משנה מקום, משנה הבריות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
משנה מקום, משנה הבריות
משנה מקום, משנה הבריות חלק א'
אין נארוועיגן איז פארהאן א מין גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע גערופן טאנעל, דאס איז א ראוד פאר קאר'ן צו דורכפארן שנעל פון איין פלאץ צום צווייטן פארנדיג אונטער דער ערד, אונטער א גאר העליכע פאנאראמע פון אלע זייטן, עס איז 15 מייל לאנג, און מענטשן זענען זיך ממש מחי'ה אויף די וואונדערבארע אויסטרעף צו קענען אנקומען צום אנדערן זייט טונעל אין גאר א שנעלע צייט, און פארשטייט זיך עס איז גענצליך אומזינסט דורכצופארן, פשוט ווייל עס איז געמאכט פארדעם, מען האט דאס לכתחילה געבויעט צו קענען דורכפארן מיט די קארס ווען איינער דארף אנקומען צו די אנערע זייט.
אויפן אנדערן זייט אטלאנטיק, געפינט זיך א אנדערע גאר פארגעשריטן לענדל גערופן אמעריקא, מען זאגט אז זיי זענען די שטערקסטע לאנד אין די וועלט, און אז זיי זענען פון די רייכסטע לענדער, מענטשן שווערן זיך ביי דעם לאנד, הקיצור ס'איז עפעס מורא'דיג, דארטן איז אויך פארהאן טונעל'ן אבער עס האט גאר א אנדער באדייט, נעם למשל דעם לינקלאן טוננעל פאר א ביישפיל, טוריסטן קומען קוקן דעם טוננעל פון אלע זייטן איעדן איינציגן טאג, די געלע טייל'ס וואס ליגן אזוי שיין אויסגעלייגט אויף די וואנט, אזא וואונדערליכע קאליר, און אזא באצויבערטן אויסזעהן דאס זעהט מען נישט אין די גאנצע וועלט, טוריסטן שפעקולירן כסדר צו אמעריקע האט טאקע עכט געלייגט די טיילס אויף די וואנט, אדער איז עס גאר פאלשע גראפיטי וואס מאכט דעם אויסזעהן, אזוי צו אזוי איז דער טונעל פיל מיט טוריסטן א גאנצען טאג, און מען שטייט דארט פארגאפט, ממש צוגענוגלט צום פאנאראמע וואס מען זעהט דארטן, ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז נאך די ארבייט שעה'ן אזוי בערך פון 4 נאכמיטאג אין ווייטער, איז דא גאר אסאך אמעריקאנע ארבייטער וואס קומען אהין נאך די ארבייט, זעהט אויס מן הסתמא זיך אויסצולופטערן פונעם שווערן טאג ארבייט, ווי נישט ווי איז דער גאנצער טונעל א מוראדיג רואיגע אטמעספערע, די קארן דארטן פארן כמעט נישט, מען רוהט זיך אפ דארטן כסדר, מען באטראכט די ווענט, די טיילס, די דאך, סאיז עפעס מורא'דיג, יעדע פאר סקונדעס מאכט די רייזנדער אין די קאר אזא שנעלע קדמא ואזלא, און עס ווערט נאכגעפאלגט מיט א גאר שטארקע אתנחתא, מען דארף דארטן זייער שטארק אכט געבן מיט די קאר, יעדן טאג פירט מען אוועק עטליכע קארן וואס האבן נישט גוט מעביר סדרה געווען און געמאכט א סוף פסוק אין אן אנדערן קאר, געדענק מען מעג נאר מאכן דארטן מיט די קאר אן אזלא גרש טאמער איינער וויל זיך אריינכאפן, סתם אזוי ברויך מען רואיג זיצן און מעביר סדרה זיין צוזאמען מיט אלע אנדערע טוריסטן וואס זענען געקומען באטראכטן די באצויבערנע ווענט, מען מאכט א קדמא ואזלא און אן אתנחתא גראד נאכדעם, מען קוקט זיך אום אויף די ווענט, מען קען אויך שמעקן דעם גוט'ן נאטורליכן גערוך פון די טונעל, און דערנאך איז מען ממשיך ווייטער פאר נאך אפאר טריט, ביז מען דערזעהט זיך אינדערויסן.
נאך וואס מען פארברענגט שעה'ן אין דעם גאר אינטערסאנטן טונעל, קומט מען ארויס פון דארטן ממש אן אנדערע מענטש, גראדע אזוי שרייבנדיג דערמאן איך מיר אז צופרי איז אויך דא א גאר שטארקע אויפשטייגונג אין טוריסטן וואס קומען באזוכן דעם טונעל, מן הסתם ווייל צופרי איז דארטן די לופט מער אנגענעם.
מאכט זיכער פאר איר גייט צו דעם טונעל מיטצוברענגען אפאר טאללער, די טונעל איז נישט אומזינסט, עס קאסט געלט אריינצוגיין, אזוי ווי יעדע טוריסטישע פלאץ ווי טוריסטן קומען קאסט געלט אריינצוגיין.
טונעלן פאר מענטשן דורכצופארן מיט די קארס צו קענען אנקומען צו די אנדערע זייט און א שנעלע צייט איז גראדע נאכנישט דא אין אמעריקע, די סייענטיסטן האלטן נאך אינמיטן דערגיין וואס איז די סיבה אז אזא רייכע לאנד ווי אמעריקע זאל נאך נישט האבן אין זייער באזיץ אזא פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, איז עס ווייל די מענטשן דא אין אמעריקע זענען נישט אזוי קלוג אדער געריבן ווי די מענטשן אין נארוועגיע? פארוואס בויען זיי אזויפיל בריקן און טונעלן פאר טוריסטן, און קענען נישט צושטעלן קיין איין נארמאלע בריק אדער טונעל פאר קאר'ן אדורכצופארן? ס'קוקט מיר עפעס אויס ווי משנה מקום משנה הבריות, יעדע פלאץ האבן די מענטשן גאר אן אנדערע וועג פון טראכטן.
מער וועט נאכפאלגן אי''ה.

משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
- טויגליכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1217
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
- לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ
משה'לע, שיין געזאגט און בעתו ובזמנו. NYC מעלדט היינט אז מגייט אט אנהייבן א 90 מיליאן דאלארדיגע איבערבוי אונטערנעמונג אויפן 495 ביים לינקאלן טונעל, זעט אויס אז די טוריסטן איז יא א גוט געשעפט.. די ארבעט גייט הייבן דעם אזוי אויך געדיכטן טרעפיק פאר די קומענדיגע צוויי. אלזא לדעתי עס איז צייט צו זיצן אויף די זייט פונעם האדסאן פאר די קומענדיגע תקופה..
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
- לאקאציע: אין קאך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 530
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
פלצתי, איך האב קיינמאל נישט אין אכט גענומען אז די טייל'ס זענען געל
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6420
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
אוי האב איך געלאכט און כוואלט געלאכט נאך שטערקער ווען די נער איז נישט מיינס.................
אבער לאמיר נאר וויסן. וויפיל איז די פאפולאציע אין נארוועיגן ???
ווייל אין אמעריקע אליינס איז אויך דא אסאך טונעלן ווי מען קען פארען שנעל אבער אין נ'י סיטי והגלילות איז די פראבלעם די אנלויף פון מיליאנען מענטשען און נישט די טאנעל טעכנאלאגיע

- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1559
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
אוי איז דאס גוט, די גאלדענע טייל׳ס האבן מיר געקאסט מאסיווע איבלען.
מען דארף באהאלטן די אשכול פון די אוטאריטעטן, זיי וועלן עס נאך ערנסט איינקעשן די מעכטיגע טוריזים אטראקציע!

ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז

בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
משה'לע די ביסט א גוטע פאטאגראפירער, פינעף יאר בינעך געפארן.. כ' מיין געזיצן... אינעם טונעל יעדן טאג און קיינמאל געזען מיט אזא בליק...
נישט אומזיסט זאגט מען א גוטע פאטאגראפירער קען ארויס ברענגען וואס מ'קען נישט זעהן מיטן אויג..
מיי גאד.... דער איז פרישע נייעס

איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...