מי יודע האט געשריבן:שמע בני האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב אנגעגרייט א גאנצן בריוו מיט טענות פארוואס די אנגעבליכע 'פולע-קאסטן' חשבון שטימט נישט, אבער נאכן אריינרופן האבן זיי געזאגט אז דאס איז בלויז פאר אילוסטיראציע, און עס וועט בלויז זיין א גאר מילדע העכערונג, אויב עפעס.
אויב עפעס איז קיין פראגע, ס'איז א לעצטערע מאדע אז מ'העכערט יעדע יאר
ווען מ'וואלט געהעכערט די וועיזדש ביי די מלמדים ביי יעדע העכערונג ביי די טאטעס החרשתי, אבער די וועיזדש איז דאך די זעלבע זינט....
זיי האבן פאר א יאהר געהכערט פאר די מלמדים. און יעצט גייען זיי ארויף פאר די טאטע'ס.
פון וואו נעמסטו דאס?
לפי ידיעתי האט מען נישט געהעכערט, היי יאר נאך שבת מלמדים איז געווען א רעדע דערפון, און צום סוף האט מען געווארפן א צוקערל מיטן קרן מלמדים (וואס קאסט גארנישט פארן מוסד) וזהו!
מען האט געגעבן א 6% העכערונג פאר די מלמדים עטליכע חדשים צוריק.רבותי, די הנהלה האט צובאקומען פרישע כוחות, און ארבעטן ענערגיש אויף אלע פראנטן. און מאכן זיכער - אפי' אפשר מיט אגרעסיווע מיטלען - שלא יחסר המזג.
נאר איין זאך חברה: רילעקס. האסטו געלד, צאל, האסטו נישט, צאל נישט. נאר ווער נישט בייז, ווער נישט גערעגט, לאז נישט אפאר דאלער זאלן העכערן דיין בלוט דרוק, וואס קען שוין געשעהן? מען וועט אהיימשיקן דיינע קינדער? וועסטו אביסל פארברענגן מיט זיי מער....
זייט נישט אזוי פאר'דאגה'ט מיט אזאנע קליינליכקייטן, ווען מיר מוטשען זיך דא מיט אזעלכע געפערליכע פראבלעמען ווי צפון קארעא, האנדל קריג מיט כינע, גיוס באר''י, ועוד. ווי קען מיר זיך אפגעבן מיט אזאנע נארישקייטן, ווען יעדע ליאדע מינוט קען קומען צופליען מיסילס פון קארעא?!...
שוין, מיהאמיר זיך שוין אביסל אויסגעלופטערט, היצטערט צוריק אין קאווע שטיבל אריין, און מיטן רויטן צוקנייטשן פנים, מלא ענקזייעטי, לאמיר ווייטער שרייען:
"הנהלה... מוסדות... גניבה... פריץ... ארימער בירגער...