע וועלן עס יא קויפן, אבער פארן פשוטער יוד וואס פילעוועט נישט אין היסטאריע, און ווייסט נישט דער אוצר וואס ליגט דארט, איז שווער צו גלויבן אז ער וועט עס קויפן.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

מזל מידיע זאגט זייער גוט, עס איז זיכער דא א גרויסע נאכפראגע ביים היימישן ציבור צו ליינען אויטענטישע פארש ארבעט,

איך האב געליינט די סוכות ביילאגע איבער זייער באזוך אין פראג איך האב זיך באלעקט די פינגער,

די סיבה פארוואס איך קויף נישט שערי ציון און אנדערע אזאלעכע אויסגאבעס איז ווייל איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז עס עקזיסטירט,

קנקן אויב וועלן זיי מאכן א גוטע PR קאמפיין פאר די ערשטע אויסגאבע קומט ארויס (אזוי ווי זיי טון שוין דא אויף אייוועלט..) און מענטשן וואס וועלן עס קויפן וועלן זיך באלעקן די פינגער וועלן זיי האבן זייער אסאך סובסקרייבער.

און פארגעס נישט אויב וועט עס זיין אינטערעסאנט פאר קינדער כאטש א חלק דערפון האבן זיי נאך א גרויסע ליינער קרייז.

----

מיללער לענ"ד טרייבסטו איבער, אוודאי איז דא מענטשן וואס די ססגונא העפטן איז א גוטע ארטיקעל ביי זיי, אבער עס איז יא דא א ריזיגע פראצענט ציבור וואס לעכצן פאר אינטערעסאנטע היימישע באלערענדע אויסגאבעס.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

@מזל מידיע: נישט מאכן קיין עין הרע...........
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרב מילער איר האט א פוינט, אבער איר זענט נישט גערעכט, ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, דער עולם ליינט שטרוי, ווייל דאס פארקויפט מען, און נישט מ'פארקויפט שטרוי ווייל דאס זיכט מען (והראיה קוק וויפיל אידן דא ווארטן קוים אויף א מי מנוחות אויסגאבע, אדער אויף דעם יעצטיגן קנקן)

לגבי ליין מאטריאל מיט רייכע תוכן, פלעגט אמאל זיין דעם 'עולם החסידות' זכרונו לברכה, וואס איז ערשינען יעדע צוויי וואכן מלא תוכן, מיט אסאך ארטיקלען אין אלע ענינים, אבער האט זיך ליידער פארמאכט, נאכדעם וואס די בעלי בתים האבן זיך עפעס פאראמפערט, און געוואלט פארקויפן, וכו' וכו', ביז ס'איז געקומען צו א אפשליסונג לדאבון כל קוראיהם.

אויב קנקן וועט זיך האלטן אויף א הויכע ניווא, וועט ער קענען בעז"ה שטארק מצליח זיין, (און אויב וועט ער שרייבן גענוג קלאר, וועט ער קענען צובאקומען אסאך וואס לע"ע פארשטייען זיי נישט צו היסטאריע, וואס אסאך מאל איז דאס נאר מחוסר חומר, ווייל זיי האבן נישט דעם מוח צו גרונטעווען, אבער אויב ס'קומט כשלחן ערוך איז דאס יא אינטרעסאנט פאר זיי).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”