איי-וועלט כשרות אפטיילונג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 04, 2018 4:03 pm

נישט אלע האבן אן OK
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 04, 2018 4:06 pm

אבער אנדערע פראדוקטן וואלטן זיי נישט געגעסן און געטרונקן פון OK ס'זעהט אויס אז דער עולם נעמט אן אז טרינקן איז באיזה אופן גרינגער ווי עסן דוגמת קאוק
לעצט פאראכטן דורך חמרא טבא אום מיטוואך יולי 04, 2018 4:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 04, 2018 4:11 pm

אויך Perrier איז א מלתא דפשיטא ביים עולם אז מ'טרינקט עס
31QqhxOzQ2L._SY355_.jpg
31QqhxOzQ2L._SY355_.jpg (12.34 KiB) געזעהן 917 מאל
דביה תחדי נפשא

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יולי 04, 2018 4:32 pm

נאטורליכע אן קיין פלעיוואר, וואס איז די פראבלעם?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 04, 2018 4:33 pm

מ'רעדט דאך מיט א פלעיוואר
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 04, 2018 4:42 pm

זיך דערמאנט וואס א ידיד האט מיר דערציילט מער ווי 30 יאר צוריק
הרה"צ ר' ישרא' ראטענבערג קאסנאן זצ"ל האט אמאל געפרעגט
ר' בערל לוי ע"ה אבי ר' דן יואל וועגען א אינגרידענט אין א פראדוקט אינטער זיין השגחה
האט ער אים ג'ענטפערט "ווער האט דיר געזאגט אז עס איז פאר דיר?"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 04, 2018 4:58 pm

The OK Laboratories has long recognized that both groups are represented among mainstream kosher consumers. Therefore, we accommodate those who consume chalav stam by certifying such products as OKDairy. And we have the highest regard for the thousands of Jews who are scrupulous about chalav Yisrael. In fact, all the Rabbinic Coordinators at the OK personally use only chalav Yisrael. We strive, wherever possible, to certify dairy products as chalav Yisrael, and in the most stringent manner. OK-certified chalav Yisrael items are designated as such on the label.


נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

יקב ברקן

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יולי 04, 2018 5:37 pm

עפעס טוט זיך אן איבערקערעניש וועגן ברקן וויין.
ווער ווייסט פרטים?

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מיטוואך יולי 04, 2018 6:03 pm

זיי האבן געוואלט נעמען די הכשר פון בד"ץ עדה החרדית, איז נתברר געווארן אז עס זעענען פארהאן ארבייטער "פאלאשן", וואס דער מנחת יצחק האלט אז זיי זענען ספק ישראל,
די עדה האט פארלאנגט אז זיי זאלן ארויסגיין, און די חברה האבן אנגעהויבן בונטעווען, און אראפגעברענגט די פרעסע, די "רבנות" נעמט זיך אן פאר זיי,
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

בית שמחה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:48 pm

Black&mild cigar Wine

תגובהדורך בית שמחה » מיטוואך יולי 04, 2018 11:58 pm

האב געקויפט א Black&mild cigar אין זיך דערזעהן דערנאך אז דאס האט א פלעווער פון Wine. ווייסט איינער עפעס וועגען דעם, צו דאס האט א שאלה וועגען חשש יין נסך?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:17 am

אוי וויי טאטע האט געשריבן:זיי האבן געוואלט נעמען די הכשר פון בד"ץ עדה החרדית, איז נתברר געווארן אז עס זעענען פארהאן ארבייטער "פאלאשן", וואס דער מנחת יצחק האלט אז זיי זענען ספק ישראל,
די עדה האט פארלאנגט אז זיי זאלן ארויסגיין, און די חברה האבן אנגעהויבן בונטעווען, און אראפגעברענגט די פרעסע, די "רבנות" נעמט זיך אן פאר זיי,

און ווער פון די פוסקים האלט דען אז פאלאשן זענען יא ריכטיגע אידן ע"פ הלכה?

א"כ קען מען דאך נוצן דאהי דעם ראביי פון די פעטשן עוו. שול אלס א משגיח.

אונטער וועמענס השגחה איז דאס געוועזן ביז היינט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 05, 2018 9:59 am

farshlufen האט געשריבן:
אוי וויי טאטע האט געשריבן:זיי האבן געוואלט נעמען די הכשר פון בד"ץ עדה החרדית, איז נתברר געווארן אז עס זעענען פארהאן ארבייטער "פאלאשן", וואס דער מנחת יצחק האלט אז זיי זענען ספק ישראל,
די עדה האט פארלאנגט אז זיי זאלן ארויסגיין, און די חברה האבן אנגעהויבן בונטעווען, און אראפגעברענגט די פרעסע, די "רבנות" נעמט זיך אן פאר זיי,

און ווער פון די פוסקים האלט דען אז פאלאשן זענען יא ריכטיגע אידן ע"פ הלכה?

א"כ קען מען דאך נוצן דאהי דעם ראביי פון די פעטשן עוו. שול אלס א משגיח.


אויף וועם פרעגסט דו?
די ראבינאט? די איטאניעם?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:03 am

ס'דרייט זיך דען נישט אין היימישע קרעטשמעס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:31 am

farshlufen האט געשריבן:ס'דרייט זיך דען נישט אין היימישע קרעטשמעס?

לויט ווי איך פארשטיי איז דער גאנצער עסק א תוצאה פון א תנאי פון די עדה איידער זיי געבען א הכשר

בקרוב היו אמורות להופיע חותמות כשרות הבד"ץ על בקבוקי היין של יקבי ברקן,
ווער האט געטרינקען ביז יעצט ? דער ביי וועם די ראבינוט איז גענוג?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:43 am

זיי האבן "חוג חתם סופר". און ס'האט געהייסן אז די וויין האט גאר א גוטע הכשר, מ'האט עס געלאזט פארקויפן אין די סאטמערע בתי מדרשים ווי אויך עס געלאזט אריינברענגען אין די סאטמערע זאלן.

פארן מ'האט עס אריינגעלאזט אין סאטמאר, האבן די חברי וועד הכשרות ד'סאטמאר באזוכט די יקבים און פעסגעשטעלט די הויכע סטאנדארט פון כשרות.
קיקיון האט געשריבן:ווער האט געטרינקען ביז יעצט ? דער ביי וועם די ראבינוט איז גענוג?


ווער נישט?!

כמעט אלע וואס טרינקן יין יבש טרינקן זייערע וויינען, ס'איז פון די בעסטע וויינען און ס'איז נישט אזוי טייער.

איי וואס איז פשט פון לאזן ארבייטן דארט פון די עטיאפישע אפשטאם? וועלמיר ווארטן אויף א ענטפער פון די בעלי מכשירים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:47 am

חוג חתם סופר פ"ת איז ווייט פון א גאר גוטע הכשר
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:50 am

נא_שכל האט געשריבן:איי וואס איז פשט פון לאזן ארבייטן דארט פון די עטיאפישע אפשטאם?

מן הסתמא האט מען נישט מבחין געוועזן צווישן זיי און בני עדות המזרח.

עברית רעדן זיי ביידע, שבת [זאגן זיי] האלטן זיי ביידע, דאן פון וואנעט ווייסטו זייער שורש?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:51 am

חמרא טבא האט געשריבן:חוג חתם סופר פ"ת איז ווייט פון א גאר גוטע הכשר

ס'האט געהאט אונטערן טיש די הסכמה פון וועד הכשרות ד'סאטמאר מהרי"י.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:51 am

פיין אבער זאל קיינער פון דעם נישט נעמען קיין ראיה אויף די אנדערע פראדוקטן אונטער דעם זיגל
דביה תחדי נפשא

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:08 am

עס האט נאך א היימישע הכשר, לך ובדוק,
עס איז דא חוג חתם סופר "פתח תקוה" וואס געט די הכשר אויך בארקאן, עס איז נישט די פון בני ברק,
וועד הכשרות האט נישט קיין אייגענע הכשר, ס"ה לאזן זיי ניצן געוויסע הכשרים אויף וועם זיי פארלאזן זיך, אין מיט א אויבנאויף איבערבליק אויף דער אלגעמיינע מהלך פון די פראדוקציע.
עס טוט זיך שוין גאנץ לאנג אונטערן טיש איבער דעם, עס איז יעצט נאר ארויס צום פובליק.
לעצט פאראכטן דורך אוי וויי טאטע אום פרייטאג יולי 06, 2018 12:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » פרייטאג יולי 06, 2018 11:35 am

כזיך א קלאיסשע רעסטאראנט פאר א מיטונג אין די בעיסייד געגענט אין קווינס, א גוגל סורטש פירט מיך צו א רעסטוראנט מיט א הכשר פון VHQ (וועד הרבנים קווינס) איינער האט א השגה אויב סאיז א גוטע הכשר?

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » פרייטאג יולי 06, 2018 12:36 pm

נא_שכל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:חוג חתם סופר פ"ת איז ווייט פון א גאר גוטע הכשר

ס'האט געהאט אונטערן טיש די הסכמה פון וועד הכשרות ד'סאטמאר מהרי"י.

אין "דער איד" ווערט נתפרסם א בריוו פון "וועד הכשרות" אז זיי געבן נישט קיין השגחה אויף די וויינען וואס מען פארקויפט אין די שמש שטיבלעך.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יולי 08, 2018 12:13 am

קיקיון האט געשריבן:זיך דערמאנט וואס א ידיד האט מיר דערציילט מער ווי 30 יאר צוריק
הרה"צ ר' ישרא' ראטענבערג קאסנאן זצ"ל האט אמאל געפרעגט
ר' בערל לוי ע"ה אבי ר' דן יואל וועגען א אינגרידענט אין א פראדוקט אינטער זיין השגחה
האט ער אים ג'ענטפערט "ווער האט דיר געזאגט אז עס איז פאר דיר?"



ער האט א ליסטע מיט נעמען אויף יעדע פראדוקט פאר וועם עס איז יא?

איך האב געהערט די זעלבע פון א היימישע בעל מכשיר. זינט דעמאלטס עס איך אים נישט

אין מיינע אויגן קען מען אזא הכשר נישט עסן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 08, 2018 1:40 am

מיר האבען שוין דאס אמאל ערווענט, ווען מען האט גערעדט פון די מאנטרעאלער רעסטאראנען מיט די הכשר פון MK, האביך זעלבסט געפרעגט ר' פרץ דזשאפפי פון די וועד הכשרות דארט איבער דעם. האט ער מיר געענטפערט, אז עס איז הונדערט פראצענט כשר, נאר עס איז נישט פאר דיר, ווייל א חסידישער אינגערמאן האט נישט וואס צו גיין אין א רעסטאראן!. צו קאן איך נישט עסן אזא הכשר? לכאורה יא, נאר נישט יעדע כשר'ע זאך איז פאר יעדן!
די זעלבע קאן זיין מיט ר' בערל ליווי, אדער דעם בעל מכשיר פון וועם דו רעדסט, די זאך קאן זיין זיין הונדערט פראצענט כשר, נאר אז דו פרעגסט אזויפיל, דאן ברויכסטו אפשר אלעס היימיש געמאכט אינדערהיים!
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יולי 08, 2018 2:23 am

א איד וואס גיבט לכתחילה א הכשר וואס ער פארשטייט אז עס איז נישט פאר יעדעם, פארוואס זאל איך טראסטן די הכשר.

וואסערע אייטעם איז גענוג כשר פאר מיר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט