נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
ברוכים הבאים
אין די אבאמאקעיר עפאכע האבן פילע שטאטן איבער אמעריקע פארברייטערט די מעדיקעיד פראגראם צו דעקן א גרעסערע טייל פון די באפעלקערונג
צווישן די שטאטן ציילט זיך קענטאקי וועלכע איז איז דאן געפירט געווארן דורך א דעמאקראט גאווערנאר סטיוו באשער
אום 2015 למספרם איז א רעפובליקאנער ביזנעסמאן מיטן נאמען מעט בעווין ערוועלט געווארן אלץ גאווערנאר פון די סטעיט און האט זיך גלייך געוואלט נעמען צו די פינאנציעלע לאגע פון די סטעיט קאסע
בעווין וואלט גערן צוריקגעדרייט די מעדיקעיד אויסברייטערונג וואס זיין פארגייער האט איינגעפירט אבער פארשטאנען אז עס וועט פאראורזאכן צו א גרויסע שטורעם און די וויילער וועלן זיך נוקם זיין אין רעפובליקאנער געזעצגעבער ביי די וואלן
מיט די ערוועלונג פון פרעזידענט טראמפ האט זיך געעפענט א טיר פאר די סטעיט זיך צו נעמען איבער מעדיקעיד און גאווערנאר בעווין האט נישט געקענט זיין מער צופרידן ווען די סטעיט האט ערהאלטן ערלויבעניש פון די אדמיניסטראציע צו רעארגאניזירן דעם פראגראם
די פלאן אנטהאלט מערערע איינצעלהייטן אבער די גרעסטע ראלע שפילט א פארלאנג פאר מעדיקעיד געניסער וועלכע זענען אין א יארגאנג און אין א צושטאנד מיט ארבייט מעגליכקייט צו פארמאגן א דזשאב
די נייע געזעץ האט געטריבן 16 אינווידועלן וועלכע געניסן פונעם פראגראם צו לויפן אין געריכט מיטן ארגומענט אז די ארבייטס פארלאנג איז אומקאנסטאטוציאנאל
די אנקלעגער האבן אויסגעוועלט א געריכט אין וואשינגטאן די סי מיטן האפענונג אז די ארטיגע ריכטער וועלן ליבערשט זיין גענויגט קעגן דעם רעפובליקאנער גאווערנאר אין זיינע פאליסיס
אין א באווארענונגס שריט האט געווערנאר בעווין אריינגעגעבן א קאנטער קלאגע קעגן זיינע אנקלעגער אין א קענטאקי געריכט און געבעטן די געריכט צו אורטיילן אז ער איז בארעכטיגט מיטן איינשטעלן די רעפארמען צום פראגראם
פארלאפענע פרייטאג האט די געריכט אין די סי געאורטיילט לטובת די אנקלעגער און געשריבן אז די רעפארמען זענען אומקאנסטאטוציאנאל
אין רעאקציע צום אורטייל האט גאווערנאר בעווין באשלאסן צו שניידן דעם פראגראם פון אן אנדערע ריכטונג, נעמליך צו רעדוצירן עקזעסטירנדע סערוויסעס
דער גאווערנאר האט געמאלדן אז די סטעיט וועט אויפהערן צו באצאלן VISION און DENTAL סערוויסעס פאר ארום 460 טויזנט מענטשן וועלכע זענען ביז איצט געווען געדעקט דערמיט
דעמאקראטן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי אז דער גאווערנאר האלט פאר'משכונ'ט סערוויסעס פון טויזענטער מענטשן בלויז ווייל ער האט פארלוירן אין געריכט אבער א ווארטזאגער פאר די סטעיט העלט דעפארטמענט זאגט אז ווייניגער פון 10% בארעכטיגטע נוצן די VISION און DENTAL סערוויסעס אבער עס איז פארט א באדייטענעדע סומע וואס די סטעיט וועט זיך איינשפארן מיט די שניט
לויטן פלאן וועט די שניט ווערן איינגעשטעלט קודם בלויז אין צפון קענטאקי און וועט ביז ענדע יאר אריינגיין אין קראפט לענגאויס די גאנצע סטעיט
די לעגאלע שלאכט איז נאכנישט פאריבער צוליב וואס מען ערווארט נאך אן אורטייל פון די קענטאקי געריכט איבער די לעגאליטעט פון ארויפלייגן ארבעטס פארלאנגען אויף מעדיקעיד געניסער
אויב די געריכט וועט זאגן אז עס איז לעגאל וועט עס זיין אין קאנפליקט מיט די געריכט אין די סי און וועט מעגליך אנקומען צום העכסטן געריכט אין לאנד
גאווערנאר בעווין האט געווארנט אז אין פאל ער וועט ענדגילטיג פארלירן די ארבעטס פארלאנגען רעכט וועט ער אינגאנצן צוריקדרייען די אבאמאקעיר אויסברייטערונג איינגעשטעלט דורכן פריערדיגן גאווערנאר

לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יולי 03, 2018 1:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2929
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
@הכל הבל, ביזט ווערט א גאלדענע מעדאל!
דיינע שטענדיגע, קלארע, פרישע, נייעס, זענען א יחיד במינם, און זענען מחיה טעגליך הונדערטער אידן.
א גרויסן יישר כח, ותזכו למצוות!

מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
יישר כח האט געשריבן:ישר כח פאר די נייע אשכול, אין אזוי אויך אלע אנדערע נייעס יישר כחכם
האט די די סי געריכט סטענדינג אויף קענטאקי ?
די קלאגע איז נישט געווען אנטקעגען "קענטאקי", נאר אנטקעגען די "רשות וואס טאם פרייס, די סעקרעטערי אוף די דעפארטמענט אוף העלט און הומען סערוויסעס" האט געגעבען פאר אלע שטעט צו טוישן די ריקווייערמענטס.
They have thus brought this action to challenge the Secretary’s approval of
Kentucky HEALTH.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
שמאטע האט געשריבן:יישר כח האט געשריבן:ישר כח פאר די נייע אשכול, אין אזוי אויך אלע אנדערע נייעס יישר כחכם
האט די די סי געריכט סטענדינג אויף קענטאקי ?
די קלאגע איז נישט געווען אנטקעגען "קענטאקי", נאר אנטקעגען די "רשות וואס טאם פרייס, די סעקרעטערי אוף די דעפארטמענט אוף העלט און הומען סערוויסעס" האט געגעבען פאר אלע שטעט צו טוישן די ריקווייערמענטס.They have thus brought this action to challenge the Secretary’s approval of
Kentucky HEALTH.
ריכטיג
- משה כספי
- שר האלפיים
- תגובות: 2070
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
- לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
- פארבינד זיך:
שמערלער האט געשריבן:נאך פונדערהיים האט געשריבן:@הכל הבל, ביזט ווערט א גאלדענע מעדאל!
דיינע שטענדיגע, קלארע, פרישע, נייעס, זענען א יחיד במינם, און זענען מחיה טעגליך הונדערטער אידן.
א גרויסן יישר כח, ותזכו למצוות!
שווער אפצושרייבן ווי ווייט איך און מן הסתם גאנץ אייוועלט האט הנאה פון דיינע באריכטן!
זאל דיר דער רבש"ע באגליקן מיט עשירות און נחת און אלע זאכן וואס מען קען נאר וואונטשן פשוט זאלסט האבן די צייט, קאפ און געדולד צו מהנה זיין אזויפיל יודן לאורך ימים ושנים טובות
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4331
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
שכוח הבל פאר אלע דיינע קלארע אפדעיטס און באריכטן!!
אן עכטע רעפארטער!
אן עכטע רעפארטער!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2929
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2943
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
די ניו דזשערסי רעגירונג האט דעם פארלאפענעם וויקענד פארמיטן א שאטדאון אין די לעצטע מינוט מיט דעם וואס גאווערנאר פיל מורפי האט זיך פאראייניגט מיט סטעיט געזעצגעבער אויף א 37.4 ביליאן דאלארדיגע בודזשעט
צווישן אנדערע שטעלט די נייע בודזשעט איין א נייע שטייער פאר מיליאנערן און טוט צוריק הייבן די סעילס שטייער פאר קאנסומער צו די 7% ראטע

- דער פאני מענטש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 377
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
נאך פונדערהיים האט געשריבן:@הכל הבל, ביזט ווערט א גאלדענע מעדאל!
דיינע שטענדיגע, קלארע, פרישע, נייעס, זענען א יחיד במינם, און זענען מחיה טעגליך הונדערטער אידן.
א גרויסן יישר כח, ותזכו למצוות!
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אין די ערשטע תגובה אין דעם אשכול איז געשטאנען אז א געריכט אין וואשינגטאן די סי האט געאורטיילט אקעגן אן ארבייט פארלאנג צו קענען קוואליפיצירן פאר מעדיקעיד
אזויווי די פראגע קען עווענטועל זיין רעלעוואנט אין פילע סטעיטס און מעגליך גרייכן די העכסטע געריכט איז אינטערסאנט אנצוצייגן אז די ריכטער (געשטעלט דורך אבאמא) האט נישט געזאגט אז די עצם פארלאנג איז נישט לעגאל
די ריכטער האט בלויז זעזאגט אז קוקנדיג אינעם דאקומענט פון די העלט און יומען סעקרעטאר זעהט מען אז ער האט פארפעלט צו דערמאנען אז טויזנטער מעדיקעיד געניסער (95000) וועלן אראפפאלן פונעם פראגראם אויב די נייע פארלאנג גייט אריין אין קראפט
די ריכטערס ארגומענט איז געוווען אז זינט די אויפגאבע פון די דעפארטמענט איז צוצושטעלן דעקונג פאר מענטשן וועט אזא שריט זיין אין קאנפליקט מיט אירע פליכטן
ווען די באריכט זאל ווען אדרעסירן אז די טויזנטער וועלכע שטייען אויס אראפצופאלן און אפיציעל איינשטעלן די נייע פארלאנג דורך עס פון פאראויס מעלדן פאר די געניסער אלץ אפיציעלע פאליסי וואלט עס מעגליך געווען אויסגעהאלטן אבער זינט די סעקרעטארס באריכט פארפעלט עס צו אדרעסירן איז די נייע פאליסי טעכניש נישט אויסגעהאלטן

- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5626
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
הכל הבל האט געשריבן:אטוירני דזשענעראל פון ווירדזשיניע גיבט איין מאושען אין געריכט וואס בעט ארויסצוווארפן אנקלאגע אקעגן די סטעיטס באגרעניצונגען אויף חוקי רציחה
אטוירני דזשענעראל מארק הערינג זאגט אז סיי וועלכע טויש אין די באגרעניצונגען דארפן ווערן באהאנדלט אין די סטעיט געזעץ הייזער און נישט אין געריכט
אטוירני דזשענעראל הערינג איז א דעמאקראט וועלכע האט אין יאר 2014 למספרם זיך אנטזאגט צו פארטיידיגן אין געריכט די סטעיטס דעמאלטסדיגע געזעץ נישט צו אנערקענען נארישע געזעצן
אצינד ווען גרופעס זוכן צו באקעמפן די סטעיטס באגרעניצונג אויף חוקי רציחה איז שטימט ער איין מיט די זארגן פון די גרופעס אבער זיין שטעלונג איז אז זיי זאלן פירן זייער קאמף דורך די סטעיט לעגיסלאטור
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
די וועסט ווירדזשיניע הויז פון דעלעגאטן (די ארטיגע ווערסיע פון אן אסעמבלי קערפערשאפט) האט נעכטן נאכט באשטעטיגט 11 ארטיקלען פון אימפיטשמענט אקעגן די פולע סטעיט סופרים קאורט איבער אומנויטיגע פארשווענדערישע אויסגאבן און אפיס רענאוואציע
די קלאגעס זענען געווארן אריינגעטראגן אקעגן אלע 4 ריכטער און הויפטזעכטליך קעגן דעם הויפט ריכטער אלען לאורי (א רעפובליקאנער) וועלכע איז שוין סוספענדירט זינט יוני למספרם און שטייט אויס א 23 קאונט פעדעראלע אנקלאגע איבער שווינדל און פאלשע סטעיטמענטס און איבער נוצן סטעיט לאנד פאר פריוואטע באנוץ און צוגאב צו די איבערגעטריבענע פארשווענדעניש אין אויסגאבן ווי דאס באצאלן 32 טויזנט דאלער פאר א סאפע אין זיין אפיס
די גאווערנאר פון די סטעיט דזשים דזשאסטיס האט געטוישט פארטיי פון דעמאקראט צו רעפובליקאנער און א מאיאריטעט ריכטער אויף די אפעלאט געריכט זענען רעפובליקאנער אין די צייט וואס די ריכטער אויף די סופרים קאורט זענען דעמאקראטן
די אפשטימונג איז אריבער אויף פארטיי ליניעס און איז שארף פארדאמט געווארן דורך די דעמאקראטן וואס באצייכענען עס ווי א פארכאפונג פון מאכט
די אימפיטשמענט קלאגעס ווערן איצט געשיקט צום סטעיט סענאט וועלכע וועט דעצידירן די צוקונפט פון די ריכטער
די קלאגעס זענען געווארן אריינגעטראגן אקעגן אלע 4 ריכטער און הויפטזעכטליך קעגן דעם הויפט ריכטער אלען לאורי (א רעפובליקאנער) וועלכע איז שוין סוספענדירט זינט יוני למספרם און שטייט אויס א 23 קאונט פעדעראלע אנקלאגע איבער שווינדל און פאלשע סטעיטמענטס און איבער נוצן סטעיט לאנד פאר פריוואטע באנוץ און צוגאב צו די איבערגעטריבענע פארשווענדעניש אין אויסגאבן ווי דאס באצאלן 32 טויזנט דאלער פאר א סאפע אין זיין אפיס
די גאווערנאר פון די סטעיט דזשים דזשאסטיס האט געטוישט פארטיי פון דעמאקראט צו רעפובליקאנער און א מאיאריטעט ריכטער אויף די אפעלאט געריכט זענען רעפובליקאנער אין די צייט וואס די ריכטער אויף די סופרים קאורט זענען דעמאקראטן
די אפשטימונג איז אריבער אויף פארטיי ליניעס און איז שארף פארדאמט געווארן דורך די דעמאקראטן וואס באצייכענען עס ווי א פארכאפונג פון מאכט
די אימפיטשמענט קלאגעס ווערן איצט געשיקט צום סטעיט סענאט וועלכע וועט דעצידירן די צוקונפט פון די ריכטער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
קאליפארניע געזעצגעבער באשטעטיגן ביל וועלכע וועט באגרעניצן צוקערדיגע געטראנקן פון קינדער
די געזעץ פארבאט רעסטוראנטן פון סערווירן סיי וועלכע צוקערדיגע געטראנקן אין קינדער מעניוס
די שטייגער ביי רעסטוראנטן איז צו דעזיגנירן ספעציעלע מעניוס פאר קינדער וועלכע וועלן פון היינט און ווייטער מעגן סערווירן בלויז מילך אדער וואסער
די געזעץ וועט ערלויבן פאר רעסטוראנט אייגנטומער צו פארקויפן סאדע און אנדערע געטראנקן באזונדער אדער סערווירן מעניוס פאר ערוואקסענע אויב קינדער פארלאנגען עס אדער זייערע עלטערן באשטעלן עס פאר זיי אבער נישט אינעם ספעציעלן קינדער מעניו
עס איז ערווארטעט אז גאווערנאר דזשערי בראון וועט אונטערשרייבן די ביל

- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5451
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3232
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא