כ׳׳פארשטיי נישט פארוואס רוב עולם דא עצה׳ט אונזער חיים׳ן צו טוהן לפנים משרות הדין, אפשר ווייל טייל עולם דא האט נישט, און שפירט עס אויף די אייגענע הויט...
אונזער חיים׳ן זאגט קלאר אז ער איז נישט קיין גביר און דארף דאס געלט אויף צו לעבן.
אויב איז דא א געהעריגע ליעס עגרימענט גייט צו דין תורה. און מען נעמט א גוטע טוען. פארשטייצעך אלטס מאכן אויף א שטילע אופן. אדער צו ערכאות אויב ב״ד פסק׳נט אז מען מעג. דאס איז די טריקענע דין. יעצט לפנים משרות הדין, זאל מען נוצען אלע אנדערע עצות דא, פון טיי אווענטס.. אדער מוחל זיין, ווייל די באשעפער וועט אי״ה באצאלן פאר דעם, אלעס אמת איך מאך גארנישט אוועק, אבער דאס ריפט זיך לפנים משורת הדין.
איך רעד נישט פון קיין שום עקספיריענס, נאר פון וואס די שכל זאגט מיר הייסט א עצה טובה, כדי נישט צו זיין קיין יועץ רעה.
לא תשנה את אחיך בלבביך דאס מיינט עכט הארץ, גיי צי דין תורה, נעם חלילה נישט קיין טוען, רעדט דברים כהביתן אהן שלעכטע עימושענס ווי כעס נקמה נטירה אאוו, נאר די פאקטן אין אויב האסטו גיטע אימושענס אזווי רחמנות מיטגעפיעל אאוו דעמאלטס ברענג עס ארויס, פרעג אזויווי מגייט צי א דיין פרעגן טומאה וטהרה שאלות, אין שטארק דיך מיט אמונה אז אלעס איז באשערט און קיינער אין די וועלט אין און יענע וועלט ווי קליפות מלאכים אאוו קען דיר קיין שלעכטס נישט טיען נאר ווען גאט אליין וויל אזוי לטובתך באמת... אבער יעדע זאך אין די בריאה האט צוויי עקסטרעמע עקען, יעדע פון די עקן זענען קליפות, א יודס אויפגאבע אויף די וועלט איז בוחר ציזיין בדרך הממוצע, דעס הייסט " דרך התורה " , אין אונזער פאל איז דרך הממוצע צי פאלאוען א פסק בית דין אין נישט גיין עקסטרים צי קיין איין זייט, אין תפילת זכאי יום כיפור ביינאכט זאגט מען את אשר הקלת החמרתי, סאיז פונקט די זעלבע עבירה, גיין צי שטרענג איז קליפת עשיו אין צי גיט איז קליפת ישמעל . ודוק כי קצרתי
דאגה בלב איש ישיחנה. איך האב א טענענט וואס לעצטענס באצאלט ער נישט קיין רענט, פשוטו כמשמעו, ער האט אלע מיני תירוצים, ער שטיפט אפ אויף א וואך און פון א וואך ווערט א חודש און צוויי, נאר יעדער צווייטער דריטער חודש באקום איך אינגאנצען איין חודש רענט! ער איז א חסידישער איגערמאן מיט א שטוב און קינדער און גראדע ווייס איך אויך אז ס'איז דא גערעסערע עקספענסעס דארט, און איינער האט געדארפט אריבער גיין מעדיקל טריעטמענט פאר א שטיק צייט, און כ'האב פראבירט צו זיין זייער וואול, און נישט געלייגט קיין שום פרעשער, אבער איך פיל ווי איך קען שוין מער נישט, ס'האלט שוין ביי א בעלענס פון ממש צענדליגע טויזנטער דאלארן! ע"כ נפשי בשאלתי, וואס קען מען טון מיט אזא איינעם, רעדן שטרענג? זיך אריינמישן אין יענעמ'ס שלום בית און פרנסה? לאזן לויפן און דאווענען צום באשעפער? כ'בין דאך נישט אויף דער מדריגה. אויב איינער האט עפעס א זאכליכע עצה, ביטע זיך לאזן הערן. א דאנק.
קודם טריי צו גיין צו זיין משפחה חבירים רב וואס זענען אים געטריי און וועלן אים זיכן צוהעלפן דין תורה ווייס איך נישט וויפיל עס וועט דיר העלפן ווייל ער גייט זאגן אין לי זיך אריינמישן אין יענעמ'ס שלום בית מיין איך איז נישט כדי ווייל עס גייט דיר קאסטן מער וויפיל די גייסט פארדינען אויף דעם באצאלט מען אויף דער וועלט
דוכט זיך אז דאס ערשטע דארפסטו רעדן צו אים אליינס. זעץ דיך אראפ מיט אים, און רעד צו אים זייער אפן, איך פארשטיי דיין מצב, ס'איז דיר שווער יעצט וכו' וכו', אבער קוק אויף מיין זייט, איך קען נישט אזוי אנגיין, איך דארף צאלן די מארגעזש וכו' וכו', אפשר האסטו עפעס א מהלך וויאזוי מ'קען דאס מסדר זיין? אזוי ווייזסטו פאר אים אז דו זיכסט נישט קיין געפעכטן, קריגערייען, דין תורה'ס וכו' וכו', דו ווילסט ווייטער לעבן מיט אים גוט, נאר דו קענסט פשוט נישט ממשיך זיין. דערנאך דארפסטו זעהן לויט זיין רעאקציע. בדרך כלל, וועט דער טענענט פרובירן זיך פארענטפערן, און וועט מסתמא פרובירן אויפקומען מיט עפעס א פלאן. אויב וועט ער קרעכצן אז ער קען ממש נישט, ער איז איינגעטונקען אין חובות צוליב די געזונטהייט פראבלעם ביי אים אין שטוב וכו' וכו', אויף אזא פאל איז נישטא קיין שום עצה, נאר זיך ווענדן צו עסקנים, משפחה, קרן עזר. פארשטייט זיך אז אויב לאכט ער דיר אין פנים, איז די נעקסטע שטאפל א הזמנה צו דין תורה. אבער ווילאנג ס'האלט נישט ביי דעם, ער זאל דיר לאכן אין פנים, איז א דין תורה נישט די עצה.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
ווערעצקי האט געשריבן:דוכט זיך אז דאס ערשטע דארפסטו רעדן צו אים אליינס. זעץ דיך אראפ מיט אים, און רעד צו אים זייער אפן, איך פארשטיי דיין מצב, ס'איז דיר שווער יעצט וכו' וכו', אבער קוק אויף מיין זייט, איך קען נישט אזוי אנגיין, איך דארף צאלן די מארגעזש וכו' וכו', אפשר האסטו עפעס א מהלך וויאזוי מ'קען דאס מסדר זיין? אזוי ווייזסטו פאר אים אז דו זיכסט נישט קיין געפעכטן, קריגערייען, דין תורה'ס וכו' וכו', דו ווילסט ווייטער לעבן מיט אים גוט, נאר דו קענסט פשוט נישט ממשיך זיין. דערנאך דארפסטו זעהן לויט זיין רעאקציע. בדרך כלל, וועט דער טענענט פרובירן זיך פארענטפערן, און וועט מסתמא פרובירן אויפקומען מיט עפעס א פלאן. אויב וועט ער קרעכצן אז ער קען ממש נישט, ער איז איינגעטונקען אין חובות צוליב די געזונטהייט פראבלעם ביי אים אין שטוב וכו' וכו', אויף אזא פאל איז נישטא קיין שום עצה, נאר זיך ווענדן צו עסקנים, משפחה, קרן עזר. פארשטייט זיך אז אויב לאכט ער דיר אין פנים, איז די נעקסטע שטאפל א הזמנה צו דין תורה. אבער ווילאנג ס'האלט נישט ביי דעם, ער זאל דיר לאכן אין פנים, איז א דין תורה נישט די עצה.