היסטארישע אמעריקא-צפון קארעא קאנפערענץ

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

SPUSMN האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:ווער איז אלץ מיט געקומען מיט קים?

איז זיין רעכטע האנט, דער הויפט פון שפיאנזש (וואס איז געווען אין וואשינגטאן), מיט געקומען מיט אים?

לאמער מאכען א סך הכל.

דערווייל ווייסען מיר אז עס איז אנגעקומען דער קעניג מיט פיר לויפערס; דער שוועסטער, צוויי לוק עלייקס, און זיין דענטיסט.

די קארס, דער ערעפלאן, און אלעס אנדערש וואס מען זעהט, האט מען אים צוגעשטעלט.

זיין דענטיסט?! ער ליידט אויף ציין ווייטאג?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לאו דוקא, אבער מען זעהט אין די בילדער ווי ער האט גוט קער גענומענע ציין.

מיט גענומען א דענטיסט
א הער דרעסער
א שיך פיצער
און בית הכבוד שלעפערס (פאר הין און צוריק).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ישלהוסיף האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:אנגעקומען מיט א עיר טשיינע פליגער

געהייסן האט אז ס'איז אין סיגנאפור ווייל זיינע פליגערס גייען נישט ווייטער... קוקט אויס אז ביז אהין גייט עס אויך נישט.

מיט קים'ס אייגענע פריוואטע פליגער איז דער שוועסטער געקומען צו פארן. (א פיינע ברודער האט זי)
צוליב זיכערהייטס האט קים גענוצט צוויי עיר טשיינע פליגערס

וועסט אין עטליכע וואכן מסתמא הערן אז יעצט איז זי למפרע געווען סוף ימיה...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אהא, און אפילו ער האט זיך יא געלערנט ענגליש איז עס דען מעגלעך צו געדענקען כאטש ער האט עס נישט געניצט זייט דעמאלסט?

ער ליינט זיכער וועלטליכע נייעס אויף ענגליש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

איינער מיט בילדער פונעם קליינעם דיקן און הויבען אלטען?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פריוואטע מיטינג צווישן טראמפ-קים געפלאנט אין פלאן צו געדויערן ארום 45 מינוט
איש חשוב
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חשוב »

געדענקט! הוי מתפלל בשלומה שמלכות...........
אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

אלעס ארום די היינטיגע היסטארישע טראמפ-קים סאמיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

היינט איז דער טאג ווען דער לאנג-פלאנירטע סאמיט צווישן טראמפ און קים וועט פארקומען, נאכדעם וואס עס האט גענומען די וועלט אויף א ווילדע און מאדנע רייזע, פון שארפע רעטאריק ביז לויב ווערטער, פון סטראשונקעס ביז זיך בייגן, פון אראנזשירן א סאמיט און עס אפרופן, נאך אלעם זיצן שוין סיי טראמפ און סיי קים אין סינגאפאר, און גרייטן זיך צום סאמיט, ווען די טראמפ אדמיניסטראציע און די קים מיניסטארן האלטן אפ צווישן זיך פילע דיפלאמאטישע געשפרעכן.

עס איז שווער צו וויסן פון פאראויס וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן, ווייל סיי טראמפ און סיי קים האבן שוין געגעבן פילע סתירה’דיגע סטעיטמענט’ס איבער די סאמיט, כאטש וואס טראמפ האט קלארגעשטעלט ווידעראמאל פון סינגאפאר אז “אין די ערשטע פינף סעקונדעס פון סאמיט וועל איך וויסן ווי ערנסט קים מיינט עס, אז ער איז נישט דערביי וועל איך מיר אפטראגן פון דארט”. פון די צווייטע זייט הערט מען סטעיטמענט’ס אז זאכן גייען פיל שנעלער און סאלידער ווי געקלערט.

אין צפון קארעא זעלבסט האט מען ערשט היינט געבראכן די נייעס איבער דעם אז די פירער פון זייער לאנד האט פארלאזט צפון אויפן וועג קיין סינגאפאר, צו טרעפן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט, און אין א זעלטענע שריט האט די רעזשים-קאנטראלירטער מידיע אפילו דערציילט וועלכע באאמטע זענען מיטגעפארן צום סאמיט. פארוואס מען האט נישט דערציילט פאר די צפון איינוואוינער ביז יעצט אז קים גייט זיך טרעפן מיט טראמפ, זאגן באריכטן אז דאס איז צוליב וואס קים האט מורא געהאט פון אן אויפשטאנד ווען ער און זיינע גרעסטע מיניסטארן זענען נישט אויפן סצענע.

למעשה, אין די צייט וואס דער וועלט איז געשפאנט און קוקט ארויס צו די אנטוויקלונגען, האט דער אויסערן מיניסטעריום ווארטזאגער פון איראן, באראהם קאסאמי, געשיקט א שארפע ווארענונג צו צפון קארעא, זאגנדיג אז זיי זאלן צוגיין זייער פארזיכטיג און סקעפטיש צו סיי וואס טראמפ שלאגט פאר, ווייל מען קען זיך נישט פארלאזן אויף זיינס א ווארט.

“די אמעריקאנער האבן א היסטאריע פון מאכן א דיעל, און עס דערנאך צושטערן” האט איראן געווארנט, נאכדעם וואס טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פון די איראנער דיעל, וואס איז געווען איינע פון זיינע הייסטע קאמפיין צוזאגן.

אין די זעלבע צייט האט דער מדינת ישראל פרעימער מיניסטאר נתניהו געזאגט אז “די היסטארישע סאמיט איז גאר וויכטיג, און מיר וואונטשן פאר פרעזידענט טראמפ ער זאל ווייטער קענען טון פארשריט מיט זיין געוואלדיגע פאלעסי פון אפהיטן די וועלט פונעם נוקלעארן געפאר, אזויווי ער האט געטון מיטן עלימינירן די איראן דיעל. וויאזוי עס איז ארבעטן מיר ארויסצופירן איראן פון סיריע, און איבעראל וואו סיריע קאנטראלירט”.

די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט דעטאלן איבער די סאמיט. “פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט זיך טרעפן מיטן צפון קארעא פירער קים יאנג אן אום 9:00 אינדערפרי סינגאפאר זייגער. נאכן ערשטן באגעגעניש וועלן די צוויי רעדן צווישן פיר אויגן, מיט די הילף פון איבערטייטשער. דערנאך וועט פארקומען א גרויסע זיצונג צווישן די צוויי מיט נאך פילע דיפלאמאטן פון ביידע לענדער, און א געמיינזאמער מאלצייט”.

די אמעריקאנע דיפלאמאטן וואס וועלן שטיין אין שפיץ פון די סאמיט זענען די סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, דזשאן קעלי, און דזשאן באלטאן – וועמען צפון קארעא האבן נישט געהאט קיין חשק צו טרעפן, נאכדעם וואס ער האט זיי געווארנט אז זיי וועלן האבן א סוף ווי דער ליביער דיקטאטור. אזוי אויך וועלן זיין די פרעסע סעקרעטערי און די אמעריקאנער אמבאסאדאר אין די פיליפינען סאנד קים, וואס איז דער אומאפיציעלער דיפלאמאט אין די צפון קארעא אנגעלעגנהייט.

באלד נאך די סאמיט וועט פרעזידענט טראמפ אפהאלטן א פרעסע קאנפארענץ אין סינגאפאר, און ער וועט באלד אהיימקומען קיין וואשינגטאן, אנדערש ווי געפלאנט צו בלייבן דארט איבערנאכט.

מייק פאמפעא האט היינט געזאגט פאר רעפארטער, אז די געשפרעכן מיט צפון זענען זייער גוט און עס פארט שנעל, און פון די סאמיט וועט מען ווייטער פירן געשפרעכן מיט צפון אז זיי זאלן אינגאנצן אויפגעבן זייערער נוקלעארע וואפן, און דאס איז א קלארע פארלאנג פון אמעריקע, אז צפון זאל פארניכטן זייערע נוקלעארע וואפן, און געבן נארמאלע צוטריט פאר אינספעקטארס צו קענען אבזערווירן די ארבעט.

“דאס וואס מענטשן רעדן אז די טראמפ אדמיניסטראציע פארשטייט נישט די טעכנישע טיילן פון צונעמען א נוקלעארער פראגראם און מ’וועט זיי קענען ארומפאפן, איז א גרויסער טעות, און די פאקט אז טראמפ טרעפט מארגן קים איז די גרעסטע באווייז דערצו” זאגט פאמפעא.כדי נישט איבערצומאכן די טעות פון אבאמא וואס טראמפ האט אזוי שטארק אראפגעריסן, אז מ’האט אראפגענומען סאנקציעס פון איראן איידער מ’האט אפילו געשלאסן די דיעל, האט פאמפעא קלארגעשטעלט: “די סאנקציעס וועלן נישט אראפגענומען ווערן פון צפון קארעא ביז ווילאנג די נאקלעארער פראגראם פון צפון איז טאטאל פארניכטעט”. שפעטער האט ער געשריבן “די דעלעגאציע קוקט ארויס צו זען אויב קים האלט טאקע דערביי אזויווי ער זאגט”.

קרעדיט - אידישער ווינקל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וועלכע פריוואטע ביתכסא האט ער די גרינע וואס מזעט בבי די קאנסטראקשן סייטס ? אויב יא איז ער א גרויסע רחמנות די ריח דארט שטערט פון הערן קול מבשר
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

די פלאן איז אזוי:
9:00 אינדערפרי (סינגאפאר זייגער) קומט טראמפ צו די האטעל קאפלה.
10 אזייגער וועט זיך אנהייבן די פריוואטע מיטינג צווישן טראמפ-קים, אהן קיין מיט באגלייטערס [אויסער צוויי איבערזעצערס].
א שעה שפעטער, גייט זיין א ברייטארע מיטינג, צוזאמען מיט פומפאו, ג'ון קעלי, ג'ון בולטון, מיט זייערע אנקעגערס פון צפון קארעא.
11:30 גייט זיין א ברייטע סעודה
שפעטער וועט טראמפ רעדן צו די פרעסע.
נאכמיטאג 3 אזייגער גייט טראמפ צוריק ארויף אויפן פליגער קיין וואשינגטאן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פון די געהיימעניסן וועלכע וועט מעגליך מארגן ווערן אויפגעברעגט ביים סאמיט (אבער מעגליך בלייבן צווישן די ווענט פונעם האטעל צימער) איז פרישע UNIQUE און DIFFERENT געדאנקען וועלכע טראמפ וועט פארשלאגן פאר קים איבער ווי אזוי אמעריקע קען גאראנטירן צפון קארעאס זיכערהייט אין א נוקלעארלאזע צושטאנד
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שלום עליכם רב זונדל שאלאמאן.

זייער גוט געשריבן. צומאל קומט דא פאר העפטיגע טענה'ראציעס נאך פאר דערוילעם ווייסט אפילו פון וואס מען רעדט, אלזא א גוטער באריכט אזוי ווי די האסט געשריבן איז זייער ניצבאר ויישר כחכם
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

יישר כח ר' דערבארומדיג'ער
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שיינער באריכט רב זונדל; אבי עס רוקט זיך שוין ב"ה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

ס'איז שוין יעצט נץ החמה אין סינגאפאר. אין ווייניגער פון 2 און א האלב שעה, הייבט זיך אהן די היסטארישע מיטינג.
ס'איז נאך אלס שא שטיל.
עפעס, נייעס, בילדער, אפדעייטס.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

האבן זיי מיטגעברענגט ביידע די big buttons?
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

SPUSMN האט געשריבן::wink:

אבער נישט אין גאנצען א ראי' אז ער קען טאקע. געדענק נאך א בילד ווי א גענעראל (עפעס אזוי) קוקט "ערענסט" פון שפאקטיווען און פארגעסען אראפ נעמע די דעקל פון די צווייטע זייט פון לענז.

יא יא...
עמיר פרץ, דער געוועזענער דעפענס מיניסטער אין מדינת ישראל...
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

איינער ווייסט ווי מכן עס מיטהאלטן לייוו ?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פרעזידענט טראמפ איז אויפן וועג צו די מיטינג.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

Potus האט געשריבן:איינער ווייסט ווי מכן עס מיטהאלטן לייוו ?

אפשר דא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ נארוואס ערשינען אין האטעל 8:14 ארטיגע זייגער
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ נארוואס ערשינען אין האטעל 8:14 ארטיגע זייגער


וואו יאגט ער זיך?

עפעס געפעלט מיר נישט דא, טראמפ איז יעצט די שוואכלינג...

קים האט אראפגעשטעלט א דעדליין ביז ווען די סאמיט ווען קענען אנגיין, אצינד קומט טראמפ צו רייסן א דריי פערטל שעה פאר די צייט, זאל ער לאזן קימעלע ווארטן אביסל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען טרעפט זיך קודם און נאכדעם איז די מיטינג, ניין?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א הארציגע ווענדונג צו מיינע טייערע ברידער:

עס איז נארמאל צו זיין נייגעריג און וועלן נאכפאלגען אלטוועלטליכע אנטוויקלונגען
אבער ביטע האלטן פאר די אויגן אז עס האנדלט זיך נישט פון א באגעגעניש פון דעם הייליגן בעש"ט הק' מיטן אוה"ח הק'
דראמאטישע נייעס אבער זכור כי הכל הבל!!
א גוטע נאכט און בשורות טובות!
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

קים יעצט אנגעקומען
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”