UTA קרית יואל העכערט די שכ"ל מיט $100 א חודש

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 09, 2018 11:25 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:איך וויל נאר זאגן אגב, איך זעה אז דער עולם רעכנט אויס דער בית השחיטה אלס א חלק פון די הכנסות פון די מוסדות, וויל איך אייך איינמעלדן אז דאס באלאנגט שוין לאאאאנג נישט פאר די מוסדות, ר' מ. ה. האט דאס אויסגעקויפט מיט עטליכע יאר צוריק.

און וואו איז דאס געלט פון די סעיל?...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 09, 2018 11:31 pm

עס שיינט אז ווילאנג עס האט נישט געהאט געלט איז עס געווען א מוסדות עקספענס, און ווען עס האצעך אנגעהויבן אויסצעגראדען, דאן, העי, עס איז מיינס...
בוי זיך זעלבסט

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג יולי 10, 2018 2:55 am

צו געזונט האט געשריבן:עס שיינט אז ווילאנג עס האט נישט געהאט געלט איז עס געווען א מוסדות עקספענס, און ווען עס האצעך אנגעהויבן אויסצעגראדען, דאן, העי, עס איז מיינס...

הייבט זיך נישט אן, יעדע דאללער וואס קומט אריין ווערט דארט reinvested, מהאט invested מיליאנען די לעצטע פאר יאר אין מען איז נאכנישט פיניש.
דעס איז חוץ די קאלד קאטס פלענט וואס מען האט אויפגעבויט דארט וואס האט געקאסט מיליאנען.

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דינסטאג יולי 10, 2018 4:28 am

משה ישר האט געשריבן:פון ווי ווייסן זיי ווער ס'עסט בשר בהמה איין מאל א וואך?...


די בוטשער און בית השחיטה איז די זעלבע בעלי בתים

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דינסטאג יולי 10, 2018 5:29 pm

יעצט געזען א שכר לימוד בראשור וואס סענטרל יו טי עי וומסב"ג האבן ארויסגעשיקט און זיי שרייבן דארט אז די קאסט פון א קינד איז 500$ א חודש (כמדומה האט יו טי עי וומסב"ג אויך אזוי געשריבן פאריאר זימער), און זיי קאמפיינען אז דער עולם זאל צאלן די פולע קאסטן פון די קינדער,

איז די שאלה וויפיל קאסט א קינד באמת?

איך זעה דאך אז קרית יואל שרייבט אז די קאסט פון א קינד איז 335 א יונגל און 305 א מיידל

קאסט אין שטאט טאקע טייערער? אפשר ווייל דאס קויפן לאנד איז טייערער?

(אדער אפשר רעכנט טאקע קרית יואל אריין די אינקאמ'ס בעפארן רעכענען די קאסט פרייז? דעמאלץ פ"וו רעכנט נישט וומסב"ג די וואוטשער'ס?)

קלארשטעלונג: איך מיין נישט חלילה צו העצן אויף קיין שום הייליגן מוסד און ווילאנג איך בין נישט גרייט צו זיין פון די הנהלה און פירן דאס רעדל און טראגן דעם עול, האב איך נישט קיין רעכט דיעות צו זאגן, און ווי מ'זעט דא וואס כ'האב אויבן געשריבן האב איך אלץ געבעקט די הנהלות המוסדות'ער

איך פרעג נאר סתם פאר אינטערסאנטקייט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג יולי 10, 2018 5:38 pm

מיר האט געזאגט איינער פון די ראשי הקהלה פון קהלה מהרז"ל ב"פ
אז עס קאסט אים $550 א קינד

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דינסטאג יולי 10, 2018 5:43 pm

דאס קען זיין ווייל ס'איז נאך א קליינע מוסד קעגן די אנדערע און ווי קלענער איז אלץ טייערער פער קינד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג יולי 10, 2018 6:04 pm

צל עובר האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע מעשה'לע ווערט פארציילט אין א געוויסע שטעטעלע, וואו דער גלח און להבדיל דער רב - די צוויי מענטשן מיט אביסל מער איי. קיו. פון די דורכשניטליכע פויערן, האבן זיך גאר גוט געלעבט.

ויהי הלילה, עס איז שפעט אויפדערנאכט, און דער רב הערט קלאפן אויף זיין טיר. כ'גלייב אז ער האט געהאלטן דאן אינמיטן תיקון חצות, און ער עפנט דעם טיר. צו זיין וואונדער זעט ער דארט דעם גלח.

"וואס ברענגט אייך אהער אין אזא שפעטע שטונדע?" וואונדערט זיך דער רב.

"ששש! איך האב א פראבלעם, כ'האנישט וואס צו עסן, מיין פאמיליע גייט אויס פאר הונגער! וויאזוי לעבט איר מיט אזא ברייטקייט?"

דער רב האט זיך צושמייכלט, און אריינגערוימט אין אויער פארן גלח: 'הער מיר גוט אויס. אז איך דארף פרנסה בוי איך אויף א נייע בעסמעדרעש"...

"וואס הייסט?"

"מעלד איין אז דו גייסט בויען א פרישע גרויסע קירכע, און יעדע שטיק צייט מאכט מען אן "עמערדזשענסי קאמפיין", פארשטייט זיך אז יעדע פענסטער אדער טיר ווערט פארקויפט פאר גרויס געלט, דיין פרעפל ברעטל פארקויף פאר א מיליאן רייניש, וועסטו זען אז דו האסט ברייט צום לעבן"...

דעם קומענדיגן צופרי האט דער קריסטליכער געמיינדע אין שטאט גערוישט, דער גלח גייט בויען א הערליכע פראכטפולער קירכע, און מען מאכט א מצב...

דריי יאר איז אדורך.

ויהי הלילה, עס איז שפעט אויפדערנאכט, און דער רב הערט קלאפן אויף זיין טיר. כ'גלייב אז ער האט געהאלטן דאן אינמיטן תיקון חצות, און ער עפנט דעם טיר. צו זיין וואונדער זעט ער דארט דעם גלח.

"וואס ברענגט אייך אהער אין אזא שפעטע שטונדע?" וואונדערט זיך דער רב.

"ששש! איך האב א פראבלעם, כ'האנישט וואס צו עסן, מיין פאמיליע גייט אויס פאר הונגער! וויאזוי לעבט איר מיט אזא ברייטקייט?"

"וואס הייסט? וואס האט פאסירט מיט די קירכע?"

"די קירכע איז שוין פארטיג, עס שטייט מייסטערהאפטיג אויף איר ארט!" קרעכצט דער גלח.

"איי איי איי דו בטלן! דו ווייסט נישט אז מ'ענדיגט קיינמאל נישט צו בויען א בנין? וואו איז דיין שכל?"...

---

די נמשל: אין קרית יואל ענדיגט מען כמעט יעדע יאר א פרישע בנין... וד"ל.

איך פארשטיי נישט, און די אלע בנינים זענען ליידיג?

און בכלל פארוואס קען מען נישט טון די געהעריגע וועג, וואס דאס טוט מען גראדע אין באראפארק, בויען איין בנין יארן לאנג אזוי איז די קאסט אסאך ביליגער און די אינקאם קען זיין די זעלבע.

איך מיין אז דו האסט נישט פארשטאנען וואס שמעלקא האט געזאגט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » דינסטאג יולי 10, 2018 6:20 pm

הרב_שלום האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:און מלמדים וואס וואוינען אין בארא פארק דארפען אויך צאלען "עפעס" שכר לימוד. נישטא די גענצליך פרייע דערהער.
ער האט א ביליגען זאל, און אויך א גאר טייערע זאל וואס ברענגט אריין אסאך געלט, סיי פון גאר רייכע חתונות און טייערע דינער'ס א.ד.ג.

אלע מלמדים אין בארא פארק וואוינען אין ווימס

סתם פאר דיין נאלעדזש
די מלמדים אין בארא פארק וואס וואוינען אין ווילי. צאלן נישט קיין פעני שכר לימוד צוליב וואס די מוסד אין בארא פארק צאלט זייער שכר לימוד פאר ווילאמסבורג
יעצט ביטע זוכט א נייע טעראריע

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 10, 2018 7:49 pm

@קלאצקאפ גערעכט, ברויך מען איבערבעטן @שמעלקא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דינסטאג יולי 10, 2018 7:55 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:און מלמדים וואס וואוינען אין בארא פארק דארפען אויך צאלען "עפעס" שכר לימוד. נישטא די גענצליך פרייע דערהער.
ער האט א ביליגען זאל, און אויך א גאר טייערע זאל וואס ברענגט אריין אסאך געלט, סיי פון גאר רייכע חתונות און טייערע דינער'ס א.ד.ג.

אלע מלמדים אין בארא פארק וואוינען אין ווימס

סתם פאר דיין נאלעדזש
די מלמדים אין בארא פארק וואס וואוינען אין ווילי. צאלן נישט קיין פעני שכר לימוד צוליב וואס די מוסד אין בארא פארק צאלט זייער שכר לימוד פאר ווילאמסבורג
יעצט ביטע זוכט א נייע טעראריע


אמאל פלעגן די בארא פארקע מלמדים וואס וואינען אין וומב"ג גארנישט באצאלן קיין שכ"ל, שפעטער איז יעדער געווארן מער זעלבסשטענדיג פאר זיך האט וומס אנגעהויבן טשארדשן גאר א קליינע פרייז פון בארא פארק'ער מוסדות.

ובדרך אגב: האט מיר איינער געענטפערט אין אישי אויף מיין פריערדיגע פראגע אז קרית יואל רעכנט זייערע קאסט פרייזן נאכן אראפרעכענען די לאנטש פראגראם אבער אן לאנטש פראגראם איז די קאסט פון א קינד טאקע בערך 500$ א חודש

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג יולי 10, 2018 7:59 pm

צל עובר האט געשריבן:@קלאצקאפ גערעכט, ברויך מען איבערבעטן @שמעלקא.


מ'ברויך נישט... שמעלקא מאכט גענוג טעותים, יעדער מענטש מאכט א טעות.

אגב @צל, מ'האמיר זייער הנאה פון אייערע תגובות, קיפעראפ!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מיטוואך יולי 11, 2018 12:30 am

לאו דוקא האט געשריבן:
וואס הערט זיך האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:און מלמדים וואס וואוינען אין בארא פארק דארפען אויך צאלען "עפעס" שכר לימוד. נישטא די גענצליך פרייע דערהער.
ער האט א ביליגען זאל, און אויך א גאר טייערע זאל וואס ברענגט אריין אסאך געלט, סיי פון גאר רייכע חתונות און טייערע דינער'ס א.ד.ג.

אלע מלמדים אין בארא פארק וואוינען אין ווימס

סתם פאר דיין נאלעדזש
די מלמדים אין בארא פארק וואס וואוינען אין ווילי. צאלן נישט קיין פעני שכר לימוד צוליב וואס די מוסד אין בארא פארק צאלט זייער שכר לימוד פאר ווילאמסבורג
יעצט ביטע זוכט א נייע טעראריע


אמאל פלעגן די בארא פארקע מלמדים וואס וואינען אין וומב"ג גארנישט באצאלן קיין שכ"ל, שפעטער איז יעדער געווארן מער זעלבסשטענדיג פאר זיך האט וומס אנגעהויבן טשארדשן גאר א קליינע פרייז פון בארא פארק'ער מוסדות

איך מיין אז איר זאלט אויסטשעקן בעפאר איר שרייבט
מלמדים צאלן נישט אין ווילי. גארנישט חוץ אנפאנג יאר א קליינער פרייז פאר די אלע טשארדזשעס מיט אלע נעמען אבער חודזשליך גארנישט.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג יולי 31, 2018 12:06 pm

מיין ברודער זאגט מיר אז ער האט נעכטן באקומען א בריוו מיט זיין העכערונג
און עס איז נאר $15 א קינד העכער.
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 2:50 pm

:lol: היות די וואלן אשכול איז געשטארבן, קען מען דא ממשיך זיין.......... ;l;p-
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:13 pm

אהער און אהין האט געשריבן::lol: היות די וואלן אשכול איז געשטארבן, קען מען דא ממשיך זיין.......... ;l;p-


ריכטיג, ווארשיינליך ביי די קומענדיגע וואלן וועט די אישו זיין די אטאקעס קעגן חינוך, און דורכדעם וועלן זיי דאך אפטריקענען די צינורות, העט מען ווידערמאל ברויכן העכערן די שכר מלומדות.

שיין פשעטל, ש'כח שמואל'יק.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג יולי 02, 2019 11:39 am

די קימעדיגע אלול גייט וויאמ''ש קרית יואל אויך העכערן שכר לימוד פער קינד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג יולי 02, 2019 1:01 pm

איך האלט אינמיטן שרייבן אין די קר''י אשכול אז ווי עס קוקט אויס גייט עס עני רגע ווערן פארשפארט... איך וויל עס שיקן, און... באמפס! ס'שוין אונטער לאק דאון..
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יולי 02, 2019 3:48 pm

בבל האט געשריבן:די קימעדיגע אלול גייט וויאמ''ש קרית יואל אויך העכערן שכר לימוד פער קינד


לפי השמועה העכערט מען אויך פאר כולל אינגעלייט. די שאלה איז צו די פעיראל פון די כולל איז אויך געהעכערט געווארן (אויב בכלל אמאל אין די לעצטע פאר יאר)

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 02, 2019 3:49 pm

וואס טייטש העכערן, וואס גייט זיין די נייע פרייז?
איי איי,-וועלט

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג יולי 02, 2019 3:52 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וואס טייטש העכערן, וואס גייט זיין די נייע פרייז?

איך האב געהערט 50 פער קינד א חודש

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 02, 2019 3:54 pm

בבל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וואס טייטש העכערן, וואס גייט זיין די נייע פרייז?

איך האב געהערט 50 פער קינד א חודש
איי איי,-וועלט

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג יולי 02, 2019 3:56 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וואס טייטש העכערן, וואס גייט זיין די נייע פרייז?

איך האב געהערט 50 פער קינד א חודש

50 מער ווי ביז היצט
סארי

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 02, 2019 3:58 pm

בבל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וואס טייטש העכערן, וואס גייט זיין די נייע פרייז?

איך האב געהערט 50 פער קינד א חודש

50 מער ווי ביז היצט
סארי

איר פארשטייט קיין אידיש?
וויפיל גייט א עוורידזש מענטש באצאלן (עוורידזש. להוציא כולל אינגערמאן וגדו')
איי איי,-וועלט

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:24 pm

וויפיל צאלט מען למעשה פאר א קינד אין Uta קרית יואל היינט .?
מוסדות ויואל משה האט יעצט שרעקליך געהעכרט מיט $50 א קינד יעצט פרייטאג פלאס בדק הבית פערל''ס רעגסטרעישן, און זיי שרייבן אז סקימט נאך א עקסטערע ביל( געהערט אז 50 $ א קינד )פון די נייע אמת באס קאמפעני וואס גייט פון היינט און ווייטער זיין די טראנספארטאציע פאר די מוסדות


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה שמו און 10 געסט