נארט קאריע האלט (דערווייל) ביי גארנישט- אנאליז.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

נארט קאריע האלט (דערווייל) ביי גארנישט- אנאליז.

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג יולי 08, 2018 11:08 pm

נארט קאריע האלט (דערווייל) ביי גארנישט.

דאס איז מיין אנאליז פון די באריכטן פון די לעצטע 3 וואכן, און איך האף צו זען א שארפע רעאקציע אין די קומענדיגע פאר וואכן פון די טראמפ אדמינסטראציע. אויב זאל טראמפ שפילן דינייעל האב איך מורא גייט ער פארלירן די פייט.

סעטעלייט פיקטשורס ווייזן אז נ.ק. ברייטערט אויס זייערע נוקס, מיסעלס. סאבמארינס. די אינטעליזשענטס סארסעס זאגן אז נ.ק. פלאנט בכלל נישט אויפצוגעבן זייער נוקס. דאס איז אלעס גווען ביז פרייטאג, האב איך געווארט צו זען ווי אזוי פאמפעי'ס וויזיט גייט, און די רעזאלטאטען זענען נעגאטיוו. הויפטזעכליך דאס נישט געבן קיין מיטינג מיט קים, און זייער זיך אפרעדן אז אמעריקא פירט זיך אויף ווי די מאפיא פארן האבן די חוצפה צו פארלאנגן אז נ.ק. זאל אויפגעבן זייערע נוקס.

יעצט איז אזוי, אויב מאכט יעצט טראמפ א 180 דעגרי טוירן האט ער לויט מיין מיינונג גארנישט דערלייגט. ער האט סך הכל געגעסן אביסל וועטשערע אין סינגאפאור, און געהאלפן ריקן דעם נארט קאריע זייגער. ער קען אנהייבען סטראשענען מיטן ערגסטען ביתר שאת, מיט די טענה אז דיפלאמאטיש קומט מען אין ערגעץ נישט אן. והא ראיה, איך האב דאך פראבירט דאס מקסימום.

אויב אבער בלייבט ער צוגעקלעבט צו זיין מיינונג אז קים איז יא ערענסט אן קיין שום זאכליכע שריט מצד קים, וועט ער ווערן דער פורים.
-----------------
אין א אלוועלטליכען קאנטעקסט זענען זאכן אסך מער קאמפליצירט.

כינע, וואס איז אונטער א סטראשע פון טראמפ אויף טאריפס פון 500 ביליאן, טועט אלס נקמה וויירשיינליך שטופען נ.ק. נישט צו קאפערירן.

פון די אנדערע זייט האט אמעריקא געשיקט א שארפן סיגנאל צו כינע, אין א פלאץ ווי כינע איז די מערסטע סענסעטיוו. די איין כינע פאליסי. אמעריקאנער שיפן זענען נעכטען אריבער געפארן נעבן טייוואן., און טראמפ האט שוין ביים קאמפיין געזאגט אז ער איז גרייט צו מאכן די איין כינע פאליסי אלס פארהאנלונגס געצייג.

דער שאך ברעטעל מיט כינע איז העכט אינטרעסאנט.

Two US warships passed through the Taiwan Strait on Saturday in a move that is likely to be regarded on the island as a sign of support by the US. Separately, the crossing may lead to a further spike in tensions with China.

According to Taiwan’s Defense Ministry, two vessels appeared on radar sailing to the northeast, essentially in line with formal regulations; however, the US military declined to comment on the matter.

China has consistently said that Taiwan is the most sensitive issue in its diplomatic ties with the United States, with the second biggest economy in the world viewing the island as a wayward Chinese province.

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » זונטאג יולי 08, 2018 11:31 pm

צפון קאריע איז לכתחלה געווען אינטערעסירט, נאר כיניע האט באשלאסן איר צו ניצן אלץ א שטעקן קעגן אמעריקע?
דאס דארף לכאורה טראמפ קענען איינקעשן אין טוויטען דערוועגן אין מאכן א געטומל, איז דא עפעס באווייז?
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 08, 2018 11:32 pm

פיין געשריבן אינגערמאן. כ׳מיין אבער אז כינע וויל נישט מישן די נ.ק. מיטן האנדל קריג. ווייל ווען ס׳קומט צו טאריפן זענען זיי ענדערש אויפן דעפענסיוו ווי אמעריקא. אויב עפעס יא איז פארקערט, ס׳קען זיין אז טראמפ וויל זיי האלטן ביים קארק מיטן טאריף קריג ווילאנג ער באפארעדצעך מיט קימטשע.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » זונטאג יולי 08, 2018 11:42 pm

און די קורצע צייט האלטסטו דארף מען שוין זען פארגרעס? גיב עס עטליסט 3-6 חדשים

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 09, 2018 12:41 am

ייש"כ היימישער

גם זה יעבור האט געשריבן:און די קורצע צייט האלטסטו דארף מען שוין זען פארגרעס? גיב עס עטליסט 3-6 חדשים

אודאי מוז מען געבן צייט פאר פראגרעס, מען ברויך נאר שטענדיג קוקן צו מען פארט אין יענעם ריכטונג בכלל.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג יולי 09, 2018 9:29 am

North Korea’s is thought to be working on a new submarine capable of launching nuclear-armed ballistic missiles

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... u6Hy_AqIT5

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יולי 09, 2018 10:29 am

יונגערמאן. ס׳קוקט אויס אז טראמפ האט געליינט דיין אנאליז

BFFCF219-0B25-4F48-9459-BB243CC5202B.jpeg
BFFCF219-0B25-4F48-9459-BB243CC5202B.jpeg (92.53 KiB) געזעהן 1308 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 09, 2018 10:39 am

איז מיר א פלא מעיקרא מאי קא סבר
וואס האט דער קאם-דזשאנג-אן געוואלט מיטן זיך טרעפן מיט דעם טראמפ????

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » מאנטאג יולי 09, 2018 11:16 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איז מיר א פלא מעיקרא מאי קא סבר
וואס האט דער קאם-דזשאנג-אן געוואלט מיטן זיך טרעפן מיט דעם טראמפ????

דאס איז טאקע די טענה פון די דעמיקראטען, צפון קאריע האט די זעלבע רעקארט פון פרעה גוזר ואינו מקיים... שוין צענטליגער יארען וואס מ'מאכט אן אפמאך און זיי פייפען זיך אריין כאילו לא היה ,
אבער ער וויל מען זאל אים אנערקענען אזוי ווי א געהעריגע וועלט פירער, מ'זאל רעדען צו אים מיט כבוד און ריספעקט, און אים קאווערען און די צייטונגען אזוי ווי יעדע אנדערע וועלט פירער.

אבער קיין איין פרעזידענט האט עס אים נישט געוואלט נאכגעבען פשוט ווייל מ'ווייסט אז זיין ווארט איז נישט ווערט די שפייאכטס און זיין אינטערשריפט איז נישט ווערט די טינט וואס מ'ניצט אויס, סיי ער האלט זיך נישט דערצו און דערנאך נעמט ער נאך אויס דערפון צוווייזען פאר זיין לאנד אז ער איז א מעכטיגע פירער ווייל אנדערע לענדער מיזען זיך בעטען צו אים.

איך גראדע געב קרעדיט פאר טראמפ פארען טרייען צו גיין אויף א אנדערע מהלך צו פראבירען מיט בייזען אין מיט גוטען אים צו ברענגען צו זיך האלטען צום אפמאך אבער דאס אז קום זאל זיך וועלן טרעפן מיט טראמפ איז נישט קיין ווינדער און דאס אז קום זאל זיך נישט האלטען צום אפמאך איז אויך נישט קיין ווינדער...

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג יולי 09, 2018 11:59 am

איך מיין אז יעצט גייט טראמפ ענדליך קענען ווייזען פאר די וועלט די כוחות פון די אמעריקאנער מיליטער (אנשטאט די פאראדע וואס די דעמס האבן עהם נישט געלאזט) און דריקן זיין גרויסען רינדעכיגע רויטן קנעפל אינעם ריכטונג פונעם ליטל ראקעט מען.
פארשטייטצעך אז די דעמאקראטן וועלן זאגן אז זיי האבן געוואוסט אז מען טאר זיך נישט טרעפן מיט עהם, און טראמפ וועט זאגן איך האב געטרייעט צו זיין נייס און פאליטיקלי קארעקט און יעצט וועל איך עהם ווייזן.
Stay tuned#

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יולי 09, 2018 12:38 pm

kosher phone האט געשריבן:איך מיין אז יעצט גייט טראמפ ענדליך קענען ווייזען פאר די וועלט די כוחות פון די אמעריקאנער מיליטער (אנשטאט די פאראדע וואס די דעמס האבן עהם נישט געלאזט) און דריקן זיין גרויסען רינדעכיגע רויטן קנעפל אינעם ריכטונג פונעם ליטל ראקעט מען.
פארשטייטצעך אז די דעמאקראטן וועלן זאגן אז זיי האבן געוואוסט אז מען טאר זיך נישט טרעפן מיט עהם, און טראמפ וועט זאגן איך האב געטרייעט צו זיין נייס און פאליטיקלי קארעקט און יעצט וועל איך עהם ווייזן.
Stay tuned#

נישט מיטגעהאלטן אז די דעמאקראטן האבן געשטערט די פאראדע?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יולי 09, 2018 12:40 pm

שיעור פארגעסן, @היימישער עז אלוועיס צונעמט א טעמע מיט א גרינטליכקייט און אביעקטיווקייט צום שטוינען.

יישר כח!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג יולי 09, 2018 12:46 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:איך מיין אז יעצט גייט טראמפ ענדליך קענען ווייזען פאר די וועלט די כוחות פון די אמעריקאנער מיליטער (אנשטאט די פאראדע וואס די דעמס האבן עהם נישט געלאזט) און דריקן זיין גרויסען רינדעכיגע רויטן קנעפל אינעם ריכטונג פונעם ליטל ראקעט מען.
פארשטייטצעך אז די דעמאקראטן וועלן זאגן אז זיי האבן געוואוסט אז מען טאר זיך נישט טרעפן מיט עהם, און טראמפ וועט זאגן איך האב געטרייעט צו זיין נייס און פאליטיקלי קארעקט און יעצט וועל איך עהם ווייזן.
Stay tuned#

נישט מיטגעהאלטן אז די דעמאקראטן האבן געשטערט די פאראדע?

https://www.militarytimes.com/news/pent ... ry-parade/

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יולי 09, 2018 12:49 pm

פון דמיונ'ן פון אויפברענגן לעגיסלעישאן ביז שטערן איז א מהלך.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג יולי 09, 2018 12:53 pm

איך ווייס נישט פארוואס מען טאנצט אויף אויף יעדע ריר פון די נעגאושיעשענס.

אויב זאל מארגן זיין אין די נייעס אז נארט קאריע האט צוריקגערופן און גערעדט מיט פאמפעיאו, וועט מען דעמאלט צוריקצוען און שרייבן "זעהט אויס אז זיי האלטן יא דערביי" ??

דא קומט פאר נעגאושיעישאנס. צוויי צדדים, אמעריקא און נארט קאריע האלטן "אינמיטען" א לאנגע פראצעדור, פול מיט דעטאלען. יעדע צד הייבט אן מיט פארלאנגן אלעס און צוביסלעך מיט די צייט פארגלייכט מען זיך אויף א "פיינעל" דיל.

דערווייל האט נאך נארט קאירע נישט "אפגעשטעלט" די פארהאנדלונגען. זיי האבן בלויז געלאזט פאלן סטעיטמענטס.
דאס איז זייער נארמאל - בפרט ווען מען פארלאנגט פון א לאנד צו אויפגעבן זייער איינציגסטע זאך מיט וואס זיי קענען שטאלצירען. און בכלל איז עס זייער נארמאל, און עקספעקטעט אז די נארט זאל נישט גלייך אויפגעבען אלע אירע "בארגענינג טשיפס" אויף א גאלדענע טאץ.
זיי ווילן הערן "וואס נאך" קען זיי אמעריקא אפערען פארן זיך צישטעלן..

#ימים ידברו
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יולי 09, 2018 4:16 pm

שמאטע איך בין מיט דיר אבער איך האב נאך אלס היימישער'ס קאנסערן'ס.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג יולי 09, 2018 4:20 pm

ס'וועט נאר זיין אפגעשטעלט ווען "ביידע זייטן" מעלדן אז ס'איז אפגעשטעלט.
ביז דאן איז עס אלס "טאקטיקן".
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2488
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יולי 09, 2018 6:12 pm

ווי לאנג איך בין אומקלאר איבער די מאטיוון פון צפון מיטן בכלל מעלדן אז זיי ווילן דענוקלערייזעישן, בין איך גענויגט צו גלייבן סיי וואספארא אנאליז וואס צייגט אויף דעם צוזאמפאל פון געשפרעכן.

איך האב נאך דערווייל נישט געהערט קיין שום לאגישער הסבר פארוואס פלוצלינג איז בייגעפאלן פאר קארעא צו קומען צום טיש. געווענליך קומט אזא זאך ווען א לאנד האלט הארט איידער צוזאמפאל, אדער ווען דער שונא'ס מיליטער שטייט ביים שוועל פון אינוואדירן וכדו'.

אין אונזער פאל איז נישט געווען קיין איינס פון די צוויי, ווען צפון איז ארויסגעקומען אוט אוו די בלו, און געמאלדן גרייטקייט פאר געשפרעכן. בפרט ווען די אלטימעיט קאנדישענס פון די פארהאנדלונגען זענען פאר קארעא צו זאגאר אויפגעבן אויף איר סאמע אידענטיטעט, נעמליך, די נוקלעארע זאפאסן אויף וואס זי ארבעט שוין יארן לאנג. פארגעסט נישט, אז די מינוט וואס צפון האט א פארטיגע באמבע, איז ידה על העליונה, און אמעריקע וועט זיין גרייט צו מאכן גאר אנדערע דיעלס מיט איר פון דאן, א שטייגער ווי די אומאפיציעלע אפמאך מיט מדינת ישראל, נישט צו מאכן קיין טעטס ועוד.

מיר ציהט צו גלויבן אז כינע איז דער וואס מישט דעם טאפ, און יעדע אקט פון קארעא, ווערט פון פאראויס מאניפולירט דורך די כינעזער.

סתם אזוי וואלט איך אויך געוואלט קלערן אווי שמאטע זאגט, אבער ווען דער גאנצער דיעל באשטייט לעת עתה פון "ציהלן צו דענוקלערייזעישן", און דער מדובר טוט נישט מיר און נישט ווייניגער ווי פארברייטערן די סיסטעמען, איז נאר נארמאל צו אננעמען, אז איינער שפילט דא א געים, און ס'איז נישט זיכער ווער איז דער וואס שפילט אריין פאר דעם צווייטן.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מאנטאג יולי 09, 2018 6:57 pm

סתם פאר אינטערסאנקייט כ'האב נישט מיטגעהאלטן ביז יעצט ער האט שוין למעשה צירוק געגעבן די ביינער פון די אמערקאנע סאלדאטן פון קארעא מלחמה?

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 09, 2018 7:36 pm

מען האט נאכנישט למעשה צוריקגעגעבן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 09, 2018 7:37 pm

@הענעטי זיי האבן שוין אטאם באמבעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג יולי 09, 2018 7:38 pm

@היימישער הערליכע אנבייעסד אנאליז, אבער איך קלער עכ"פ דערווייל ווי @שמאטע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג יולי 09, 2018 8:48 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:און אמעריקע וועט זיין גרייט צו מאכן גאר אנדערע דיעלס מיט איר פון דאן, א שטייגער ווי די אומאפיציעלע אפמאך מיט מדינת ישראל, נישט צו מאכן קיין טעטס ועוד.


וואס איז מ''י דא אריינגעמישט? עס איז נאר א משל?
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2488
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יולי 09, 2018 9:01 pm

יא משל

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דינסטאג יולי 10, 2018 12:43 am

שאן, זייער פיין געזאגט.
דאס איז די מיליאן דאלערדיגע קשיא וואס ס'שווער דא, פארוואס איז קים'נן זיך געזעצט צום טישל, פין איין זייט זעהט ער מד"י אין פין די אנדערע זייט זעהט ער די ריזולטאטן פין קדאפי וואס האט יא אויפגעגבן זיינע נוקלער אין וואס א סוף ער האט געהאט.

נ.ב. אז די ווילסט פרעגן קשיא'ס אויף טראמפ מיסטו טוישן דיין ניק.
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kosersold, נו שוין, פראביר נאר און 19 געסט