'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

יייוושש די אולם פאפט!!!!!!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ביג טיים
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

102 פעידזשעס! אודאי פאפט מען....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!

גם אני מצטרף מעומק הלב לבקשת הרב "נשמת השכל"

"נשמה" די ביסט לכאורה דער פאסיגער מענטש, אבער ביטע לערן פאר אזוי ווי מען לערענט פאר אין כיתה א'
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:עמיצער מיט א לשון לימודים ווערט געזוכט. אביסעלע מסביר צו זיין פארן עולם דעם געדאנק פון מאיר בריגס.

ביטע זיך אנרופן ווארעם!!!

גם אני מצטרף מעומק הלב לבקשת הרב "נשמת השכל"

"נשמה" די ביסט לכאורה דער פאסיגער מענטש, אבער ביטע לערן פאר אזוי ווי מען לערענט פאר אין כיתה א'

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך וועל שרייבן וויפיל איך פארשטיי היינט ווען איך שרייב די דאזיגע פאלגנדע שורות.

ס'דא מענטשן וואס זענען געפילישע מענטשן, זיי לערנען אפ די וועלט וואס זיי זעען מיט געפיל, און ס'דא מענטשן וואס זיי גייען מיט לאגיק, זיי לערנען אפ די וועלט וואס זיי זעען מיט לאגיק. ווען איך זעה אויף א מענטש צו ער איז א איינזער, צו א צווייער, צו א דרייער, אמאל פלעג איך מיך מוטשענען, היינט גיי איך, וואס איז דער מענטש? געפיליש אדער מיט לאגיק. ס'דא מענטשן וואס זיי גייען צו צום לעבן מיט לאגיק. און ס'דא וואס גייען צו דערצו מיט געפיל. דאס איז א זאך וואס מ'קען באמערקן. געפילן מאכט א מענטש מער ווייכער. לאגיק מאכט א מענטש זאל זיין הארטער. פשוט, ווייל ס'איז נישטא קיין געפילן. אלעס איז לאגיש.

ס'דא מענטשן וואס זענען עקסטראווערד! דאס מיינט אז דו זעהסט אויף זיי (איך רעדט נישט פון מענטשן וואס דו זעהסט נישט אויף זיי, איך רעד וואס דו זעהסט יא) אז זיי שמייכלן מער צו מענטשן. זיי זענען גרייט צו זאגן א גוט ווארט פאר ווער ס'דארף עס. אדער גרייט זיך צו טענה'ן מיט ווער ס'וויל. עקסטראווערדס זענען מענטשן וואס זייער קאפ איז צוגעבינדן צו די וועלט. שטעל א מענטש אינמיטן ביהמ"ד, פון די קאפ זאלסטו ציען א שטריך צו די באנק, און צו די ארון קודש, און צו די ספרים שאנק, און צו די סינקס. און צו די ווענט ארום. אזוי זענען עקסטראווערדס אין זייער קאפ. זייער קאפ איז צוגעבינדן צו די וועלט. ווען דו וועסט סקענען זייער קאפ וועסטו גארנישט זעהן, אבער זייער קאפ איז צוגעבינדן צו די וועלט. דערפאר זענען זיי עקסטראווערטס.

וויאזוי ווייס איך צו א מענטש איז עקסטראווערד? דו קענסט נישט וויסן וואס טוט זיך אין זיין קאפ, אבער אויב דו זעהסט אז ער קוקט אגאנצן צייט אהער און אהין. אדער ער קוקט אגאנצן צייט ווער ס'קומט יעצט אריין ביים טיר פון ביהמ"ד, אדער ער שמייכלט צו יעדעם. אדער ער איז דא פאר יענעם. ער איז עוועיליבל. ער איז נישט אין זיך. אזא מענטש איז לכאורה א עקסטראווערדס. לאז פלאץ פאר פאסיביליטיס. לכאורה איז ער א עקסטראווערד. ס'האט אסאך גרויע עריעס.

אינטראווערד איז א מענטש וואס לעבט אין זיך. אבער וויאזוי ווייס איך אז דער מענטש לעבט אין זיך? מ'קען נישט וויסן. אבער ס'דא סימנים צו וויסן. ווען דו זעהסט א מענטש וואס איז צוריקגעצויגן, איז ער וואס? לכאורה א אינטראווערד. ער קומט אריין אין ביהמ"ד, זוכט זיך א סידור, רעדט נישט מיט קיינעם. אדער אפילו ער רעדט יא, אבער "ס'שטופט אים נישט" צו רעדן מיט קיינעם. אין בעסערע ווערטער, ווען ער קומט אריין ווען מ'האלט שוין אינמיטן דאווענען, איז אים זייער גוט. ער איז פאר זיך. אזא מענטש לעבט מיט זיך. יא, ס'דא א וועלט, אמת, אבער איך האב גארנישט מיט די וועלט. ער איז נישט צוגעבינדן צו די וועלט.

הייב אן ביי באלק זאכן. הייב אן צו מערקן מענטשן וואס זענען זייער עקסטראווערד. דאס מיינט זיי שמייכלן פאר ווער ס'דארף עס. און נאכדעם פארצייכן דיך מענטשן וואס זענען קלארליך (חחחח קלארליך) אינטרעווערדס. דאס מיינט, זיי קומען אריין אין גראסערי, קוקן נישט אויף קיינעם, קויפן זיך איין. פאר זיך. נאכאמאל געדענק, ס'דא אסאך גרויע עריע. ס'דא מענטשן וואס זיי גריסן יא, אבער, ווען דו קוקסט אויף זיי, זעהסטו, אז דאס איז נישט זייער טבע. דאס איז נישט זיי.

די ענערגיע פון א עקסטראווערד איז אויף ארויס, צו די וועלט, צו די וועלט וואו זייער קאפ איז דערצו צוגעבינדן, און די ענערגיע פון א אינטראווערד איז אויף אריין. האסט געזעהן יענעם זיצן דארט ביי די עק פון ביהמ"ד ביי א ספר און לערנען, ער איז א אינטראווערד. פון וואו דו ווייסט? ווייל דו ביסט אים שוין דורך הונדערט מאל, און ער האט ניטאמאל אויפגעהויבן די אויגן. דו עקזיסטירסט נישט ביי אים. פארשטייסט? ביי אים עקזיסטירט "איך". נישט אלץ איגו, נישט אלץ גאווה. נאר א פאקט. די בענק ארום, די טשילאר, די בלעמער, די ספרים, די חברה, די שמועסערייען, דאס עקזיסטירט נישט ביי אים. ביי אים עקזיסטירט נאר זיינע אייגענע רצוניות. ער לעבט אין זיך.

אויך יענער וועם דו האסט געגריסט ביי די קאווע? יענער? ער איז אויך א אינטראווערדס. פון וואו דו ווייסט? ווייל ווען ער גריסט צוריק, גריסט ער און ער יאגט אפ. פארשטייסט? פארוואס? נישט ווייל ער האט דיך נישט ליב. נאר ווייל "וואס האט ער מיט דיר?" פארשטייסט וואס איך מיין? אז דו וועסט אריינקריכן אין זיין וועלט, עט ער רעדן צו דיר. אבער פארשטייסט. דו דארפסט אריינגיין. סתם אזוי זענען זיינע טירן פארמאכט. משא"כ יענער וואס קנאקט דשאוקס הויעך אז יעדער זאל הערן, ער איז א עקסטראווערד. זיינע טירן זענען אפן.

האסט אמאל געזעהן א אינטראווערד האלטן אזא דרשה'לע פאר געלט? ער קוקט אראפ, ער איז פאר זיך. אוודאי איז דא גרויע עריעס. ס'איז נישט אזוי דעפינירט. מ'דארף אסאך געסטן. און אויסטרייען פארשידענע סימנים. אבער מער ווייניגער, איז די וועלט צאמגעשטעלט פון מענטשן וואס זענען חברה-לייט, און מענטשן וואס זענען פאר זיך. און אז מ'וויל קען מען עס מערקן. ס'איז נישט אזוי שווער. אויף א עקסטראווערד זעהסטו ווי ער איז ביזי מיט די וועלט. און אויף א אינטראווערד וועסטו זעהן אז ער איז ביזי מיט זיך. דו פארשטייסט? דער פלאמבער וואס קומט פיקסן דיין בוילער. אויב איז ער אן עקסטראווערד, וועט ער כאפן א גוטע שמועס מיט דיר. אזוי פון ארבל ארויס. כאפסט? אן זיך צוגרייטן. אבער אויב איז ער א אינטראווערד, וועט ער זיין ביזי מיט די בוילער און קוים ארויסרעדן א ווארט. נאר אזוי צוריקגעצויגן. בערך. כאפסט. איך געדיר נאר גיידליינס.

ס'דא זעכצן טייפס, אכט דערפון זענען אייס, ס'הייבט זיך אן מיט א 'I', אינטראווערד. דאס מיינט, אז די מענטשן זענען אינטראווערדס.

INFJ
INTJ
INTP
ISTP
INFP
ISFP
ISFJ
ISTJ

נאכדעם איז דא אכט וואס זענען עקסטראווערדס. די ערשטע אות הייבט זיך אן מיט א 'אי' עקסטראווערדס. extroverts

ENFP
ENTP
ENFJ
ESFJ
ENTJ
ESTJ
ESFP
ESTP

נאכדעם איז דא מענטשן וואס זענען געפילישע מענטשן. זיי פארשטייען די וועלט מיט געפיל. און ס'דא מענטשן וואס פארשטייען די וועלט לויט זייער לאגיק.

ס'איז צעטיילט. אכט פון די זעכצן גייען מיט געפיל. און אכט גייען מיט לאגיק. די אלע וואס איך גיי יעצט אויסרעכענען גייען מיט געפיל. זיי פארשטייען די וועלט לויט זייער געפיל, און נישט לויט לאגיק. זיי האבן אלע א F
INFJ
INFP
ISFP
ISFJ
ENFP
ENFJ
ESFJ
ESFP

די וואס איך גיי יעצט אויסרעכענען גייען מיט לאגיק. זיי האבן א T אין זייערע אותיות.

INTJ
INTP
ISTP
ISTJ
ENTP
ENTJ
ESTJ
ESTP

נאכדעם איז דא מענטשן וואס זייער קאפ מאכט אפ שוין אויפן פלאץ וואס מ'דארף טון. און ס'דא מענטשן וואס זיי ווילן עס נאך דורכטראכטן. די אלע וואס האבן א P צום סוף פון די אותיות, זענען מענטשן וואס ווילן עס נאך דורכטראכטן. זיי זענען מער אזאנע מענטשן וואס זענען נישט אזוי אנטשלאסן. נישט אזוי געהאקט. נאכדעם איז דא מענטשן וואס זיי זענען מער, זיי האבן ליב ווי שנעלער צו באשליסן און שוין. פארטיג. באשלאסן. ס'איז א מין עדיטוד. נישט קיין גוטע אדער שלעכטע זאך. דשאסט א עטיטוד. די וואס האבן ליב צו באשליסן שנעל. זיי האבן א J צום סוף פון זייערע אותיות. א J מענטש וואקט מער גראדער. ווייסעכמיין? ער איז מער מסודר. ווייל ער באשלוסט אויפן פלאץ. זייער קאפ לויפט: אזוי אדער אזוי? אזוי! אזוי אדער אזוי? אזוי! אזוי אדער אזוי? אזוי! זיי באשליסן. און טוען צום זאך. די P מענטשן, זייער קאפ לויפט, דעס? ווייסטו וואס? עמער זעהן. לייג עס אוועק אויף מארגן. דעס? עמער זעהן, עמער באלד זעהן. דעס? אוי, עמער באלד זעהן. דעס? עמער אויך זעהן, עוד חזון למועד. ס'איז א מין עדיטוד.

געב א קוק א מענטש וואס פאקט ספרים. איינער, וואו באלאנגט דעס? דא? געגאנגען. און דעס? דא. און דעס? דא. נאכדעם איז דא א פאקער. וואו באלאנגט דאס? עמער זעהן באלד, קודם לייג איך עס אין א זייט, קודם לאמיר מאכן עפעס אנדערש. און דאס וואו באלאנגט? עמער זעהן באלד ווען אלעס וועט זיך אויסקלארן. א J טייפ, באשלוסט. זיין קאפ לויפט אזוי. ער לאזט נישט הענגען קיין זאכן. א J טייפ וואס ארבעט אין א רעסטעראנט, ער מאכט א סענדוויטש. ער מאכט עס איינס נאכן צווייטן. א P טייפ, ער טראכט אהער, טראכט אהין. ס'איז נישט אזוי סיסטעמאטיש. כאפסט? ער שפאקולירט מער.

ס'דא מענטשן וואס זענען סענסעטס. און ס'דא מענטשן וואס זענען אינטואישן. ס'דא מענטשן וואס זיי קומען אריין אין ביהמ"ד, זיי זעען נאר די אויסדרוק שטריכן פון די פנימ'ער פון מענטשן. זיי לייגן אבער נישט זייערע אייגענע טיפע פשטים "וואס ס'מיינט אלץ, פארוואס יענער האט אזוי געמאכט מיט די פנים". דאס וואס איך זעה, דאס זעה איך! זיי זענען סענסעטס. זיי נעמען אריין אינפארמאציע פון די וועלט, מיט זייער פינף חושים און שוין. "ער שטייט נעבן מיר און ער קוקט מיך אן, איך ווייס נישט וואס ער וויל!" די איינציגסטע זאך וואס איך זעה איז, אז ער טוט וואס ער טוט. פארוואס? איך ווייס נישט! דאס וואס איך זעה, דאס איז וואס איז דא. "איך ווייס נישט וואס ער האט געטראכט". איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט צו זאגן, איך ווייס וואס ער האט געזאגט! זיי זענען נישט קיין מקובלים. כאפסט? א אינטואיסט, גייט מיט גאנצעטע פירושים "איך האב געזעהן יענער וואקט שנעל, זיכער איז ער נערוועז! און זיכער וועגן די ווייב האט אים אנגעשריגן! און ער קען עס שוין אפילו הערן... איי, ווער זאגטעך? קיינער זאגט אים נישט. אבער ער מאכט פשטים. דאס איז א אינטואיסט. א אינטואיסט האט מער פאנטענציאנאל צו לעבן אין א וועלט מלא דמיונות. ווייל ער מאכט פירושים. זעהסט יענע בחור'ל, זיין מאמע שרייט אים אן! פארוואס, פארווען, אזוי! פירושים.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 24, 2018 9:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

לכאורה קען מען שוין עפענען אן עקסטערע אשכול: דעם געדאנק פון מאיר בריגס
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

טאטע העלף האט געשריבן:יייוושש די אולם פאפט!!!!!!

די עולם, קומט מיט א עי"ן.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ס'דא א וועג וויאזוי מ'ליינט עס. יעדע פון די טייפס, האבן פיר, מ'האט עכט אכט, אבער פיר וואס ער נוצט די מערסטע. ס'דא מענטשן וואס זענען בעיקר א אינטראווערד סענסעט. די עיקר וואס ארבעט ביי זיי איז אינטראווערד סענסעט. א ISFJ און א ISTJ זענען בעיקר, און די מערסטע, א אינטראווערד סענסעט. דאס מיינט, אז זיי לעבן מיט זיך, ווייל זיי זענען דאך אינטראווערדס. אבער וויאזוי פילן זיי זייער זיך? ווער איז דע זיך? זיי זענען מער זעקסערס. אדער איינזערס. עכ"פ מענטשן וואס האבן א שטארקע רוטין. קאנסערוואטיוו. זיי האבן זיך זייער סדר, און פון דעם רירן זיי זיך נישט ארויס. זיי וועלן זיך נישט קומען אפרעדן אז זיי האבן נישט קיין פרנסה, כאפסט? זיי האבן זיך זייער סדר היום. אזוי געשעהט, ווען מ'לערנט אפ די וועלט מיט די פינף חושים, און מ'איז א אינטראווערדס. מ'האט א סדר היום. קענסט עס רופן זעקסער, קענסט עס רופן איינזער. קענסט עס רופן א "נארמאלער מענטש!" זיי זענען די "נארמאלע מענטשן" פון די בריאה. זיי לעבן נישט אין דמיונות. זיי זענען "נארמאל". נאך דערצו די ISTJ. זיי האבן א נטי' נישט צו פארשטיין. פארוואס מאכסטעדעך נאריש? זיי קענען פארזעהן די טיפקייט. זיי זעען איין זאך. א מענטש שטייט און שאקלט זיך פאני. אדער מאכט פאני תנועות. פארוואס קענסטע נישט זיין נארמאל?

א אינטואיסט מאכט פשט! ער שאקלט זיך נישט פאני, ער איז איבערגענומען פון געפילן, מן הסתם האט ער ווייטאג. א סענסעט, זעהט די וועלט זייער "נארמאל". אן קיין דמיון. יעדער האט זיך וואס צו לערנען איינע פון צווייטן. בעזהשי"ת.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס דער עיקר וואס ארבעט ביי זיי איז די אינטראווערד אינטואישן. אין דעם זענען: INFJ, INTJ, וואס מאכט דעס אויס אויפן מענטש? א מענטש וואס האט צאמגשטעלט אין זיך א טיפע וועג וויאזוי די וועלט ארבעט. פינעווערס, קענען זיין INTJ, זעהסט דעם T, T מיינט thinking, ער לערנט אפ די וועלט מיט לאגיק. דערפאר איז ער א פינעווער.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס ביי זיי איז דער עיקר וואס ארבעט די מערסטע, אינטראווערד געפילן. אין דעם זענען INFP, ISFP, זיי זענען ווארשיינליך פירערס. פעלט נישט אויס קיין הסבר פארוואס. איינער וואס לערנט אפ די וועלט לויט זיין געפיל, און דאס ארבעט ביי אים די שטערקסטע, און ער איז א אינטעראווערדס, איז לכאורה א פירער.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס ביי זיי איז דער עיקר וואס ארבעט די מערסטע אינטראווערד טינקינג, דאס מיינט, זייער קלוגע מענטשן ב"ה. אין דעם זענען, INTP, און ISTP.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס ביי זיי איז דער עיקר וואס ארבעט די מערסטע, עקסטראווערד אינטואישן. דאס מיינט, אז זייער קאפ לויפט זיי א גאנצן טאג. צו מאכן טיפע פירושים אויף די וועלט צו וואו זייער קאפ איז צוגעבינדן. אין דעם זענען ENFP, און ENTP, "אינטערענסאנטע לעבעדיגע מענטשן".

ENFP קענען זיין, אדער צווייער, אדער פירער, אדער זיבענער.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס זייער עיקר איז עקסטראווערד סענסינג. דאס מיינט אז ער איז צוגעבינדן צו די וועלט ארום, ער איז דאך אן עקסטראווערד. און ער איז צוגעבינדן צו די דרויסנדיגע עולם החושי. זיי זענען צוגעבינדן נאר צו די וועלט וואס מ'קען משיג זיין מיט די חושים. אין דעם זענען: ESFP, און ESTP, זיי קענען לכאורה זיין זיבענערס. נאכדערצו א P איז אביסל מער צופלויגן. אפשר אויך פירער.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס זייער עיקר וואס ארבעט ביי זיי די מערסטע איז: עקסטראווערד פילינג., אין דעם זענען ESFJ, און ENFJ. אזאנע מענטשן זענען אדער צווייערס. זיי זענען צוגעבינדן צו די געפילישע וועלט. בעיקר זענען זיי זייער צוגעבינדן צו די הערצער פון מענטשן ארום. מיט א אויסטערלישע ליבשאפט. זענען זייער געטריי. און זייער תמידיות'דיג. ווייל זיי זענען J.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס זייער עיקר וואס ארבעט ביי זיי די מערסטע איז: עקסטראווערד טינקינג. זיי זענען בעיקר צוגעבינדן צו די דרויסנדיגע לאגישע וועלט. זיי וועסטו אלעמאל הערן טיילן זייערע קלוגע דיעות רעכטס און לינקס. זיי זענען קלוגע מענטשן. אין דעם זענען ESTJ, און ENTJ, זיי זענען געווענליך אכטערס. אזוי מיין איך. ENTJ דארפן צו זיין טאף גייס.

נאכדעם דארף מען קוקן וואס ארבעט די צווייטע. די צווייטע פון די פיר אותיות.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יוני 24, 2018 9:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

ייש"כ נשמה דו קומסט אריין זייער קלאר אזוי ווי אייביג און ייש"כ פאר די לימודים לדעת שיעורים האמיר עס אויסגעפרינט און וועל מיר עס אי"ה דורכלערנען ווען די צייט וועט ערלויבן. ס'איז עמעזינג וויאזוי דו גייסט דארט אן מיט א פעסטקייט אן באקומען פידבעק.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמה, דיין כח הסברה איז משוגע צו ווערן, איך בין בכלל נישט באקאנט מיט די מהלך פון בריגס, און גיימיר עס יעצט ארויספרינטען און עס דורכטון.

קודם וואס איך זעה ביים אנהייבן ליינען איז אז עס טיילט איין די מענטשהייט אין 16 טייפ'ס, 8 דערפון זענען introverted און אנדערע 8 זענען extroverts, און אין יעדע פון די צוויי 8'טערס איז דא 4 וואס זייער דרייוו איז "לאגיק" און 4 וואס זייער דרייוו איז די "געפיל", ריכטיג?

יעצט גיימיר ליינען ווייטער.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

נשמה קומט ארייו מיט א שטורעם, מיין קאפ דארף עס יעצט פראסעסן, גיימער עס גוט איבערליינען, שכוח פארן שרייבן.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

משה ישר האט געשריבן:לכאורה קען מען שוין עפענען אן עקסטערע אשכול: דעם געדאנק פון מאיר בריגס

viewtopic.php?f=3&t=22677
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

א גרויסן ישר פאר הרב נשמה פאר די הערלכע עקספלענעישאנס!!! סאיז קליפ און קלאר!

שטארק געפאלן די שטריכן וואס גייען פונעם קאפ צום באנק און צו די סינקס.... :grin:

וואס איך וויל פארשטיין איז: אז לכאורה קען מען נישט ארויסהאבן קיין שום יסודות אינעם נפש האדם דורך דעי מהלך, אלעס גייט לכאורה מיט או"ט קאמ"ס.
איז דאס ריכטיג?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:לכאורה קען מען שוין עפענען אן עקסטערע אשכול: דעם געדאנק פון מאיר בריגס

http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=22677

ישר כח
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וויזוי פרינט מען עס ארויס?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מח בקדקדו האט געשריבן:נשמה, דיין כח הסברה איז משוגע צו ווערן, איך בין בכלל נישט באקאנט מיט די מהלך פון בריגס, און גיימיר עס יעצט ארויספרינטען און עס דורכטון.

קודם וואס איך זעה ביים אנהייבן ליינען איז אז עס טיילט איין די מענטשהייט אין 16 טייפ'ס, 8 דערפון זענען introverted און אנדערע 8 זענען extroverts, און אין יעדע פון די צוויי 8'טערס איז דא 4 וואס זייער דרייוו איז "לאגיק" און 4 וואס זייער דרייוו איז די "געפיל", ריכטיג?

יעצט גיימיר ליינען ווייטער.

יא, אבער לאמיר ב"ה דיר זאגן וויאזוי מ'ליינט אפ די פיר אותיות. יעדע כאראקטער פון די זעכצן טייפס האבן פיר אותיות. קודם זאלסטו וויסן א כלל אז מ'ליינט נאר די מיטעלסטע צוויי אותיות. אהין און צוריק (באלד מער מסביר זיין). די ערשטע צוויי אותיות וואס דו ליינסט, ליינסטו די אות וואס שטייט. למשל אויב ס'שטייט א N און א F, ליינסטו אינטואישן, N מיינט אינטואישן. און נאכדעם ליינסטו פילינג. F מיינט פילינג. און די צווייטע צוויי מאל ליינסטו פארקערט ווי וואס ס'שטייט. למשל אויב ס'שטייט א N ליינסטו עס כאילו ס'וואלט געשטאנען א S, S מיינט סענסינג, און אויב ס'שטייט א F ליינסטו עס כאילו ס'וואלט געשטאנען א T. T מיינט טינקינג.

אויב דו זעהסט ביים אנהייב פון די פיר אותיות א איי 'I' און צום סוף א 'J', און די זעלבע אויב דו זעהסט ביים אנהייב א 'E' און ביים סוף א 'P', זאלסטו עס ליינען גראד. גראד מיינט אז דו הייבסט אן ביים ערשטע פון די צוויי מיטעלסטע אותיות. די אלע וואס איך שרייב דיר יעצט ליינט מען גראד. דאס הייסט מ'הייבט אן ביי די N אדער ביי די S.
INFJ
INTJ
ISFJ
ISTJ
ENFP
ENTP
ESFP
ESTP

אויב דו זעהסט ביים אנהייב פון די פיר אותיות א 'I' און צום סוף א 'P' אדער ביים אנהייב א 'E' און צום סוף א 'J', ליינסטו עס צוריק צו וועגס. אהין און צוריק (באלד מער מסביר זיין) דאס מיינט אז דו הייבסט אן ביי די צווייטע אות פון די צוויי מיטעלסטע אותיות. די אלע וואס איך שרייב דיר דא ליינסטו צוריק צו וועגס. דאס הייסט דו הייבסט אן ביי די F אדער ביי די T.

INTP
ISTP
INFP
ISFP
ENFJ
ESFJ
ENTJ
ESTJ

דארפסט געדענקען אז א S איז פארקערט ווי א N, און די זעלבע א N איז פארקערט ווי א S. און א F איז פארקערט ווי א T, און די זעלבע א T איז פארקערט ווי א F.

יעצט לאמיר דיר געבן א דוגמא למשל וויאזוי מ'ליינט א INFJ. דו הייבסט אן ביי די N, האמיר פריער געשמועסט אז ווען אנהייב איז א I און צום סוף א J ליינסטו עס גראד. דאס מיינט אז דער מענטש וואס איז אזא טייפ, נעמליך א INFJ, נוצט זיך ביי אים די מערסטע אינטראווערד אינטואישן. און נאכדעם גייסטו צום שכינות'דיגן F. און דו ליינסט עס "עקסטראווערד פילינג". געדענק דעס. מ'גייט פון אינטראווערד צו עקסטראווערד, און פון עקסטראווערד צו אינטראווערד, און אזוי ווייטער. סאו, דו האלסט יעצט ביים F און דו ליינסט עס "עקסטראווערד פילינג". דאס מיינט אז די צווייט שטערקסטע פונקציע וואס דער מענטש נוצט איז עקסטראווערד געפילן. דער מענטש איז טאקע אן אינטראווערד, אבער די צווייט שטערקסטע פונקציע איז מיט דעם אלעם "עקסטראווערד". אזוי ליינט מען עס. די צווייט שטערקסטע פאנקציע איז עקסטראווערד געפילן. דאס מיינט, אז דער מענטש איז טאקע די שטערקסטע און די מערסטע אן אינטראווערד אינטואישן. אבער די צווייט שטערקסטע איז ער אן עקסטראווערד פילינג.

ס'איז צעטיילט. דער עיקר חלק מענטש ביי א INFJ, איז אינטראווערד אינטואישן, אבער אין אים וואוינט נאך א חלק, אלץ דער צווייטער, וואס איז יא צוגעבינדן צו די געפילישע וועלט ארום. האלט מיר ביי די F, און פון די F גייסטו צו די פארקערטע פון F. וואס איז די פארקערטע פון F? א T. דאס מיינט, אז אלץ די דריטע נוצט זיך ביים מענטש אינטראווערד טינקינג. טיף אינעווייניג, אלץ דער דריטער איינוואוינער, די דריטע אין די רייע, די דריטע אין שטארקייט, איז ער א אינטראווערד טינקינג. ס'איז נישט אנטוויקלט ביי טינעידש, ערשט שפעטער אין לעבן ביי די דרייסיג יאר אדער שפעטער אנטוויקלט זיך עס געהעריג.

און נאכדעם גייסטו צוריק צום N, וואס דו האסט דארט אנגעהויבן, און דו ליינסט פארקערט ווי די אות וואס שטייט, דו ליינסט S, דהיינו, עקסטראווערד סענסינג. געדענק, דו טוישט פון אינטראווערד, צו עקסטראווערד, און פון עקסטראווערד, צו אינטראווערד. סאו, S דא. מיינט עקסטראווערד סענסינג. דאס מיינט אז די פערטע און די שוואכסטע נוצט דער INFJ, עקסטראווערד סענסינג. סאו דו האסט דא פאר דיר אזוי:
INFJ
1) אינטראווערד אינטואישן. Ni דאס נוצט זיך ביים INFJ די שטערקסטע און מערסטע. דאס הייסט אין ענגליש dominant
2) עקסטראווערד פילינג. Fe דאס נוצט זיך ביים INFJ די צווייט שטערסטע. דאס הייסט auxiliary
3) אינטראווערד טינקינג. Ti דאס נוצט זיך ביים INFJ די דריטע, ס'ווערט שפעטער אנטוויקלט געהעריג. דאס הייסט אין ענגליש Tertiary
4) עקסטראווערד סענסינג. Se דאס נוצט זיך ביים INFJ די שוואכסטע. דאס איז וואס דער מענטש פילט זיך אומבאקוועם ווען מ'דארף עס נוצן. ער פילט ווי "אין דעם בין איך שוואך", ער שעמט זיך אז מ'זאל וויסן ווי ער האלט אויף דער וועלט דערמיט. דאס הייסט אין ענגליש Inferior

יעצט לאמיר נעמען א INTP.

מ'ליינט נאר די מיטעלסטע צוויי. און וואו הייבסטו אן? ביי די T. געדענקסט? ס'האט אנהייב א I און צום סוף א P, י סאו מ'הייבט עס אן צו ליינען ביי די צווייטע פון די צוויי מיטלסטע אותיות. סאו, דו ליינסט, אינטראווערד טינקינג. דאס מיינט אז ביים מענטש נוצט זיך דאס מערסטע אינטראווערד טינקינג. ער לעבט אין זיין מחשבה, ער איז צוגעבינדן צו וויאזוי ער פארשטייט אז ער פארשטייט. נאכדעם גייסטו צום שכינות'דיגן אות. נעמליך די N, און דו ליינסט עקסטראווערד אינטואישן. געדענקסט? דו טוישט פון אינטראווערד צו עקסטראווערד און אזוי ווייטער. סאו, דו ליינסט, עקסטראווערד אינטואישן. דאס מיינט, אלץ דער ערשטער הויפט פאנקציע איז דער מענטש טאקע צוגעבינדן צו זיין קאפ, "איך פארשטיי אז איך פארשטיי אזוי און אזוי". אבער די צווייטע איז דער מענטש צוגעבינדן צו די טיפע וועלט. א עקסטראווערד אינטואיסט איז צוגעבינדן צו די דרויסנדיגע טיפע וועלט. די טיפע פשטים אויף די דרויסנדיגע וועלט.

יעצט, פון די N גייסטו צו די פארקערטע פון N, און דו ליינסט עס S אינטראווערד סענסינג. דאס מיינט אז INTP איז די דריטע, א מענטש וואס האט א סדר היום. און פון די N, גייסטו צוריק צו די T, און דו ליינסט עס פארקערט ווי די T, דו ליינסט F, דהיינו, עקסטראווערד פילינג א INTP, פילט זיך נישט אזוי גוט ווען ס'קומט צו זאכן וואס פאדערן געפיל. ער ווייסט אז דארט איז ער נישט אזוי אויסגעארבעט. ער ווייסט אז ער וועט מער מצליח זיין מיט לאגיק, מיט מחשבה. דאס קען איך גוט. געפילן איז מיר אביסל, זאג נישט אויס פאר קיינעם, נישט אזא זאך וואס איך קען ארבעטן דערמיט.

האמיר אזוי INTP

1) אינטראווערד טינקינג. Ti דאס נוצט זיך ביי אים די שטערקסטע. ער לעבט אין זיין מחשבה.
2) עקסטראווערד אינטואישן. Ne דאס נוצט זיך ביי אים די צווייט שטערקסטע. ער דערגרינטעוועט זיך אויך אין די טיפע וועלט. וואס האט יענץ געמיינט, און וואס מיינט יענץ
3) אינטראווערד סענסינג. Si דאס ווערט אנטוויקלט ביי די דרייסיג, אדער פערציג. מ'ווערט מער ערוואקסן און מיושב. א INTP, ווערט מער פעסטער מיט זיינע שיטות
4) עקסטראווערד פילינג. Fe דאס איז וואס דער INTP ווייסט איז נישט פון זיינע שטארקע חלקים.

יעצט לאמיר נעמען א ENFP. וואו הייבסטו אן? ביי די N. ווען אנהייב איז דא א E און צום סוף א P, הייבט מען אן ביי די ערשטע פון די צוויי מיטעלסטע. סאו, דו הייבסט אן ביי די N. סאו, דו ליינסט עקסטראווערד אינטואישן. דאס איז וואס ווערט גענוצט די שטערקסטע ביי אן ENFP. זיין קאפ שטעלט צאם טיפע מיינונגען אויף די דרויסנדיגע וועלט צו וואו זיין קאפ איז צוגעבינדן. און יעצט גייסטו צום שכינות'דיגן F. און דו ליינסט אינטראווערד פילינג. געדענקסט? דו טוישט פון עקסטראווערד צו אינטראווערד, און אזוי ווייטער. סאו, דו ליינסט אינטראווערד פילינג. דאס מיינט, אז די צווייט שטערקסטע ביי א ENFP, איז אינטראווערד פילינג. די צווייט שטערקסטע איז ער צוגעבינדן צו זיינע אינערליכע געפילן. "איך פיל אזוי און אזוי, ווייל איך פיל אזוי און אזוי".

און פון די F גייסטו און דו ליינסט פארקערט פונעם F, דהיינו T. און דו ליינסט עס, עקסטראווערד טינקינג. דאס מיינט אז די דריטע אין די רייע, נוצט זיך ביים מענטש זיין עקסטראווערד טינקינג. דאס מיינט אז א יונגע ENFP נוצט נישט לאגיק. דאס מאכט אסאך פון זיינע שוועריגקייטן. ערשט שפעטער אין לעבן אנטוויקלט זיך די עקסטראווערד טינקינג, נאכדעם פון די F גייסטו צוריק צו וואו דו האסט אנגעהויבן, נעמליך די N, און דו ליינסט עס פארקערט ווי וואס ס'שטייט S, אינטראווערד סענסינג. דאס מיינט אז די שוואכסטע איז דער ENFP א אינטראווערד סענסינג. ער איז די שוואכסטע איבערצייגט אין זיינע מיינונגען. ער האט די שוואכסטע א סדר היום. ער האט די שוואכסטע א רוטין.

האמיר די אויסשטעל פון א ENFP
1) עקסטראווערד אינטואישן. Dominant
2) אינטראווערד פילינג Auxiliary
3) עקסטראווערד טינקינג Tertiary
4) אינטראווערד סענסינג. Inferior

געדענק: מ'ליינט די מיטעלסטע צוויי אותיות פיר מאל. די ערשטע צוויי מאל די אות וואס שטייט. און די צווייטע צוויי מאל פארקערט ווי די אות וואס שטייט.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נשמת השכל האט געשריבן:א גרויסן ישר פאר הרב נשמה פאר די הערלכע עקספלענעישאנס!!! סאיז קליפ און קלאר!

שטארק געפאלן די שטריכן וואס גייען פונעם קאפ צום באנק און צו די סינקס.... :grin:

וואס איך וויל פארשטיין איז: אז לכאורה קען מען נישט ארויסהאבן קיין שום יסודות אינעם נפש האדם דורך דעי מהלך, אלעס גייט לכאורה מיט או"ט קאמ"ס.
איז דאס ריכטיג?

יסודות אינעם נפש איז די זעלבע כלליות'דיגע זאכן ביי יעדן נפש. און טייפס איז יעדע פון די טייפס אנדערש.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:א גרויסן ישר פאר הרב נשמה פאר די הערלכע עקספלענעישאנס!!! סאיז קליפ און קלאר!

שטארק געפאלן די שטריכן וואס גייען פונעם קאפ צום באנק און צו די סינקס.... :grin:

וואס איך וויל פארשטיין איז: אז לכאורה קען מען נישט ארויסהאבן קיין שום יסודות אינעם נפש האדם דורך דעי מהלך, אלעס גייט לכאורה מיט או"ט קאמ"ס.
איז דאס ריכטיג?

יסודות אינעם נפש איז די זעלבע כלליות'דיגע זאכן ביי יעדן נפש. און טייפס איז יעדע פון די טייפס אנדערש.

נישט פארשטאנען.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געמאכט א פי די עף פון נשמה'ס מייסטערווערק
ליינט און האט הנאה
אטעטשמענטס
בעזרת השי.pdf
(99.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 84 מאל
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אההההה האמיר אריינגעסטאפט דא און געשפירט די גערוך פון נשמה'ס פרישע ווארע! וועל מיר עס אפלערנען אי"ה ומובטוחני למצוא שאהבה נפשי, ייש"כ אייך "פיינע נייעס" פאר'ן פדפ,
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

fiena nieas האט געשריבן:געמאכט א פי די עף פון נשמה'ס מייסטערווערק
ליינט און האט הנאה

תודה רבה!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך פארשטיי לכאורה אז ביי מעירס בריגס רעכנט וואס מען איז שטערקער ד.ה. אויב מען איז 60 פראצענט אינטראווערט איז מען נחשב ווי א אינטראווערט כאטש וואס מען איז 40 פראצענט עקסטראווערט. (ענליך צי ענעגראם. כאטש וואס ביי עניאגראם איז מען לכאורה נאר איין טייפ מיט פליגלען באגרעניצט צי די שכינים פון די צוויי זייטן איז דער אמת אז יעדער האט פון אלע נומבערס, די שאלה איז וועלכע נומבער דאמינירט )

איך האב זיך אביסל בודק געווען און דא האלט איך איצט:

E/I
בין איך נישט קלאר, לכאורה בין איך ערגעץ אינדערמיט מיט א נטיה צי עקסטראווערט,
נשמה האט מיר מחדש געווען אז E/I איז נישט נאר איבער די צוגאנג צי מענטשען, צי מען איז א שמועסער אדער א צירוקגעצויגענער, נאר עס איז איבער די גאנצע וועלט וואס איז אינדרויסן פון מיינע ד אמות אריינגערעכנט דעם טשילאר, לענינו, איך בין אויסטערליש א נייגעריגער מענטש, אלעס וויל איך וויסן און באטראכטן. מיינט דאס עקסטראווערט?

[offtopic]"ער קומט אריין אין ביהמ"ד, זוכט זיך א סידור, רעדט נישט מיט קיינעם. אדער אפילו ער רעדט יא, אבער "ס'שטופט אים נישט" צו רעדן מיט קיינעם."[/offtopic]
געווענליך שטימט דאס מיט מיר, כאטש אמאל אמאל האב איך הנאה פון א גוטער שמועס
ווען איך בין אין א גוטער גוסטע האב איך נישט קיין שום פראבלעם זיך אנצירופן מיט א ווערטעל פאר א פרעמדער מענטש וואס איך האב נאך און מיין לעבען נישט באגעגנט.
---------------- ---------------- ------------------

N/S
לכאורה בין איך שטארק נוטה צי אינטואישן, כמעט וואס עקזעסטירט נישט קיין דמיונות ביי מיר, עס איז דאך עכט! נישט אזוי האט דער בעש"ט געלערנט ? דער מענטש איז דארט ווי זיין מח איז! יעדע מחשבה איז א קומה שלימה, נאך מער מציאות ווי די לאמפ העכער מיין קאפ,

N: יעצט אויב דערף מען צוזאמפאקן די פעקלעך און פארן און קאנטרי, לאמיר עס "אויספיגערן" ווי גייט מען לייגן די באקסעס? אה איך טראכט א גוטע איינפאל מען קען לייגן אזוי און אזוי , אבער וואס העט זיין מיט די.... זאל איך נעמען א הענד טראק? אקעי העמיר זען מארגן (P ?)

S: וואס שפעקאלירסטו? ברענג די באקסעס און לייג אריין! וואס? עס גייט נישט גוט פיטן? פון ווי ווייסטו? ברענג די באקסעס און אויב עס וועט נישט פיטן וועסטוך דעמאלטס זארגען

N: אויב וועט יענקל קומען מארגען צו די שבע ברכות וועט זיין א פראבלעם ווייל ... אקעי העכסטענס וועל איך זאגן פאר יוסל אז.... איין מינוט וואס העל איך טון אויב יענקל און יוסל
וועלן... הוי איך האב שוין נישט קיין כח צי די גאנצע שבע ברכות...
S: וואס זארגסטו זיך אזויפיל? ווער זאגט אפילו אז יענקל טראכט פון קומען...? און וואס איז שוין אויב...? מען קען מיינען עס איז עק וועלט!

בכלל ארבעט איך שווער, וואס מיינסטו? נאר שלעפן אייער באקסעס איז שווער? און וואס איז מיט די ריזיגע געביידעס וואס איך בוי און שלעפ כסדר מיט מיין קאפ? דאס איז גארנישט? און קיינער אפרישיעט דאס נישט אפילו! זיי וויסן אז איך ארבעט פונקט אזוי שווער ווי דיר נאר מען קען עס נישט אזוי גוט זען. נישט אומזינסט קומסטו מיר פרעגן צומאל מיין מיינונג, די פרעגסט מיר ווייל די ווייסט אז איך קען מיר פארשטעלן וואס עס איז מיט דיר געשען אפילו איך בין נישט דארט געווען,
מיינע עצות זענען נישט נאר וואס מען זאל יעצט טון צי פארעכטן די שאדן, נאר ווי אזוי מען זאל בכלל צוגיין צום ענין אז די פראבלעם זאל מער נישט געשען, מיט א סיסטעם און מיט א חשבון אויף די גרויסע בילד!
------------------ ---------------------- -------------------
P/J
דא בין איך גאנץ קלאר, איך בין "P"
דאכט זיך אז דרייערס זענען אינגאנצן J,

דאס זיין אלעמאל שפעט האט א שייכות צי P ? מעגליך צי F? לאמיר זען וואס טוט זיך דארט ביי F
---------------- ---------------- ------------------

F/T קען איך נישט באשלוסן געהעריג, ווענדט זיך שטארק און פעולות חיצוניות, ארבעט איך פלייסיג פאר צוויי וואכן בין איך מער קיהל, איך רעג זיך נישט און איך וויין נישט נישט דערהויבן צומאל צוקלאפט פאר א שעה צוויי (געב מיר נאר א בעט, אה ניין איך האב נאך היינט נישט טועם געווען... עפעס פעלט מיר איך ווייס נישט וואס... הממממ פון זיך אליינס הייבט זיך אן צי ליינען און ליינען און ליינען און ליינען ביז ... )ווען איך בין אין די סארט מאוד ווער איך נישט איבערגענומען פון א געשעניש וואס ערוועקט אביסל דאס הארץ ביי אנדערע (אפשר בין איך דעמאלטס אינטראווערט, טערעסירט מיר נישט יענעמס פראבלעם?)

דאן הער איך עפעס פערצופאל א מוזיק טעיפ מיט ווארימע אינהאלט צ.ב.ש. לחיים ברודער/ גראמען פינקי וועבער/ ס'ערשטע מאל כ'האב געהערט אברהם פריד זינגען יו"ט ערליךס ניגונים וכדו' און די אויגן קענען מיר פינקלען, הער איך א אויסטערלישע הנהגה פון א אדם גדול און איך ווער איבערגענומען, זאגט מיר איינער אז דער מצב מיט גיוס איז שרעקליך און ער רעדט א האלבע שעה, דאן בין איך שוין צוקאכט, חנווכה און פורים בין איך שוין צופלאקערט און אויף פסח שוין פארברענט

אקעי איך בין לכאורה אביסל נוטה צי F אבער איך ווייס נישט קלאר
---------- ------------ --------------
איך טראכט...
אפשר גיי איך היינט גיין שלאפן שפעט ווייל איך בין ציגעבינדן מיט געפילישע שטריק צי מיין הנאה פון ליינען אדער שרייבן דא אויף אייוועלט? לכאורה איז דאס זיין שפעט אויפן זייגער א ענין פון געפיל, אבער זיין שפעט מיט טעג איז ענדערש א ענין פון "P" ד.ה. מען האט נישט געטון וואס מען האט געדארפט טוהן ווייל מען האט זיך נישט געקענט צוזאמנעמען די מחשבות און באשליסן ווי אזוי עס צי טון.

נו!? וואס האט מען יא געטון דעמאלטס ווען די מחשבות האבן נישט געקענט באשלוסן? אה. מען האט הנאה געהאט פון א אינטערעסאנטע שטיקל נייעס!
הנאה געהאט? נישט ממש! אינטערן באוואוסטזיין האט מען זיך געפייניגט מיט שולד געפילן. היתכן מען ליינט איצט ווען מען דארף דאך וויכטיג ערלעדיגן יענץ דארטן!?
------------- ------------------- ---------------

אלזא P מיט F מיט N איז לכאורה א פערפעקט רעצעפט צי שפעטיגן שטענדיג
זקן מלא רחמים.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

לב אחד האט געשריבן:דו פרעגסט אויב ער שפירט זייער יסורים?? דו האסט אן אהנונג ווי שטארק ער פילט זיינע יסורים!??!! די הארצרייסענדע פראבלעם איז אז ער מיינט נעבעך אז ער איז שולדיג און דאסמאל.. גייט עס געלונגען. ווען ער לערנט זיך אבער אויס און פארשטייט וואס זיין פראבלעם איז דעמאלטס קען ער אנהויבן ריכטיג צו ארבעטן אויף זיינע פראבלעמען.

זאלסט אבער וויסן אז עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו קענען מודה זיין און ארויסגיין פון דענייעל און אין זען אז ער האט אן ערענסטע דיסעביליטי. וועסט אייביג זען ביי די adhd אז זיי וועלן פרובירן זייער שטארק, גאר שטארק, אלעס אליין צו טון, אן אראפשרייבן, ווייל זיי ווילן זיך נעבעך proven אז זיי זענען באמת יא טויגליך. זיי ווייסן נישט אז נאר דורכן אמת׳דיג עקסעפטען אז זיי האבן א דיסעביליטי און אז זיי דארפן הילף און די הילף איז זייער שטארק באזירט אויף manually טון די סקיללס וואס אנדערע האבן נאטורליך. דאס איז א ריזיגע סטעפ אין זייער שטייגן. און זיי קענען דאס באווייזן.


וואס מיינסטו צו זאגן מיט "manually טוהן די סקילס וואס אנדערע האבן נאטורליך". אפשר שרייבסטו אביסל מער באריכות וואס דער אדה"ד וואלט געדארפט טוהן כדי ער זאל טאקע יא מצליח זיין און נישט פלאפן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיגער האט געשריבן:בין איך נישט קלאר, לכאורה בין איך ערגעץ אינדערמיט מיט א נטיה צי עקסטראווערט,
נשמה האט מיר מחדש געווען אז E/I איז נישט נאר איבער די צוגאנג צי מענטשען, צי מען איז א שמועסער אדער א צירוקגעצויגענער, נאר עס איז איבער די גאנצע וועלט וואס איז אינדרויסן פון מיינע ד אמות אריינגערעכנט דעם טשילאר, לענינו, איך בין אויסטערליש א נייגעריגער מענטש, אלעס וויל איך וויסן און באטראכטן. מיינט דאס עקסטראווערט?

ביי מאיר בריגס איז די זאך אנדערש ווי די עניאגראם, לויט ווי איך פארשטיי יעצט. צעהן יאר צוריק האב איך גענומען דעם ערשטן טעסט, אלעס האט מיר אויסגעזעהן צומישט. אז איך האב צוויי world views, איינס וואס איז אינעווייניג, איינס אינדרויסן. וואס? וואס מיינט עס? איך וויל מאכן patterns, וואס? איך האב גענומען יעדע האלבע יאר א טעסט פאר צעהן יאר אין א ציה. בערך.

אן אויסטערליש נייגעריגער מענטש - מיין איך - ווייזט אויף NE. אלעס וויסן און באאבאכטן כדי צו דערגרינטעווען די סוד וואס ליגט אונטער די גאנצע זאך. איך וויל דיך פרעגן, דו האסט ליב צו באאבאכטן די עמקות פון יעדע זאך וואס דו זעהסט? ווייל דאס איז NE. א NE, דהיינו, ווען די הויפט פאנקציע אינעם מענטש איז NE, דאס מיינט אז אין דיין קאפ, ווירבעלט די וועלט. די טיפע וועלט. דו ביסט צוגעבינדן צו די וועלט. דו מוזט פארשטיין אז א עקסטראווערד, קען זיצן אליין אין זיין שטוב, אבער זיין קאפ איז נישט פארנומען מיט זיך. זיין קאפ פאקעסירט נישט אויף זיך. אויף זיין אינסייד. זיין קאפ איז אויף ארויס. ער טראכט פון שלום, מיט ברוך, מיט זרח, מיט טראמפ, מיט קלינטן, מיט אהער, מיט אהין. מיט איידיעס. מיט זאכן. זיין קאפ איז מער פארנומען מיט די וועלט ארום. אפילו ער איז צוריקגעצויגן. אבער זיין קאפ איז אויף ארויס. מער מחשבות אין זיין קאפ איז פארנומען מיט די וועלט ארום. דאס איז נישט אזאך וואס פאדערט צופיל.

למשל, מיט די אניאגראם, ס'איז זייער שווער צו כאפן וואסערע נומער מ'איז, ס'איז א גאנצע מעשה. די אניאגראם איז שווער. פלאס די אניאגראם באנוצט זיך אסאך מיט יונג, מיט מאיר בריגס. אבער מאיר בריגס איז זייער קלאר איינמאל דו כאפסט אויף וואס צו קוקן. ס'איז וואס דו ביסט אגאנצן צייט. נישט אזוי ווי א צווייער וואס דו דארפסט אים כאפן טון טובות פאר מענטשן. כאפסט? איך טו יא טובות? איך טו נישט טובות? אפשר בין איך א זיבענער? ווייל איך האב ליב פאן? כאפסט? אדער אפשר א זעקסער ווייל... נאר מאיר בריגס, ווען דו קוקסט אויף דיר, זעהסטו גראד, קלאר, אלעמאל, דאס און דאס טו איך יעצט. אזוי און אזוי ארבעט יעצט מיין מח. מיין פסיכיק. און ווען מ'וויל כאפן צו איינער איז א צווייער, באנוצט מען זיך מיט די פונקציעס, איז ער מער געפיליש וכו'. און אזוי שטעלט מען שנעלער צאם וואס דער מענטש איז.

איך זאג דיר נאכאמאל, א עקסטראווערד, אפילו ער פארט אליין אויפן הייוועי, איז ער בשעת'ן פארן עקסטראווערד. ער לעבט מיט די וועלט. ווידעראום, דער אינטראווערד, אפילו בשעת ער איז צווישן מענטשן, ער לאכט צו יעדעם, און ער רעדט מיט יעדעם. איז אבער זיין קאפ צוגעבינדן צו זיך. ער פילט זיך. זיין איך. ער מיט זיך. איז זיין קאפ איז נישט צוגעבינדן צו די וועלט, נאר מיט זיך. יעצט זייער מעגליך אז דו ביסט אן NE אלץ דער הויפט. פארוואס נעמסטו נישט קיין טעסט.

געווענליך שטימט דאס מיט מיר, כאטש אמאל אמאל האב איך הנאה פון א גוטער שמועס זעהסט, אנדערש ווי די אניאגראם, וואס מ'דארף טראכטן, "שטומט יא, שטומט נישט". יעצט, בשעת דו ליינסט די שורות ביסטו אדער עקסטראווערד אדער אינטראווערד. אדער איז דיין קאפ פארנומען מיט די וועלט ארום. אדער מיט דיך אליין. אוודאי איז עס נישט ממש עקזעקט. אבער אדער רוב מיט די וועלט, אדער רוב מיט דיר אליין. ווען מ'זאל קאנטראסטן די זאך וואס מ'זעהט אז מ'איז, מיט א אינטראווערד, וועט מען זעהן די חילוק.


בכלל ארבעט איך שווער, וואס מיינסטו? נאר שלעפן אייער באקסעס איז שווער? און וואס איז מיט די ריזיגע געביידעס וואס איך בוי און שלעפ כסדר מיט מיין קאפ? דאס איז גארנישט? און קיינער אפרישיעט דאס נישט אפילו! ווארשיינליך NE.
דאס זיין אלעמאל שפעט האט א שייכות צי P ?

און אוודאי אזוי. ס'קען האבן צו טון מיט F אויך. זיכער נישט קיין SJ.

פון זיך אליינס הייבט זיך אן צי ליינען און ליינען און ליינען און ליינען ביז
NE

דו ביסט ווארשיינליך א F, און נישט קיין T. א T איז נישט געפיליש. ער לעבט אין לאגיק. איך וויל דיך פרעגן, ווען דו באגעגענסט א מענטש, טראכסטו די ערשטע רגע וואס יענער פילט אין זיין הארץ, אדער וואס יענער טראכט אין זיין קאפ?

עכ"פ, מאך א טעסט. צענדליגער אויפן געוועב.
אפשר גיי איך היינט גיין שלאפן שפעט ווייל איך בין ציגעבינדן מיט געפילישע שטריק צי מיין הנאה פון ליינען אדער שרייבן דא אויף אייוועלט

NE. איך האב א חשש ביסט אן ENFP. נעם א טעסט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מצוה לשמוע דברי חכמים.... איך האב געפאלגט נשמה און געמאכט א טעסט. און וואס מיינסטו זענען די רעזולטאטן? יאפס ! ENFP
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”