קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
סדר ימי הביקור פון רבי'ן אין 'קרית יטב לב' בלומינגבורג:
דער רבי וועט אי"ה אנקומען אין קרית יטב לב מיטוואך אויפדערנאכט, די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הרה"ח ר' סענדר קאהן חבר וועד הנהלת המוסדות.
דערנאך וועט מען אריבערגיין צום ביהמ"ד בית יושע אינעם נייעם דעוועלאפמענט, ווי מען וועט דאווענען מעריב ברוב עם, דערנאך וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים.
דאנערשטאג אינדערפרי וועט דער רבי דאווענען שחרית אין די תלמוד תורה צוזאמען מיט די ילדי תשב"ר, נאכן דאווענען וועט פארקומען א ספעציעלע קבלת פנים פאר די תלמידי המוסדות.
דערנאך וועט פארקומען די קביעות מזוזה פאר די נייע צוגעבויעטע קלאס צימערן.
דורכן טאג וועט זיין אסיפות אקרו"ט און קבלת קהל פאר די תושבי העיר בבית האכסניא.
מנחה וועט דער רבי דאווענען מיט די בחורי הישיבות תושבי העיר, נאך מנחה וועט דער רבי אויפטרעטן פאר די בחורים מיט דברי הדרכה אויפ'ן זומער.
מעריב וועט זיין אין ביהמ"ד בית יושע.
שחרית פרייטאג אינדערפרי אום 9 אזייגער, אין ביהמ"ד בית יושע.
עס וועט זיין צוגעשטעלט טועמי' פאר די אורחים פון 4:00 ביז'ן זמן הדלקת הנרות, אינעם ספעציעלן שאטער וועלכע וועט ווערן אויפגעשטעלט ביים ביהמ"ד.
אלע תפילות און טישן במשך שב"ק, וועלן געפראוועט ווערן בהתרוממות הנפש, אין ביהמ"ד בית יושע.
מוצש"ק נאך הבדלה וועט מען באגלייטן דעם רבי'ן צום אכסניא בשירה ובזמרה.
זונטאג מיטאג וועט דער רבי באזוכן די תלמוד תורה, און פארהערן די קינדער פון די עלטערע כתות.
נאכמיטאג וועט פארקומען די מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם פלייש געשעפט דקהלתינו, וואס ווערט געעפנט אין די טעג.
במשכן טאג וועט אויך זיין זמנים פאר קבלת קהל בבית האכסניא.
מאנטאג אינדערפרי וועט דער רבי דאווענען שחרית אין ביהמ"ד אויף היקארי קט.
שפעטער אין טאג וועט פארקומען בעז"ה א מעמד התחלת כתיבת ספר תורה, פאר די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך די תושבי העיר.
מער דעטאלירטע פרטים וועט אי"ה נאכפאלגן דא במשך די ימי הנסיעה, ווי אויך וועט זיין צוגעשעלט לייוו הוקאפ'ס פון די מעמדים אין קרית יטב לב אויף מערכת סאטמאר 718-831-7000
זה השער לה' צדיקים יבואו בו

- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
בזמן שהצדיק בעיר
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20180619_183700.jpg (125.58 KiB) געזען 6931 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
קבלת פנים
- אטעטשמענטס
-
- d6eaf4f8-7d3c-40cb-9f5c-436286786c8f.jpg (143.2 KiB) געזען 6601 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
@SatmarKYL: Breaking News! Appellate court denied Town of Mamaketing motion to halt the building of the Chestnut Ridge development.
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
- לחיים טובים ולשלום
- שר חמש מאות
- תגובות: 627
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
- לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:קאץ און מויז האט געשריבן:קבלת פנים
ווער זענען די רבני קהלתינו?
ר' יואל מענדלאוויטש - מו"ץ
ר' יואל גאלד - מו"ץ
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
שחרית מארגן מיט די קינדער
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20180620-WA0015.jpg (162.99 KiB) געזען 6277 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
קאץ און מויז האט געשריבן:@SatmarKYL: Breaking News! Appellate court denied Town of Mamaketing motion to halt the building of the Chestnut Ridge development.
יאפ! גרויסע שמחה דאָס ב''ה. דא viewtopic.php?p=1622751#p1622751 האמיר באריכטעט איבער דעם קעיס ווען דער דיסטריקט קאורט האט עס דיסמיסט, דער טאון האט אפעלירט דעם אורטייל צום דריטן דעוויזיע פון די ניו יארק סטעיט אפפעלעט קאורט, און געבעטן דער געריכט זאל ארויפלייגן אן עיכול אויף די דיוועלאפמענט מען זאל נישט טארן ווייטער בויען היל''ת.
היינט איז ארויסגעקומען דער פסק פונעם העכערע געריכט אין וועלכע זיי ווארפן אפ די רשעות'דיגע פארלאנג פונעם טאון.
נ.ב. לרבים השואלים, די קעיס/פסק האט נישט קיין שייכות צום קלאוזינג אישו וואָס ווארט נאך אלץ אויפן גוטהייסונג פון די עטארני דזשענעראל.
שאינו יודע האט געשריבן:היינט איז ערשיינען אין 'דער איד' א ספעציעלע ביילאגע ווי עס איז עמטליך געמאלדן געווארן די פלענער פאר די נייע שטעטל 'יטב לב', מלפנים קרית שמילאוויטש.
400 דירות אפראווד, 2,800 ס.פ. א דירה.
[image] [/image]
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
מאפע פון די עירוב
- אטעטשמענטס
-
- Capture.JPG (164.04 KiB) געזען 3833 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 799
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm
FWD: @SatmarKYL: Photos: Derhoibene Yemei Bikir of Rabbiny Shlita in Kiryas Yetev Lev.
https://t.co/vhpdcZpeX8
https://t.co/vhpdcZpeX8
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
מיין קורצע באזוך
נעכטן אויפן וועג ארויף צו די קאנטרי האב איך געמאכט א סטאפ אין בלומינגבורג, די לעצטע מאל איך בין דארט געווען איז מסתם א יאר צוריק,
כ'על מיטטיילן עטליכע אינטערסאנטע קרישקעלעך וואס איך האב אויפגעפאסט,
קודם האב איך געמאכט א סטאפ אין גראסערי ווי די קינדער האבן געקויפט אייסעס, די גראסערי איז גאנץ גוט אהערגעשטעלט, גאר גוטע קאסטומער סערוויס , פרייזן זענען פיין, למעשה האב איך באמערקט אז זיי האבן נישט אלע דרייצען פלעיווערס גריק יאגערט, דאכצעך זיי האבן נאר 9 פלעיווערס.... (נאך א סיבה כ'זאל נישט אהינמופן)
ביני לביני האט זיך מיין ב"ב אריבער געכאפט צום רעסטוראנט, איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו טועם זיין פון זייער עסן, זי זאגט אז די עסן איז גאנץ כמעשה,
דערנאך בין איך געפארן צום חדר, די חדר קוקט אויס ווי אלעס קלאפט ב''ה.
די דאקטער האמיר געטראפן אויפן גאס ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי ער האט איבריג ארבעט, זעהט אויס מ'רעדט פון א געזונטערע סארט עולם.
די גאסן שמעקט אידיש, דהיינו אדעסיס און סיענעס, פרויען מיט קליינע קינדער אויף די גאסן, וכו'
די הצלה אמבולאנס איז נתנדב געווארן לע"נ די צוויי באבוב'ער רביס, גאנץ אינטערסאנט געווען.
ביים ביהמ"ד האב איך באמערקט אסאך קאנסטראקשן ארבייטער, קוקט אויס ווי די ביהמ"ד גייט יעצט דורך רענאוואציעס. (כ'בין נישט אריינגעגאנגן)
די נייע דיוועלעפמענט קוקט אויס זייער שיין, ס'ווירבלט און ס'שפרודלט,
אבער דא וויל איך מיך אפשטעלן א מינוט, איך בין אריינגעפארן טיפער אינעם דיוועלעפמענט איך האב געריבן מיינע אויגן און נישט געגלייבט וואס איך זעה, ס'שטייען הערליכע הייזער גרייט אריינצומופן, מיט הערליכע לענדסקעיפינג פון פארנט, אבער די הייזער זענען פוסט און לעהר! אן קיין זכר פון לעבעדיגע,
איך שטעל אפ א תושב איך פרעג אים וואס איז פשט פון די ליידיגע הייזער? ס'נישטא קיין קונים דערויף? ענטפערט ער מיר, אז ס'איז יא דא קונים נאר מ'קען נישט קלויזן ווילאנג די אטורני דשענערעל שרייבט נישט אינטער די HOA, דאס מיינט אז ס'קענען נישט מופן קיין נייע תושבים,
כ'האב עס אייביג געליינט דא אויפן וועלטל, אבער וואס זאל איך אייך זאגן, ס'איז אינו דומה שמיעה לראי',
כ'האב געפילט אזוי שלעכט פאר די תושבים דארט, אז כ'קען עס אפילו נישט מסביר זיין,
איך וויל נישט דערוילעם זאל אוועקגיין מיט א שלעכטע געפיל, די שטעטל האט מעכטיגע פאטענשעלס, ס'ווארט בלויז אויף אן אינטערשריפט! ווי פלעגט יענער זאגן?! אביסעלע טינט פון א פעדער....
נו שוין זאל דער אייבירשטער העלפן ס'זאל מצליח זיין... און ס'זאל זיין ואחריך ישגה מאוד...

וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
עניו האט געשריבן:א הערליכע שיינע ארטיקל אין מאמענט פונם געהויבנעם שבת אין שטאט (זייער שיין באשריבן מיט פרטי פרטים ער הייבט אן פונעם הייוועי 17 NY...... ביז זונטאג....)
איין זאך האט ער פארגעסען צו בשרייבן איז זונטאג די פתיחות הכולל (די לחיים אין דרשה )
אבער חוץ פין דעם איז עס א הערליכע ארטיקל שכח הרב חנוך
דער חנוך איז א מוארדיגע שרייבער
כאפט זיך איבעראל מיט
..