נייע כשר'ע געשעפט ביי דעלטא אויפן רוט 4.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1215
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm
- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32539
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
פאל איך יעצט אריין אין דעם אשכול הארט נאך וויכי'ס באזוך און איך זעה ס'טוט זיך וועגן הכשר, אלץ איינער וואס איז א אפטע באזוכער דארט וויל איך דא שרייבן וואס די מעשה איז.
די סטאר ווערט געפירט ווי א שמש שטיבל אויב מ'קען זאגן, די אידישע ארבעטער טוט דארט אלעס און מאכט זיכער אלעס איז אויסגעהאלטן הונדערט פארצענט, די מילך איז אזאלעכע גרויסע באקסעס אזוי ווי אסאך רעסטאראנטס האבן וואס מ'קען נאר אריינלייגן די "דבש" מילך די זעלבע זאך מיט די אלע אנדערע טרינקען דארף מען אריינלייגן די אינגערידיענס וואס די קאמפאני שיקט סא די אלע כשרות תגובות דארף ווען אריינגיין און פארברענגען ענדערש ווי אין ידיעות התורה.
די ווארימע עסן איז דאבל רעפפט נאך בעסער ווי עראפלאן פאוד און קומט פון מעדנים מיט די סקווירא הכשר חוץ ווען ס'איז זייער ביזי, (נאכ'ן כינוס למשל) איז די ארבעטער געווען דארט א גאנצע צייט מיט די אפענע עסן האט ער גראדע האב איך שוין מערערע מאל געקויפט אזא שלישקעס אדער עפעס אנדערש ווארעם און ס'געווען מוראדיג געשמאק, בקיצור כשר איז עס הונדערט פארצענט, און איך האלט אז דאס איז א גאר שטארקע חידוש פאר 2018.
די סטאר האט א שיינע סילעקשאן פון כשר'ע עסן אז קיינער בלייבט נישט הונגעריג.
אז מ'רעדט שוין וויל איך נאר צולייגען אז די גאנצע סטאר ווערט איבערגעמאכט א גאנצע צייט, נייע שעלף'ס, נייע פעינט, נייע אייטעמ'ס, נייע טוילעט'ס, איך פרעג די מענעדשער ווי לאנג גייט מען נאך אינוועסטן געלט זאגט ער מיר אז ער וויל מאכן זיכער אז די עולם איז צופרידן.

- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4273
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
נו... האבן מיהר איהם ארויפגעווארפן אויף Kosher Travel Info דא...
http://koshertravelinfo.com/listings/de ... od-snaxit/
אויב איינער וויל מיהר שיקן קלארע בילדער, וועלען מיהר איהם צילייגן...
http://koshertravelinfo.com/listings/de ... od-snaxit/
אויב איינער וויל מיהר שיקן קלארע בילדער, וועלען מיהר איהם צילייגן...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 968
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm
אזוי דורעכפארענדיג באשלאסן צו כאפן בילדער צו געבן צו פארשטיין פאר די וואס זענען נאכנישט דא געווען
מען קען זען דעם חלק פריזשעדער מיט גרויסע אויסוואל מיט כשר'ע געטראנקען און אויך באבי'ס פאלאטשינטא...און ווי אויך די געסיעלטע טונא סענדטוויטשעס פון עיר הבירה סקווירא פון די מעדנים געשעפט מיט וועד הכשרות ד'סקווירא

- אטעטשמענטס
-
- א נענטערע בליק אויפן טונא סענדוויטש
- 20180710_231824-1632x918.jpg (315.19 KiB) געזען 2933 מאל
-
- די סענדוויטשעס געסיעלד מיט פעסטיק און מיט א חותם מיט סקווירא הכשר
- 20180710_231815-918x1632.jpg (473.21 KiB) געזען 2933 מאל
-
- מערקט די כשר'ע געטראנקען
- 20180710_231754-918x1632.jpg (412.02 KiB) געזען 2933 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 968
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm
מערקט די רייע אויסוואל פון יודישע ליין מאטריאל (אן קיין הכשר)
ווי אויך א גאנצע אייל מיט אלע זיסע עסן
ווי אויך דעם קליינעם ווארעמער
ווי אויך א גאנצע אייל מיט אלע זיסע עסן
ווי אויך דעם קליינעם ווארעמער
- אטעטשמענטס
-
- 20180710_231835-918x1632.jpg (458.57 KiB) געזען 2925 מאל
-
- 20180710_231851-918x1632.jpg (555.22 KiB) געזען 2925 מאל
-
- 20180710_231855-918x1632.jpg (297.83 KiB) געזען 2925 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 968
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 968
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm
שיינע גרויסע שעלפס מיט אלע מיני נאשערייען
אייז קריים
אויך קען מען זען א א געסיעלטע פליישיגע פאסטראמי סענדוויטש פון מעדנים אין שיכון סקווירא מיט די השגחה פון סקווירא און מערקט די ווערטער אז די פלייש איז פון סאלאמאנס שחיטה וואס איז אויך בהשגחות וועד הכשרות ד'סקווירא

- 20180710_232122-1632x918.jpg (638.29 KiB) געזען 2916 מאל
-
- 20180710_232128-918x1632.jpg (549.02 KiB) געזען 2916 מאל
-
- 20180710_232247-918x1632.jpg (272.08 KiB) געזען 2916 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 968
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm
מערקט דעם מילך טאנק פון דבש
און די קאפי מאשין פון נארט סייד מיט התאחדות הכשר וואס מאכט דיר דיין קאפי אויפן פלאץ און דערנאך דערנעבן די סלאש מיט התאחדות הכשר
אביסעל צו זען פארוואס אזא געשעפט ברויך נישט קיין הכשר ,עס איז אזוי ווי א קאנטין
בלייבט איבער צו ווינטשען צו האבן א דרך צלחה און יאכלו
ענווים וישבעו

- 20180710_235527-1632x918.jpg (311.44 KiB) געזען 2895 מאל
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
יישר כח "ווייסע זאקן" קוקט אויס זייער זייער שיין רענאווירט דאס פלאץ, און אפעטיטלך אויסגעלייגט די פראדוקטן, דעפפענטלי ווערד א סטאפ!
נאכן זיך ענדליך ארויסדערזעהן פון שטאט און אריבער שפרייזן די וואשינגטאן בריק, קען מען שוין גוט נוצן עפעס ווארימע איבערבייס אדער א שאל קאווע מיט חלב ישראל מילך אן קיינע חששות...
בלייבט איבער צו וואונטשן פארן אייגנטומער אסאך הצלחה!
נאכן זיך ענדליך ארויסדערזעהן פון שטאט און אריבער שפרייזן די וואשינגטאן בריק, קען מען שוין גוט נוצן עפעס ווארימע איבערבייס אדער א שאל קאווע מיט חלב ישראל מילך אן קיינע חששות...
בלייבט איבער צו וואונטשן פארן אייגנטומער אסאך הצלחה!
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32539
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
אלמוני האט געשריבן:וואס איז מיט א מילך מאשין האט דאס אן אנדערן דין ווי א אפענע באטל מילך?
דאס ערשטע מאל איך הער פון א שאלה פון חלב שנתעלם מן העין , די געשעפט פארמאגט נאר די מילך, עס איז דא א דין פון בשר שנתעלם מן העין און אפילו בשר איז דא אזא זאך ווי יוצא ונכנס ,למעשה קומען און גייען יודן א גאנצע צייט, בקיצור אריין אין ידיעות התורה , אזוי ווי די קי און א בהמ""ד קען אפשר אויך א גוי עפעס אנדרייען ,וואס איז דעס אנדערש ?
דאס איז א מוראדיגע דורעכברוך בגשמיות וברוחניות און טאמער עמיצער איז מדקדק כקלה ובחמורה און ער זיכט מחמיר צו זיין , כל הכבוד און זייער חשוב אבער נישט אויפן חשבון פון טויזענטער יודן וואס ווילן עס ניצן און עס איז אויסגעהאלטען לכל הדיעות להלכה פאר אפילו המהדרין מן המהדרין
Naftule האט געשריבן:פארקויפט ער אויך די טיפיקעל סחורה טרייפענע און האלב כשר עסן מיט סנעקס דרינקס וכו' און צייטונגען וואס א רעגולער געז סטאנציע פארקויפט אדער זוכט ער נישט די גוי'אישע קליענטן?
ער האט געטראנקען מיט ou אויך ,מיט אבעסעל נאש מיט די ou
אויסער דעם אלעס כשר ,נישט קיין טריפענע עסן אדער גויעשע צייטונגען
ער האט פארשטייט זיך ציגערעטלעך וכדומה
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום מיטוואך יולי 11, 2018 7:23 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
לאז געמאכט האט געשריבן:יישר כח "ווייסע זאקן" קוקט אויס זייער זייער שיין רענאווירט דאס פלאץ, און אפעטיטלך אויסגעלייגט די פראדוקטן, דעפפענטלי ווערד א סטאפ!
נאכן זיך ענדליך ארויסדערזעהן פון שטאט און אריבער שפרייזן די וואשינגטאן בריק, קען מען שוין גוט נוצן עפעס ווארימע איבערבייס אדער א שאל קאווע מיט חלב ישראל מילך אן קיינע חששות...
בלייבט איבער צו וואונטשן פארן אייגנטומער אסאך הצלחה!
שכויעך ווייסע זאקען, זייער ארגינעלע פיקטשערס, איך בינ'אויכעט דארטען געוועהן לעצטענס, קוקט אויס זייער גוט, און בעסער ווי כ'אב געמיינט, גרויסע אויסוואהל, און רוב זאכען האט נישט אפילו א פראבלעם וואס זאל דארפען א הכשר, כ'אב מיך אויכעט געמאכט א פיינע הייסע קאווע, און גענומען מילעך פון דעם קיה פונקט ווי אין ס'מעדרעש, כ'בין נאר נייגעריג אויב די מילעך איז טאקע אויסגעהאלטען דיע וועג, ווייל מילעך דארף להלכה א חותם, און די גוי איז דארטען אגאנצע נאכט אליינץ, א דיין דארף דעס ענפערען