נארט קאריע האלט (דערווייל) ביי גארנישט- אנאליז.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

כתמר יפרח האט געשריבן:נ.ב. אז די ווילסט פרעגן קשיא'ס אויף טראמפ מיסטו טוישן דיין ניק.

;l;p-
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

שמאטע האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס מען טאנצט אויף אויף יעדע ריר פון די נעגאושיעשענס.

אויב זאל מארגן זיין אין די נייעס אז נארט קאריע האט צוריקגערופן און גערעדט מיט פאמפעיאו, וועט מען דעמאלט צוריקצוען און שרייבן "זעהט אויס אז זיי האלטן יא דערביי" ??

בכלל נישט.

ווי לאנג מען זעט נישט אז נ.ק. האט אנגעהויבן עפעס ערענסט צו טוען למעשה בענין דעקנולערעזאציע, דארף מען זיי שטעלן אויף די חזקה אז זיי האלטן ביי גארנישט.

יעצט דאס מיינט נאך בהחלט נישט אז די מעשה ענדיגט זיך דא. עס איז שטארק מעגליך אז אויב טראמפ וועט ווערן צוריק שטרענג וועט מען יא אנהייבן זען למעשה'דיגע רעזולטאטן. וועגן דעם האב איך געשריבן אז איך האף צו זען א טויש אין טאן אין די קומענדיגע עטליכע וואכן מצד טראמפ.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שאהן הענניטי האט געשריבן:איך האב נאך דערווייל נישט געהערט קיין שום לאגישער הסבר פארוואס פלוצלינג איז בייגעפאלן פאר קארעא צו קומען צום טיש.

מהעט געשמועסט צילוב די שווערע סאנקציעס וואס האט גאר שווער געמאכט פאר די חברה דארט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יונהלע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איז מיר א פלא מעיקרא מאי קא סבר
וואס האט דער קאם-דזשאנג-אן געוואלט מיטן זיך טרעפן מיט דעם טראמפ????

דאס איז טאקע די טענה פון די דעמיקראטען, צפון קאריע האט די זעלבע רעקארט פון פרעה גוזר ואינו מקיים... שוין צענטליגער יארען וואס מ'מאכט אן אפמאך און זיי פייפען זיך אריין כאילו לא היה ,
אבער ער וויל מען זאל אים אנערקענען אזוי ווי א געהעריגע וועלט פירער, מ'זאל רעדען צו אים מיט כבוד און ריספעקט, און אים קאווערען און די צייטונגען אזוי ווי יעדע אנדערע וועלט פירער.

אבער קיין איין פרעזידענט האט עס אים נישט געוואלט נאכגעבען פשוט ווייל מ'ווייסט אז זיין ווארט איז נישט ווערט די שפייאכטס און זיין אינטערשריפט איז נישט ווערט די טינט וואס מ'ניצט אויס, סיי ער האלט זיך נישט דערצו און דערנאך נעמט ער נאך אויס דערפון צוווייזען פאר זיין לאנד אז ער איז א מעכטיגע פירער ווייל אנדערע לענדער מיזען זיך בעטען צו אים.

Wow! זאגסט אקוראט ווי מיר, 5 חדשים צוריק...


כאפצעם האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:#breaking The South Korean delegation hand delivered a letter from North Korean leader Kim Jong Un to the White House for President Trump, according to a foreign diplomatic source. “Major announcement” on North Korea coming at 7p ET from White House briefing room.

בקיצור אנשטאט אמעריקא זאל זיך בעטן ווי א גזלן נ.ק. צו קומען צום טיש, האט טראמפ געמאכט נא נא, און נ.ק. בעט זיך צו קומען צום טיש.

# major accomplishment


צו לייגן זאכן אין קאנטעקסט.

נארט קאריע וויל שוין א מיטינג מיטן אמעריקאנער פרעזידענט פון אייביג אן, דאס וועט זיי געבן לעגעטימיטעט און עהערע. מהאי טעמא האבן זיך אלע אמעריקאנע פרעזידענטן אפגעהאלטן פון אים עס נאכגעבן, און אפילו צו אן אפיציעלע אמעריקאנע דעלעגאציע האבן זיי אויך זוכה געווען נאר נאך ערענסטע קאנסעשאנס. דאס איז געווען די קעיס ביי אבאמא, ביי בוש, און אפילו ביי קלינטאן וואס איז גרייט געווען אפילו אויף עני דיעל, אבער א פערזענליכע מיטינג, דאס נישט!

סאוט קאריע האט באקריגן לעצטענס א שטארק ליבעראלער פרעזידענט. קים יאנג און האט אנגעקניפט מיט אים גוטע באציאונגען און ער האט ארלעדיגט דעם שידוך פון קים מיט טראמפ כאטש קים גיבט נישט נאך קיין שום זאכליכע פראדוקט צו עררייכן דעם זיצונג.

ס'נישטא איין פענטעגאן, אויסערן פאליסי, אדער נעשאנעל סעקיורעטי עקספערט אין אמעריקא וואס שטיצט אזא זאך פון געבן דעם נארט קאריער חברה'מאן אזא עטענשאן און לעגעטימיטעט אן קיין שום ערענסטע קאנסעציע. אה, ער האט "געפלעדזשט" רוהיגקייט.. ער האט אויסגעדריקט א "קאמיטמענט" פאר דענוקלעראציע.. נישטא ווער זאל לאכן.

די מיטינג וועט נישט ווערן אפגעהאלטן אין א בונקער שטייצעך, דער קים וועט זיכער מאכן אז ער באקומט די פולסטע רעספעקט אין די אנוועזנהייט פון די גאנצע פרעסע. ווער איז דאס דער קים יאנג אן? א טעראריסט, א מערדער און א דיקטאטור. יעצט שטעלט אייך פאר דער אמעריקאנע פרעזידענט טרעפט זיך אויף אן אפישעל מיטינג מיט באשאר על אסאד, סאדאם כוסעין, אדער מואמאר קאדאפי! פעך.

איז פארוואס זאל דאס דער קים יאנג אן יא קריגן?! אה ווייל ער איז געווען א מחוצף פאר אמעריקא און די גלאבאלע געמיינדע און זיך אויפגעבויעט א נוקליארע מאכט? איז דאס טאקע די מעסעדזש וואס מ'וויל שיקן דא פאר די וועלט?

העווינג סעד דעט. איך בין אימפרעסט ווי דער טראמפ שלאפט נישט קיין מנוט אין טאג.. קאמאנטירט אויף יעדע רעדנער אויף טעלעוויזיע און ריקט אריין אין איין טאג טאריפס אנאנסירונג, סקאנדאלן דעמעדזש קאנטראל, ווידיא געים רעגולאציע מיטינג, און א נארט קאריע באמבשעל. וואףף!!

למעשה עט סאם פוינט מוז זיך די "אלל טאלק ענד נאו עקשאן" ענדיגן, דער עולם פארלאנגט רעזולטס! מ'זעהט יעדן טאג שיינע מיטינגען, אנאנסירונגען, און דרשות אבער ווען ס'קומט למעשה? גאן קאנטראל האט זיך געענדיגט מיט גארנישט, די באמבאסטישע נונעז מעמאו האט זיך געענדיגט מיט גארנישט, אימיגראציע האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל, אינפעסטרוקטור איז ערגעצוואו ערענסט פארהאנקערט וכו'

און.. הלוואי וועליך נישט זיין גערעכט אבער די טראמפ-נארט קאריע מיטינג וועט זיך אויך ענדיגן מיט גארנישט. האט איינער אינאכט גענימען וואספארא פנים אמעריקא קריגט פון ארויסקומען פון אזאנס מיט ליידיגע הענט?

כ'האף אז מ'קלערט דערפון באצייטענס.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בכלל נישט. ואכמ"ל.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אווי אייביג איז ידידי SPUSMN מיט מיר אויפן זעלבען פעיזש.

SPUSMN האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג: נארט קאריע קענסלד א מיטינג מיט אמעריקא.

די מיטינג האט היינט געדארפט אפגעהאלטן ווערן מיט אמעריקאנע פארהאנדלער ביים דימילעטריזירטע זאנע און קומט שוין נאך א פריערדיגע קענסלד מיטינג איבער צוריקגעבן די פארבליבענע ביינער פון אמעריקאנע סאלדאטן. לויט באריכטן האבן די נארט קאריער געלאזט די אמעריקאנער הענגן און זיך פראסט און פשוט נישט באוויזן.

מר. אמת זאגער 'מייק פאמפעיא' (וואס נאר עטליכע טאג צוריק האט דערקלערט אלעס פארט פיין) איגנארירט רעפארטערס פראגן דערוועגן. ווידער פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער פייערט זיג מיט א שיינע לויב בריוו וואס ער האט באקומען פון קים יאנג און.

גוטע נייעס און שנעלער ווי געראכטען. בעסער ווי אז קים זאל ארום פירען טראמפ ביים נאז צוויי יאר אז ער גייט און גייט און גייט און נאכדעם אויסשפילען אז ער גייט נישט; איז גוט אז ער שפילט שוין אויס און נעמט נישט אויף פאמפעאו און מאכט דער נער פון אים אין פיאנגיענג. טראמפ וועט דאס נישט פארשווייגען און זיי וועלען אלע (נארט קאריע, כינע, רוסלאנד, איראן) באלד זיין אויף נאטיס מיט איינעם וואס זיי קענען זיך נישט אויס רעכענען.

דער מילטערישע אפשען וועט צוריק ארויף גיין אויפען טיש, נאכען האבען פראבירט מיט גוטען (אנדערש ווי אבאמא); און דער וועלט וועט אים מוזען געבען גערעכט.

#שאך שפיל, און א דעינדזערעס וואן
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

טראמפ האט געסטראשעט נ.ק. מיט די ערגסטע די בקשה פאר א זיצונג איז געקימען נאך אין האב א גרעסערע באטען...
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

עס זעט אויס ווי דער יו טורן האט זיך מעגליך אנגעהויבן. סאוט קאריע זאגט אז מיליטערישע עקסערסייזעס וועט זיך צוריק אנהייבן אויב מען זעט נישט קיין קאנקרעטע שריט מצד נארט.

איך בין דיסאפוינטעט אז טראמפ האט נאך נישט אנגעהויבן רעדן שטרענגער מיט קים, אין דער צייט וואס קים מאכט קלאר פורים. איך ווייס, אפשר וויל ער עם נאך געבן אביסל צייט. לאמיר זען.

North Korea WARNING: Wargames to RESTART unless Kim makes carries out nuclear promises
JOINT military exercises between the United States and South Korea could resume after August if insufficient progress is made in denuclearisation negotiations with Pyongyang, the South's foreign minster has hinted.
By CIARAN MCGRATH


And Kang Khung-wha acknowledged there is no concrete evidence so far that Kim Jong-un's regime has started dismantling its nuclear weapons programme.

US President Donald Trump sprang a surprise when he announced that he was scrapping proposed military exercises after his historic meeting with Kim on June 12, at one point raising eyebrows after referring to them as "wargames".

But Mrs Khung-wha, speaking at a seminar hosted by the Chatham House think tank in London, refuted suggested that the decision was taken by Mr Trump without consultation with South Korean allies.

She said: "The decision was a joint decision to suspend the exercises in August as a goodwill gesture with the expectation for North Korea to move on the denuclearisation track.
And Kang Khung-wha

"Nothing is set in stone - the decision is to suspend them in August.

"There is no decision with regard to further exercises going forward."

She agreed that since last month's landmark summit, the North had send out "mixed signals" when it came to dismantling its nuclear missiles programme,with the apparent destruction of a test facility balanced by satellite images which seemed to show work to expand other sites.

She said: "What they have committed to is to stop testing

"They've closed down a nuclear test site.

"We wanted international experts to be there to confirm this but that has not happened.

"They have committed to stop testing - not to stop their programmes.

"Obviously this is a big concern and this will be a part of negotiations going forward."


Mrs Khung-wha suggested there had been a clear dialling-down of inflamed rhetoric coming from PyongYang in recent months which she attributed to the ongoing peace process, adding that she expected negotiations to move "expeditiously" - although she refused to speculate about a time frame.

She added: "What North Korea seeks is security guarantees. The rationale for the nuclear programme was that it provides security.

"President Trump has said you will get security guarantees if you denuclearise."

She acknowledged that "tough negotiations" lay ahead in order to realise the aim of denuclearisation -,but said she believed North Korea's Supreme Leader Kim Jong-un remained committed to the process.

The South Korean said: "Having come this far, for him to back down would be hugely risky when he knows that he cannot deliver the path to a better economy with sanctions in place on his regime."
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
איך בין דיסאפוינטעט אז טראמפ האט נאך נישט אנגעהויבן רעדן שטרענגער מיט קים, אין דער צייט וואס קים מאכט קלאר פורים. איך ווייס, אפשר וויל ער עם נאך געבן אביסל צייט. לאמיר זען.
."
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

כ'בין זיכער אז אז ווען טראמפ זאל זיין גרייט אויף א דיעל ווי די איראן דיעל וואלט מען שוין געהאלטן דארט זעהט זיך אויס אז דער איבערמוטיגער טראמפ איז נישט אזוי הונגעריג פאר א דיעל ווי דער דורכגעטראכטער
אבאמא
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

עפעס רוקט זיך יא זעהט אויס.
Images indicate North Korea dismantling test site facilities: report | Reuters
Reuters › article › images-indicat...
3 hours ago · WASHINGTON ( Reuters) - Satellite images indicate North Korea has begun dismantling key facilities at a site used ...
https://mobile.reuters.com/article/amp/idUSKBN1KD2HW
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

וואשינגטאן פאוסט באריכט
U.S. spy agencies are seeing signs that North Korea is constructing new missiles at a factory that produced the country’s first intercontinental ballistic missiles capable of reaching the United States, according to officials familiar with the intelligence.

Newly obtained evidence, including satellite photos taken in recent weeks, indicates that work is underway on at least one and possibly two liquid-fueled ICBMs at a large research facility in Sanumdong, on the outskirts of Pyongyang, according to the officials, who spoke on the condition of anonymity to describe classified intelligence.


איך שטעל זיך פאר אז (אויב דאס איז נישט פעיק ניוז) ווייסט טראמפ שוין דערפון א שטיק צייט, די שאלה איז פארוואס ער איז אזוי פאסיוו
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9368
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: נארט קאריע האלט (דערווייל) ביי גארנישט- אנאליז.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נארט קאריע האט היינט ארויפגעשאסן א סעטעלייט ראקעט, און..... ס'האט געטראסקעט מיט גרויס בושות אינמיטן וועג.

מ'באריכטעט דא???
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”