שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

Amazing האט געשריבן:גוט מארגן אמריקה! בכלל נישט קיין חידוש! איך קען עטליכע אזעלעכע רח''ל, פון מיין עקספיריענס העלפט איין זאך תפילה תפילה און נאכאמאל תפילה.

גוט געזאגט! כי התפילה מועלת יותר מההשתדלות (כמובן אם יוצאין ידי חובת ההשתדלות. אבל הדבר המועיל היא התפילות לקל חי)
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:מרדכי וויינבערגער ענטפערט שטענדיג אין אזאנע פעלער אז די ארומיגע דארפן גיין אויף טערעפי.

קודם כל וועט דאס זיי העלפן ווי אזוי זיי זאלן צוגיין ווען זיי ווערן אבויזד, און אויך וועט עס מיט די צייט אויפטוהן אז די קראנקע, אין אונזער פאל די טאטע, וועט אליין איינזיין אז ער איז נישט בסדר, און זיין גרייט צו ארבעטן אויף זיך און גיין צו טערפעי.

און אויך וועט דאס העלפן אז מרדכי וויינבערגער וועט האבן פרנסה בריוח....

אלץ א ווערטל געב איך א שמייכל
אבער לאמיתו של דבר; כל מי שאינו יודע בטיב עומק דרכי רפואת הנפש לא יהא לו עסק עמהם; ב''ה אונז קענען מיר זיך נישט אויס אין די זאכן; אבער ח''ו חושד זיין ערליכע יודן אויף געלט רייץ אויף יענעמס חשבון איז דאך נישט קיין גלייכע זאך
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

טעראפי פאר ווער עס וויל העלפן
אריינמישן רבנים וואס פארשטייען
נישט טיען אויף די אייגענע האנט
ממש אזוי האט געשריבן:
קאטטשקעלע האט געשריבן:נעריש
דאס איז נישט נאמבער 1 נאר ווען עס איז ממש נישט דא קיין ברירה
ממש אזוי האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:ו
מיין מיינונג איז אז די חתונה געהאטע קינדער דארפן אנהויבן א קריג. דאס הייסט, אויפהערן רעדן, אויפהערן קומען. די רעאקציע וועט לכאורה זיין א פייער אויסברוך מצד דעם טאטן, ער וועט פארשטייט זיך האלטן אז יעדער איז משוגע נאר ער איז נארמאל. אבער ליידער איז דאס די איינציגע האפענונג אז ער זאל זיך אנהויבן כאפן אז ער איז א מאנסטער.


חס ושלום צו טוהן אזא שריט אן א הוראה פון א רב. כיבוד אב איז חמורות שבחמורות.



פארשטייט זיך. איך נישט געמיינט צו זאגן קריג בתורת קריג נאר בתורת מרדכי וויינבערגערס מהלך.


איז וואס איז יא נומער 1?
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

איך וויל נישט און האב נישט וואס אריין צו רעדן אין דעם ענין נאר איין זאך, מען זאל גיין מיט דעת תורה און אויך א פראפעשענעל, אז נישט קען מען זיך זעהן אין געריכט. ווען די מאמע ארבעט מיט קען זיין גרינגער אבער אפילו אזוי. ודי בזה.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

ליידער ליידער ווער איך שוין נישט אויפגעשודערט ווען איך הער די מעשיות. איך האב נעכטען נאכט געגעבען א אינגערמאן צו ליינען די ערשטע תגובה, זאגט ער מיר ״עס הערט זיך (ליין: שפירט זיך) קענטיג.״

א פראבלעם וואס איז דא, וואס שטערט די צוגאנג איז, אז עס וועלען אייביג זיין זייטיגע אידן וואס מתוך כעוויסנישטוואס, וועלן זיי ״פארשטיין״ אז מען טרייבט איבער און דער טאטע איז אומשילדיג, דאן וועלן זיי איבערקערן די קארטן אויף די קינדער.

עטליכע וואכן צוריק, פארציילט מיר א אינגערמאן - וואס איז א גבאי אין א שול - אז איין יו״ט צופרי איז א בחור, א מתפלל, אריינגעקומען און פארציילט אז נעכטען נאכט האט ער גערופען פאליציי אויף זיין טאטע.

דער גבאי - א חכם אדיר - זאגט מיר ״איך האב דעם בחור געוואלט ארויסווארפען פון שול! א חוצפה, מחלל יו״ט זיין, אויף א טאטע!?, אבער איך האב געפרעגט דעם רב קודם (וואוילע), זאגט מיר דער רב אז איך זאל גארנישט טוהן ווייל איך קען קיינמאל נישט וויסן וואס איז פארגעקומען. סא, האב איך איהם נישט ארועסגעווארפען, אבער, איך האב איהם באזידעלט פאר די חוצפה!!״

בין איך זיך געגאנגען נאכפרעגן אויף די מעשה (די עיקר קעיס ווייסעך אז עס איז ביטער, ב״ה איצט האט מען שוין אוועקגענומען די קינדער), ווער איך געוואויר אז דער טאטע האט גענומען א קליין קינד און איהם מאכטפול אראפגעווארפען אלע סטעפט!! די קינד האט מיט ניסים דאס איבערגעלעבט! דאן האט דער עלטערער ברידער גערופען פאליציי.

אבער דער גבאי פארשטייט אז דער בחור איז זיכער נישט גערעכט.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

יענקל פאטאש האט געשריבן:איך וויל נישט און האב נישט וואס אריין צו רעדן אין דעם ענין נאר איין זאך, מען זאל גיין מיט דעת תורה און אויך א פראפעשענעל, אז נישט קען מען זיך זעהן אין געריכט. ווען די מאמע ארבעט מיט קען זיין גרינגער אבער אפילו אזוי. ודי בזה.

די מאמע גייט זיין אין בעט מיט black and blue marks יענע נאכט (דער טאטע וועט נישט לאזען גיין אין שפיטאל) אויב זי ארבעט מיט מיט די קינדער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איי געס עס קומט ווייל תמימות'דיגע וואוילע אידן קענען נישט באגרייפן אז עס זענען דא אזעלכע שלעכטע קראנקע מענטשן..
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

וויכטיג איז אויך צו וויסן אז דעי גרויסע מאנסטער אביוזער אטאקירער (מיט אלע שרעקעדיגע שמות הנרדפים) איז נישט מער ווי א קליינע צושראקענע קינד אין די שיך פון א עדאלט!

ווי מ'זאל אריינשטעלן א 3 יעריג ווילד קינד ביי די רעדל פון א מאכטפולע בילדאויזער, ה''י וואסערע חרבנות דאס קען אנמאכן, אבער די ארומיגע פארשטייען אז די קינד איז נעבעך אומשילדיג ער ווייסט נישט וואס ער טוט, ער שאקעלט סתם זיינע פיצי הענטעלעך און ס'טוט זיך א געטומעל

כך הוא ממש מיט די מענטשן, זיי זענען טיעף אינצייט ממש פיצי בעביס אן קיין טראפ זעלבסט ווערד, און זיי כאפן ניטאמאל ווי שטארק זיי שעדיגן זייערע ארומיגע.


ווען די ארומיגע כאפן אז נישט איך בין שילדיג אז ער האט יעצט אויסגעבראכן אין א אטאקע, און נישט ער כאפט וואס ער טוט יעצט, וועט מען נישט נעמען צום הארצן די אלע זידלערייען און דערנידערונגען (שטייציך מ'ברויך אסאך טעראפי אויפן אייגענעם נפש עס צו קענען מבחין זיין),

דערנאך קען מען נעמען די שכל'דיגע שריט צוביסלעכווייז איהם צו איינצוימען פונקט ווי א אומבאהאלפען קינד וואס שפילט זיך מיט מעסערס נישט כאפענדיג וואס ער טוט...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

עס איז ליידער דא נישט געזונטע עלטערן, און נישט געזונטע קינדער, געשוויסטער, חברים, מאן אין ווייב אא"וו.

אבער עס איז אויך דא אסאך לייכטזיניגע קינדער, וואס זיכן צו שטופן א נערעטיוו אז ווער עס וויל אנדערש ווי זיי, איז נישט געזונט, און אויסשמועסן אזא פראבלעם ברבים קען דרייוון אזא "וויאזוי סאלוועד מען די "עלטערן'ס פראבלעם" וואס שמעקט נישט געשמאק.

איבערהויפט אז מ'דארף גיין צו פראפעשאנעל הילף, איך גלייב נישט אז איינער וואלט ארויף געקומען דא אויסשמועסן די ביטערע מחלה וואס מ'האט געטראפן ביי זיין מאמע, פונקטלעך ווי און וויאזוי ודי.

כ'גלייב ס'איז דא ווי צו גיין פאר הילף, אויב נישט וועט דא שרייבן דערפון זיכער נישט העלפן, איין זאך וועט זיכער ווערן, אז אונזערע דורות וועלן אונז ווייזן די ארטיקל ווען אונז וועל מיר עפעס לאזן אנדערש ווי זיי.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

לייפציק האט געשריבן:עס איז ליידער דא נישט געזונטע עלטערן, און נישט געזונטע קינדער, געשוויסטער, חברים, מאן אין ווייב אא"וו.

אבער עס איז אויך דא אסאך לייכטזיניגע קינדער, וואס זיכן צו שטופן א נערעטיוו אז ווער עס וויל אנדערש ווי זיי, איז נישט געזונט, און אויסשמועסן אזא פראבלעם ברבים קען דרייוון אזא "וויאזוי סאלוועד מען די "עלטערן'ס פראבלעם" וואס שמעקט נישט געשמאק.

א לייכטזיניג קינד איז נידון למיתה?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מען רעדט דא פון מעשיות פון עקסטרעמע פיזישע אביוז. איך זעה נישט וויאזוי מען קען דא זאגן אז קינדער ווילן שטופן א נערעטיוו.
שויתי ה' לנגדי תמיד
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מענין לענין.
יעדע פאל איז אנדערש. מען קען נישט אפשטעמלען עמיצן אלס נישט געטרייער טאטע בלויז ווייל ער איז נישט דער בעסטער מחנך.

עס איז דא פעלער וואס דער קינד איז ווילד און דער טאטע ווייסט נישט וויאזוי זיך אן עצה גיבן און ער קען זיך אמאל פארלירן. נישט יעדע טאטע איז א בעל מחנך, און אפילו ער גייט צו אלע חינוך שיעורים מיינט נישט אז ער מוז שוין אלעס פארשטיין. און נישט אייביג ארבייטן די מעטאדן.
צו די אינגערע פון אונז וועלכע האבן זיך נאכנישט געמוטשעט מיט א גרעסער קינד קען מען דאס געבן צו פארשטיין, אז ווען דיין פיר יעריג'ס איז געכאפט אין די גוטע גיסטע, ביזטו שטערקער פון אים, כאפסט אים אן ביים הענטל און די לייגסט אים אין בעט.
וואס טוסטו אבער אז דאס פאסירט ווען דאס קינד איז שוין 16 יאר?

יעצט צוריק צום ענין.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

ר׳ יום טוב, הייסט ווען א 16 יעריגער מאכט טראבעל, און דער טאטע איז נישט א בעל מחנך, און ער וועט נעמען א צווענגעל און ארויסשלעפען ציין ביי ציין (שוין פאסירט) דארפען מיר פשוט ״פארשטיין״ אז דער טאטע איז פשוט נישט דער בעסטער בעל מחנך.
לעצט פארראכטן דורך פיצי קעפעלע אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 11:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רבי יום טוב,

די שאלה איז וואס דער טאטע טוט ווען ער פארלירט זיך, און ווי אפט ער פארלירט זיך, און וואס מען רעדט דא איז פון די וואס טוהן מעשיגענע זאכן ווען זיי פארלירן זיך, ווייל זיי זענען נעבעך גייסטיש קראנקע, און נעבעך אויף זייערע קינדער.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

טשיפקא האט געשריבן:איך האב געשריבן בכדי צו מאכן נויז,
ביטע, קומט אריין צולאזן וויסן אז איר זענט דא, און אז איר האלט אויך אז דער פראבלעם דארף א לעזונג,
ביטע, רעדט צו די מחנכים זיי זאלן אבאכט געבן וואס זיי טוען,
זיי זאלן האלטן אן אויג אויף די תלמידים זייערע.

דערווייל האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו אן ארגעניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט אזעלכע פראבלעמען,
לכה"פ לאמיר אויסשרייען דעם דעת הקהל, אז אזעלכע שריט ווערן נישט טאלערירט!
מיר קענען מער נישט שווייגן צו אזא לאנגיעריגער מכה!


דאס איז דיין צווייטע תגובה אין דעם אשכול
די ברענגסט דא ארויס די ציל פונעם אשכול
בס"ה קוקט מיר אויס, אז איר האט דערווייל נישט מיט געהאלטן אזא מעשה מיט די גאנצע ארום נאכדעם וואס מ'האט שוין אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף (כמיין אז ווער עס האט יא מיטגעהאלטן, זעהט גלייך וואס איך מיין צו זאגן, פון אסאך תגובות קוקט דא אויס אז מענטשן כאפן נישט די מציאות -ב"ה- אבער שמועסן אויף אייוועלט גייט זיי נישט מאכן כאפן)
איך כאפ נישט וואס, נויז, ארגענעזאציע, וכו', קען דא העלפן
זיי מסביר וויאזוי וועט עס צוגיין
דארט ווי מען ווייסט נישט וואס קומט פאר אונטערן מזוזה, קען דאך קיין ארגענעזאציע נישט העלפן
דארט ווי פראפעשאנעלס זענען שוין אינוואלווד מוטשעט מען זיך שוין,

די אלע תגובות דא, כיבוד אב וכו' זענען נישט אינפלאץ
אודאי איז נישט פאר א קינד אפצוסטעמפלן עלטערן (און נישט פאר קיינעם נישט וואס הערט א האלבע מעשה) אבער איך רעדט ווען די קעיס איז אמת זעה איך נישט אין מציאות צו וואס די ווילסט דא צוקומען און וויאזוי עס צו מאכן ארבעטן
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עקזעקטיוו מען דארף דא פאקטיש ארויס העלפן די שוצלאזע קינדער און משפחה אבער וואס קען אייועלט העלפן אויסער מיטוויינען.
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:ר׳ יום טוב, הייסט ווען א 16 יעריגער מאכט טראבעל, און דער טאטע איז נישט א בעל מחנך, און ער וועט נעמען א צווענגעל און ארויסשלעפען ציין ביי ציין (שוין פאסירט) דארפען מיר פשוט ״פארשטיין״ אז דער טאטע איז פשוט נישט דער בעסטער בעל מחנך.

איך האף אז איר זענט מגזם מיטן צווענגל
שויתי ה' לנגדי תמיד
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

עס איז דא 3 מיליאן מענטשן אין אמעריקע וואס זענען געדייעגנויזט מיט פ ב ד דאס מיינט אז איינץ פון 100 האבן עס שטייצעך עס איז דא אסאך דרגות אין עקסטרעמע פאל ווערט מען ל'' ע האספיטעלייזסט



https://www.google.com/search?q=bpd&oq= ... e&ie=UTF-8
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

Goodmorning האט געשריבן:עקזעקטיוו מען דארף דא פאקטיש ארויס העלפן די שוצלאזע קינדער און משפחה אבער וואס קען אייועלט העלפן אויסער מיטוויינען.

אייוועלט קען העלפן מענטשן זאלן וויסן פון דעם, אז ס'איז ליידער דא אזעלעכע זאכן. אסאך מאל זענען די קינדער אינטער טראמע אדער אינטער קאנטראל אז זיי רעדן נישט. און אויב איינער וויל עפעס טוען צו ראטעווען די קינדער, קומען אזוי גערופענע זעלבס-געקרוינטע עסקנים און שטעלן איהם אפ ווייל זיי באגרייפן נישט אז ס'איז דא אזא זאך בכלל, און דאס איז וואס איי-וועלט קען אויפטוען, ווייס דערפון, און ח"ו אמאל קומט דיך אויס צו הערן אזא געשיכטע, שטער נישט דעי וועלעכע ווילן העלפן, טוה וואס די קענסט צולייגן א האנט. (כוויל קלאר שטעלן נאכאמאל "קיינמאל נישט טוען אליינס" - זייער וויכטיג צו דורכרעדן מיט אא רב א בר דעת פאר מטוט, און אויב די רב גייעד דיך צו טוען געוויסע זאכן שרעק זיך נישט "וואס די גאס וועט זאגן" ווייל אפטמאל ווייסט די גאס נישט עד היכן הדברים מגיעים וכנ"ל)
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

Goodmorning האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:ר׳ יום טוב, הייסט ווען א 16 יעריגער מאכט טראבעל, און דער טאטע איז נישט א בעל מחנך, און ער וועט נעמען א צווענגעל און ארויסשלעפען ציין ביי ציין (שוין פאסירט) דארפען מיר פשוט ״פארשטיין״ אז דער טאטע איז פשוט נישט דער בעסטער בעל מחנך.

איך האף אז איר זענט מגזם מיטן צווענגל

איך האב אויך געהאפט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:ר׳ יום טוב, הייסט ווען א 16 יעריגער מאכט טראבעל, און דער טאטע איז נישט א בעל מחנך, און ער וועט נעמען א צווענגעל און ארויסשלעפען ציין ביי ציין (שוין פאסירט) דארפען מיר פשוט ״פארשטיין״ אז דער טאטע איז פשוט נישט דער בעסטער בעל מחנך.

איך האף אז איר זענט מגזם מיטן צווענגל

איך האב אויך געהאפט

אוי וויי רבושע. לעצטיגע מעשה?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

דערפאר דארף זי גיין צו טערעפי asap
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:איך וויל נישט און האב נישט וואס אריין צו רעדן אין דעם ענין נאר איין זאך, מען זאל גיין מיט דעת תורה און אויך א פראפעשענעל, אז נישט קען מען זיך זעהן אין געריכט. ווען די מאמע ארבעט מיט קען זיין גרינגער אבער אפילו אזוי. ודי בזה.

די מאמע גייט זיין אין בעט מיט black and blue marks יענע נאכט (דער טאטע וועט נישט לאזען גיין אין שפיטאל) אויב זי ארבעט מיט מיט די קינדער
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

עס איז א גרויסע חילוק פון איינער וואס פארלירט זיך ביז abuse
ר' יום טוב האט געשריבן:מענין לענין.
יעדע פאל איז אנדערש. מען קען נישט אפשטעמלען עמיצן אלס נישט געטרייער טאטע בלויז ווייל ער איז נישט דער בעסטער מחנך.

עס איז דא פעלער וואס דער קינד איז ווילד און דער טאטע ווייסט נישט וויאזוי זיך אן עצה גיבן און ער קען זיך אמאל פארלירן. נישט יעדע טאטע איז א בעל מחנך, און אפילו ער גייט צו אלע חינוך שיעורים מיינט נישט אז ער מוז שוין אלעס פארשטיין. און נישט אייביג ארבייטן די מעטאדן.
צו די אינגערע פון אונז וועלכע האבן זיך נאכנישט געמוטשעט מיט א גרעסער קינד קען מען דאס געבן צו פארשטיין, אז ווען דיין פיר יעריג'ס איז געכאפט אין די גוטע גיסטע, ביזטו שטערקער פון אים, כאפסט אים אן ביים הענטל און די לייגסט אים אין בעט.
וואס טוסטו אבער אז דאס פאסירט ווען דאס קינד איז שוין 16 יאר?

יעצט צוריק צום ענין.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

אפשר גרינדען מיר א טעסק פארס פון היימישע אינגעלייט וואס וועלן זיין טרענירט ווי צו האנדלען אזעלכע סיטואציעס?? איך בין רעדי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”