ערשטער פוילישער רב אין אמעריקא - רבי פסח ראזענטהאל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ערשטער פוילישער רב אין אמעריקא - רבי פסח ראזענטהאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ב"ה


הגאון רבי פסח ב"ר גדליה ראזענטהאל זצ"ל
ערשטער פוילישער רב אין אמעריקא
כ"ד תמוז תרכ"א – נוא יארק


דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת פנחס הבעל"ט, געפאלט אויס די יאהרצייט פונעם בארימטן "רב הכולל", רבי יעקב יוסף זצ"ל. וואס ער איז נפטר געווארן אום כ"ד תמוז שנת תרס"ב. נאך פילע יאהרן פון אומבאקאנטשאפט, איז בזכותו פונעם לעגענדארן יושב ראש לקברי צדיקים באמעריקא; הרה"ח רבי יונה לאנדא שליט"א, באקאנט געווארן פארן המון עם וועגן דאס לעבן און שאפן פונעם רב הכולל און וועגן זיינע טעטיקייטן אין אמעריקא אין די געביטן פון העמדת הדת על תילה.

דאס ארט איז היינט פארוואנדעלט געווארן - בזכות הצדיקים, אין א מקום תפלה להפקד בדבר ישועה ורחמים בעזרת השי"ת. והיות אז היי יאהר געפאלט אויס די יאהרצייט אין א שב"ק טאג, וועלן אידן פונעם נוא יארקער אומגעגנד מסתמא אויסנוצן דעם צואמארגנס'דיגען זונטאג, ארויס צו גיין מאסנווייז – ווי יאהר יערליך; לויט די אנווייזונגען פונעם יו"ר הנ"ל, פוקד צו זיין דער ציון וואס געפונט זיך אינעם קרקע פון די בארימטע קהילה 'בית המדרש הגדול' אין די יוניאן פיעלד סעמיטערי. ויהי רצון אז אידישע תפלות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און זיי זאלן אויס'פועל'ן אלעס גוטס בכל משאלות לבם לטובה.

ווייניג ווייסן אבער, אז נישט ווייט פונעם רב הכולל, ליגט נאך אן אדם גדול, וואס זיין יאהרצייט געפאלט אויך אויס פונקט אינעם זעלבן טאג - כ"ד תמוז.

דאס איז די יאהרצייט פון רבי פסח ראזענטהאל, וואס לויט ווי מיר האבן פעסטגעשטעלט איז ער ווארשיינליך געווען דער ערשטער פוילישער רב צו קומען אויף אמעריקא. ער איז אנגעקומען אהער אום יאהר ת"ר (1840 למספרם).

ער איז געווען אן אנערקענטער תלמיד חכם מיט ענערגישע כוחות. צום ערשט, האט ער געפירט ברבנות אין די שטעטל יוטיקא, נוא יארק. און נאך צעהן יאהר; אום תרי"א, האט ער, צוליב די שוואכע אידישקייט סטאנדארטן פון די ארטיגע אידן אכן איבערגעלאזט זיין רבנות און געקומען וואוינען אין די נוא יארקער איסט סייד פון מאנהעטן. פונקט יענעם יאהר, האבן זיך עטליכע יוצאי רוסלאנד ופוילין פארקערפערט און געגרינדעט די גאר חשובע און שפעטער בארימטע קהילה וואס איז באקאנט מיטן נאמען: "בית המדרש הגדול". רוב מתפללים זענען געווען חשובע בני תורה און תלמידי חכמים, וואס אין שפיץ זענען געשטאנען די רבנים, רבי אברהם יוסף א"ש פון סעמיאטיטש און רבי יודל מידלמאן פון לעמבערג מח"ס נתיבות אמת.

אויך רבי פסח איז געווען פון די חשובע פני הקהילה –זיין זוהן ר' ישראל איז גאר געווען דער ערשטער פרנס, א גאר חשובע שטעלע און פון די שענסטע וואס קהילות קדושות בישראל האבן דאן פארמאגט.

פון צווישן רבי פסח'ס פילע לייסטונגען לטובת אידישקייט אין אמעריקא, איז געווען דאס גרונדן די ערשטע 'תלמוד תורה' אין די פאראייניגטע שטאטן. אין "רבי פסח'ס חדר" –ווי מען האט עס גערופען, האבן אידישע קינדער געקריגן אן ערליכן ערציהונג. די חדר איז געווען ספעציעל געאייגענט אויך פאר קינדער פון ארימע היימען וואס האבן זיך נישט ערלויבט צו באצאלן, ווי מ'האט זיי צוגעשטעלט ערציאונג אן קיין אפצאל.

גאר באקאנט איז רבי פסח געווען אין זיינער צייט, צוליב די פעולות וואס ער האט פארפיגט איבער די אמעריקאנער שטאטן, לטובת דאס אונטער-שטיצונג פון ארימעלייט אינעם אלטן ישוב פון ארץ ישראל און פאר וועלכע צוועק ער האט אויך געגרינדעט א ספעציעלער פושקע פראיעקט.

רבי פסח ראזענטהאל איז נפטר געווארן אום כ"ד תמוז תרכ"א, דאס איז מיט איין און פערציג יאהר בעפאר דאס הסתלקות פונעם רב הכולל. און איז געברענגט געווארן לקבורה אויפן אלטן קרקע פונעם, בית מדרש הגדול. עס איז מערקוועדיג אז נישט לאנג נאך זיין פטירה איז אנגעקומען אהער, איינער פון די גדולי ליטא; הג"ר יוסף משה אהרנסאן זצ"ל מח"ס מטעי משה און ספרי הפרד"ס, ער איז געווען איינע פונעם רב הכולל'ס פארגייער צו דינען אינעם 'בית מדרש הגדול'. הרב אהרנזאהן איז געווען באקאנט מיט זיין גאר שארפע צוגאנג צו אידישקייט עניינים און עס האבן זיך דעריבער געשאפן פארשידענע הלכה'דיגע שטרייטן צווישן איהם און די אנדערע ארטיגע רבנים. ביי איין פאל באוויינט הרב אהרנסאן אין זיין ספר אז ער האט נישט דאהי מיט וועמען איבער צו רעדן א ספעציפישער גאר קאמפליצירטע הלכה ענין, ווייל "דאס בעסטע און זויבערסטע פון צווישן זיי" איז שוין אוועק נאך בעפאר זיין אנקום ובלשונו: "הטוב והמסולת שבהם היה המנוח ר' פסח ז"ל, אשר גם במדינתי היה ש"ץ ומורה צדק בעיר מצער בפולין גדול והיה אדם ישר גבר דחיל חטאין, אמנם אנכי לא מצאתיו, כי הלך לעולמו איזה זמן קודם ביאתי לשם".

ובכן, אז אידן קומען באזוכן די יוניאן פיעלד סעמיטערי אינעם טאג פון זיין יאהרצייט, וואלט געווען גאר א פאסיגע זאך ווען מען נוצט אויך אויס די געוואלדיגע געלעגנהייט צו טוהן א נייחא נפשי' פאר רבי פסח'ן זצ"ל, וואס איז געווען פון די פיאנערן ביי צו שטייערן צום וואוקס פון ערליכע אידישקייט אין די פאראייניגטע שטאטן.

* * *
צום באמערקן, אז די מציבה פון רבי פסח ראזענטהאל איז אין גאר א שלעכטער צושטאנד, און כמעט אומלייענבאר. אבער מיר האבן דורך פארשידענע טאקטיקן מצליח געווען פעסט צו שטעלן אז דאס איז דאס ארט פון רבי פסח'ס באגרעבעניש.

פאלגענד זענען די אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען דערצו:

דער רב הכולל ליגט אינעם 'יוניאן פיעלד' סעמיטערי אויפן נייערע קרקע פון 'בית המדרש הגדול'. די עלטערע חלקה איז אינעם בית החיים וואס רופט זיך 'מכפילה' סעמיטערי. אבער דאס גרעניצט זיך ממש איינס נעבן די אנדערע נאר הויכע ביימער טיילן זיי אפ און פארשאטן דער חלקה. עס איז גאר גרינג צו טרעפן אויב פאלגט מען נאך די אנווייזונגען.

גייענדיג צום ציון פונעם רב הכולל דורכן הויפט איינגאנג, גייט איר אויף א "ראוד" וואס הייסט טאקע "מעין ראוד". אויף ביידע זייטן פונעם ראוד געפונט זיך קברים און צווישן יעדע עטליכע חלקות איז דא א שמאלער שטעג פאר מענטשן צו גיין, סיי אויף די רעכטע זייט און סיי אויף די לינקע זייט פונעם ראוד. מען קען באמערקן אז יעדער שטעג איז אנגעצייכענט (אויפ'דער'ערד) מיט אן אלפאבעט. די ציון פונעם רב הכולל געפונט זיך אין די חלקה וואס איז צו די לינקע זייט פונעם ראוד ביים קארנער פון "מעין ראוד" און "מעיפל ראוד" וואס איז אנגעצייכענט מיט געווענטליכע שילדן. אויף די רעכטע זייט לויפן דורך שטעגן אנגעצייכענט מיט בוכשטאבן. כדי אנצוקומען צו די אלטע חלקה פון בית המדרש הגדול אין די מכפילה סעמיטערי, דארף מען נעמען איינע פון די קורצע שטעגן J-K-L וואס איז ממש נעבן די חלקה ווי עס ליגט די רב הכולל. דורך נעמען איינע פון די שטעגן דערגרייכט מען די הונטערשטע זייט פון די מציבות.

אינעם אלטן חלקה וועט איר געפונען בלויז עטליכע אלט-אפגעריבענע ליימענע מציבות, אויסער די מארמארענע מציבה פון הג"ר אברהם יוסף א"ש וואס איז געשטעלט געווארן דארט פונדאסניי. דאס וועט דינען ווי אן אנצייגעניש ווי צו טרעפן די מציבה פון רבי פסח ראזענטהאל.

זיין מציבה געפונט זיך צוויי רייעס פון הונטן פינף מציבה רייעס צו די לינקע זייט, זעה בילד:
אטעטשמענטס
כד תמוז - רבי פסח ראזענטהאל.pdf
(135.87 KiB) געווארן דאונלאודעד 91 מאל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום פרייטאג יולי 13, 2018 10:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

זיין זכות זאל דיר ביישטיין!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פאר די באריכט. ס'איז זייער אינטערסאנט.

הצדיק האט געשריבן:זיין זכות זאל דיר ביישטיין!


דער סקרענטענער רב שליט"א האט שוין אמאל באריכטעט דערוועגן.

http://moreshesamerica.blogspot.com/201 ... -post.html
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיר האבן שוין אויך אין די פארגאנגענהייט געשריבן דערוועגן ביום היאהרצייט, אט דא.

נאר איצט האבן מיר דאס נאכאמאל מפרסם געווען משום דער חידוש שיש בו, אז מ'האמיר בעזהשי"ת פעסטגעשטעלט שמו ושם אביו: ר' פסח ב"ר גדליהו.

אויף די מציבה קען מען (מיט גרויס אנשטרענגונג און טאקטיקן) אויסלייענען די נאמען 'גדליהו', און מיר האבן אויך געטראפן די חתימה פון רבי פסח אינעם פנקס פונעם שד"ר רבי אברהם ניסן ווי רבי פסח שרייבט בכת"י ובחת"י ווי פאלגענד:

עוד קבל הרב מו"ה אברהם ניסן שליח דק"ק ירושלים עיה"ק תוב"ב סך שבעה דאללער מ"ג סענט מעות מחצית השקל על הוצאותיו מידי הגבאים דק"ק בית המדרש הגדול, נוסף על השמונים דאללער אשר שלחנו כנ"ל, ומידי הבעה"ח קבלם, ביום ד' י"ח אדר תרכ"א לפ"ק פה נוא יארק פסח במו"ה גדלי' זצ"ל ראזענטאהל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום פרייטאג יולי 13, 2018 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

א יישר כח כבוד מזכיר מורשת חכמי אמעריקא, פאר די הערליכע דעטאלירטע בעשרייבונג אויף דעם אומבאקאנטן גדול וצדיק. וואס איז בפשטות געווען דער ערשטער רב אין אמעריקא, א רב מיין איך א עכטע רב.. און געווען א רב ודיין בעפארן קומען קיין אמעריקא, און נישט אין בירמינגהעם נאר אין פולין! דאס איז א חידוש עצום להבקיאים בתולדות אמעריקא, און ווי איר זאגט איז ער וויפיל מ'ווייסט, [און מ'רעדט נאכן גריבלען יארן איבער תולדות התייסדות בית המדרש הגדול] דער סאמע ערשטער. אין ביידע הינזיכטן.

איך האב געוואלט צולייגן א פרט, הגאון הצדיק ר' פסח זצ"ל, האט זיך אפגעגעבן מיט מעות רמב"ן מיט א געוואלדיגע נאמנות, לטובת עניי ארץ הקדוש, און איז אליינס ארומגעקראכן צו געשעפטן און אריינגעשטעלט פושקעס, ווי פארשטענדליך זענען שוין געווען ליצני הדור וואס האבן מרנן געווען אז ער ווערט רייך אויף זייער חשבון, דערציילט אונז הרב לעסער אז בעפאר זיין פטירה ווען איבער א מנין געטרייע פריינד האבן זיך פארזאמלט, און געזאגט פסוקי יחוד, האט ר' פסח אפגעשטעלט א מינוט און געזאגט צו זיי, מיינע טייערע, איך מוז אייך אפהאקן אינמיטן פון זאגן צוזאמען מיט ענק פסוקי יחוד און די הכנות פון איבערגעבן דעם נפש לפני יוצרה, איך בעט אייך ביטע קוקטס איבער מיינע קאנטעס די חשבונות פון די געלטער פון די צדקות וואס איך האב גובה געווען, די אידן האבן געטון צו די זאך, און געטראפן אלע חשבונות פונקטליך מיט די קבלות און וואוטשערס, ס'איז געבליבן א חוב פון איין טאלער און דרייסיג צענט, וואס ר' פסח האט תיכף ומיד באצאלט, דערנאך האט ר' פסח געדאנקט און געזאגט אז יעצט קען ער נסתלק ווערן צופרידן און רואיג, און אויסגעדרוקט האפענונג אז זיינע וואוילטעטיגע אינסטיטוציעס זאל ווייטער לעבן נאך זיין פטירה, צו וועלכעס עטליכע דערנעבנדע האבן ווארעם צוגעזאגט און ווי ר' פסח האט דאס געהערט איז ער תיכף דערנאך אינמיטן די תפלות ותחנות מיט אן אויסגעגאסענע און טיפע צופרידנהייט נסתלק געווארן לחיי עולם
לעצט פארראכטן דורך גלאזער אום מאנטאג יולי 02, 2018 6:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

און א באריכט אין The Occident תשרי שנת תרי"ב ולמספרם אקטאובער 1851 שרייבט דער ארויסגעבער יצחק לעססער אז ער האט באזוכט אין יוטיקא ניו יארק און ער האט דארט געטראפן א קהילה, און דער רב איז הרב פסח ראזענטאהל. ווי אויך דינט ער אלס חזן ושוחט.

Utica, New York.—Here too we met with a congregation having a place of worship, which, however, we regretted not to find in as good order as it should be. It is situated in Hotel Street, and is a wooden structure; and a little expense judiciously applied would render it as well-looking as the Beth-El at Albany. We hope that this will be speedily attended to. The minister is a learned Polish Rabbi, who wears the national costume. His name is Rabbi Pesach Rosenthal, . and he officiates as Hazan, Preacher, and Shochet, and attends to other duties besides. He is an illustration of the peculiar devotedness of the Jewish teacher to his calling, not rarely met with in countries where the yoke of oppression weighs heavily upon us.
אטעטשמענטס
Screenshot_2018-07-02 Screenshot.png
Screenshot_2018-07-02 Screenshot.png (450.1 KiB) געזען 1484 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לכבוד די יארצייט וואס געפאלט אויס דעם שבת, שטעלן מיר א בריוו וואס רבי פסח האט געשריבן מיט גרויס ווייטאג צום רב און כלל טוער ר' אייזיק לעסער פון פילאדעלפיע, בנוגע זיינע מיטמאכענישן וואס ער שטייט אויס אין יוטיקא.

ב"ה יום ו' ח"י סיון תר"י ל' פה נויארק

שלום לכבוד אה' ידיד נפשי ה"ה הרבני המופלג מושך בעט סופר מהיר, דורש טוב לכל מדינת אמעריקא הקרובים והרחוקים, כבוד קש"ת מו"ה אליעזר לעססער נ"י

אחדש"ה, הנה באתי לבקש מאת כבוד גדלו, להתאמץ עבורי לתור לי מקום לשבת, לשרת בקודש, לברך על הזבח ולהיות ש"ץ ומ"ץ, כי בדעתי לעקור דירתי ממקום תחינתי מעיר יאטקע, אל מקום אחר אשר אמצא, ואשר יקרה ד' לפני, כי לא אוכל ואיניני רוצה להיות עוד ביאטקע, מרעת יושבי בה, ולכתוב הכל את כל מעשיהם הרעים, אשר המה רעים וחטאים, לשמים ולבריות, יהי' חיבור גדול, ואי' שוקל ואי' סופר, ובטוח אני בד' כי האנשים אשר יבקשו למנות להם איש לשו"ב וש"ץ, או גם מ"ץ, ולדרוש להם ג"כ, אם יבקשו האמת, אקוה לד' כי נחת ינחתו באיש אשר כמוני, כאשר יעידון ויגידון עלי ת"ל כל חכמי אשכנז ופולין, ומכתבם המה באמתחתי קבלות והיתר הוראות, אשר כולם יעידון ויגידון ת"ל עלי שאנכי ראוי לאותו אצטלית, וגם הקהלה אשר יבקשו לבחור אותי, הן המה יכולים לחקור ולדרוש עלי אצל הרב הדרשן הגדול דאקטער רעפעל נ"י, ואצל ידיד ד' וידיד נפשי מו"ה שניאור נוסבוים נ"י, ואצל שאר אנשי שם דפה, אם אמנם שאין דרכי מעולם, וגם דרכי החכמים להיות מעשיהם להתפאר, כמאמר החכם יהללך זר ולא פיך, אך לגבר אשר דרכו נסתרה, נסתרה דרכו לבלי הגיד לאיש טבעו ומעלליהו, את אשר הוא עושה, אזי ההכרח לא יגונה לעשות בעליל לארץ תהילותיו, להודיע לבני האדם גבורותיו, גם יגיד עליו רעהו להלל בשערים מעשיהו, ועתה אתה ברוך ד', הנה אנכי באתי לפה ביום ד' לעת ערב והלכתי אל בית הרב האדון דאקטער רעפעל, ושאלתי ממנו האם יודע מקום מנוחה לפני, ואמר לי שעיר שיקאגא מחפשים איש לשרת אותם, להיות אצלם שו"ב וש"ץ, לכן שאלתי ובקשתי שטוחה לפני כבוד גדלו ותפארתו, שימחול על כבודו אלף פעמים ולכתוב להם שיבחרו בי יותר מזולתו, הלא מעלתו הרמה מכיר אותי ומהותי, ואם יתרצה אדוני בזה, אזי ימחול לכתוב תיכף עי"מ ע"י הפאסט ראשונה יסעו, והעליון ישלם לו בזה ובבא, עקב אשר ירוה נפש נענה כמוני, וישמח נפשות נאנחות, הן המה אשתי ובני שתחיו, אשר עיניהם תולים אלי, ומאין אושיע להם, המן הגורן או מן היקב, ובטחתי במדת טובו שלא יאמר לדברי נואש, כי מטבע הטוב להטיב, ותמכתי יסודותי על היתד החכמה והבינה של כבודו נ"י, שאם יראה בעין שכלו שטוב הדבר לשלוח מכתבי זאת לשיקאגא אזי ישלח, רק הרחק לא תרחקוהו ללכת לבד, רק אדוני יכתוב ג"כ, הלא אדוני חכם כמלאך אלדים, ובתבונות כפיו יעשה על צד היותר טוב, ונא לכתוב לי תשובה נכונה לעיר יאטקע, וימחול לעשות הכל עי"מ הן משירות זה, או אולי יודע משירות אחר, כי שמא יקדמנו אחר, והי' אם כה יעשה זה מאוד ישמח לב אוהבו השמח בהצלחתו,

פסח במו"ה גדלי' זצ"ל ראזענטאהל

נא למחול לי על רוע מכתבי, כי אנכי איניני שקט בביתי, וכותב בבית אחר ואין לי מנוחה לכתוב, וגם רעיוני שוטטים הנה והנה, אם אש אהבה תוקד בקרבו, נא אל יביט רק אל מגמת נפשי דברי ידידו, פסח

אם מעלתו הרמה יחפש לי מקום לשבת להיות שו"ב וש"ץ, אזי אשלם לכבודו חלף משכורתו ועמלו סך עשרים דאלער, דברי פסח במ"ג
אטעטשמענטס
Document-page-001 (1).jpg
Document-page-001 (1).jpg (86.08 KiB) געזען 1137 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שיין, געוואלדיג.

פון ווען איז ער געווען אין יוטיקא?

למעשה איז ער פון דאן שוין געבליבן אין ניו יארק?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ככה"נ איז ער געווען אין יוטיקא פון שנת ת"ר ביז תר"י
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

לא תר"י
כתבתי תרי"ג
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”