וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דינסטאג יוני 12, 2018 5:54 pm

איך האב ב"ה אויך עטליכע קינדער און ביי רוב העלפט דאס טאקע, מיין פראבלעם איז אבער ביין מיין איין מושעלע וואס איך האב אים געהייסן אריינגיין אין בעט, ער האט זיך אבער פאר'עקשנ'ט אז ער דארף עפעס,
לעצט פאראכטן דורך איתמר אום פרייטאג יוני 15, 2018 12:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 12, 2018 6:56 pm

יוד אלף האט געשריבן:
דער קוטשער האט געשריבן:
אבער ווען א ניק קומט דא ארויף שרייבן איבער דאס הייליגסטע ביי אונז, נעמליך יסודות אויף עניני חינוך, קען מען שרייבן כל מיני שטותים אן קיין מקור.

אויף וואס דארפסטו א מקור?
אז ווען דו זון שיינט איז טאג?
אז אהבה איז מקרב?
אז פון רעגן ווערט מען נאס?
אז זויערקייט איז מרחק?
אז צוקער איז זיס?
אז מאה דעלך סני לחברך לא תעביד גייט אויך אן פון עלטערן צו קינדער?
אז ס'איז באמת נישטא קיין גארענטי אויף חינוך, פונקט ווי ס'איז נישטא אויף פרנסה און געזונט?
אז ס'איז דא א חיוב השתדלות?

סופער!!!
חנוך לנער על פי דרכו איז דער מקור....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 12, 2018 7:01 pm

יוד אלף האט געשריבן:נאכדעם איז זי געווען אין בעט אין געליינט קריאת שמע מיט א שמייכל

סאיז ראטזאם אז ווען זי ליגט שוין אין בעט מיטן שמייכל אז איר זאלט אויך שמייכלען... ווי איינער זאגט: איך האב דיך נאך אלץ ליב....
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 12, 2018 7:10 pm

איתמר האט געשריבן:האב איך אים אנגעכאפט די הענט און פיס, עס האט געדוירט איבער א שעה ביז זיינע כוחות האבן אים זיך אויסגעלאזט און ער האט זיך אראפגעלייגט שלאפן! אלזא איז מיין שאלה: איז דאס די וועג אדער פאר איך ראנ"ג ווע"י???

נאו פייטס!!
מיין אפיניען איז, אז דו זאלסט אוועקדרייען דיין קאפ פון דארט פאר כאטש 10 מינוט (אמאל לענגער הכל לפי טבעו ומזג נפשו של התינוק/תנוקות), ווייל דיין קינד וויל יעצט בסך הכל באקומען דיין אטענטשן און דורכן זיך ארומשלאגן מיט אים וועסטו אים נאר העלפן ערפילן זיין רצון און געפיל, און אפילו דו וועסט אים געווינען איז נישט פשט אז מארגן וועט ער נישט טון דאס זעלביגע, ווייל אפי' ער ווייסט אז דו ביסט שטערקער וועט ער נאך אלץ אריינגיין אינעם זעלבן סטראגל ווייל עס גיט אים חיות.... אבער ווען דו דרייסט דיך אוועק איז עס אויס ווי איינער זאגט: איך האב דיר געזאגט וואס דו האסט צו טון און דו ווייסט דאס זייער גוט און סאיז נישטא וואס צו מאכן.... פסיכעלאגיש גערעדט איז דאס א מהלך וואס מאכט מענטשן אויפגעבן אויף זאכן...
כנ"ל
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך יוני 13, 2018 10:11 am

עקשנות איז א געפערליך שלעכטע מדה וואס אויב מ'רייסט עס נישט ארויס ביים שורש קען דאס שאדן א גאנץ לעבן (איך ווייס אז דו ווייסט דאס) אבער זייער אסאך מאל ביי קינדער איז עס נישט ריכטיגע עקשנות, און בפרט ביי א זיבן יעריג קינד איז עס ע"פ רוב נאך נישט קיין עקשנות דאס עצם ענין אז ער פאלגט נישט.

די וועג געוויינליך איז צו פרובירן צו איגנארירן אויף די הייסע מינוט (זייער שווער צו ברעכן עקשנות מיט עקשנות, עס איז א סכנה אויך וד"ל) און זיך נישט באציען צום עקשן נאר צו די אנדערע קינדער, געבן די באפעלן און נישט באמערקן אז דאס קינד פאלגט נישט... ביז ווען די היץ קומט אראפ, און דעמאלס קען מען אויף א ווייכע וועג רעדן צום קינד, דעמאלס קען מען געבן פאר די אנדערע קינדער וואס האבן יא געפאלגט עפעס א גוטע צוקערל אדער וואס, און ווייטער אן קיין עקסטערע היץ אדער טעמפער פשוט אויסלאזן און ווייכערהייט מסביר זיין אז נאר די וואס פאלגן נאך איין מאל הייסן באקומען.

די יסוד איז:

דער עונש טאר נישט זיין גרויזאם, נאר זייער קלאר.
און די עלטערן טארן זיך נישט ברעכן ווען דאס קינד וועקט רחמנות ווען ער באקומט נישט דאס נארישע צוקערל. מ'מוז ווייזן אז ס'איז פשוט א נאטורליכע זאך אז איינער וואס פאלגט נישט "קען נישט באקומען".

דא קומט אריין וואס די מלמדים פלעגן זאגן "גלייב מיר אז ס'טוט מיר אויך אזוי וויי" זיי האבן נאר צומאל נישט גוט גענוצט דעם פראז, דאס נוצט מען נישט אלס א סטעיטמענט נאר דאס נוצט מען אלס א פאקט וואס מ'דארף אראפשפילן גוט.

למשל: די עלטערן ווייזן ארויס פארן קינד אז זיי האבן אויך גרויס מיטלייד אז דאס קינד האט נישט יעצט באקומען די גוטע זאך, און מ'פרובירט זיך צוזאמען צו טרייסטן אז מארגן וועט ער שוין זיכער יא באקומען, ווייל עכט איז ער יא פאלגזאם, נאר דאס מאל האט ער פשוט פארגעסן צו פאלגן. און מארגן ווען ער גייט באקומען גייט זיך יעדער אזוי שטארק פרייען וכו'.

איך האף אז איך קום אריין קלאר.

איך וויל אויך ענטפערן פאר די וואס פרעגן "מקורות" פאר די אלע תירוצים דא, חינוך דארף נישט האבן צופיל מקורות ווען מ'איז נישט דן אין טוישן מנהגים אדער הלכה, אידן קענען דערציילן פון עקספיריענס און ס'איז פונקט אזוי גוט.

און ניין. אויב מ'ברענגט אראפ א זאפטיג שטיקל נייעס דארף עס נישט קיין מקור נאר אויב ס'איז עפעס וואס מ'וויל נישט גלייבן אדער לאזט זיך נישט גלייבן. און אויב איינער גלייבט נישט ביי חינוך אז דעם טאטנ'ס הנהגה איז די ערשטע און וויכטיגסטע חלק אין חינוך, האט יענער א פראבלעם וואס מ'קען נאר אויסוואקסן מיט יארן. וד"ל.

א גוטן טאג. בעק טו ווארק

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 13, 2018 10:29 am

פיין און וואויל
אבער וואס האט דאס מיט 'די היינטיגע נסיונות'??.....

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך יוני 13, 2018 10:31 am

עס איז נאך עפעס איבערגעבליבן פאר יליד מאנסי צוזאגן?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יוני 13, 2018 10:54 am

יליד מאנסי האט געשריבן:

דער ווארט צו הערן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך יוני 13, 2018 11:40 am

עטליכע יאר צוריק געהערט א שמועס, איינער האט געזאגט אז נאך א סיבה צו מאפן אויף מאנסי איז די שמוציגע (ברוחניות) ברוקלינע גאסן, פרעגט דער אנדערער, אין מאנסי איז דא ווייניגער אפגעפארענע?
די קשיא עגבערט מיר זינט דעמאלס, איינער האט א תירוץ?
אגב, וויאזוי איז דער ריכטיגער צוגאנג ווען א יונגל אדער בחור׳ל האט א פראבלעם מיט זיין מלמד/מגי״ש און דער טאטע ווייסט אז דער איינגעשטעלטער איז טאקע נישט דער בעסטער קאנדידאט פאר דעם דזשאב? זיך אן נעמן פארן מגי״ש? וועט דער קינד שפירן/באקלאגן אז מען פארשטייט אים נישט און ברענגט א דערווייטערונג וואס איז נישט געזונט ווי פילע האבן געשריבן אויבן. א הייקעלע שאלה אולי קען איינער גיבן עפעס הדרכה ?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 13, 2018 12:31 pm

איך וואלט געווען פארן קינד אז מען פארשטייט אים אבער ערקלערט אז די באשעפער האט אים דאס צוגעפירט דארף ער רעספעקטירן די מגיש און פראבירן די בעסטע זיך צושטעלן. למשל עס טוט טאקע זייער וויי אז ער האט דיר דאס געזאגט עס איז אמתדיג שווער, כאטש ער מיינט זיכער דיין טובה.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יוני 13, 2018 12:33 pm

shalsheles האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק געהערט א שמועס, איינער האט געזאגט אז נאך א סיבה צו מאפן אויף מאנסי איז די שמוציגע (ברוחניות) ברוקלינע גאסן, פרעגט דער אנדערער, אין מאנסי איז דא ווייניגער אפגעפארענע?
די קשיא עגבערט מיר זינט דעמאלס, איינער האט א תירוץ?

אתמהה אויף דיין ווינדער!
זינט וואנעט טאר מען נישט קוקן אויף קיין ראיות אסירות כדי נישט צו ווערן אפגעפארן? די לאו פון לא תתורו אחרי לבבכם גייט אן פאר קינד אין קייט פרומע אין נישט פרומע צוגלייך. אין אפסטעיט היימישע שטעטלעל איז דער ענין אסאך בעסער ופשוט הוא

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יוני 13, 2018 12:42 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק געהערט א שמועס, איינער האט געזאגט אז נאך א סיבה צו מאפן אויף מאנסי איז די שמוציגע (ברוחניות) ברוקלינע גאסן, פרעגט דער אנדערער, אין מאנסי איז דא ווייניגער אפגעפארענע?
די קשיא עגבערט מיר זינט דעמאלס, איינער האט א תירוץ?

אתמהה אויף דיין ווינדער!
זינט וואנעט טאר מען נישט קוקן אויף קיין ראיות אסירות כדי נישט צו ווערן אפגעפארן? די לאו פון לא תתורו אחרי לבבכם גייט אן פאר קינד אין קייט פרומע אין נישט פרומע צוגלייך. אין אפסטעיט היימישע שטעטלעל איז דער ענין אסאך בעסער ופשוט הוא

מען זאגט נאך א ווארט פון ר' נתן יוסף זצ"ל אז מאנסי איז אזא טריפענע שטאט אז דער וואס פירט זיך נישט ערליך האט ניטאמעל פיינט דער ערליכער איד ער קען נאך לעבן און גיטן מיט דיר

עס איז באמת זייער א שווערע שאלה לדעתי איך פארשטיי ביידע צדדים
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יוני 13, 2018 12:50 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק געהערט א שמועס, איינער האט געזאגט אז נאך א סיבה צו מאפן אויף מאנסי איז די שמוציגע (ברוחניות) ברוקלינע גאסן, פרעגט דער אנדערער, אין מאנסי איז דא ווייניגער אפגעפארענע?
די קשיא עגבערט מיר זינט דעמאלס, איינער האט א תירוץ?

אתמהה אויף דיין ווינדער!
זינט וואנעט טאר מען נישט קוקן אויף קיין ראיות אסירות כדי נישט צו ווערן אפגעפארן? די לאו פון לא תתורו אחרי לבבכם גייט אן פאר קינד אין קייט פרומע אין נישט פרומע צוגלייך. אין אפסטעיט היימישע שטעטלעל איז דער ענין אסאך בעסער ופשוט הוא

מען זאגט נאך א ווארט פון ר' נתן יוסף זצ"ל אז מאנסי איז אזא טריפענע שטאט אז דער וואס פירט זיך נישט ערליך האט ניטאמעל פיינט דער ערליכער איד ער קען נאך לעבן און גיטן מיט דיר

עס איז באמת זייער א שווערע שאלה לדעתי איך פארשטיי ביידע צדדים

ר' נתן יוסף האט געזען מאנסי 2018?
איך וואוין נישט אין מאנסי אבער יעדער רעכטדענקיגער מענטש ווייסט אז מאנסי איז נישט דאס פון 20 יאר צוריק אפילו

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך יוני 13, 2018 12:54 pm

אנטשולדיגט פארן נישט קלאר מאכן, איך האלט אויך אז עס איז כדאי פאר די שמירת עינים אליינס צו מאפן אויף אפסטעיט, אבער די שאלה האט מיר נאכאלץ געגבערט, פארוואס זעהט מען נישט בעסערע פירות פערצענטואל פון דארט?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יוני 13, 2018 12:55 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק געהערט א שמועס, איינער האט געזאגט אז נאך א סיבה צו מאפן אויף מאנסי איז די שמוציגע (ברוחניות) ברוקלינע גאסן, פרעגט דער אנדערער, אין מאנסי איז דא ווייניגער אפגעפארענע?
די קשיא עגבערט מיר זינט דעמאלס, איינער האט א תירוץ?

אתמהה אויף דיין ווינדער!
זינט וואנעט טאר מען נישט קוקן אויף קיין ראיות אסירות כדי נישט צו ווערן אפגעפארן? די לאו פון לא תתורו אחרי לבבכם גייט אן פאר קינד אין קייט פרומע אין נישט פרומע צוגלייך. אין אפסטעיט היימישע שטעטלעל איז דער ענין אסאך בעסער ופשוט הוא

מען זאגט נאך א ווארט פון ר' נתן יוסף זצ"ל אז מאנסי איז אזא טריפענע שטאט אז דער וואס פירט זיך נישט ערליך האט ניטאמעל פיינט דער ערליכער איד ער קען נאך לעבן און גיטן מיט דיר

עס איז באמת זייער א שווערע שאלה לדעתי איך פארשטיי ביידע צדדים

ר' נתן יוסף האט געזען מאנסי 2018?
איך וואוין נישט אין מאנסי אבער יעדער רעכטדענקיגער מענטש ווייסט אז מאנסי איז נישט דאס פון 20 יאר צוריק אפילו

איך האב טאקע נישט געענדיגט עס דארף שטיין אזוי:
מען זאגט נאך א ווארט פון ר' נתן יוסף זצ"ל אז מאנסי איז אזא טריפענע שטאט אז דער וואס פירט זיך נישט ערליך האט ניטאמעל פיינט דער ערליכער איד ער קען נאך לעבן און גיטן מיט דיר
און דאס האט ער שוין געזאגט 20 יאר ציריק ! אן טעכנעלאגיע און די אלע פראבלעמען וואס איז היינט דא
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך יוני 13, 2018 1:05 pm

וועט מען ווארטן פאר יליד מאנסי מכריע צו זיין...

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך יוני 13, 2018 2:07 pm

די בעסטע אידישסטע פלאץ צו וואוינען איז אין קרית יואל, גיט ברוחניות און גיט בגשמיות. קרעדיט: אדמו"ר מהר"א דרשה שבת הגדול תשע"ח, אדמו"ר מהרי"י בדרשה קיץ תשע"ז בבית מדרשו בקרית יואל.

אין קרית יואל איז נישטא קיין גוים, און אלע אידן דארט זענען יראים ושלימים (און עס איז שוין היינט א נייטראלע פלאץ ווי א פאפא חסיד וכדומה קען זיך פיין געפינען די פלאץ)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » מיטוואך יוני 13, 2018 4:59 pm

shalsheles האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן נישט קלאר מאכן, איך האלט אויך אז עס איז כדאי פאר די שמירת עינים אליינס צו מאפן אויף אפסטעיט, אבער די שאלה האט מיר נאכאלץ געגבערט, פארוואס זעהט מען נישט בעסערע פירות פערצענטואל פון דארט?

דא ליגט א געפערליכע טעות, מ'מיינט אז אפפארן האט מיט שמירת עינים... אפפארן האט מיט די יצר הרע, און מלאך המות מה לי הכא ומה לי התם, יעדע פלאץ איז דא א יצר הרע און איבעראל דארף מען זיך שלאגן מיט אים, אבער יא, א וואוילער בחור'ל/אינגערמאן וואס וויל זיין ערליך האט אין שטאט אסאך א גרעסער מלחמה ווי אין מאנסי.
צו דאס מיינט אז מען האט א גאראנטי צו בליין ערליך, מאן דכר שמיא.
און עס האט מיר געזאגט א ערליכע אינגערמאן וואס האט געמופט קיין מאנסי אז 'יא' עס אים ב"ה אסאך אסאך גרינגער אין דעם נושא.
"יא, עס איז כדאי פאר די שמירת עינים אליינס צו מאפן אויף אפסטעיט"

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » מיטוואך יוני 13, 2018 5:03 pm

סידיראם האט געשריבן:אין קרית יואל איז נישטא קיין גוים, און אלע אידן דארט זענען יראים ושלימים (און עס איז שוין היינט א נייטראלע פלאץ ווי א פאפא חסיד וכדומה קען זיך פיין געפינען די פלאץ)

דאכצעך מיר אז דער גוי איז (כמעט) קיינמאל נישט געווען די גורם פון דעם איד'ס אפפארן....

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך יוני 13, 2018 5:08 pm

איתמר האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אין קרית יואל איז נישטא קיין גוים, און אלע אידן דארט זענען יראים ושלימים (און עס איז שוין היינט א נייטראלע פלאץ ווי א פאפא חסיד וכדומה קען זיך פיין געפינען די פלאץ)

דאכצעך מיר אז דער גוי איז (כמעט) קיינמאל נישט געווען די גורם פון דעם איד'ס אפפארן....

טאקע וועגן דעים שטייט אין מיין תגובה נאך ווערטער אז אלע אידן זענען יראים ושלימים, מען לעבט דארט אין א סביבה פון בלויז ערליכע דערהויבענע אידן, אוודאי קיין שלימות איז אין ערגעץ נישט דא, און די פראבלעים פון די אינטערנעט איז איבעראל דא, אבער דאך איז דאס אביסל בעסער.

בכל אופן איך האב בעיקר נאכגעזאגט א דרשה פון אדמו"ר מהרי"י פאריאר בבית מדרשו ווי ער האט מאריך געווען אז קרית יואל איז די בעסטע פלאץ צו וואוינען, ובזה לא פליגי עם אחיו האדמו"ר מהר"א כנ"ל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » מיטוואך יוני 13, 2018 5:17 pm

סידיראם האט געשריבן:

אנטשולדיג, אבער איך פארשטיי נישט, איז דען נישטא קיין פראבלעמען אין קרית יואל?? זייער שווער צו זאגן אויף א פלאץ 'די בעסטע פלאץ צו וואוינען', יעדער איינער האט אנדערע תכונת הנפש און פאר יעדן איז די בעסטע די פלאץ ווי ער געפונט זיך באקוועם (פארטייט זיך אויסגעהאלטן)...
לעצט פאראכטן דורך איתמר אום מיטוואך יוני 13, 2018 5:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך יוני 13, 2018 5:20 pm

אין הכי נמי פאר מיין תכונת הנפש איז בעסער צו וואוינען אין די קאנטרי.... ישיבת כרכים קשה....

בעלזא רב זי"ע מהרי"ד האט נאך די ערשטע וועלט מלחמה בשום אופן נישט געוואלט גיין וואוינען קיין וויען. ער האט געזאגט אז חז"ל זאגן ישיבת כרכים קשה, הגם צומאל זעהט זיך עס נישט אן ביי די קינדער אבער ביי די אייניקלעך זעהט זיך שוין זיכער אן א שינוי לגריעותא, ממילא האט ער דוקא געוואלט צוריקגיין וואוינען אין די שטעטעלע בעלזא.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מיטוואך יוני 13, 2018 5:21 pm

בעסער פאר א ערלעכע איד צו וואוינען מיינט נישט דוקא א גאראנטי פאר די קינדער. ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.

איתמר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » מיטוואך יוני 13, 2018 5:21 pm

ריכטוג!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך יוני 13, 2018 5:25 pm

אין הכי קיין גאראנטי איז אין ערגעץ נישט דא. די בעסטע זאך איז אריינצוקנאקן אין דעם תהלימ'ל וויפיל עס גייט. איך ווייס פון אותות ומופתים איבער מענטשן וואס האבן זיך מדבק געווען אין דעים ספר תהלים און האבן געזעהן גרויסע ישועות בהצלחת בניהם, וכמובן אז מען דארף טוהן די ריכטיגע השתדלות אויך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט