חיזוק זה שאנו אוכלים על שום מה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

חיזוק זה שאנו אוכלים על שום מה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

א.
אין די היינטיגע תקופה, ווי חיזוק ווערט געזוכט און געטרינקען מיט דורשט ווי קיינמאל פריער, פיהל איך פאר וויכטיג בעזר השם ארומצורעדן וועגן די צוגאנג צו א מצוה און צו עבודת ה' בכלל, און אין אלגעמיין צום גאנצן לעבן אלס איד, פון א זייט וואס ווי עס זעהט מיר אויס איז דא ביי אונז א גרויסער לאך.

היינט א' בלק תשע"ח, פה לאנדאן הבירה, ארום 8:00 אינדערפריה, איך קום אריין אין שוהל איך קנעפל אויף די אויבערשטע קנאָפּ פון מיין ראָק איך וויל ארויסציען די לינקע האנט און אנהייבן לייגן טלית ותפלין, ווען איך פיהל א קלאפ אויפן האנט, נאך איידער איך הייב אויף די אויגן צו זעהן ווער און וואס, פרעגט מיר דער קלאפער, (וואס איז, אגב, פון מיינע נאענטע חברים) ווען איז זמן קריאת שמע? איך ענטפער איהם 8:17 און ער גייט ווייטער. מיר האט אבער זיין שאלה אדער זיין אויסשפראך געגעבן א וועק אויף, וואס הייסט דאס ווען איז זמן קריאת שמע, יעצט איז דאך אינמיטן זמן קריאת שמע, היינט איז געווען (די צווייטע) משיכיר 3:51, און די סוף זמן קריאת שמע (מגן אברהם) איז 8:17.

עס האט מיר דערמאנט וואס כ'האב געזעהן אמאל געדרוקט א דרשה פון א אדם גדול ורב מפורסם שליט"א, וואו בתוך הדברים זאגט ער אז עס וואונדערט איהם שטארק די היינטיגע לעבנס שטייגער, וואס א גרויסער טייל פונעם ציבור פרעגט און קוקט אינעם לוח פאר סוף זמן קריאת שמע, און מען ליינט קריאת שמע צו דער צייט, צומאל וויל זיך זאגן: עס איז געלונגען, איך האב עס געכאפט. דער רב זאגט אז ער געדענקט ווען ער איז געווען אינג פלעגט מען אלעמאל פרעגן ווען קען מען שוין ליינען קריאת שמע און ווען קען מען שוין דאווענען, נישט ביז ווען קען מען ליינען און דאווענען.
דא האלטן מיר שוין היינט אז ביי מאנכע ווערט 'די סוף זמן' גאר גערופן 'דער זמן'.

און לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט, נישט נאכצוזוכן די שרש וואס ברענגט דאס, נאר א תוצאה וואס קומט ארויס דערפון, און איך מיין אז די תוצאה וועט אונז אריינפירן צום שרש.
ווען א איד ליינט קריאת שמע צום [סוף] זמן, גייט ער צו צום מצוה מיט א מוראדיגע קבלת עול מלכות שמים, ער שפירט: איך מוז ליינען קריאת שמע פאר עס איז חלילה צו שפעט עס ליגט אין דעם א אפענע יראת שמים ויראת חטא, ער זאל נישט חלילה מבטל זיין די חיוב קריאת שמע.
וואס איז אבער מיט אהבת ה', עס שטייט דאך אין אלע ספרים אז כאטש אז יעדע מצוה דארף געטוהן ווערן באהבה וביראה, איז אבער ביי מצות עשה דער עיקר די אהבה, און אהבת ה' איז די שרש פון אלע מצות עשה, און יראה איז די שרש פאר מצות לא תעשה.
די פשוטע פשט פון דעם איז אז ווען עס קומט צו א מצוה עשה, וואס הי"ת באפעלט אונז אין די תורה קום ועשה, טוה וואס איך הייס דיר, דארף זיך א מענטש בעיקר נעמען דערצו מיט א זירוז פון אהבה, אט גיי איך זוכה זיין צו דינען הי"ת, צו טוהן זיין באפעהל, צו מקבל זיין אויף מיר זיין מלכות, זיך צו שטעלן פאר איהם בעטן וכו'. וואס מער מען טראכט אריין אין דעם איז עס מזרז צוצוגיין צום מצוה מיט א מוראדיגע אהבה, און מיט א ביטול צו הי"ת.
פארשטייט זיך אז אזוי ווי עס שטייט אין ספה"ק אז יעדע מצוה מוז האבן סיי אהבה און סיי יראה, דארף מען צוגיין צום מצוה אויך מיט די געפילן פון יראת חטא, אכטונג געבן צו טוהן די מצוה כתיקנה וכהלכתה, חלילה נישט צו מבטל זיין די מצוה, און עס טאקע צו טוהן בשלימות ווי עס באפעלט אונז הי"ת. ווי אויך א יראה מתוך אהבה נישט צו פארלירן די גרויסע מצוה אדער טייל פון אירע הידורים. ווען פון אנדערן זייט דארף זיין א קלארע זירוז מצד האהבה צו מקיים זיין די מצוה ריכטיג מיט אלע הידורים.

און דא קומען מיר צוריק, די צולויפן צום מצוה ווען די צייט ווערט ענג, איז איין שטיק יראה און דאגה, אנע אהבה וזירוז.

און דאס איז נאר איין ביישפיל ווי מען זעהט עס. אז מען קוקט זיך גוט ארום קען מען זעהן ווי די גאנצע לעבן און צוגאנג צו מצוות גייט היינט כמעט נאר אויף דעם שטייגער, פון דאגה ויראה, איז עס כשר? האב איך יוצא געווען?, אזוי ווייט אז הידור מצוה גייט שוין אויף דעם אופן, דערמאנט אייך די ניגון מיט וואס מען פרעגט: איז נישט בעסער יענע לולב?

עס זאל זיין קלאר, איך קום דא בכלל נישט מזלזל זיין אין די דאגות ארום מצוות, וואס דאס איז קלאר יראת שמים ויראת חטא.
און איך וועל זיך יעצט אויך נישט שטעלן אויף דעם, אז עס איז לאו דוקא אז יעדער וואס לעבט מיט די דאגות ביים קום ועשה, טראגט די זעלבע דאגה און יראה ווען עס קומט צו שב ואל תעשה, וואו דער עיקר דארף גאר זיין די דאגה און יראה. (דאס איז באמת לענ"ד בכלל נישט קיין טענה, ווייל א ודאי איז לאו דוקא אז יעדער וואס טוט געוויסע עבודות מיראה איז ממש אויסגעארבעט אין יראה, און עס נעמט נאכאלס נישט אוועק פון די חשיבות פון די מצוות וואס ווערן יא געטוהן באגלייט מיט א יראה. אלס סיי וואס פארא סיבה אז ביי די געוויסע זאכן כאפט עס איהם יא, געווענליך איז עס ווייל דאס האט ער געזעהן, משא"כ שב ואל תעשה וואס איז בגדר לא ראינו, אדער ווייל אין די הלכות האט ער מער עוסק געווען).
איך מיין דא נאר ארויסצוברענגען איין זאך, מיר דארפן ביי זיך ארבעטן, און שטארק ארבעטן, אויף דעם חלק פון 'זריזות', זיך מזרז זיין צו מצוות, אריינטראכטן מחשבות וואס זענען מעורר זירוז, און רעדן די זאכן אלס התעוררות צו אונזערע קינדער און תלמידים.

ב.
עס ווערט געברענגט פון ר' ישראל סאלאנטער זצ"ל און פון נאך אז ווען א מענטש איז עוסק אין הלכה איז דאס אים מקנה א געפיל פון יראה צו די הלכות. עס איז אבער קלאר און מען זעהט עס בחוש אז א איד וואס זיין דקדוק הלכה און דאגה דערויף קומט פון לערנען, ווערט ממילא די מצוה ביי איהם באגלייט מיט א מוראדיגע שמחה, דאס איז ווייל ער פיהלט זיך נישט נאר כפורע חובו, נאר ביי איהם איז עס א קיום פון דינים וואס ער האט געלערנט, און ער פיהלט ווי ער כאפט אריין דא זכויות.
דאס איז אויסער דער זיסער טעם אין די מצוה וואס מען האט זייענדיג היימיש אין דעם. (ווי הג"ר ברוך בער האט געזאגט, ווען מען האט איהם דעם ערשטן מאל געברענגט א קורקבן מיט א שאלה: די הייליגע קורקבן).

דאס איז ווי די שמחה מיט וואס מען פראוועט א בר מצוה, מען פריידט זיך צו זיין א מצווה ועושה.
און נאך מער, ווי עס שטייט אין תוספות אין קדושין (לא.), דאס איז גאר די מעלה פונעם מצווה, ווייל ער איז דואג ומצטער. מען פריידט זיך מיט די מעלה אז מען איז פארדאגה'ט וועגן מצוות.

ווי עס זעהט אויס, אזוי ווי פון איין זייט זענען מיר היינט געבענטשט מיט תלמידי חכמים וואס זענען זיך מעמיק אין הלכה, מער ווי מיר האבן געהאט אין די לעצטיגע דורות, די גייסט פון 'דקדוק הלכה' וואס זיי טראגן מיט זיך פליסט איבער אויפן גאנצע ארום, האט עס אריבערגעפירט די גאנצע גייסט און אטמאספערע אין אונזערע קרייזן אויף א געוויסע סארט חיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא, אבער לאו דוקא אז יעדער יחיד האלט ביי דעם, אז עס זאל איהם טאקע דערנענטערן צו עבודת ה', און נישט דאס פארקערטע.
און פון אנדערע זייט זענען דא סאך סאך ווייניגער וואס גייען צו צו א מצוה מיט די פארצייטישע חן, ארומגענומען מיט אהבה ויראה וואס קומט פון ספרי מוסר אדער אמונה פשוטה.
דאס ברענגט אז די 'החרדים אל דברו' איז וואס עס ווערט ברוך ה' געשפירט אין די גייסט ביי אונז. אבער פון אנדערן זייט, די זירוז צו מצוות איז בהחלט שטארק פארנאכלעסיגט.

ג.
לאמיר נעמען א משל פון א כיתה קינדער, דער רבי לערנט מיט זיי הלכות פון אנהייב קיצור שלחן ערוך, ער לערנט זיי דארט ווי עס שטייט אז גלייך אינדערפריה דארף מען זאגן 'מודה אני', זענען דא קינדער וואס ביי זיי איז דאס געלערנט, ער גייט מארגן צו צום מודה אני מיט מער חיות און זירוז ווי ביז היינט, ער פילט עפעס א היימישקייט אין דעם, ער האט עס נעכטן געלערנט אין חדר. און פון אנדערן זייט איז זיין יראה און נשיאת עול מלכות שמים צו דער זעלבער צייט שטערקער געווארן, ער פיהלט אסאך מער זיין חיוב צו זאגן מודה אני, ווי ביז היינט וואס ער האט עס געזאגט ווייל עס קומט אזוי (מלומדה), שוין וויסנדיג אז מען דארף.
אבער אין א גאנצע כיתה קינדער, וועט געווענליך זיין א קינד, אדער עטליכע, וואס ביי איהם וועט געשעהן דאס פארקערטע, עפעס א בארג איז איהם ארויפגעפאלן אויפן קאפ ווען דער רבי האט געזאגט אז מען דארף זאגן מודה אני, און צומארגן וועט עס איהם זיין שווערער צו זאגן. דאס איז ווייל בשעת'ן לערנען איז ער ליידער נישט ריכטיג געווען דערביי, אלס א לערנען וואס ער לערנט דא, ער האט נאר געהערט עפעס פליכטן וואס דער רבי זאגט דא.

פארשטייט זיך מען מוז מחנך זיין שוין קליינע קינדער מיטן כפה עליהם הר כגיגית, אז מען מוז טוהן. פון אנדערן זייט מוז מען זיי אריינברענגען אין די געפיהל פון נעשה ונשמע, צולויפן צו א מצוה מיט א זריזות.
סיי כלליות'דיג – רעדנדיג רייד וואס ברענגען אריין יראת שמים ויראת חטא פון איין זייט, און פון צווייטן זייט מעורר זיין כלליותדיג אויף אהבת ה' און רדיפת המצוות. דאס ווערט געטון מיטן לערנען ספרי מוסר און דערציילן סיפורי צדיקים.
און עס איז לאו דוקא אז דא איז דא א לאך, כאטש אז מען קען זיך אלעמאל מחזק זיין.
און אויב איז יא דא א לאך דא, אז עניני אהבה וזירוז ווערן נישט גענוג ארויסגעברענגט, איז עס מסתמא אויך א תוצאה פון דעם וואס אונז האבן זיך איינגעוואוינט כמעט נישט צו טראכטן אויף דעם זייט.

אויך פרטיות'דיג אויף יעדע מצוה, הלכה און מדה פאר זיך, דארף ווערן אריינגעברענגט די רוח פון יראה ואהבה.
און ווי געזאגט לערנען הלכות, געבט ביידע. עס דארף אבער זיין געלערנט.
ממילא, וויפיהל עס פעלט ביי א מלמד די כח צו האלטן אלע קינדער אינעם לערנען (און עס איז נישט גענוג אז אלע הערן), מוז ער דאס משלים זיין מיט שמועסן פון זירוז צו די פרטיותדיגע מצוות וועגן וואס ער לערנט.
און כאטש אז געווענליך די קינדער וואס זענען נישט ממש ביים לערנען זענען אויך נשט ממש ביי די סארט שמועסן, סוף סוף אז מען האמערט די ענין כסדר גייט עפעס אריין און עס הייבט אויף א קינד כאטש אביסל. און אויף דעם ענין; פארמאגן - סיפורי צדיקים, אדער אפילו סתם א מעשה פון פשוטע אידן וואס האבן זיך אווקגעגעבן פאר א מצוה - א באזונדערע כח איינצודרינגען אין הארץ.
און ביי ענינים פון קום ועשה איז עס אפשר נאך וויכטיגער ווי רעדן וועגן די עול און חיוב און יראה דערצו, וואס ווערט סוף סוף גוט געהערט אין די הלכות אליין.

ד.
יעצט לאמיר זיך ארבערכאפן אין שטוב, בנוגע יעדער טאטע, פשוטע רעדן וועגן ווען איז סוף זמן קריאת שמע, און וועגן כשרות האתרוג ושיעור הכזית, וועט שוין אריינברענגען א גייסט פון יראה, וואס איז גאר וויכטיג, און ווי עס שטייט אין ספרים איז עס גאר די יסוד פאר גאנץ עבודת ה'.
עס בלייבט אבער א פליכט אויך צו רעדן כסדר וועגן רייד וואס זענען מעורר הרגשות אהבה, און ברענגען א זירוז צו צולויפן צו מצוות. און טאקע בשעת די מצוות קומען אונטער, פונקט ווי די דקדוקי המצוות פארנעמען דעמאלט'ס די ארט.
און גאר וויכטיג איז צו צוגיין צו א מצוה מיט א אפענע הזדרזות, פשוט לויפן, ארויסווייזן א שמחה וכו'.
ווי פארשטענדליך פאדערט זיך דערצו א שטיקל הכנה, עס זאל נישט זיין אינגאנצן געשפילט.


פארוואס זאל מען ווארטן ביז א בחור ווערט אזוי אויסגעלאשן אז ער דארף חיזוק, און דעמאלט אנהייבן רעדן וועגן די חשיבות פון זיין עבודה, ווען מען קען מיט סאך ווייניגער רייד, אויפן זעלבן שטייגער, איהם פון אנהייב אן ערציען מיט א זירוז און א חשיבות צו עבודת ה'. יעדע מצוה זאל ביי איהם זיין אן אוצר, אז ער וועט לויפן צו דעם. נאכדעם וועט ער שוין ממילא זיין פול. שבענו מטובך.

איך בין נישט ווערט צו זאגן, אבער אפשר וועלן אנדערע מסכים זיין מיט די אפשאצונג פון מיין קליינע קאפ, אז לענ"ד איז דאס גאר דער עיקר גורם אויף דעם וואס מען דארף היינט אזויפיל חיזוק. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט זענען רוב ציבור, אנשים יראים ושלמים, סיי תלמידי חכמים סיי [אנגעבליכע] אנשים פשוטים, צוגעגאנגען צו יעדע מצוה מיט א חיות, מיט א שמחה, און ממילא מיט א זריזות. היינט אבער איז די אינעווייניגע אייגענע חיות און שמחה אנטרינען געווארן, און די גאנצע עסק ארום מצוות האט איבערגענומען די דקדוק המצוה, מער ווי וואס די נפש פון א גרויסער טייל ציבור האלט דערביי באמת. כ'מיין עס איז פארשטענדליך אז דאס איז א רעצעפט פאר פארלאשנקייט, און יאוש.

[align=center]חיזוק זה שאנו אוכלים על שום מה על שום שהספיק בצקם של אבותינו להחמיץ בידינו[/align]



נ.ב. נאכן עוסק זיין אין חינוך עטליכע יאר, אנערקען איך טאקע וואס אלע זאגן, אז היינט איז מען עפעס סתם אזוי מער אויסגעלאשן. און עס קומט פון עטליכע סיבות, שאין כאן המקום להאריך בהם, עס איז זאכן וואס ווערן כסדר געהערט פון מחנכים. נאך אלס זעה איך לענ"ד אז דאס וואס איך האב דא געשריבן איז גאר שטארק נוגע. און לענ"ד אולי ואולי קען גאר פון דעם תיקון, קומען א כללות'דיגע אויפוואכונג ביי די וואס ברויכן דאס.
לעצט פארראכטן דורך י. זעירא אום זונטאג יוני 24, 2018 2:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אזא אמת'ע נקודה נאך מיט אזוינע שיינע מליצות.

קאנטראל P, מ'גיי מיר דאס היינט אהיימברענגן.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

pdf ביטע
תודה מראש
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

אלט מאנרא האט געשריבן:pdf ביטע
תודה מראש
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

א יישר כח קודם
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מורא'דיגע דיבורים

שמערלער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:pdf ביטע
תודה מראש
אטעטשמענטס
חיזוק זה שאנו אוכלים על שום מה, פון י. זעירא אייוועלט.pdf
(241.94 KiB) געווארן דאונלאודעד 141 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
פרעג אלעס
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 4:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג אלעס »

שיין געזאגט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שטארקע ווערטער!
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

א יישר כח שמו פאר די PDF

אינצווישן האבעך אליין אנגעגרייט איינס, מיט אביסל תיקונים והוספות
זירוז.pdf
(46.93 KiB) געווארן דאונלאודעד 158 מאל


און א יישר כח פאר אלע מגיבים
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

יישר כח פאר די חיזוק
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

געוואלדיגע חיזוק ווערטער, שוין געגעבן פאר אפאר מענטשן צו ליינען, און האבן שטארק הנאה געהאט
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גוט געזאגט. טיף מדוקדק.
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

;l;p-
ולהביא סמוכין לדבריך, וואס דער אדב"ע האט געזאגט פאר'ן איידעם משינאווא: פרומקייט שאדט צו דביקות, דו"ק ותשכח
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

געוואלדיגע דיבורים,
די משל פון מודה אני מיט די קינדער ברענגט אונז צוריק צו די "נמשל" (אין א אנדערע אשכול) אז מען דארף מער לערנען אין די ישיבות הלכות און השקפה פארן לעבן!!!! [אויסער ענדיגען מסכתות בע"פ]
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

פויגל מילך האט געשריבן:;l;p-
ולהביא סמוכין לדבריך, וואס דער אדב"ע האט געזאגט פאר'ן איידעם משינאווא: פרומקייט שאדט צו דביקות, דו"ק ותשכח


געזאגט אלס חתן ווען שינאווער רב איז אלט געווען 15 יאר
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”