אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער
דער "מחנך" זאל מוחל זיין גיין ארבעטן ביים קאשיר אין גראסעריי. אזעלכע נארישקייטן צו רעדן.
ביי די ארויסגעפאלענע געמיינדע איז ליידער דא יוגנטליכע פון אלע סארט שטובער, אויך ווי דער טאטע האט ניטאמאל טעקסט. א קינד וואס וואקסט אויף געזונט ברוחניות ובגשמיות ווייסט זייער גוט מבחין צו זיין אז דער פאטער האט א טעלעפאן און ער נישט.