שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

לייפציק האט געשריבן:עס איז ליידער דא נישט געזונטע עלטערן, און נישט געזונטע קינדער, געשוויסטער, חברים, מאן אין ווייב אא"וו.

אבער עס איז אויך דא אסאך לייכטזיניגע קינדער, וואס זיכן צו שטופן א נערעטיוו אז ווער עס וויל אנדערש ווי זיי, איז נישט געזונט, און אויסשמועסן אזא פראבלעם ברבים קען דרייוון אזא "וויאזוי סאלוועד מען די "עלטערן'ס פראבלעם" וואס שמעקט נישט געשמאק.

איבערהויפט אז מ'דארף גיין צו פראפעשאנעל הילף, איך גלייב נישט אז איינער וואלט ארויף געקומען דא אויסשמועסן די ביטערע מחלה וואס מ'האט געטראפן ביי זיין מאמע, פונקטלעך ווי און וויאזוי ודי.

כ'גלייב ס'איז דא ווי צו גיין פאר הילף, אויב נישט וועט דא שרייבן דערפון זיכער נישט העלפן, איין זאך וועט זיכער ווערן, אז אונזערע דורות וועלן אונז ווייזן די ארטיקל ווען אונז וועל מיר עפעס לאזן אנדערש ווי זיי.

גוט מארגן געלע רעטעך טראגער,,,,
אטא דא ווייסטו פון וואס מען רעדט,
כאפ א בליק אויפ וואס כ'האב געשריבן אויבן,
טשיפקא האט געשריבן:
טייל היימישע שריפטשטעלער וועלן טראכטן צוויי מאל בעפארן ליפטערן אין די אויסגאבעס אן ענדלאזן פאוער פאר עלטערן,
כ'האב פונקט באגעגנט אן אויסגאבע ווי איינער פרעגט אן דארט, פארוואס ווען זיי רעדן פון אלע שוועריגקייטן ביי קינדער פארגעסן זיי פון אזא הימל-שרייענדע נושא,
ענטפערן זיי, אז זיי האבן מורא אז קינדער וועלן אנהייבן טראכטן קעגן זייערע עלטערן, ממילא ווילן זיי עס נישט שרייבן,


דער דעת הקהל 40+, איז אוועקצונעמען יעדע שטומע פונעם קינד,
מען צוטיילט כלל ישראל און צוויי פארטייען, די 'קינדער פארטיי', און די 'עלטערן פארטיי',
און נאכדעם האט מען מורא, אז די קינדער פארטיי וועלן זיך "הייבן דעם קאפ" איבער די עלטערן פארטיי...
כאילו מען רעדט דא פון א כאפטע טעראריסטן, באוואפנט ביז די צאן.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב זרח »

די awareness וואס קומט ארויס פון די זייטל דא איז עפעס אומבאשרייבליך
און ווי אויבען האט איינער געשריבען ווען וועט מען שוין איינזעהן אז פונקט ווי מען פילט א ווייטאג אין האלז גייט מען צו דאקטער ווייל אפשר האט מען סטרעפט!
אזוי ווארטן מיר ווען וועט שוין יעדער איינזעהן אז ווען מען איז פיל מיט סטרעיס, אימאשנעל שוואך, אומזינסטע פחדים, נישט קיין באלאנסירטע זאכן פאסירן, דארף מען גיין צום מוח דאקטער, די פראצענט וואס די פעלד איז געשטיגען די לעצטע 10 יאר איז קיין דמיון וואס איז אמאל געווען מען זאגן אז וואס דאס איז געשטיגען די לעצטע 10 יאר איז די מעדיקעל וועלט נישט געשטיגן די לעצטע 40 יאר.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Spokesman האט געשריבן:און דעים איז אויך היטלער ימ''ש שולדיג?

אוודאי וואס איז די שאלה.....

איך בין אויך א וויקטעם בד"וו
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

מענין לענין באותו ענין
די שרייבער הרב משה גרילאק די עורך פון משפחה האט געשריבן א מעשה און משפחה פרשת בלק
ער איז געגאנגען אויפן גאס ער זעט א טאטע גייט אויפן גאס מיט א אינגל בערך 7-8 יאר אין די טאטע לאזט אראפ א פראסק פאר די אינגל ווען דער אינגל וויל זיך ברואיגן כאפט ער א שטויס ער פרוייקט זיך צו ברואיגן פון די שטויס כאפט ער נאך א פראסק און אזוי חוזר חלילה פראסק דערנאך שטויס.
האט ער אויסגעפירט ווער ווייסט וואס פון די אינגל וועט אויסוואקסן

פרשת פנחס האט דער עולם געפרעגט וואס ער האט געטוען האט ער גענטפערט אז עז האט איבערגעגרעדט מיט א רב דער רב האט זיך אריין געלייגט און די נושא און מען האט אוועק גענומען די קינדע פון די טאטע
נישט אז מען קען מדמה זיין מילתא למילתא נאר עס איז די זעלבע ענין ברענג איך עס אראפ
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

ממש אזוי האט געשריבן:אפשר גרינדען מיר א טעסק פארס פון היימישע אינגעלייט וואס וועלן זיין טרענירט ווי צו האנדלען אזעלכע סיטואציעס?? איך בין רעדי

פיינעלי,
מיר דארפן נישט וויינען,
מיר דארפן נישט שרייבן,
מיר מעגן נישט איגנארירן,
מיר מוזן טוהן!

מיר זענען א קאמיוניטי פון ארגענעזאציעס, אויף 'אלעם' האבן מיר ארעגנעזאציעס,
אויף רוחניות, און אויף גשמיות,

---מיר מוזן טוהן.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:יעצט זיך דערמאנט ליידער נאך צווי משפחות וואס האבן די אישאו, אס"ה פון דריי גרויסע שמפחות, איינער האט זיך מיר אויסגעדריקט זיין טאטע פלעגט אים בייסן ווען ער איז אריין אין אזא מאוד,
איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

אין בית מדרש זענען זיי די געשמאקסטע מענטשן
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לייפציק האט געשריבן:עס איז ליידער דא נישט געזונטע עלטערן, און נישט געזונטע קינדער, געשוויסטער, חברים, מאן אין ווייב אא"וו.

אבער עס איז אויך דא אסאך לייכטזיניגע קינדער, וואס זיכן צו שטופן א נערעטיוו אז ווער עס וויל אנדערש ווי זיי, איז נישט געזונט, און אויסשמועסן אזא פראבלעם ברבים קען דרייוון אזא "וויאזוי סאלוועד מען די "עלטערן'ס פראבלעם" וואס שמעקט נישט געשמאק.

איבערהויפט אז מ'דארף גיין צו פראפעשאנעל הילף, איך גלייב נישט אז איינער וואלט ארויף געקומען דא אויסשמועסן די ביטערע מחלה וואס מ'האט געטראפן ביי זיין מאמע, פונקטלעך ווי און וויאזוי ודי.

כ'גלייב ס'איז דא ווי צו גיין פאר הילף, אויב נישט וועט דא שרייבן דערפון זיכער נישט העלפן, איין זאך וועט זיכער ווערן, אז אונזערע דורות וועלן אונז ווייזן די ארטיקל ווען אונז וועל מיר עפעס לאזן אנדערש ווי זיי.

כ'האב נאכנישט געליינט די תגובות נאך די תגובה, קען זיין מען האט אייך שוין געענטפערט. אבער כ'קען נישט שטיל בלייבן אויף אזא תגובה.

הרב לייפציק, מתוך ריסי עיניך זעט אויס ווי איר האט נאך מיט אזעלכע פראבלעמען קיינמאל נישט אנגעשטויסן. וואויל איז אייך! דאנק דעם באשעפער דערויף! און זע דיינע קינדער זאלן אויך דאנקן דעם באשעפער אז איר זענט דאס נישט דורך... ניין, מען רעדט דא נישט ווען א קינד האט געוואלט א ציקערל און די טאטע וויל נישט, דא רעדט מען פון אביוז, פיזיש און גייסטיש, שווער צו גלייבן, וואס? אז א טאטע זאל אויפהייבן א אייזערנעם בענקל קעגן דעם זון און שרייען איך גיי דיר הרג'נען גלייבסטו מן הסתם אויך נישט אז עס קען פאסירן, וואס? אבער יא, ליידער אין דעם אשכול רעדט מען פון די סארט אביוז.

אבער ס'איז מער פון דעם, ס'איז דא זייער א וויכטיגע און שטארקע נקודה, וואס איר וועט מן הסתם קיינמאל נישט פארשטיין אויב איר זעט נישט די סארט מעשיות בפועל. די קינדער זענען ממש בגדר שבוים, און אויב לייזט מען זיי אויס איז עס פדיון שבוים ממש.

איינע פון די זאכן ווי זיי זענען שבוי, איז געווענטליך אין דעם דעת, דהיינו, זיי קענען נישט טראכטן פאר זיך, אלץ גייט מיט א חשבון וואס די טאטע וועט טון און טראכטן און זאגן. דאס מיינט צו זאגן, סיי אז זיי כאפן בכלל נישט אז זיי זענען אין עפעס אן אויסטערלישן מצב, און סיי אז אויב כאפן זיי שוין יא ווי ביטער די מצב איז, קענען זיי נישט טראכטן פון קיין וועג ארויס.

פארוואס, זייער פשוט, אזעלכע פעלער אויב די קינד איז נאך אונטערן פחד פון טאטן, וועט ער פשוט מורא האבן זיך צו ווענדן צו איינעם, נישט נאר דאס, נאר ער וועט טרעפן און האבן ראיות אז ס'לוינט נישט, ווייל אין כיתה פלוני האט ער פארציילט עפעס פארן רבי'ן, און ווי ער האט געכאפט דערויף ווייסט קיינער נישט.

און ווידער די וואס זענען שוין חתונה געהאט, און מצד מה[!] ארויס פונעם פראבלעם, וועלן ע"פ רוב נישט וועלן קוקן אויף צוריק, און אפי' אויב יא, די פחד גייט נישט פארשווינדן ווערן אן הילף.

יא אמת די קינד דארף גיין צו א פראפעשענאל, און נאך מער וויכטיג איז אז דער וואס ווייסט עס זאל שוין מודיע זיין פאר די מחנכים פונעם קינד, אבער די וועסט נישט דא טרעפן קיינער וואס וועט דא זוכן א מהלך וואס צו טון מיט "זיין פאטער", די עצות וועט מען נאר געבן פאר "יענעם'ס פאטער"... איך שטיי אויף מיין ווארט, א קינד פון אזא פאטער, ווי שרעקליך די מצב זאל נאר נישט זיין, אפי' ממש פקוח נפש, גייט נישט נעמען אדער געבן דא עדווייז וואס צו טון פאר "זיין" פאטער. כ'בין מסכים אז די קענסט עס נישט פארשטיין, אבער פרעגט נאר פרעג פון די וואס זענען עס דורך, וועטסו שוין איינמאל הערן אז כ'בין גערעכט.

ממילא וואס האסטו צו מורא האבן? אדרבה ואדרבה, אויב איז דא פארהאן א קינד פון אזא פאטער, איז דא א חיוב אים אויפצוקלערן אז ער זאל זיך איבערקוקן אויף זיין הלוך ילך, צו ער טוט נישט די זעלבע נישט כאפענדיג, עכ"פ מיט א געוויסן פראצענט. א קינד וואס כאפט נישט וואס איז פארגעקומען מיט אים, איז דא זייער זייער אסאך שאנסן אז ער זאל זיך ווייטער אזוי פירן. און די קינד קען מען שוין יא! העלפן, און די ערשטע הילף איז דורך אים אויפקלערן אז עפעס איז געווען זייער זייער נישט ריכטיג מיט די אביוז. אוודאי דארף מען וויסן ווי אזוי צו מסביר זיין דאס פארן קינד כדי ס'זאל נישט זיין קיין סתירה מיט כיבוד אב [די גרינגסטע מהלך איז, דורך פשוט אים מאכן רחמנות האבן אויפן טאטן אין וואספארא פלאנטער ער איז, און וועלכע תפיסה ער אליין איז, אז ער קען נישט ארויסקריכן, אלעס ווי חושב האט געשריבן, אוי האט ער גוט געשריבן...].

און דאס וואס איר זאגט אז איר גלייבט אז ס'איז דא ווי צו גיין אויף הילף, ממילא דארף מען דא נישט שרייבן, כ'בין באמת שטארק מחולק מיט דיר, איך וואלט געזאגט אז גאנצע 100% פון אזעלכע קינדער ווייסן נישט צו וועם זיך צו ווענדן, אפי' ווען זיי האבן שוין יא געכאפט אז עפעס גייט פאר. און נישט נאר דאס, כ'בין שטארק חושש צו די מחנכים ווייסן יא צו וועם צו שיקן...

אסיים מעין הפתיחה, אויב ווייסט איר טאקע נישט און פארשטייט בכלל נישט פון וואס מען רעדט דא, איז כדאי נישט אריינצורעדן ווען עס האנדלט זיך צומאל מיט פקוח נפש ממש, הצלחה מרובה, און כ'וואונטש אייך אז איר און אייערע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות זאלן קיינמאל אבער קיינמאל נישט וויסן פון אזעלכעס.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

חושב מחשבות... האט געשריבן:וויכטיג איז אויך צו וויסן אז דעי גרויסע מאנסטער אביוזער אטאקירער (מיט אלע שרעקעדיגע שמות הנרדפים) איז נישט מער ווי א קליינע צושראקענע קינד אין די שיך פון א עדאלט!

ווי מ'זאל אריינשטעלן א 3 יעריג ווילד קינד ביי די רעדל פון א מאכטפולע בילדאויזער, ה''י וואסערע חרבנות דאס קען אנמאכן, אבער די ארומיגע פארשטייען אז די קינד איז נעבעך אומשילדיג ער ווייסט נישט וואס ער טוט, ער שאקעלט סתם זיינע פיצי הענטעלעך און ס'טוט זיך א געטומעל

כך הוא ממש מיט די מענטשן, זיי זענען טיעף אינצייט ממש פיצי בעביס אן קיין טראפ זעלבסט ווערד, און זיי כאפן ניטאמאל ווי שטארק זיי שעדיגן זייערע ארומיגע.


ווען די ארומיגע כאפן אז נישט איך בין שילדיג אז ער האט יעצט אויסגעבראכן אין א אטאקע, און נישט ער כאפט וואס ער טוט יעצט, וועט מען נישט נעמען צום הארצן די אלע זידלערייען און דערנידערונגען (שטייציך מ'ברויך אסאך טעראפי אויפן אייגענעם נפש עס צו קענען מבחין זיין),

דערנאך קען מען נעמען די שכל'דיגע שריט צוביסלעכווייז איהם צו איינצוימען פונקט ווי א אומבאהאלפען קינד וואס שפילט זיך מיט מעסערס נישט כאפענדיג וואס ער טוט...

די תגובה האט מיר ארויס גענומען פון די כלים (חוץ אויב וועל איך זאגן, אז דער חושב מחשבות, האט ב"ה נאכנישט מיטגעהאלטן אזעלכע מעשיות פון דאס נאנט)

ווען מיר זעהען א קליין קינד זיך דרייען מיט א לאנגן שווערד וואס ער קען זיך נישט באכלעפטשען, און ער הרג'עט מענטשן אויף רעכט'ס און לינקס, טראכט מען קודם אז דאס קינד איז נישט שולדיג, און נאכדעם טראכט מען שכל'דיג וואס צו טון?

דארפסט פארשטיין, על פי רוב די וואס ליידן פון אזא טאטע/מאמע, זענען נישט אזעלכע וואס קענען טראכטן, און ווען זיי זענען עלטער, איז דאס אויך נישט קיין מצב וואס מ'קען טראכטן, דער קינד לויפט ארום מיטן שווערד און שטעכט פון אלע זייטן, ס'רינט בלוט, קינד נאך קינד שטארבן (גייסטיש, און צומאל אויך פיזיש), ס'נישטא קיין צייט צו טראכטן, און פארשטיין וכו',
און דער עיקר, ווען דו רעדסט פון א קינד (אפי' נאר א 10 יאר'יג קינד, און אפילו ווען ער איז שוין יא 18 אדער 22, אבער מ'רעדט דאך פון זיין טאטע, וואס איז באליבט און בית מדרש, און א מוצלח'דיגער ביזנעס מאן, דער ראש הקהל רעכנט זיך מיט אים, און דער רב געבט אים פול רעספעקט, איז ווי קענסטו זאגן פאר א קינד דיין טאטע איז נאר א קליין קינד, דאס איז גוט פאר די עסקנים צו פארשטיין, אבער נישט פארן ליידנ'דער, דעריבער נעמט ער זיך יא צום הארצ'ן.

און ליידער אין אזעלכע פעלער, קען דאס באגלייטן די קינדער ווען זיי זענען שוין זיידע'ס (איך קען אזא איינער, וואס איז שוין א זיידע, און זייער א געלונגענער מענטש, און א קלוגער מענטש, אסאך העלפן זיך מיט אים, און ער האט א זעלטענע פאך פאר פרנסה בריווח גדול אויך, אבער ווען ער טרעפט זיין טאטע, ווערט ער ממש בטל ומבוטל פון פחד און ...)



למעלה משבעים האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:עס איז ליידער דא נישט געזונטע עלטערן, און נישט געזונטע קינדער, געשוויסטער, חברים, מאן אין ווייב אא"וו.

אבער עס איז אויך דא אסאך לייכטזיניגע קינדער, וואס זיכן צו שטופן א נערעטיוו אז ווער עס וויל אנדערש ווי זיי, איז נישט געזונט, און אויסשמועסן אזא פראבלעם ברבים קען דרייוון אזא "וויאזוי סאלוועד מען די "עלטערן'ס פראבלעם" וואס שמעקט נישט געשמאק.

איבערהויפט אז מ'דארף גיין צו פראפעשאנעל הילף, איך גלייב נישט אז איינער וואלט ארויף געקומען דא אויסשמועסן די ביטערע מחלה וואס מ'האט געטראפן ביי זיין מאמע, פונקטלעך ווי און וויאזוי ודי.

כ'גלייב ס'איז דא ווי צו גיין פאר הילף, אויב נישט וועט דא שרייבן דערפון זיכער נישט העלפן, איין זאך וועט זיכער ווערן, אז אונזערע דורות וועלן אונז ווייזן די ארטיקל ווען אונז וועל מיר עפעס לאזן אנדערש ווי זיי.

כ'האב נאכנישט געליינט די תגובות נאך די תגובה, קען זיין מען האט אייך שוין געענטפערט. אבער כ'קען נישט שטיל בלייבן אויף אזא תגובה.

הרב לייפציק, מתוך ריסי עיניך זעט אויס ווי איר האט נאך מיט אזעלכע פראבלעמען קיינמאל נישט אנגעשטויסן. וואויל איז אייך! דאנק דעם באשעפער דערויף! און זע דיינע קינדער זאלן אויך דאנקן דעם באשעפער אז איר זענט דאס נישט דורך... ניין, מען רעדט דא נישט ווען א קינד האט געוואלט א ציקערל און די טאטע וויל נישט, דא רעדט מען פון אביוז, פיזיש און גייסטיש, שווער צו גלייבן, וואס? אז א טאטע זאל אויפהייבן א אייזערנעם בענקל קעגן דעם זון און שרייען איך גיי דיר הרג'נען גלייבסטו מן הסתם אויך נישט אז עס קען פאסירן, וואס? אבער יא, ליידער אין דעם אשכול רעדט מען פון די סארט אביוז.

אבער ס'איז מער פון דעם, ס'איז דא זייער א וויכטיגע און שטארקע נקודה, וואס איר וועט מן הסתם קיינמאל נישט פארשטיין אויב איר זעט נישט די סארט מעשיות בפועל. די קינדער זענען ממש בגדר שבוים, און אויב לייזט מען זיי אויס איז עס פדיון שבוים ממש.

איינע פון די זאכן ווי זיי זענען שבוי, איז געווענטליך אין דעם דעת, דהיינו, זיי קענען נישט טראכטן פאר זיך, אלץ גייט מיט א חשבון וואס די טאטע וועט טון און טראכטן און זאגן. דאס מיינט צו זאגן, סיי אז זיי כאפן בכלל נישט אז זיי זענען אין עפעס אן אויסטערלישן מצב, און סיי אז אויב כאפן זיי שוין יא ווי ביטער די מצב איז, קענען זיי נישט טראכטן פון קיין וועג ארויס.

פארוואס, זייער פשוט, אזעלכע פעלער אויב די קינד איז נאך אונטערן פחד פון טאטן, וועט ער פשוט מורא האבן זיך צו ווענדן צו איינעם, נישט נאר דאס, נאר ער וועט טרעפן און האבן ראיות אז ס'לוינט נישט, ווייל אין כיתה פלוני האט ער פארציילט עפעס פארן רבי'ן, און ווי ער האט געכאפט דערויף ווייסט קיינער נישט.

און ווידער די וואס זענען שוין חתונה געהאט, און מצד מה[!] ארויס פונעם פראבלעם, וועלן ע"פ רוב נישט וועלן קוקן אויף צוריק, און אפי' אויב יא, די פחד גייט נישט פארשווינדן ווערן אן הילף.

יא אמת די קינד דארף גיין צו א פראפעשענאל, און נאך מער וויכטיג איז אז דער וואס ווייסט עס זאל שוין מודיע זיין פאר די מחנכים פונעם קינד, אבער די וועסט נישט דא טרעפן קיינער וואס וועט דא זוכן א מהלך וואס צו טון מיט "זיין פאטער", די עצות וועט מען נאר געבן פאר "יענעם'ס פאטער"... איך שטיי אויף מיין ווארט, א קינד פון אזא פאטער, ווי שרעקליך די מצב זאל נאר נישט זיין, אפי' ממש פקוח נפש, גייט נישט נעמען אדער געבן דא עדווייז וואס צו טון פאר "זיין" פאטער. כ'בין מסכים אז די קענסט עס נישט פארשטיין, אבער פרעגט נאר פרעג פון די וואס זענען עס דורך, וועטסו שוין איינמאל הערן אז כ'בין גערעכט.

ממילא וואס האסטו צו מורא האבן? אדרבה ואדרבה, אויב איז דא פארהאן א קינד פון אזא פאטער, איז דא א חיוב אים אויפצוקלערן אז ער זאל זיך איבערקוקן אויף זיין הלוך ילך, צו ער טוט נישט די זעלבע נישט כאפענדיג, עכ"פ מיט א געוויסן פראצענט. א קינד וואס כאפט נישט וואס איז פארגעקומען מיט אים, איז דא זייער זייער אסאך שאנסן אז ער זאל זיך ווייטער אזוי פירן. און די קינד קען מען שוין יא! העלפן, און די ערשטע הילף איז דורך אים אויפקלערן אז עפעס איז געווען זייער זייער נישט ריכטיג מיט די אביוז. אוודאי דארף מען וויסן ווי אזוי צו מסביר זיין דאס פארן קינד כדי ס'זאל נישט זיין קיין סתירה מיט כיבוד אב [די גרינגסטע מהלך איז, דורך פשוט אים מאכן רחמנות האבן אויפן טאטן אין וואספארא פלאנטער ער איז, און וועלכע תפיסה ער אליין איז, אז ער קען נישט ארויסקריכן, אלעס ווי חושב האט געשריבן, אוי האט ער גוט געשריבן...].

און דאס וואס איר זאגט אז איר גלייבט אז ס'איז דא ווי צו גיין אויף הילף, ממילא דארף מען דא נישט שרייבן, כ'בין באמת שטארק מחולק מיט דיר, איך וואלט געזאגט אז גאנצע 100% פון אזעלכע קינדער ווייסן נישט צו וועם זיך צו ווענדן, אפי' ווען זיי האבן שוין יא געכאפט אז עפעס גייט פאר. און נישט נאר דאס, כ'בין שטארק חושש צו די מחנכים ווייסן יא צו וועם צו שיקן...

אסיים מעין הפתיחה, אויב ווייסט איר טאקע נישט און פארשטייט בכלל נישט פון וואס מען רעדט דא, איז כדאי נישט אריינצורעדן ווען עס האנדלט זיך צומאל מיט פקוח נפש ממש, הצלחה מרובה, און כ'וואונטש אייך אז איר און אייערע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות זאלן קיינמאל אבער קיינמאל נישט וויסן פון אזעלכעס.


למעלה געכערט מיט יעדע'ס ווארט ליידער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

למעלה און הילולא, דאנק אייך פארן קלארן די מצב פאר די וואס ווילן נישט אדער ברוך השם וויסן נישט פון די זאכען.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

טשיפקא האט געשריבן:האט מיר א גרויסער מומחה געזאגט, דער נומער 1 מקור פאר רוב פון די היימישע פראבלעמען, אריינגערעכנט, חינוך, שלום בית, OTD, און נאך, קומען פון א מאנגל און עמאציאנאלער סאפארט, אדער Emotional support deficiency.

אז דאס ווי בפד?...
וואס איז דא צו טוהן אין אזאנע פעלער?
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס דא אבער ווען מיין טאטע טוט מיר דאס וואלט איך מיר נישט באוויזען אינדערהיים אפאר טאג
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הרב יא איך. ריכטיג אז לפי די מצב ווי איר זענט קלערט איר אז איר וואלט דאס געטון. אבער די קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא שטוב, וואלט נישט אין ווילדסטן חלום גע'חלום'ט צו טון למעשה אזוי, וויסענדיג וואס גייט פאסירן נאך די פאר טאג...

דאס ווייזט נאר נאכאמאל ווי ווייט איינער וואס האט דאס נישט מיטגעלעבט שטייט פון פארשטיין דעם מיטגעמאכטן.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יא איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס דא אבער ווען מיין טאטע טוט מיר דאס וואלט איך מיר נישט באוויזען אינדערהיים אפאר טאג

וואו וואלסטו געגאנגען? דו ווילסט דאך נישט די גאנצע גאס זאל שמיעסן דערפון.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

למעלה משבעים האט געשריבן:הרב יא איך. ריכטיג אז לפי די מצב ווי איר זענט קלערט איר אז איר וואלט דאס געטון. אבער די קינד וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא שטוב, וואלט נישט אין ווילדסטן חלום גע'חלום'ט צו טון למעשה אזוי, וויסענדיג וואס גייט פאסירן נאך די פאר טאג...

דאס ווייזט נאר נאכאמאל ווי ווייט איינער וואס האט דאס נישט מיטגעלעבט שטייט פון פארשטיין דעם מיטגעמאכטן.

קען זיין אז (יא) איך פארשטיי טאקע נישט אבער איך מיין אז מען רעדט דא פון א נערמאלע מענטש וואס גייט אמאל ארויס פון די גלייזען און ער איז נישט גרייט צו פארלירען זיינע קינדער און אויב א קינד טוט אזא זאך גייט ער זיך כאפען אז ער איז אביסעל פארפארען

קען זיין אז עס איז דא פון ביידע
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס דא אבער ווען מיין טאטע טוט מיר דאס וואלט איך מיר נישט באוויזען אינדערהיים אפאר טאג

וואו וואלסטו געגאנגען? דו ווילסט דאך נישט די גאנצע גאס זאל שמיעסן דערפון.

דארט ווי ער איז געגאנגען די ערשטע נאכט

מען גייט פון איין בית המדרש צום צווייטען
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

בינעך געווארן אויפגעקלערט איבער ב.פ.ד. דורך די ארטיקלען יארן צוריק אין "מעלות"
(מען קען דאס באקומען ביי זיי פאר 5$ - צו באשטעלן א קאפיע פון אונזער סעריע אויף ב.פ.ד., שיקט א זעלבסט-אדרעסירטער, געסטעמפטער קאנווערט מיט 5$ צו "מעלות", 14-1 Gwen La., Monsey, NY 10952. )
**
גוט פארשטאנען צו די נושא האב איך דאס נאר דורך "הרב שמעון גרין" פון להאיר

ברענג דא נאך א קורצע שטיקל פון מעלות
כל הזכיות שמורות ל"מעלות"

וואס איז ב.פ.ד.?
דער אלף-בית פון דער מחלה איז אויספירליך ערקלערט געווארן אין אונזער סעריע. פאלגנד איז א תמצית פון די סימפטאמען:
1. דער ב.פ.ד. ליידנדער לעבט אין א וועלט פון געפילן.
2. די געפילן פון דעם ב.פ.ד. ליידנדן זענען עקסטרעם מגוזם.
3. דער ב.פ.ד. ליידנדער זעט נאר שווארץ און ווייס.
4. דער ב.פ.ד. ליידנדער שפירט א שרעקליכע פוסטקייט וואס קיינער קען נישט אנפילן.
5. דער ב.פ.ד. ליידנדער לעבט אין פחד פון פארלאזונג.
6. דער ב.פ.ד. ליידנדער האט נישט קיין עמאציאנעלער זכרון.
ווי איר זעט, לעבן ב.פ.ד. ליידנדע אין אן אנדער וועלט ווי נארמאלע מענטשן. דאס ברענגט ביי זיי אבנארמאלע רעאקציעס צו נארמאלע אומשטענדן. צווישן אנדערע:
1. א שרעקליכער כעס. קולות וברקים, ווארפן זאכן, שלאגן – ספעציעל ווען ער שפירט זיך שולדיג, פארלוירן, אדער אומבאהאלפן, ווי ערב יום טוב אדער נאכ'ן ליידן א דורכפאל.
2. דראסטישע שטימונג ענדערונגען.
3. דערנידערן יענעם.
4. אומפאראנטווארטליכקייט.
5. אן אומגעהויערער דארשט נאך אויפמערקזאמקייט.
6. אן "אלערגיע" צו רואיגקייט.
אין קורצן קען מען מאכן אזא כלל: ווען מען קען נישט באשליסן צו דער מענטש איז שלעכט אדער משוגע – זיין אויפפירונג איז צו שלעכט צו זיין משוגע און צו משוגע צו זיין שלעכט – איז עס געווענליך נישט דאס און נישט יענץ, נאר ב.פ.ד.
שאצנדיג לויט דער איבערוועלטיגנדער רעאקציע פון ליינער, איז ב.פ.ד. שטארק פארשפרייט ביי אונזער עולם, מסתמא מער ווי אין דער אלגעמיינער וועלט, און אפשר מער ווי אנדערע גייסטיגע קראנקהייטן.
לעצט פארראכטן דורך התבונני אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 5:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

אזוי ווי איך האב געזעהן דעם קעפל בין אריינגעלאפן אהער מיט איין אטעם, ס'דאך ממש מיין נושא...

איז הערט'ס מיך אויס טייערע ברודער, די אלע וואס מיינען אז עס איז זעלטן אזעלכע פעלער זאלן שפרינגען ביזן הימל אז זיי ווייסן נישט פון אזעלכע זאכן, רוב פון די אלע פעלער ווייסט מען נישט אין די גאס, און די סארט עלטערן קוקן אויס אויפן גאס בעסער פון די בעסטע מענטשן וואס אונז קענען.

איך בין א וויקטים פון אזא טאטע איך וועל נישט אריין גיין אין קיין פרטים...

פאר די סארט עלטערן איז כמעט נישט דא קיין תרופה, דו קענסט זיי קיין ווארט נישט זאגן, דערוואגן זאלסטו זיך זיי צו קריטיקירן וועסטו האבן דעם זעלבן סוף...

די סארט מענטשן זענען טיף אינעוויניג שוואך געבויעט ביי זיך און זיי ווילן באקומען זייער שטארקייט דורך דעם וואס זייערע קינדער וועלן טוהן פינקטליך וואס זיי האבן אויסגעפלאנט פאר זיי און אויב פילן זיי אז זייער קינד ארבעט נישט מיט פינקטליך איז עק וועלט, איך וויל נישט מאריך זיין עס איז א טיפע נושא...

קינדער פון אזעלכע עלטערן געפונען זיך אונטער שטענדיגע פחד אז זיי קענען אפי' נישט אנהייבן טראכטן אז זיי זענען בכלל אין א פראבלעם זיך צו קעגן שטעלן (חוץ אפשר ווען זיי ווערן עכט גרויס און אסאך דעמאלטס אויך נישט) די סארט עלטערן מאכן די קינדער פילן ווי כאילו זיי זענען די ערגסטע מענטשן אויפן וועלט, און אז "זיי" זענען די פראבלעם, די עלטערן באווייזן זיך אלס "שפיאנען" זיי גייען אלללעס וויסן וואס דו האסט געטון!... און די קינדער זענען אונטער אמת'ע "פחד מות" ס'איז נישט קיין דזשאוק... זיי צצציטטטעררררן, וואס גייט מיין טאטע טון ווען ער גייט געוואויר ווערן?....

בקיצור קינדער פון די עלטערן דארפן ערנסטע הילף וויפיל ס'איז שייך, און געווענליך די מאמעס זענען פונקט אזוי אינטער געווארפן אונטערן דיקטאטורישן הערשאפט...

ס'איז דא א געוויסע היימישע ישיבה וואס גיט זיך שטארק אפ מיט די בחורים, האט אמאל איינער פון די איינגעשטעלטע געזאגט פארן ר"י: "די ישיבה איז נישט קיין ישיבה ס'איז א שפיטאל וואס היילט קראנקע", זאגט אים דער ר"י: יא יא "די ישיבה איז די שפיטאל און די שטובער זענען די שלאכט הייזער"....
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

יא איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס דא אבער ווען מיין טאטע טוט מיר דאס וואלט איך מיר נישט באוויזען אינדערהיים אפאר טאג

יעצט קענסטו טאקע אזוי זאגן ווייל דו ביסט אינדרויסן פונעם בילד און אפי' איך וואס איך בין א וויקטים קען יעצט ווען איך בין שוין אינדרויסן טראכטן פארוואס איך האב מיך געלאזט, און טאקע אסאך קינדער ווען זיי ווערן שוין עכט גרויס טוען זיי אזעלכע סארט זאכן זיך קעגן צו שטעלן, אבער ווילאנג מען איז נאך יונג דערוואגן זיי זיך נישט צו טון סיי וואס, דער טאטע האט פולי קאנטראל אויף זייער מח.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יא איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס דא אבער ווען מיין טאטע טוט מיר דאס וואלט איך מיר נישט באוויזען אינדערהיים אפאר טאג

וואו וואלסטו געגאנגען? דו ווילסט דאך נישט די גאנצע גאס זאל שמיעסן דערפון.

דארט ווי ער איז געגאנגען די ערשטע נאכט

מען גייט פון איין בית המדרש צום צווייטען

24 שעה קען מען נאך אן שלאפן, אבער נישט 24*7. דו האסט נישט קיין איינונג וואס מיינט גיין אין חדר / ישיבה נאכן אויפזיין א נאכט אן גארנישט שלאפן תיקון ליל שבועות 5:00 / 6:00 ווי אזוי קוקן מיר אויס? נאכן כאפן א דרימל נאך מיטאג?.

דאס איז קיין אפציע
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מיאושדיגער האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס דא אבער ווען מיין טאטע טוט מיר דאס וואלט איך מיר נישט באוויזען אינדערהיים אפאר טאג

יעצט קענסטו טאקע אזוי זאגן ווייל דו ביסט אינדרויסן פונעם בילד און אפי' איך וואס איך בין א וויקטים קען יעצט ווען איך בין שוין אינדרויסן טראכטן פארוואס איך האב מיך געלאזט, און טאקע אסאך קינדער ווען זיי ווערן שוין עכט גרויס טוען זיי אזעלכע סארט זאכן זיך קעגן צו שטעלן, אבער ווילאנג מען איז נאך יונג דערוואגן זיי זיך נישט צו טון סיי וואס, דער טאטע האט פולי קאנטראל אויף זייער מח.

עס איז נישט נאר קאנטראל וואס קען א 14 יעריגע בחור טוען, אך און וויי ער זאל נאר איין טאג נאך חדר נישט אהיים גיין, זיינע רביס / פאליס / טאטע מאמע, / בושות אין גאס.
סך ערגער ווי זיצען און ליידן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

איך האב דורכגעטוהן די סוגיא עמוקה מיט א צייט צוריק... נאט אייך וואס איך האב דאן מלקט געווען.
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

בס"ד
זאכן וואס מיר האפן ארויסצוברענגן:
• וואס זענען גייסטישע פראבלעמען?
• וואס איז פערסענאלעטי דיסארדער? און וויאזוי אפעקטירט עס יעדן?
• א הויז פון א פ"ד איז נישט די געווענליכע אידישע הויז וואו מ'איז 'אמאל' אנגעצויגן.
• די ליידן פון די קינדער אין שטוב און די חתונה געהאטע קינדער.
• וואס איז די אמת'ע רפואה?
מיר וועלן נישט שרייבן דא קיין שום אייגענע חידושים, אלעס וואס שטייט דא איז מלוקט פון מומחים, טערעפיסטן, רבנים, עסקנים, און פארשידענע אנדערע וואס זענען אין דעם פעלד. דאס וואס מיר שרייבן דא איז א' ב' ביי יעדעם וואס האט נאר געטוהן אין די פעלד פון גייסטישע פראבלעמען.
ס'איז ברור, אז יעדער רב און דעת תורה וואס האט נאר אנגערירט די טיהר פון גייסטישע פראבלעמען וועט זיכער מסכים זיין צו לכל הפחות רובו ככולו פון וואס מיר שרייבן דא.

גייסטישע קרענק גענוי ווי פיזישע קרענק
ס'איז וויכטיג ארויסצוברענגן, אז גענוי ווי ס'איז דא ורפא ירפא, דאקטוירים וואס פארשטייען פיזישע קרענק, און זיי ווערן אפרווד דורך די שטאט מיט א דעגרי, אזוי איז דא גייסטישע פראבלעמען, וואס ווערט פונקט אזוי דייעגנויזט, און באהאנדלט דורך דאקטוירים וואס האבן זיך דאס געלערנט, און געווארן אפרווד דורך די שטאט.
א גייסטישע קרענק, איז א געהעריגע קרענק פונקט ווי פיזישע קרענק, און מ'קען זיך דערפון נישט היילן אליינס אהן א דאקטער וואס איז א מומחה אין דעם.
די איינציגע חילוק פון גייסטיש קראנק און פיזיש קראנק איז אז זיך צו היילן פיזיש איז נישט קיין שום בושה, דערפאר גייט יעדער זיך היילן, אבער זיך צו היילן גייסטיש איז א בושה, דערפאר פרובירן מענטשן צו אנטלויפן דערפון. דאס איז נוגע בפרט ביי פערסענאלעטי דיסארדערס, וויבאלד ס'קומט אריין אסאך די ענין פון כבוד און פערסטיזש, דערפאר איז גאר שווער אז זיי זאלן אליינס אנערקענען זייער פראבלעם און זיך לאזן העלפן.
די וועג וויאזוי מענטשן אנטלויפן דערפון, רופט זיך דינייעל, מ'רעדט זיך איין אז אלעס איז אקעי, מ'פארענטפערט אלעס, מ'כאפט זיך ארויף אויף שיינע צייטן און מ'זאגט זעהסט ער איז א נארמאלער מענטש, קוק ווי שיין ער פירט זיך אויף. אבער ווען מ'קוקט אויף די גרויסע בילד, זעהט מען אז יענער איז ארומגענומען בשלשלאות של ברזל און קען זיך נישט ארויסזעהן פון זיין פראבלעם.

פערסענאלעטי דיסארדער
עס זענען פארהאן פיל סארטן פערסענאלעטי דיסארדערס, מיר ווילן נישט אריינגיין אין אלע. די מערסט פארשפרייטע זענען די נארסעסיסט פערסענאלעטי דיסארדער (NPD) און די בארדערליין פערסענאלעטי דיסארדער (BPD), מיר וועלן דא אראפברענגן פארשידענע אויפפירונגען פון פארשידענע סארטן פערסענאלעטי דיסארדער, נאר הנוגע לענינינו (די פאקטישע דייעגנויסעס ליגט אין די הענט פון א טעראפיסט, פארשטייט זיך).
איין זאך איז וויכטיג צו באמערקן, אז געוויסע פון די זאכן, קען זיך מאכן ביי יעדעם פארשידענע סארט צייטן, אבער אז איינער זאל האבן רוב פון זיי, רוב צייטן, און מיט רוב מענטשן, דאס איז א דיסארדער.

די בארדערליין (BPD)
• ארבעט גאר שווער אין קאפ צו אנטלויפן פון אמת'ע אדער איינגערעדע עלנדקייט.
• א סדר (פעטן) פון אומסטאבילע נאנטע רילעישאנשיפס, געמישט מיט גאר שטארקע עקסטרעימע אידעלאגיעס.
• האט גאר א שוואכע "סעלף אימעזש" דאס הייסט די בליק וויאזוי מ'קוקט זיך אליינס אן.
• פירט זיך אויף זייער אימפאלסעוו, דאס הייסט מ'צוקאכט זיך און מ'טוט זאכן אהן טראכטן. קען זיין שרייען, שלאגן, ספענדן געלט, איבער-עסן וכדומה.
• רעדט אסאך פון שטארבן, צו הרג'ענען יענעם, אדער אליין שטארבן אדער ארויסטאנצן פון פענסטער וכדומה.
• אומסטאבילע מאאדס. קען זיך פלוצלינג טוישן מאאד פאר קליינע שטותים.
• א טיפע הרגשה פון ליידיגקייט.
• אומפארשטענדליכע גאר שטארקע כעס, מיט שוועריקייטן צו קאנטראלירן כעס.
• איין שטיק סטרעס אלעס וואס מ'טוט.

די נארסעסיסט (NPD)
• זיי שפירן עקסטרעים 'וויכטיג', למשל זיי מוזן אנקומען די ווייטסטע אין טאלאנט, אין קאכן באקן לערנען וכו', זיי פארשטייען נישט אז וויפיל מ'לייגט אריין אזויפיל נעמט מען ארויס.
• זיי מוזן אלעס האבן די מערסטע, די מערסטע סוקסעס, כח, קלוגשאפט, וכו'.
• זיי גלייבן אז זיי זענען 'ספעציעל' און מער פון סתם מענטשן, און קיינער קען זיי נישט פארשטיין נאר ספעציעלע מענטשן.
• גאר א שטארקע געברויך צו באקומען אדמייערעישאן (כבוד).
• האט אומ'שכל'דיגע ערווארטונגען פון זיך און פון ארומיגע.
• האט נישט קיין פראבלעם צו נעמען עטווענטעזש פון אנדערע ווען זיי דארפן עפעס.
• ס'פעלט די הרגשה צו יענעמס 'אמת'ע' געפיל און ווייטאג, זיי קענען נישט האבן קיין אמת'ע מיטגעפיהל.
• גאר שטארק מקנא אנדערע און גלייבט אז יעדער איז זיי מקנא.
• אלעס וואס האט מיט זיי קומט ביפאר יעדעם איינעמס געברויכן.
• פירט זיך אויף מיט גאר א שטארקע יוהרא, און קוקט יעדעם אהן פון אויבן אראפ.

הלכות פערסענאלעטי דיסארדער
ס'איז דא פארשידענע אומ-ארויסגעזאגטע הלכות ארום א פערסענאלעטי דיסארדער, וואס יעדער האלט איין כאטש זיי אליינס פארלאנגען עס נישט קלאר, פשוט ווייל מ'האט מורא וויאזוי זיי וועלן רי-עקטן, און מ'ציטערט צו פאלן א קרבן צו זיי.
• מ'קען קיינמאל נישט פרעגן א פערסענאלעטי דיסארדער פארוואס האסטו דאס און דאס געטוהן? זיי וועלן ענטפערן: אזוי רעדט מען צו עלטערן? אדער אויב עס געפעלט דיר נישט טו דיר עס אליינס. ארום א פ"ד לערנען מיר זיך אויס אז מ'טאר גארנישט פרעגן, פרעגן מיינט אטאמאטיש קולות.
• די קולות געווענליך האבן נישט דאס מינדערסטע שייכות צו די אקט וואס מ'האט געטוהן. מ'האט מורא אז אויב מ'טוט א קלייניקייט קען מען באקומען שרעקליכע קולות, אדער וועלן זיי ווערן דיפרעסט און זיך איינשפארן אין שטוב.
פאר די קינדער אין שטוב קען עס אפילו מיינען אז מ'קען זיי ארויסווארפן פון הויז, מ'וועט נישט קוקן אויף זיי פאר א וואך, די פ"ד וועט ווערן אזוי דיפרעסט אז די גאנצע משפחה וועט בלעימען די קינד פאר 'אנווערטשאפן' די פראבלעם...
• פאר א פ"ד טאר מען קיינמאל נישט זאגן "ניין", אפילו 3 אזייגער פארטאגס! זיי מעגן דיך בעטן וואס זיי ווילן און די מוזט זיין גרייט סיי ווען. און זיי ערווארטן אפילו אז מ'זאל עס טון מיט א שמייכל... מ'קען נישט זאגן איך בין יעצט מיד און קען נישט יעצט. זיי קענען דיך הייסן שלעפן שווערע זאכן, לערנען ווען דו האסט שוין נישט קיין כח, טון א טובה פאר א צווייטן, רופן געוויסע מענטשן וכו'.
• מ'מעג קיינמאל גארנישט צוריקבעטן פאר עפעס וואס מ'טוט פאר זיי. אויב מ'בעט יא קען מען ווערן אנגעשריגן און דערנידערט. למשל: דו ווייסט נישט ווי שווער איך ארבעט? דו ווייסט נישט ווי מיד איך בין? דו ווייסט נישט ווי סך איך האב שוין געטוהן פאר דיר, דו האסט נאך די חוצפה צו בעטן עפעס?
אמאל אמאל ווען מ'דערוואגט זיך יא צו בעטן עפעס, קומט עס מיט אן אנטשולדיגונג, און מ'האלט אין איין איבערזאגן אז עכט דארפן זיי עס נישט טוהן, נאר כאב געטראכט אז אפשר האסטו אביסל צייט פאר דעם... און די גאנצע צייט ציטערט מען וויאזוי זיי וועלן ריעקטען, מ'ווייסט אז זיי קענען ענטפערן יא מיט א שמייכל, און מ'ווייסט אויך אז זיי קענען דערלאנגען א פארציע און מאכן פילן שרעקליך 'גילטי'.
• דו האסט נישט קיין שום אייגענע רעכטן. די איינציגסטע זאך וואס דו מעגסט בעטן איז "וואס קען איך העלפן..." דו מוזט זיין בטל ומבוטל צום פערסענאלעטי דיסארדער.
• די פ"ד קען ווערן אין כעס יעדע מינוט, אהן קיין ווארענונג ביפאר. אין די הויז פון א פ"ד לעבן מען שטענדיג וואכזאם ווען וועט עפעס געשעהן דא. מ'לערנט זיך אויס גאר שטארק צו קענען ליינען די אויסדרוקן פון די פנים און באדי לענגוויטש, די רגע מ'זעהט אז עפעס גייט געשעהן גייט יעדער אריין אין זיין מצב, איינער פרובירט צו ראטעווען, איינער פיצט אפ, איינער רעגט זיך אויף דער וואס האט עס אנגעווערטשאפט, וכו'.
• מ'ווייסט קיינמאל נישט וויאזוי זיי גייען ריעקטן, למשל ווען מ'טוט עפעס פאר זיי קענען זיי זיך רעגן אז ס'איז נישט פערפעקט אדער אז מ'וואלט אליין געדארפט פארשטיין צו טון נאך עפעס. ווען מ'טוט עפעס אומגעבעטן ווייסט מען אויף נישט די ריספאנס וואס גייט קומען. ס'קען קומען אלע מיני טענות ומענות.
• אויב די פ"ד טוט עפעס פאר דיר ערווארטן זיי צוריקצובאקומען מיט ריבית... זיי הערן נישט אויף צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן געטוהן פאר דיר.
• זיי זענען בעה"ב אויף דיין סוקסעס, אויב גייט דיר גוט איז עס ווייל די פ"ד האט עפעס געהאט א יד דא... אדער וועגן זייערע תפילות...
• זיי נוצן זייער ווייטאג און קרענק צו קענען קאנטראלן, זיי האבן כסדר'דיגע קאפווייען, הארץ אטאקעס וכדומה.
• די פ"ד קעירט באמת נישט אויף גארנישט חוץ זיך אליינס, ניטעמאל פאר יודישקייט, אלע זייער חומרות און קולות איז וויאזוי ס'לוינט זיי.
• מ'טאר קיינמאל נישט זאגן פאר א פ"ד אז זיי מוזן עפעס טוישן, אייביג וועלן זיי האבן תירוצים און מעשיות, אייביג איז דער צווייטער וואס דארף זיך טוישן.
• די פ"ד ווייסט פונקטליך וואס יעדער דארף 'באמת', זיי זאגן דיר וואס דו האסט ליב, און וואס דו ביזט אין די מוד צו טוהן...
• מ'טאר נישט זאגן פאר א פ"ד אז ס'גייט מיר שווער, איך האב געפילן, איך בין פרייליך, טרויריג, כ'האב מיך מיינע פראבלעמען, זיי האבן מורא אז ס'נעמט אוועק זייער אטענשאן, זיי וועלן טוישן די שמועס צו א פראבלעם וואס זיי האבן געהאט, און ווי שווער ס'גייט זיי.
• דו מוזט זיך איינרעדן אז די פ"ד איז אייביג גערעכט און איז אזוי ספעשל, און אלע וואס פייטן מיט אים 'זיי' זענען די פראבלעם.
• מ'טאר פאר קיינעם נישט זאגן וויאזוי די פ"ד פירט זיך אויף אין שטוב, דערפאר טארן קיין פרענדס געווענליך נישט קומען אין שטוב.
• די פ"ד מעג זאגן פאר יעדעם איינעם וואס זיי ווילן אויף דיר, צו די רביס טיטשערס, משפחה און שכנים, גארנישט איבער דיר איז נישט קאנפידענשאל, אבער אלעס איבער די פ"ד איז זייער קאנפידענשאל...
• מ'טאר נישט פרעגן א פ"ד פארוואס ער איז ברוגז, ווייל דעמאלס וועט אלעס פאלן אויף דיר.
• די פ"ד האט נישט גארנישט קיין זשאבס, זיי זענען גארנישט מחיוב צו טוהן, וואס זיי טוען יא איז עקסטרע קרעדיט. מ'דארף זיי באדאנקען פאר יעדע קלייניקייט. יעדער ארום איז מחיוב צו טוהן זייער זשאב, אויב מ'טוט עס נישט 'מאכט' מען 'זיי' שרייען...
• די פ"ד בעה"ב אויף דיין קערפער, זיי מעגן דיך שלאגן, אנשרייען, נאכקוקן, נוצן ווערטער וואס טארן קיינמאל נישט גענוצט ווערן, זיי קענען דיך אויסשפארן.
• די פ"ד זענען בעה"ב אויף אלע זייערע אייניקלעך, זיי האבן דאך אזוי שווער געארבעט דיך צו ערציען... זיי מאכן אפ אין וועלכע חדר דו מעגסט שיקן, מיט וועם זיי מעגן זיך חבר'ן, וואו דו זאלסט דאווענען, וכו'.
• מ'טאר נישט האבן קיין פראבלעמען אלעס ווייל ס'וועט זיין א בושה פאר די פ"ד. מ'טאר נישט האבן קיין שלעכטע מארקס אויף א בחינה ווייל ס'פאסט נישט פאר פ"ד.
• די פ"ד איז ביזי זאגן אז ווען יעדער וואלט זיך שענער אויפגעפירט צו אים וואלט ער געווען סאך רואיגער און פרייליכער.
• זיי גייען כסדר ארום שאפּן פאר נייע דאקטוירים.
• סיי וועלכע פראבלעם אין די משפחה, און 100% א צווייטנס שולד, אויב א קינד לייד אויף דעפרעשאן, ענקזייעטי, אדער אנדערע זאכן איז עס א צווייטנס שולד, נישט די פ"ד.
• פ"ד וועט דיך אויפבויען כדי דיך אריינצוכאפן אין זאק, זיי וועלן זאגן דו קענסט דאס טוהן אזוי גוט דו ביזט די גרעסטע מומחה אין דעם, און דערנאך האסט נישט קיין וועגן ארויס דו מוזט עס טוהן.
• דו מוזט זיין די פ"ד'ס טעראפיסט, ווען זיי האבן א צרה מוז מען זיי בארואיגן. דו מוזט זיי זאגן ווי גוט זיי זענען, דו מוזט זיי כסדר זאגן אז זיי זענען די בעסט און דו האסט זיי ליב, דו מוזט זיך כסדר אננעמען פאר זיי צו גיין קעגן זייערע כסדר'דיגע פריש געמאכטע שונאים.
• שמחות איז א צייט זיך אפצורעכענען מיט יעדעם איינעם, ס'איז א צייט פון טראומע פאר די משפחה, ס'איז א צייט ווען מ'איגנארירט געוויסע מענטשן און מ'שמייכלט צו אנדערע פאר דוקא, ס'איז א צייט איינצורעדן די וועלט אז מ'איז 'באמת' נארמאל, ס'איז א צייט צו ווארפן א פחד פאר די וואס גייען נישט אין שפאן.
• אפילו מ'געבט זיך שוין אונטער צום פ"ד, וועט ער נאך אלס טרעפן סיבות צו האבן טענות און בלעימען פאר עפעס וואס מ'האט נישט געטוהן, און דו מוזט כסדר מסכים זיין צו וואס זיי זאגן.
• מ'טאר זיי קיינמאל נישט דערמאנען פון א טעות וואס זיי האבן געמאכט, אין די זעלבע צייט וואס זיי וועלן דיך דערמאנען טאג טעגליך יעדע טעות וואס דו האסט געמאכט.
• זיי וועלן קיינמאל נישט מוותר זיין נאר אויב ס'לוינט זיי.
אלעס וואס מיר האבן געשריבן איז סתם איבערגעזעצט פון אנדערע וויאזוי די פ"ד פירט זיך אויף. עס קען זיך כמעט דוכטן אז אלע פ"ד זענען געווען אין די זעלבע סקול זיך צו לערנען וויאזוי צו זיין א פ"ד. דאס איז די פאקט, זיי פירן זיך אויף זייער ענליך.
יעצט איז אזוי, די פ"ד ווילן אז דאס וואס זיי פירן זיך אויף נארמאל פון צייט צו צייט, זאל מאכן אז מ'זאל זיי אנקוקן ווי נארמאלע מענטשן, אבער רוב צייט פירן זיי זיך אויף ווי א פ"ד. אבער ווען מ'קוקט מיט א ניכטערע בליק, און מ'זעהט א פּעטן פון אזויפיל זאכן אויף אמאל, איז נישט מעגליך צו טראכטן אז דאס איז א מקרה.
נאך אלע הסברים איז יעצט קלאר אז א הויז פון א פ"ד איז נישט סתם א הויז ווי מ'שרייט אמאל, ווי די טאטע\מאמע האט זיך אמאל פארלוירן און אראפגעלאזט א שטערקערע פאטש ווי מ'האט באמת געוואלט, ס'איז אסאך מער פון דעם.
די פ"ד איז באמת גארנישט שולדיג, ליידער ווייסן זיי נישט פון קיין בעסערס, געווענליך קומט עס פון דעם וואס זיי זענען אויך אויפגעוואקסן אויף א קראנקע וועג, אדער אין א שטוב וואו מ'האט באגראבן געפילן.

די לעבנס-שותף'ס מיטמאכענישן
ס'איז דא פארשידענע וועגן וויאזוי יעדער גייט דאס אדורך, און וויאזוי יעדעם אפעקטירט דאס אין לעבן אנדערש.
קודם פאר די לעבנס-שותף איז דאס אן אנדערע מעשה, ער\זי איז אויפגעוואקסן ביי געזונטע עלטערן, דערפאר זענען די יסודות גוט. די קינדער אבער, כאטש פון דרויסן זעהט אלעס אויס פערפעקט, זיי האבן באקומען קרומע יסודות וואס אפעקטירט זיי טריט און שריט ביים ארבעטן מיט אנדערע מענטשן.
די בני בית גייט אדורך גרויסע פייטס מיט די שווער און שוויגער, ס'איז בכלל נישט קיין געווענליכע שנור-שוויגער פייט, נישט קיין חילוק וואס די שווער\שוויגער האט געטוהן, איז קלאר אז זיי עקטן נישט צוריק אויף א געזונטע וועג, זיי פירן מערכות ווי א קליין קינד, און די ב"ב מוז זיך כסדר אננעמען אויף זייערע שטותים קעגן די אייגענע עלטערן. געזונטע מענטשן געדענקן נישט אלע קלייניקייטן אויף 30 יאר שפעטער, און רודפן נישט די שווער\שוויגער ביי שמחות פון די אייניקלעך.
אסאך מאל קען מען זעהן די געזונטע מאן\ווייב אריינקומען אינדערהיים און די פ"ד איז יעצט אין די מוד פון איגנארען! פשוט און גראד זיי מאכן זיך ווי זיי האט נישט באמערקט, אז מ'קוקט אריין אין די אויגן קען מען קלאר זעהן אז דאס איז נישט קיין מקרה, אלעס האט א חשבון.
ווען עפעס איז נישט פערפעקט, אפילו א קלייניקייט, למשל די סטים עירקאנדישאן, טשאלענט, לעקטער, וכו', קען מען קלאר מיטהאלטן ווי די פ"ד דערקוטשעט טריט און שריט.
יעדע זאך וואס די שותף טוט פאר די פ"ד מוז זיין פערפעקט, אז נישט קען קומען א פארציע וואס וועט זיך בכלל נישט האבן געלוינט. כסדר מוז מען זיין אויף די וואך אויף אויסברוכן וואס קענען געשעהן, מ'מוז זיין כסדר גרייט זיך אנצונעמען פאר זיי מיט אלע זייערע שונאים. די געזונטע מאן\ווייב באמערקט דאס שוין נישט, זיי זענען בכלל נישט וואכזאם צו די אייגענע געפילן פון אזויפיל יאר זיין אונטער א פ"ד.
די מאן\ווייב איז גענצליך אונטערגעווארפן צו די מיינונג פון די פ"ד, און כאטש זיי טוען עס ברצון, איז עס אבער אלס פחד פון זייער ריעקשאן. למשל שידוכים, געבן א נאמען, וואו מ'גייט אויף יו"ט, ווען מ'מאכט סיי וועלכע צוזאמקום. אפילו אויב אמאל אמאל רעדט מען זיך יא אדורך, איז עס נאר ווייל די פ"ד האט נישט קיין כח צו מאכן אן אייגענע החלטה, און זיי האבן 'מחליט' געווען אז יעצט לוינט זיך צו פרעגן.
די מאן\ווייב איז אינגאצען "סעלפלעס", לית לי' מגרמי' כלום, בטל ומבוטל פאר די פ"ד, מ'לעבסט כדי צופרידנצושטעלן און האלטן רואיג די פ"ד.
מ'פרובירט מיט אלע כוחות צו האלטן די פ"ד רואיג, אבער אייביג מאכט זיך עפעס א פראבלעם וואס קומט אין שאטן און די פ"ד פלאצט. מ'קען קלאר זעהן ווי וויפיל מ'געבט זיך נאר אונטער און מ'געבט נאך, ווערט עס נאר ערגער און ערגער. ס'איז קלאר נישט די געווענליכע מידה פון וותרנות, ס'איז אסאך טיפער און שטערקער.
ס'קען זיין אז די מאן\ווייב האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, ווי נישט ווי במשך די יארן האט מען זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו דילן דערמיט, אבער לאמיר ווייטער זעהן צו די קינדער האלטן עס אויך אויס.

די מיטמאכענישן פון די קינדער אין שטוב
קינדער זענען נישט קיין ערוואקסענע, קינדער דארפן האבן א טאטע מאמע אויף וועם ארויפצוקוקן ווי לופט צום אטעמען, זיי דארפן אז די טאטע מאמע זאלן זיין א מאדעל וועם מ'קען קאפיען. די מאדעל וואס די קינדער זעהן איז א טאטע\מאמע וואס איז אנגעבליך א מלאך און א פ"ד וואס פירט זיך ליידער אויף ווי א גלח. קינדער ווערן צומישט דערפון און ווייסן נישט וויאזוי דאס צו עסן.
די פ"ד קרעכצעט אייביג און רעד פון שטארבן, ס'איז דא אן אנגעצויגענקייט אין די לופט, ווי שוין דערמאנט זענען זיי בכלל נישט שולדיג דערויף, די געזונטע מאן\ווייב וועט זיך ליידער געווענליך שטעלן אויף זייער זייט און מיט דעם העלפן די קרענק זאל קענען אנגיין.
די קינדער אין שטוב איז דא עטליכע וועגן וויאזוי יעדער נעמט אויף די מהלך אין שטוב, רוב קינדער זענען קודם אין 'דינייעל', זיי רעדן זיך איין אז אזוי קומט עס, "טאטעס\מאמעס פירן זיך אזוי אויף צו קינדער" און פארטיג.
שפעטער ווען מ'ווערט אביסל עלטער הייבט מען אן זעהן די פראבלעם, אבער מ'זעהט שנעל איין אז ס'איז נישטא קיין אנדערע עצה נאר מען דארף זיין פארנומען 'ראטעווען' די מצב, מ'דארף טוהן וואס מ'קען צו האלטן די פ"ד רואיג, און אויב זיי צושפרינגן זיך דארף מען זיי בארואיגן, זיי געבן צו עסן, זיך אננעמען פאר זיי, זיי אריינברענגן אין א גוטע מוד. אפילו ווען מ'פארברענגט מיט זיי מכלומר'שט געשמאק, איז עס נישט ווי א טאטע\מאמע מיט א קינד, נאר ענדערש איז מען פארנומען פיטערן די קרענק.
ווייטער איז דא עטליכע קינדער וואס באהאלטן זיך ווען ס'ווערט אנגעצויגן, זיי לויפן ערגעץ כאפן א בוק אדער גייען זיך אין בית הכסא.
על פי רוב גייט עס אזוי, אבער ס'דא די פאר קינדער וואס פרובירן צו טשעלענזשן די קרענק, זיי ווערן אטאמאטיש פארפיינטעד, די פ"ד געבט זיי שטענדיג צו קאסטן, פארפיינטעד זיי ביי אלע קינדער, פארמיאוסט זיי דאס לעבן. די קינדער געווענליך ענדיגן דיפרעסט, דערביטערט און פארביסן, און ח"ו ערגער זיי ווילן זיך נעמען דאס לעבן אדער גייען זיי ח"ו ארויס לתרבות רעה.
געזונטע עלטערן ווען א קינד טשעלענזשד זיי, זענען זיי בודק וואס וויל די שעפעלע דא, מיין קינד איז דאך נאר א קינד ער איז נישט קיין גרויסע טאטע וואס איז אין פייט מיט מיר, אבער א פ"ד עקט ממש ווי איינער שטייט מיט א ריוואלווער קעגן זיי.
מ'קען עס אביסל פארשטיין, ווייל יעדע קליינע זאך וואס צונד זיי אהן שפירן זיי באמת ווי זייער לעבן איז אין א סכנה, ליידער איז דאס זייער מהלך מחשבה, עס קומט פון גאר א שוואכע אמת'ע זעלבסט זיכערקייט און א גרויסע היץ און כעס וואס איז אין זיי.
עטליכע משלים וויאזוי ס'זעהט אויס א שטוב וואס ווערט ליידער געפירט דורך א פ"ד:
• די קולות וברקים און די פעטש זענען אויף א אבנארמאלער פארנעם.
• אויב למשל מ'רופט א קינד און ער ענטפערט נישט תיכף מיט יראת הכבוד 'איך קום שוין', וועט ער באקומען קולות וברקים.
• מ'קען באקומען קלעפ אדער קולות אהן דעם וואס מ'זאל וויסן וואס מ'האט געטוהן.
• די פ"ד קען מאכן א גאנצע קעיס אויף א קלייניקייט, למשל אז א בוק איז צוריקגעלייגט פארקערט באקומט מען גארנישט ווילאנג מ'איז זיך נישט מודה...
• זיי קענען זיך אמאל רעגן אויף א דרויסענדיגער וואס זי קען יענעם גארנישט טוהן, לכבוד דעם וועלן די קינדער אין שטוב כאפן...
• זיי קענען בלאזן אויף א קינד א גאנצע וואך, נישט קוקן אויף דעם קינד און איגנארירן אינגאנצן.
• זיי ניצן ווערטער ווי שטארבן, פייגערן וואס טאר נישט גענוצט ווערן בכלל פארנט פון קינדער. [זיי קענען שרייען דו ווארטסט אויף מיין שטארבן, אדער א שאד איך בין נישט געשטארבן.]
• זיי קענען זאגן אינמיטן שלאגן איך וועל דיך דערהארגענען. אדער אנדערע גאר עקסטרעמע דערנידערונג ווערטער.
• ווען מ'גייט באקומען עפעס א גוטע זאך, איז אלעמאל דא עפעס חשבונות, 'דער' יא 'דער' נישט, 'דער' פארדעם 'דער' נאכדעם, אדער סטראשעט מען די גאנצע צייט אז מ'גייט נישט באקומען.
• זיי מעגן אריינקומען אין ביה"כ נישט קיין חילוק ווי די קינד האלט נישט קיין חילוק וועלכע עיזש.
• די עסן 'מוז' מען אויפעסן, און מ'מוז אויסלויבן און האלטן אז ס'איז די בעסטע.
• זיי קענען זיך אויפפירן זייער היפאקריטיש, למשל זיי זענען זייער שארף קעגן רעדן מיאוסע ווערטער, מ'קען גאר שטארק נענש ווערן אויף דעם. אין די זעלבע צייט ווען זיי קען אנשרייען די קינדער אליינס מיט די מיאוסטע ווערטער.
• מ'מוז אליינס פארשטיין וויאזוי זיי פילן, מ'מוז אפליינען זייער שטערן און עקטן לויט דעם.
• זיי זאגן פאר די קינדער אויב זיי זענען הונגעריג אדער אין די מוד פון עפעס, זיי קענען נישט אליינס זאגן וואס זיי ווילן באמת.
• ווען מ'דארף עפעס מוז מען בעטן מיט א אימה און מורא האבן אז אפשר האב איך נישט געטארט בעטן.
• אויב דארפן זיי זאגן א 'ניין' איז די קינד אטאמאטיש שולדיג פארן בעטן און זיי מאכן פילן גילטי...
• מ'פאפט די גאס, וועט מ'גייט ערגעץ אדער ווען ס'קומט א גאסט מאכט מען זיך ווי אלעס איז אקעי, און אפילו דעמאלטס באקומען די קינדער די שרעקעדיגע אויגן ווי איינער זאגט ווארט נאר אינדערהיים וועסטו שוין כאפן...
• מ'ציטערט פארצוהאלטן אדער פרעגן סיי וואס.
• יעדע קאנעקשאן איז מיט א פחד אז זיי וועלן עקספלאודען.
• זיי קענען הייסן טוהן זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס אדער וואס ברענגט בושה פאר די קינד, אלעס ווייל זיי קומט אויס גוט אזוי.
• מ'טאר נישט מאכן קיין טעות. רוב מאל אויב ס'עפעקט זיי איז עיניהם פון די קינדער אנגעוואנדן וויאזוי וועלן זיי עס אננעמען, און וויאזוי קען מען זיי בארואיגן.
• זיי קען טשעפענען ברבים, און זיי טאר מען גארנישט זאגן. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם אנצושרייען א קינד ברבים דו שטינקסט, דו ביזט גראב וכדומה.
• וועלכע שמועס מ'זאל נאר רעדן דארף גיין אויף 'זייער' וועג, זיי האבן רולס וואס און וויאזוי מ'מעג רעדן, און פון וועם מ'מעג רעדן שיין און וועם מ'דארף אראפרייסן. זיי וועלן נוצן עקסטרעמע ווערטער קעגן איינעם כדי ס'זאל נישט בייפאלן לדבר בשבחו.
• זיי וועלן זיך כסדר צדיקים מיט רשעים, למשל געוויסע קינדער זענען קודם געווען רשעים זענען היינט צדיקים, ווער ס'פאלגט אויס די קראנקע רולס ווערט אטאמאטיש א צדיק. די זעלבע איז ביי חסידות, מוסדות, קהילות, פיגורן וכו'.
• מ'מוז נוצן זייער אויסדרוקן אפילו אויב די גאנצע וועלט זאגט אנדערש, נישט אז ס'גייט איינעם אהן וואספארא אויסדרוקן מ'נוצט אבער דאס איז א חלק פון די קאנטראל.
• זיי פירן זיך אויף צו די קינדער ווי זיי זענען מלאכים, ס'פאסט זיי נישט צו טוהן קיין שום פשוט'ע מענטשליכע געברויכן אין געגנוואר פון די קינדער.
• זייער כבוד באדערט איר סאך מער פון די קינדערס בושה, אפילו אויב די בושה פון קינד קען זיין גאר גרויס וועלן זיי עס טוהן צו פארשוינען זייער כבוד.
• זיי זענען פארנומען א גאנצן טאג רעדן ווי קראנק און שוואך זיי זענען, זיי וועלן דאס נוצן אלס א טול צו קאנטראלען, דאס מאכט ליידער פארגיין אפעטיט צו לעבן, ווי קען מען הנאה האבן אין די צייט ווען זיי האבן אזאלעכע ווייען.
• ווען זיי זענען אין א שלעכטע מוד, איז די גאנצע הויז אין טראומע, יעדער כאפט רעכטס אין לינקס.
• אלעס איז א סוד, ס'איז א דבר פשוט ביי אלע קינדער אז מ'דארף זיך מאכן פאר יעדעם אז די פ"ד איז א נארמאלער מענטש.
• זעלטן קען מען רופן א פרענד אדער גיין צו א פרענדס הויז, יעדע עונג שבת איז א אפקומעניש, די קינד כאפט פארוואס די סקול לאזט דאס צו... ביז עס פארגייט זיי די אפעטיט צו גיין.
• די גאס צו שפילן און די בעק יארד איז פאר אלע נעיבארס אויסער פאר משפחת פ"ד.
• מ'מוז זיי באזינגען פאר יעדע גוטע זאך וואס זיי טוען נאר, זיי זענען פארנומען רעדן ווי שווער זיי ארבעטן, אפילו אויף דברים פשוטים ווי ברענגן פרנסה, וואשן וועש און עסן, און יעדער מוז שיסן קאמפלעמענס.
• די קינדער מוזן זיי כסדר בארואיגן, ווען זיי זאגן כאב גארנישט געגעסן אדער געשלאפן, דארף מען ווייזן אויסערגעווענליכע מיטגעפיהל, און זיך בעטן ביי זיי, זיי זאלן 'פליז' עסן און שלאפן.
• ווען א קינד האט א שלעכטע מארק, באדערט עס זייער כבוד מער פון אלעס, די קינד האט פרעשור נאר פון די פ"ד ריספאנס.
• ביי יעדע שמחה און צוזאמקום האט מען אויסצושטיין פון זיי, אלעס מוז גיין פונקטליך זייער וועג, יעדע קליינע זאך רעגט זיי אויף.
• זיי ברענגן אריין א דערווייטערטקייט פון עלטערן צו די קינדער, ס'איז נישטא קיין נאנטע פארבינדוגען, ווי מ'קען שערן ווייטאגן און שמחות צוגלייך, זיי זענען סודות'פול און שערן נישט מיט די קינדער, זיי פירן זיך אויף כאילו עלטערן זענען שטאקן העכער פון די קינדער. כאטש זיי זאגן אלעמאל אז זיי מיינען מ'זאל זיך האלטן נאנט, ליידער די אומגעזונטע מהלך איז נאר מרחק קינדער איינע פונעם צווייטן און פון עלטערן.
מ'קען אנפילן בלעטער פון מעשיות וואס די קינדער מאכן מיט, יכלה הזמן והם לא יכלו, אבער לכאורה איז עס גענוג צו פארשטיין אז ס'איז נישט גלאטיג.

די אפעקט נאך די חתונה
די קינדער פון פ"ד האבן חתונה ארויס פון א מהלך מחשבה וואס ווי דערמאנט איז זייער קרום, און בנוסף צו דעם איז עס באגלייט מיט אסאך קאנטראל נאך די חתונה אויך ווי ס'גייט שטיין שפעטער. יעדער האט זיך זייער אייגענע פעקעלע, אבער הצד השווה שביניהם אז יעדער האט ערנסטע שוועריקייטן צו קאנעקטן אויף א נארמאלער וועג.
נאכן אדורכגיין אזאלעכע קינדערישע יארן ווי ס'איז פריער געשריבן, פעלט פארשידענע פשוטע יסודות החיים וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט דברים פשוטים. פארשטייט זיך איינער מער איינער ווייניגער, אבער יעדער האט אסאך דערפון. געווענליך זעען קינדער ביי עלטערן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זאכן, אבער קינדער פון א פ"ד בלייבן אהן א געזונטע וועג ווייזער.
עטליכע משלים:
• וויאזוי מען קען זיך טענה'נען אויף א נארמאלער וועג, און ביידע זענען גערעכט, די קינדער פון א פ"ד האבן נאר געזעהן א פ"ד באלבאטעוועט און די מאן\ווייב געבט זיך אונטער.
• ס'איז שווער צו האבן די מידה פון "אהבה" בכלל, פשוטע רילעישאנשיפ ווי יעדער איז די זעלבע און מ'פארברענגט געשמאק, מ'קען נאר אדער זיין אונטערן טיש, אדער זיין פון אויבן.
• מ'בלייבט מיט א פחד פון ווערן אפגעזאגט, מ'וועט זיך צוריקהאלטן פון טוהן סיי וואס ס'קען זיין מ'וועט ווערן אפגעווארפן, ווייל מ'האט געזעהן אז אויב מ'ווערט אפגעזאגט מיינט עס אטאמאטיש אז מ'איז גארנישט.
• א נערישע משל איז צוריקגעבן א באטל מילך אין גראסערי, אויב די גראסערי מענטש איז אביסל א שטרענגער וועט מען עס ענדערש אוועקווארפן.
• מ'האט נישט באקומען קיין כלים וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט א פראבלעם אין לעבן, מ'האט נאר געזעהן אדער א מלאך, אדער די פ"ד וואס קען נישט הענדלען קיין פראבלעמען.
• מ'קוקט אויף יעדע זאך שווארץ אדער ווייס. ס'איז שווער געווען צו זעהן אז עפעס איז מיטלגארטיג, אדער איז ער א רשע אדער א צדיק.
• מ'פארלאנגט פון זיך און פון די לעבנס שותף צו זיין פערפעקט, אבער פערפעקט לויט די קראנקע רולס וואס מ'האט געזעהן אין שטוב.
• מ'האלט כסדר פאר די בני בית פארוואס זיי גייען נישט אין שפאן, פארוואס זיי נוצן געוויסע ווערטער וואס קען אויפרעגן די פ"ד.
• מ'לייגט די פ"ד עלטערן ביפאר די אייגענע און די שותף'ס געברויכן, די פחד פון זאגן פאר די פ"ד איך קען נישט יעצט רעדן וועגט איבער און מאכט אז מ'זאל זיין פארנומען ווייטער זיי ראטעווען.
• מ'ערווארט פון די שותף זי\ער זאל ליינען די שטערן און פארשטיין אליינס אלע געברויכן, און מ'רעגט זיך אויב זיי האבן נישט פארשטאנען. מ'האט זיך דאך אויסגעלערנט ליינען שטערנס און מ'ערווארט אלע ארומיגע זאלן אויך קענען ליינען.
• מ'בלייבט איבער צומישט, פון איין זייט וויל מען זיין אזא מלאך ווי די געזונטע טאטע\מאמע, און מ'פירט מען זיך אויף ווי כאילו מ'דארף גארנישט, מ'ווערט דאך אויסגעלערנט און אויפגעהאדעוועט אז מ'איז נישט קיין מענטשן, מ'האט נישט קיין אייגענע געברויכן, אבער די אמת'ע התנהגות שפילט אפ די פ"ד למחצה ולשליש ולרביע.
• למשל, ווען מ'זאגט "איך דארף גארנישט", ערווארטע מען באמת עס יא צו באקומען, און די שותף ווייסט דאך נישט דערפון, דאס קלאפט שווער אויס אויף שלום בית.
• מ'דארף האבן 'רשות' פאר יעדע סטעפ אין לעבן, ווי למשל נעמען א זשאב, דרייווען, מאפן, וכדומה. און נישט אז ס'איז א פראבלעם דאס איבערצושמועסן מיט געזונטע עלטערן, אבער מיט א קראנקע פ"ד איז דאס באמת שווער, מ'ווייסט נישט די ריעקשאן, און וואס מ'וועט האבן אויסצושטיין נאכדעם. [זיי פייניגען יעדער וואס איז עובר אויף זייער אייגן געמאכטע הלכות].
• מ'גייט אוועק מיט א אינערליכע פחד אויף יעדע זאך וואס מ'טוט, ווייל מ'איז אלעמאל געווארן אראפגעריסן אויף וואס מ'האט געטוהן.
• געוויסע פון די קינדער פון פ"ד דרייען זיך ארום מיט ענקזייעטי, פחדים, או סי די, וכו'.
• מ'דרייט זיך ארום מיט 'גילט' וואס די פ"ד לייגט ארויף כסדר, למשל אז וויאזוי קענסטו פארברענגן געשמאק אז איך האב אזאלעכע צרות. לאו דוקא אז זיי זאגן די ווערטער ממש, אבער דאס גיסט זיך איבער פון זיי.
• די פ"ד האט נישט קיין שום פראבלעם אויסצופאקן זייערע טענות קעגן די מאן\ווייב, אין די זעלבע צייט וואס מ'פלאגט זיך אליינס צו האלטן די שלום בית, קענען זיי אריינווארפן אזאלעכע שארפע סטעיטמענטס קעגן די שותף.
• ליידער [ווילאנג מ'ארבעט נישט אויף זיך] פירן די קינדער פון די פ"ד זיך אויף די זעלבע וועג צו די אייגענע קינדער, זיי האבן דאך נישט באקומען קיין אנדערע כלים.
• ס'איז א פרעשור יעדע מאל מ'דארף זיי רופן אדער ארויפגיין צו זיי, אדער סיי וועלכע קאנעקשאן מ'דארף האבן מיט זיי. צומאל קלאפט דאס אויס אויף די בני בית. למשל ווען זיי ווילן דוקא רעדן 2 שעה אויפן טעלעפאן אפילו ווען ס'איז אויף די חשבון פון די מאן\ווייב און קינדער, און מ'קען זיך נישט ווייגן צו זאגן איך דארף שוין אראפלייגן.
מן הסתם איז דא נאך פארשידנס צו שרייבן, און ווי געזאגט דאס וואס שטייט דא איז אויך נישט ממש ביי יעדעם אייניג.

וואס "זיכער נישט" קיין רפואה פאר פערסענאלעטי דיסארדער?
• ס'איז נישט קיין רפואה נאכצוגעבן פאר זייער קרענק.
• ס'איז נישט קיין רפואה אויסהערן זייער ווייטאג פאר שעות.
• ס'איז נישט קיין רפואה זיי לאזן שרייען וויפיל און וואס נאר זיי ווילן.
• ס'איז נישט קיין רפואה צו אבאכט געבן אז זיי זאלן זיך נישט אויפרעגן.
• ס'איז נישט קיין רפואה צו ארבעטן שווער זיי צו בארואיגן.
• ס'איז נישט קיין רפואה זיי צו געבן רשות צו זיין אין בעט ווייל זיי זענען אויסגעמיטשעט.
• ס'איז נישט קיין רפואה זיי לאזן שלאגן און פראסקענען וויפיל זיי ווילן.
• ס'איז נישט קיין רפואה איבערצונעמען זייער אייגענע ארבעט און התחייבות.

די האני-מאן אביוז סייקל
איינע פון די זאכן וואס פערסענאלעטי דיסארדערס טוען איז קאנטראל און אביוז, זיי האלטן גאר א שטארקע האנט אויף אלע ארומיגע, און פרובירן צו קאנטראלירן אלעס ארום זיי.
מומחים האבן געזעהן אין דעם א אינטעסאנטי סייקל (סדר), פערסאנאלעטי דיסארדערס, זענען באמת גאר פיינע מענטשן און ווארימהארציג, ווען זיי היילן זייער דיסארדער זענען זיי פון די בעסטע און געשמאקסטע מענטשן מיט וועמען צו זיין. האט מען געזעהן אזא סדר, קודם איז אלעס גוט, זיי שמייכלען, יעדער שמייכלט. במשך די צייט איז יעדער נזהר נישט אויפצורעגן די בעל הדיסארדער, אבער מ'קען דאך נישט פירן די וועלט, זאכן געשעהן דאך אומווילענדיג, און די סטרעס בויט זיך אויף.
דערנאך הייבט די דיסארדער אהן זיך צו צופייערען, מיט קולות, פעטש, מענטל אביוס, ווארפן זאכן, שרעקעדיגע אויגן, וכו' וכו'. דערנאך כאפט ער זיך אויף און ער זעהט "אוי וואס האב איך געטוהן דא", און ער בארואיגט זיך, וחוזר חלילה, אזוי גייט עס איבער און איבער.
אבער דאס איז קלאר, אז ארום די פערסענאלעטי דיסארדער איז מען קיינמאל נישט רואיג און געשמאק, ווייל מ'האט אייביג מורא, ווער ווייסט וואס קען פאסירן און ברענגן צו אויספלאצן, און יעדער האט מורא צו זיין 'דער' וואס וועט דאס אנווערטשאפן.
ס'איז זייער שווער פארצוהאלטן א פערסענאלעטי דיסארדער אויף זיין אויפפירונג. א נארמאלער מענטש האלט מען פאר ווען ער איז אין א בעסערע גוסטע. א פ"ד קען מען נישט פארהאלטן. ווען זיי זענען אנגעצויגן אודאי נישט, און ווען זיי זענען רואיג האט מען מורא אז זיי וועלן ווערן אין איין סקונדע אנגעדרייט, דערפאר וויל מען עס נישט רירן דעמאלטס.

אנדערש אין מח
עס איז היינט אנערקענט אז די מענטשן מיט א פערסענאלעטי דיסארדער, זענען אביסל אנדערש אין מח, דאס הייסט למשל אויב בנוגע אנגעצויגענקייט, איז א געווענליכע מענטש, לאמיר זאגן אז ס'איז דא פון 1 ביז 10, דאס מיינט 1 איז די ווייניגסטע אנגעצויגן און 10 איז די מערסטע, א געווענליכע מענטש איז במשך דעם טאג א 1 אדער א 2, ער האט אביסל דאגות ער דארף דאס יענץ ערלעידיגן, אבער ער איז רואיג. אויב עפעס פאסירט, ווערט ער א 3-4, עפעס ערנסט פאסירט גייט ער ארויף צו 5-6, אויב ממש עפעס אבנערמאל פאסירט דעמאלטס קען ער קראכן צו א 8-9-10, און דאס געשעהט אפשר איינמאל צוויי מאל אין לעבן.
א פערסענאלעטי דיסארדער, איז נעבעך א גאנצן טאג לכל הפחות אן 8, יעדע קליינע זאך וואס פאסירט טראגט אים גלייך ארויף צו א 10, און ממש ער דרייט זיך ארום א גאנצן טאג אנגעצויגן אויף יעדעם.



די כעס און קאנטראל סייקל
נאך א סייקל איז דא, דאס איז אז א פערסענאלעטי דיסארדער האט אסאך כעס אין זיך. די עסן פון די כעס איז דאס אז די מענטש וואס באקומט די קולות געבט זיך אונטער און אנטשולדיגט זיך, דאס געבט רשות פאר די דיסארדער עס צו טוהן איבער און איבער.
ווען די כעס באקומט עסן ווערט עס נאר שטערקער און שטערקער, און ס'גייט אזוי א סייקל פון שטערקערע כעס, און די מענטש ווארפט זיך נאך מער אונטער און אנטשולדיגט זיך נאר מער פאר די היימיש פאברעצירטע קעיס וואס די פערסענאלעטי דיסארדער האט געמאכט קעגן אים. און אזוי ווערט עס נאר ערגער און ערגער.
ווען די מענטשן ארום הערן אויף זיך אונטער צו געבן און נעמען זיך אהן פאר זייערע רעכטן, דעמאלט ווערט די פערענאלעטי דיסארדער געפערליך הונגעריג די באקומען די אנשטולדיגונג, אזוי ארום ווערט עס קודם ערגער, אבער נאך א שטיק צייט איז צום האפן אז ער וועט איינזעהן אז ער האט א פראבלעם, און וועט זיך לאזן העלפן.

וואס איז יא די רפואה
פארשטייט זיך טעראפי. אבער די פראבלעם איז אז זיי ווילן נישט אנערקענען זייער פראבלעם, דערפאר גייען זיי נישט צו טעראפי. און אפילו ווען זיי גייען יא וועט עס נישט העלפן ווילאנג זיי ווערן געפיטערט דורך די ארומיגע.
מ'קען העלפן זיי זאלן ווילן גיין צו טעראפי און אז די טעראפי זאל ארבעטן נאר דורך אויפהערן צו פיטערן די קראנקייט.
ס'איז קלאר ביי אלע מומחים, אז די איינציגע וועג ארויס איז אויפהערן פיטערן די קרענק, און אפילו זיי שרייען אז מ'הרג'עט זיי, און זיי רעדן פון שטארבן און כל מיני לשונות, דארף מען וויסן אז דאס איז לטובתם, אנדערש וועט קיין רפואה נישט זיין.
משל למה הדבר דומה, א רייכערער וויל אויפהערן רייכענען, האט מען באשלאסן מ'נעמט אים צו דאס געלט אויף צוויי חדשים, ער זאל נישט קענען איינהאנדלען קיין פרישע ציגארן, נאך עטליכע טעג האט ער עס שוין נישט אויסגעהאלטן, האט ער גענומען שרייען יאמערליכע קולות, אז ער קען עס שוין נישט אויסהאלטן, ער גייט באלד שטארבן, איז געווען איינער וואס האט 'רחמנות' געהאט אויף אים און אים דערלאנגט א צענער, ער האט געכאפט און געקויפט א באקסל, און אויסגערייכערט אפאר שטיק, און דערנאך איז ער געווען אזוי רואיג ממש א מחי', דער מענטש איז דאך א מציל ומושיע, נישט אזוי?
לפי האמת איז קלאר אז די ריכטיגע רפואה איז קלאר צו לאזן די הרגל אויסוועפן, און נאר אזוי קען מען צוקומען צו א רפואה.
נאך מער, די פ"ד ליידן אפטמאל פון פארשידענע פיזישע קרענק, עס איז מעגליך אלע פיזישע קרענק, אפילו גאר שטארקע, קומען פון די גייסטישע שוועריקייטן וואס דארפן ערגעץ ארויסקומען, בעז"ה אז זיי וועלן ווערן פארהיילט גייסטיש וועט זיין א רפואה פיזיש אויך.
לעצט פארראכטן דורך משה הקטן אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

חושב מחשבות... האט געשריבן:ווען די ארומיגע כאפן אז נישט איך בין שילדיג אז ער האט יעצט אויסגעבראכן אין א אטאקע, און נישט ער כאפט וואס ער טוט יעצט, וועט מען נישט נעמען צום הארצן די אלע זידלערייען און דערנידערונגען (שטייציך מ'ברויך אסאך טעראפי אויפן אייגענעם נפש עס צו קענען מבחין זיין),

דערנאך קען מען נעמען די שכל'דיגע שריט צוביסלעכווייז איהם צו איינצוימען פונקט ווי א אומבאהאלפען קינד וואס שפילט זיך מיט מעסערס נישט כאפענדיג וואס ער טוט...


זיכער זיכער... גיי זיי דאס מסביר פאר א יונג קינד וואס זעהט ווי דער טאטע האקט אן מכות רצח די קינדער און ווען די מאמע מישט זיך אריין כאפט זי אויך מכות. איך רעד פון א מעשה שהיה אין א היימישע חסידישע שטוב און דער טאטע איז א איש מכובד און א מחבר ספרים!!

ביי די ספעציפישע קעיס האב איך געזעהן ווי קיינער האט גארנישט געוואלט טוהן, די קינדער האבן חתונה געהאט, און ביי איינעם האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן די שרעקליכ תוצאות. דאס ווייבל האט נעבעך צאמגעבראכן נאכן האבן דאס פערטע קינד, און היינט צוטאגס זענען די קינדער צוטיילט און וואלגערן זיך אין פרעמדע שטובער!! אלעס ווייל קיינער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן, און בזכות פון די סבלנות וואס מען האט ארויסגעוויזן פאר די ״אומבאהאלפענע צובראכענע רשע״ איז נאך א אידישע שטוב חרוב געווארן! אוודאי דארף מען וויסן אז ״בהדי כבשי דרחמנא למה לי״ אין אונז פארשטייען נישט די אייבערשטערס חשבונות אבער מען דארף ראטעווען וויפול מ׳קען, אויב מען קען.

איך האב דארט גארנישט געקענט טוהן ווייל איך בין נאך געווען גאר יונג. מיין הארץ וויינט פאר די משפחה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

משה הקטן, האט עס אזוי שיין באשריבען.

אבער די רפואה זעה איך נישט, ווייל אז זיי ווילן נישט גייען צו טערעפי, וואס איז שייך נישט צו פיטערן די קראנקייט, וואס זאלן די קינדער טוען דערצו?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

חושב מחשבות... האט געשריבן:וויכטיג איז אויך צו וויסן אז דעי גרויסע מאנסטער אביוזער אטאקירער (מיט אלע שרעקעדיגע שמות הנרדפים) איז נישט מער ווי א קליינע צושראקענע קינד אין די שיך פון א עדאלט!

אויך אמת, אבער דאס איז אירעלעוואנט פאר די קינדער, בעיקר יונגע.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”