ולאחיו יאמר חזק - מעשיות פאר קינדער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

ולאחיו יאמר חזק - מעשיות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

די מעשה איז אזוי, כ'בין ב"ה גאנץ א פיינע בעל מספר און מיינע קינדערליך גלייכן זייער ווען כ'פארצייל זיי מעשות, און איך האב אויך שטארק הנאה אז כ'קען מאכן קשר מיט מיינע קינדער און גוט פארברענגן, די מעשה איז אז כ'לויף זייער שנעל אויס פון מעשות.

ווער קען דערציילן מעשות גוט פאר קלענערע קינדער זאל עס ביטע אפשרייבן און מזכה זיין דעם רבים.

א דאנק,

שמעלקא טויביש
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אז קיינער ענטפערט נישט וועלעך נישט האבן קיינע ברירות, איך האב לעצטנס דערציילט די מעשה וואס מיכא' שניצלער דערציילט פון א איד וואס פלעגט פארן צום הייליגן רוזינער און ער איז ל"ע געווארן אפגעפארן וכו' ביז ער קומט מיט די גויאישע קליידער צו די חתונה.

כ'האב עס דערציילט מיט צוויי פארזעצונגן, שטייצעך מיט זאלץ און פעפער, און דער בעל המעשה האט געהייסן "מרדכי" פארוואס דען נישט?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאך בין נישט באשאנקען מיט דעם חוש, כ'בין א שוואכער מספר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

שמעלקא טויב האט געשריבן:אז קיינער ענטפערט נישט וועלעך נישט האבן קיינע ברירות, איך האב לעצטנס דערציילט די מעשה וואס מיכא' שניצלער דערציילט פון א איד וואס פלעגט פארן צום הייליגן רוזינער און ער איז ל"ע געווארן אפגעפארן וכו' ביז ער קומט מיט די גויאישע קליידער צו די חתונה.

כ'האב עס דערציילט מיט צוויי פארזעצונגן, שטייצעך מיט זאלץ און פעפער, און דער בעל המעשה האט געהייסן "מרדכי" פארוואס דען נישט?!


וואסי די מעשה? לאזן מיינע קינדער שוין אויך הנאה האבן...
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

אין די גליון הליכות החיים וואס ווערט ארויס געגעבן דורך הרב ראזענפעלד שליט"א פון שיכון סקווירא איז דא קליינע מעשה'לעך אויפן גליון פון גליון וואס אסאך מאל קען מען עס נאך זאגן פאר די קינדער.

דא האט איר איינס פון די וואך

אמאל ווען דער "חזון איש" זצ"ל האט ארומגערעדט וועגן דעם ענין פון בטחון, ווי יעדע זאך פירט זיך מיט א חשבון פון הימל, האט ער דערביי נאכגעזאגט וואס די גמרא דערציילט אין מסכת ברכות (דף ה:), אז ביי רב הונא האט אמאל פאסירט אן אומגליק, אז פיר הונדערט פון זיינע פעסער וויין זענען געווארן עסיג, זענען די אמוראים געגאנגען אים באזוכן און זיי האבן אים גע'עצה'ט אז ער זאל מפשפש זיין אין זיינע מעשים און אריינטראכטן פארוואס עס האט אים פאסירט, אפשר איז דא עפעס וואס ער דארף מתקן זיין. האט רב הונא געזאגט אז ווער עס האט עפעס געהערט אויף אים זאל עס זאגן, האבן די אמוראים געזאגט אז זיי האבן געהערט אז ער באצאלט נישט גענוג פאר'ן ארבעטער וואס ארבעט אין זיין וויין-גארטן און האט א חלק אין די פירות. האט רב הונא געזאגט אז דער ארבעטער גנב'עט פון אים אלעס אוועק, נאר פונדעסטוועגן האט ער זיך אונטערגענומען צו באצאלן דעם ארבעטער וואס עס קומט אים.

דערציילט די גמרא אז עס האט פאסירט א נס (די פעסער מיט עסיג זענען צוריק געווארן וויין, און לויט אן אנדער גירסא האט זיך דאן געהויבן דער פרייז פון עסיג, און עס איז געווארן אזוי טייער ווי וויין), און רב הונא האט גארנישט געהאט קיין שאדן.

האט דער חזון איש געזאגט אז היינטיגע צייטן, אז עס וואלט פאסירט ביי א איד אזא שאדן, וואלט ער גלייך געלאזט רופן דעם מעכאניקער אז ער זאל קומען אונטערזוכן דעם קעלער וואו דער וויין ליגט און זען וואס עס איז די פראבלעם, צי דער קלימאט אינעם קעלער איז נישט גוט, אדער עפעס מיט די פעסער טויג נישט, און אז מען וואלט עס פארראכטן און מען וואלט געזען אז עס טויג נאך אלץ נישט, וואלט מען געזוכט ווייטער צו זען אויב עפעס אנדערש איז די פראבלעם, און אזוי ווייטער.

אבער אין דער גמרא זעען מיר א טיפן מוסר השכל, וואס עס איז דער אמת'דיגער, ריכטיגער וועג, וואס די הייליגע חכמים האבן געלעבט דערמיט יעדע רגע, און יעדער ריר איז ביי זיי געווען מיט'ן רבוש"ע און מיט דער תורה הקדושה, און אויב עס איז געשען עפעס א שאדן פאר איינעם, איז אנשטאט רופן די בעלי מלאכה האט ער באלד אנגעהויבן אריינטראכטן און זיך מתבונן זיין אין זיינע מעשים, און נאכפארשן צי ער פירט זיין מסחר אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, אדער ער דארף עפעס מתקן זיין און האנדלען ערליכער, ווייל קיין שום זאך אויף דער וועלט געשעט נישט אן א פינקטליכן חשבון הימל. און מ'זעט טאקע אז ווי- נאר זיי האבן פארראכטן וואס זיי האבן געדארפט זענען זיי טאקע געווארן אפגעהיטן פון יעדן שאדן.

(מתוך שיעורי הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א)
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

שלום עליכם ר' שמעלקא
דאס אידישע ליכט מיטן עונג שבת איז זייער רייך מיט מעשיות וועכנטליך, מיטן אלטן חן, באשטעל דאס וועסטו באקומען יעדע וואך א קליינע אוצר'ל מעט הכמות ורב האכות.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שקויעך פאר די הערות נכונות.

כ'האב היינט דערציילט א מעשה פונעם הייליגן רבי'ן פון לובלין וואס כ'האב שוין לאנג צוריק געהערט אז איינער האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג, און דער רבי פון לובלין האט אים געשיקט קיין דאנציג און ער האט דארט באופן פלא געטראפן אונטער איין דאך א פרוי וואס ער האט גלייך דערקענט אז ער איז געווען צו איר משודך און ער האט אפגעלאזט דעם שידוך. ער איז געפאלן צו די פיס און ער האט איר מפייס געווען און ער איז צום יאר געהאלפן געווארן.

כ'האב גוט מאריך געווען בענין פון וויי טוען א איד, שטייצעך אויפ'ן קינדערישן שפראך, און ס'האט גענומען אזא פופצען מינוט זיכער.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

שכח שמעלקא פאר'ן צוריקקומען דא, סוכ"ס האסטו נישט פארגעסן פון אונז!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שכוח שמעלקא איך זיך שוין לאנג אזאן אשכול... אגרויסען שכוח!!! און אויך א שכוח פאר אלע מגיבים ומספרים.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נישטא א בעסערע וועג ווי אריינברענגען א ווארימקייט אין די קינדער ווי דארך א גוטע מעשה
איך בדרך כלל דערצייל א לענגערע מעשה מיט המשכים
למשל הרב לעהמאן'ס ביכער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

שמעלקא טויב האט געשריבן:שקויעך פאר די הערות נכונות.

כ'האב היינט דערציילט א מעשה פונעם הייליגן רבי'ן פון לובלין וואס כ'האב שוין לאנג צוריק געהערט אז איינער האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג, און דער רבי פון לובלין האט אים געשיקט קיין דאנציג און ער האט דארט באופן פלא געטראפן אונטער איין דאך א פרוי וואס ער האט גלייך דערקענט אז ער איז געווען צו איר משודך און ער האט אפגעלאזט דעם שידוך. ער איז געפאלן צו די פיס און ער האט איר מפייס געווען און ער איז צום יאר געהאלפן געווארן.

כ'האב גוט מאריך געווען בענין פון וויי טוען א איד, שטייצעך אויפ'ן קינדערישן שפראך, און ס'האט גענומען אזא פופצען מינוט זיכער.

כ'קען די מעשה מיט אן עקסענטשן...
די פרוי - הגם זי האט פארמאגט אסאך געלט - האט פארלאנגט פון אים צו פארן א ווייטער שטרעקע צו איר ברודער וואס האט נישט מסלק צו זיין א נדן וואס ער האט זיך אונטערגענומען, און אים ארויסהעלפן. אויף זיין געבעט אז זי זאל אים עס איבערגעבן בשליחותו אים צו פארשפארן דעם לאנגן וועג, האט זי זיך ארויסגעדרייט אז זי קען נישט....
ער האט דאן בלית ברירה געמאכט דעם נסיעה, וואו ער האט געטראפן דעם ברודער לויט די סימנים וואס זי האט אים אנגעגעבן. פארגייענדיג זיך אין א שמועס פארציילט ער אים די צוועק פון זיין קומען, און אז די שוועסטער האט אים אהערגעשיקט.
דער ברודער האט אויפגעשפרינגען: מיין שוועסטער איז שוין נישט אויף דעם עולם 15 יאר, איך אליינס האב זיך מטפל געווען מיט איר קבורה......
ווען ער איז געקומען צוריק צום לובלינער און געוואלט פארציילן די מעשה, האט אים דער רבי איבערגעהאקט זאגנדיג: כ'ווייס, כ'ווייס... כ'האב נישט געהאט קיין אנדער ברירה נאר אראפצוברענגען די נשמה אויף די וועלט כדי דו זאלסט מתקן זיין און געהאלפן ווערן.
האסטו שוין א מעשה אויף היינט......
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

די מעשה קען איך אויך אזו, כ'האב עס דאכט זיך געהערט פון ש"ק, אבער פאר מיינע קינדער האב איך עס פארציילט אויף אן אופן וואס כ'האלט אז זיי וועלן בעסער פארשטיין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע איז,איינמאל געקומען און א שטאט וועגן אן ענין. ווי נאר עס איז באקאנט געווארן אז דער בעל שם טוב געפונט זיך און שטאט האט מען אנגעפאנגען שטראמען צו אים מיט פארשידענע בקשות ישעות און רפואות וויסענדיג אז ביי דעם צדיק קען מען געהאלפן ווערן דורך זיינע ברכות, ווי חז"ל זאגן צדיק גוזר והקב"ה מקיים השי"ת טוט די פארלאנג פון צדיקים, צווישן וועלכע זענען געקומען צום בעש"ט איז געווען אויך א פרוי מיט איר בקשה וועגן איר זוהן, א קליין קינד, וואס איז ל"ע שטארק קראנק געווארן, און געפינט זיך אין א סכנה,.. דער בעש"ט האט געהייסן געבן פארשידענע מעדיצינען אבער צום באדוירען איז דער מצב ערגער געווארן און קוירצליך איז דאס קינד אוועק פון די וועלט ל"ע, די צעבראכענע מאמע איז געקומען צום בעש"ט מיט א געווין דערציילט דעם רבי'ן וועגן מדעם ביטערן אימגליק וואס האט פאסירט מיטן קינד, דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט איר בארואיגט און געטרייסט: איך וועל עקלערן וואס איז געווען מיטן קינד האט דער בעש"ט געזאגט און דער הייליגער בעל שם טוב אנגעהויבן צו דערציילן: מיט יארן צוריק האט געלעבט א קעניג וואס האט געהאט א זוהן זייער קלוג און געראטן, דער קעניג האט גענומען א פריוואטן לערער א גרויסער פאראפסער און פעדאגאג, וואס זאל אאונטערריכטן זיין זיהן מיט אלע נויטיגע וויסענשאפטן מיט וואס א פרינץ דארף זיין געבילדערט און געשולט,. זייענדיג א פלייסיגער און א קלוגער מיט אן אויסערגעווענליכן דורשט נאך קעטעניש האט זיך טאקע די פרינץ אריינגעלייגט אין די אלע לימודים מיטן גאנצן כח און ברען, אזוי אז ער איז געווארן אינגאנצן צוגעקניפט און צוגעבינדן צו זיין לערער אזוי אז ער האט זיך פון אים נישט געקענט אוועקרייסן, ווילענדיג לערנען פין אים ווי מער, דער לערער האט געהאט א באשטימטע צייט יעדן טאג וואס ער האט זיך פארשפארט באזינדער, און קיינער האט מיט אים דעמאלטס נישט געקענט רעדן,. די זאך האט די פרינץ נישט געקענט פארשטיין, פארוואס זיין לערער זינדערט זיך אפ און פארשפארט זיך יעדן טאג אויף א צייט? ואס קען דאס זיין וואס דער לערע באהאלט פון אים? ער האט באשלאסן אויסצוגעפינען, נאך פארשידענע שפעקולאציעס איז אים געלינגען צו קומען אויף אן המצאה וויאזוי ארויפצוקומען אויף די געהיימניס, ער האט זיך אויף א אויפן נאכגעמאכט א שליסעל פון דעם לערער צימער אין א געוויסן טאג האט דער פרינף טאקע איבערראשט זיין אריינקומען אין דעם פריוואטן צימער, דער פרינץ איז געשטאנען געפלעפט טרעפנדיג זיין לערער אנגעטאן אין א מאדנעם אויסשטאפיר, "טלית און תפילין" א זאך וואס ער דער פרינץ האט און זיין לעבן נאך קיימאל נישט געזעהן און ער לערנט און א גרויסן ספר מיט פרעמדע בוכשטאבן און שפראך. דער לערער איז געווארן בלאס און א טויט שרעק איז אים באפאלן. עס איז טאקע געווען אין די צייט וואס די אינקוויזיציע איז געווען אין קראפט אין געבושעוועט און גרויזאם אוימברענגענדיג אן א צאל אידן אידן הי"ד און אז עס ווערט אנטפלעקט זיין סוד אז ער איז א איד וואס האלט תורה און מצוות וואלט עס אים געקאסט דאס לעבן. וואס טוט מען? ביידע. די רבי און די תלמוד זענען געשטאנען איינער אויפן צווייטן מיט שטימע בליקן נישט ארויסברעגענדיג קיין ווארט. ענדליך האט זיך די פרינץ אנגערופן " איך וואלט געבעטן די הויכגעשעצטן לערער מיר צו עקלערן די מיטעריעזע געהיימע שטודיע וואס איר שטודירט דא שטענדיג אין פארבארגעניש"., פארזעצוינג קומט אי"ה..............................................
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

צוקער זיס האט געשריבן:פארזעצוינג קומט אי"ה..............................................

ווען?

---
(להבהרה, איך האב נישט סתם אזוי געזוכט ארויפצוברענגען די אשכול, נאר איך זוך מעשיות צו דערציילן פאר מיינע קינדערלעך ביינאכט פארן גיין שלאפן און ביים שבת טיש)
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

איז דא ערגעץ ווי איך קען האבן מעשיות פאר קינדער MP3 פיילס?
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

קענדי'ס האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי איך קען האבן מעשיות פאר קינדער MP3 פיילס?

https://www.koltorahonline.com/kinder-d ... dikim.html
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

יענקל פאטאש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי איך קען האבן מעשיות פאר קינדער MP3 פיילס?

https://www.koltorahonline.com/kinder-d ... dikim.html

א גרויסע שקויעך
איז דא ערגעץ ווי מען קען באקומען אימזינסט?
אזוי ווי אין די שוהלען
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

ווייסט איינער פון א 'גוטער' און 'ביליגער' בעל מספר פאר קינדער?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורה ושמחה וששון »

זייט וויסען...
ביליג אין גיט, גייט ע״פ רוב נישט ציזאמען
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

ברעטל האט געשריבן:ווייסט איינער פון א 'גוטער' און 'ביליגער' בעל מספר פאר קינדער?

אויפן וועג ארויס אין קאנטרי נעם דיר קוראדזש און עפן דאס מויל פארציילן א מעשה, א גוטס פאר דיינע קינדער.
אך האלט דער ציבור וועט זיין איינשטימיג אז איר טויגט...
און ביי חברת תהלים אין קאלאני כאפט דעם ברעל און פארציילט א שפאנענדס פאר די קינדער.
האב הצלחה מיט דיינע מעשיות.
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

ביליג מיין איך אז ס'איז לאו דווקא א 'ברענד נעים', א לאקאלער בעל מספר וואס מ'פארקויפט נישט זיינע סידיס און ער בעט נישט צו פיל
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”