עכט היימיש האט געשריבן:איך קען ברענגען א ראי' פון די היום יום אז עטרת מאיר צבי האט נישט קיין חתונות
ס'איז טאקע נישט זייער ביזי דארט.
כ'האב נאר געזוכט שנעלערהייט אויפן געוועב און דאס געפינען פלוס וואס כ'זעה דאס ביי אונז אין משפחה טאקע נישט קיין ראי' פון דארט אליינס
ברוך השם ביי די יעצטיגע חתונה סעזאן האב איך פאמיליע שמחות כאטש איינמאל א וואך אין אימפעריאל, איך האב זייט איך געדענק בלויז געהאט איין נאנטע פאמיליע שמחה אין פרדס. משפחה ומשפחה....
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
אויב האט איר געהערט זיין אינטערוויו, ער איז בכלל נישטא אז אלעס זאל זיין די ביליגסטע, זיין פוינט איז "מאך נישט נאך ווייל יעדער טוט אזוי", טו וואס עס איז גוט פאר דיר און פאר דיין קינד, און זעהט אויס ער האט געהאלטן אז דאס איז זייער גוט פאר די טובה פון די זאך אפי' א טייערע מאניגראם.
ער האט אפשר א שטארקע נקודה ווען איינער מאכט אליינס חתונה אדער קען האבן אלע אינוואלווד און א חתונה אויפן זעלבע פעידזש ווי איהם.
אבער כהיום ביי רוב משפחות איז דא ציווישן 4 און 6 מענטשן וואס האבן עטוואס א מיינונג ביים חתונה האבן/מאכן, ממילא מאכן די עסקנים לטובת הכלל תקנות, וואס דאס מאכט גרינגער פאר יעדעם זיך צי פארגלייכן אויף זייער אסאך נושאים.
נאכאמאל דער וואס קען נעמען זיין מהלך אשרי לו, אבער עס איז נישט א דבר השוה לכל נפש.
ווי אויך איז זייער שיין פון אים ווייל ר' חיים אליין האט שוין אויך געמאכט א שיינע פאראדייס חתונה פאר צוויי יאהר צוריק און האט שוין אויספראבירט ביידע
zurech האט געשריבן:איינציגסטע אויפטיה איז אז אלע סארט מענטשן זענען באקוועם און מאכן דארט חתונה עכטע ארעמעלייט/געמאכטע עשורים/סעמי בעלי בתיש/ און סתם אידן בעלי יכולות וואס זעהן פאר אן אומרעכט סתם צו פארשווענדן געלט
דער אויפטוה ברענגט אבער א בראך, ווייל ווען ס'איז נישט עוועלבעל גייט מען נישט אין בית רחל אויף העיווארד און ניטאמאל ויואל משה, ווייל ס'מוז זיין די זעלבע היי סטענדערט
איה"נ דאס האב איך ארויסגעברענגט איין תגובה פריער, אזוי צו אזוי האבן די עסקנים וואס האבן געארבעט/ארבעטן דערויף געטענהט אז דער עולם האלט ביי גארנישט מען לעבט און לאלא לאנד, און דאס איז די איינציגסטע וועג וואס גייט ארבעטן, און אויפן זעלבן סטייל און גאנג גייען זיי יעצט אנהייבן בויען די קלענערע שמחה זאלן, באזינדערע זאלן מיוחד פאר בר מצות (וואס גייט ווערן א תקנות המוסד), און באזינדערע מיוחד פאר תנאים און שבע ברכות,
שוין איך בין זיי נישט מקנא, זיי גייען צושטעלן אויפגעריסטעטע זאלן פאר בר מצוה און תנאים'ס? פריער האב איך געוואלט זאגן אז ס'איז מחלת וויליאמסבורג, אבער קען איך נישט אזוי זאגן, ווייל קוק אן מוסדות מהר"א האט צוגעשטעלט א פשוטע זאל פאר בר מצוה'ס תקנות המוסד און יעדער מאכט בר מצוה דארט און ס'פעלט קיינעם גארנישט בידם פון העומדים בראש הציבור אראפצושטעלן א סטענדערט, און אז זיי ברענגן עס ארויף איז נישט מקנא צו זיין זייער עוה"ב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אויב חיים האט ארויסגענומען מענטשן פון א באקס וואס הייסט "יענער זאגט דיך וואס צו טאן", דאן וויאזוי איז שייך אז ער זאל דיך אריינשלעפן אין זיין באקס? ער קען דיך אריינשלעפן??? דו טראכסט דאך אליין וואס צו טאן.
איך האלט, אז דער עיקר פראבלעם איז נישט אז מענטשן טראכטן נישט, נאר אז פרויען טראכטן נישט.
עס איז שוין אזוי זינט ששת ימי בראשית, אז די פרויען זענען זייער אנגעוויזן אין אנדערע, יענעמ'ס א קאמפלימענט אדער דריי מיט די נאז איז פאר זיי ממש א חילוק פון לעבן און טויט ח"ו, און וויפיל דער מאן פראבירט צו לעבן לויט זיין בודזשעט, ווען עס קומט צו חתונה מאכן און מען דארף זיך צושטעלן מיט מחותנים, הייבט זיך אן אן אנדערע סדרה.
אז איר וועט גוט ליינען, וועט איר זען, אז די אלע משלים וואס מען זאגט, אז ראובן איז פארשטעלט ווי א לייב און שמעון ווי א טיגער, און ער שרייט "שמע ישראל" און דער אנדערער ענטפערט "ברוך שם"... די אלע זאכן רעדן פון די מענער. ראובן האט נישט קיין געלט, און שמעון אויך נישט, סאו ווי איידער צו גיין מיט מאסקעס און יעדער פראבירט זיך צושטעלן פאר יענעם, נעמט מען אראפ די מאסקעס און מען דערקלערט אפן, איך האב נישט און דו האסט נישט, לאמיר חתונה מאכן שפארזאם.
אט די גאנצע דרשה, רעדט פון מענער. נישט פון פרויען.
פרויען, בדרך כלל (אוודאי איז דא א מיעוט אנדערש) קענען נישט אויסטאן די מאסקעס. פוק חזי. און זיי זענען די וועלכע ווילן נישט די איינגעצוימטע חתונות וכדומה.
רוב מענטשן, ווילן נישט האבן די געוויינערייען אויפן קאפ, און זענען ענדערש מסכים צו נעמען נאך א הלוואה, ווי איידער האבן אן אומצופרידענע ווייב אינדערהיים וועלכע בלאזט אויף אים יעדן שני וחמישי פאר עפעס אנדערש, בפרט אין די חדשים פון כלה'שאפט.