ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10885
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2433
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3182
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
שטאלצער יוד האט געשריבן:עפעס בין איך דא אומרואיג מיט דעם בילד... אויף'ן חדר באס פלעגן מיר אוועקדרייען די קאפ ווען מ'איז אריבער געפארן א טומאה...באלאנגט עס טאקע דא?
האמיר אים עכ"פ געמאכט אז עינים להם ולא יראו, אזוי אז עס איז שוין בעסער די מצב. פארשטייט זיך אז עס איז נישט קלאר אויב דאס איז א טומאה בכלל, ס'איז א מענטשעלע, וואס די ארכיאלאגן זאגן אז זיי האבן עס געטראפן אין א קבר. עס דארף קלארגעשטעלט ווערן אויב דאס איז טאקע א טומאה, טאקע מזמן עובדי ע"ז, און אויב איז עס אזוי דארף מען עס טאקע זאפארט הויקער מן השורש זיין.
אדערווייל ווייסן נאך די ארכעאלאגן אליינס נישט וואס דאס איז, ממילא איז נישט באשטעטיגט מה זה ועל מה זה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3182
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
2,700 יעריגער חותם מזמן בית ראשון מיטן קריצונג "לשר העיר" אנטדעקט
לשרער.
אט אזוי לייענט זיך דער זעלטענעם חותם וואס איז נעכטן געפינען געווארן גרובנדיג ארום דער כותל המערבי. דער חותם (אין אידיש איז עס פּלאָמבע, נישט ממש א זיגל, אבער לאמיר עס רופן חותם און שוין...) איז לויט די ארכיאלאגן עפעס גאר היסטאריש, וויבאלד עס האט אין זיך די רעדע פון צוויי משרי ירושלים העתיקה, און עס איז לויט זיי אלט 2,700 יאר.
די גראבונגען ביים אומגעגנט פון כותל איז שוין אן אלטער זאך. מען האלט אין איין טרעפן דארט סחורה דארט, אמאל ביינער און אמאל ציינער, הכל לפי המצב והזמן... איבער די "מנהרות הכותל" אליין קען מען שרייבן און שרייבן פאר שעות ארוכות, און נישט אזוי שנעל ענדיגן.
די יעטציגער חותם וואס מ'האט געפינען האט לכאורה באלאנגט פאר דער גובערנאטאר, דער שר העיר וואס האט געפירט דעם שטאט. דאס איז געמאכן פון די "טין" מאטעריאל, און גאס איז זעלטן מיט דעם אז עס איז לכתחלה געגאסן געווארן אין פייער מיט איר איינקריצונג, אין די צייט וואס געווענליך פלעגט מען קודם גיסן די מטבע און שפעטער צולייגן די קריצונגען.
איר גרויסקייט [קליינקייט] איז 15 ביי 13 מילימעטער, און איז דיק צווישן 2 און 3 מילימעטער.
אז מיר וועלן עס נענטער באטראכטן וועלן מיר זען אז אויפן אויסערשטן טייל פונעם קריצונג זעט עס אויס ווי צוויי געשטאלטן וואס קוקן זיך אן איינער דעם צווייטן. דערמאנט די כרובים? ווייס איך נישט, ווייל כ'האב קיינמאל די כרובים נישט די זכיה געהאט צו זען... זיי זעען אויס ווי צוויי מענער, אדער גאר ווי א מאן קוקט אין שפיגל, די קאפ באשטייט פון א פינטל (איי מאן יימר אז דאס איז א מאן אויב אזוי? תיובתא) עס האט נישט מער דעטאלן ביים פרצוף.
די הענט פון איין זייט זענען צוויי שטריכן וואס גייען אויף אראפ און מער ארויס פון דער חותם, און די הענט וואס זענען אויף אריין הייבן זיך אין די לופטן, ס'זעט אויס ווי זיי ביידע האלטן עפעס אין די הענט.
זייערע קליידער זענען געשטרייפט, עס קומט אן ביז צו די קניען, (מ'זעט נישט וואו די קניען איז, אבער אז מ'שרייבט שוין יא לאמיר נאכשרייבן וואס די ארכיאלאגן זעען דארט... באלד וועלן זיי זאגן אז ס'נישט באשטעטיגט דאס אז אין יענע תקופה איז געווען אזא זאך ווי קניען, וואטעווער...).
פון אונטן האב מיר אן אויסקריצונג פון ווערטער אין די פארצייטישער כתב עברי. דארט שטייט "לשרער", וואס דאס ווערט אפגעליינט "לשר העיר", ווי מ'פלעגט שרייבן אין יענע צייטן, ווי מ'זעט אין אסאך אנדערע שריפטן און קריצונגען, אנע ספעיס צווישן איין ווארט און צווייטן, און אנע הא הידועה.
ווי די ארכיאלאגן שפעקולירן איז דער חותם געווען ווי דער "לאגא" פון דער שר העיר אין ירושלים, און ער האט ווארשיינליך דערמיט געשטעמפלט זיינע בריוון, ונחתם בטבעת השר. לכאורה איז דער בריוו אדרעסירט געווען צו איינע פון די הייזער וואו זיי האבן געגראבן צווישן אירע פאנדומענטן. נו, ווער לאזט זיי נישט שפעקולירן, גראדע מאכט עס סענס אויך.
אבער אנדערע ארכיאלאגן ווילן דווקא יא אז מען זאל זאגן אז דאס איז נישט געפונען ביים איד וואס האט עס ערהאלטן נאר ביים שיקער, ווייל דאס טוט באפעסטיגן וואס די ארכיאלאגן טענה'ן שוין לאנג, אז אין די געגנט איז געווען די שטאטישע הויפטקווארטירן אין די צייט פון בית ראשון. ווי זיי זאגן האט מען ביז היינט נישט פעסטגעשטעלט צו די ירושלימ'ער שטאט האט געהאט א שטאטראט און א "שר העיר" אין די זמן פון בית ראשון, אבער אצינד ווייסט מען שוין אז יא...
דער טיטל "שר העיר" איז באקאנט פון נ"ך ווי עס ווערט 2 מאל דערמאנט, די ערשטע אין ספר מלכים ב' ווי עס ווערט דערמאנט יהושע, דער שר העיר ירושלים אין די צייט פונעם מלך חזקיהו, און אין בספר דברי הימים ב' טרעפן מיר מעשיהו, דער שר העיר ירושלים אונטער די יאשיהו מלוכה.
דער ארט וואו מ'האט געפינען דען חותם פון דער שר העיר, האט באקומען א סטאטוס אלס א פלאץ מימי בית ראשון.

בענקעל האט געשריבן:אָה-וואַ. שמעלקי איז אָן קאל. א זאפטיגע ארטיקל. דאנקע שיין.
WOW ווער האט עס געגלייבט!
באקומען א קאמפלימענט פון דער מלך ה'אריכאלאגיע פארשטאנד, @בענקעל בכבודו ובעצמו!!!
כ'שעם זיך!

א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3182
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
שואלכענין האט געשריבן:איז מעגליך ביטע, אנצוצייכענען מיט רינגלעך, וואו מען זעט דא מענטשן? א.א.וו.
איך וואלט געזאגט, אז מען זעט א טייטלבוים שטאם.
דא האסטו א טראפ קלארערער בילד.
זעסט די פינטל, און די הענט? די ווייצלעך זוך איך נאך...
- צוגעלייגטע
-
- NEWSY17-733852565288544.jpg (27.8 KiB) געזעהן 3722 מאל
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.
אין מיינע אויגן, איז דאס די גרעסטע ליגנט פון די ארכעאלאגן. זיי דמיונ'ען אויס, וואס עס וואלט געדארפט צייגן, און וואס עס שטימט מיט דעם, נוצן זיי אלס באווייז, און וואס נישט, מאכט מען זיך סתם נישט וויסנדיג.
איך בין נישט אזוי קלוג ווי זיי, און איך קוק פשוט, לויט מיין בליק זעט מען גאנץ אויבן ווי כאילו דאס ווארט LHE, אדער ענליך צו דעם, גיט א קוק אויפן געמאלן בילד, עס מאכט זיך גענצליך נישט וויסנדיג פון יענעם כמו ווארט.
א.א.וו. ביי די גאנצע בילד, וואס מען וויל נוצן, נוצט מען, און וואס נישט, איגנארירט מען...
סתם ליצים.

viewtopic.php?p=1426036#p1426036
נאכאיין פון די זעלבע פלאץ.
וועגן די בילד קען מען דן זיין. די געמאלענע איז פון אן אלטע געפינס וואס ענדלט זייער צו די יעצטיגע. דארט שטייט, ש ר ה ע ר'. די אותיות זענען כתב עברי עתיק. אדער פארשידענע אנדערע נעמען וואס מען רופט עס. דאס האט מען זיך באניצט בזמן ביהמ"ק הראשון. מען קען קלאר זעהן די ש ר ע ר.
די ארגינעלע מאס.

מערת קבורה בטבריה
טבריה - מען האט שוין געגראבן לעכער פון 65 פיס טיעף און מען האט שוין אנגעהויבן אריינגיסן די קאנקריט פאר די פאדאמענט צובויען א נייע גרויסע געביידע אין א נייע געגענט אין צפון טבריה. אבער וואו איז די ביטאן...? עס איז פארשוואונדן... אינמיטן אונטערזוכן וואו דאס גאנצע געמויזאכטס איז אהינגעקומען, האבן די ארבייטער אנדעקט א גרויסע הייל וואו אלעס איז דארט אריינגערינען.
די הייל האט אין זיך דריי צימערן מיט נאך קלענערע היילן וואו מען האט אנטדעקט גלוסקמאות מיט גריכישע אויפשריפטן. די גלוסקמאות טרעפט צומאל וואס איז פון די צייטן פון בית שני, ווי שוין עטליכע מאל ערווענט, איז די מקור צו דעם אין מועד קטן א' משנה ה, וואס ווערט גערופן "ליקוט עצמות".
די אויסשטעל פון די הייל צייגט אויף א רייכע פאמיליע וואס האט געוואוינט אין טבריה אדער אין די דערפער ארום. די נעמען האט מען נאכנישט מפנעח געווען. די פארלויפיגע לייענונג צייגט אז א טאטע מיט א זוהן זענען דא געווען באהאלטן.
עס איז אויסגעהאקט פון א ריזיגע שטיין מיט א גרויסע פאדערשטע צימער מיט היילן ארום וואו מען האט באהאלטן די גלוסקמאות, דערנאך איז דא נאך א קלענערע צימער וואו מען האט געפונען די פארלוירענע קאנקריט.
די הייל איז א ספעציעלע געפינס. די מערהייט פון די סארט היילן געפינט מען אין ירושלים, אבער אין טבריה איז דאס זעלטן.

בענקעל האט געשריבן:טבריה - מען האט שוין געגראבן לעכער פון 65 פיס טיעף און מען האט שוין אנגעהויבן אריינגיסן די קאנקריט פאר די פאדאמענט צובויען א נייע גרויסע געביידע אין א נייע געגענט אין צפון טבריה. אבער וואו איז די ביטאן...? עס איז פארשוואונדן... אינמיטן אונטערזוכן וואו דאס גאנצע געמויזאכטס איז אהינגעקומען, האבן די ארבייטער אנדעקט א גרויסע הייל וואו אלעס איז דארט אריינגערינען.
די הייל האט אין זיך דריי צימערן מיט נאך קלענערע היילן וואו מען האט אנטדעקט גלוסקמאות מיט גריכישע אויפשריפטן. די גלוסקמאות טרעפט צומאל וואס איז פון די צייטן פון בית שני, ווי שוין עטליכע מאל ערווענט, איז די מקור צו דעם אין מועד קטן א' משנה ה, וואס ווערט גערופן "ליקוט עצמות".
די אויסשטעל פון די הייל צייגט אויף א רייכע פאמיליע וואס האט געוואוינט אין טבריה אדער אין די דערפער ארום. די נעמען האט מען נאכנישט מפנעח געווען. די פארלויפיגע לייענונג צייגט אז א טאטע מיט א זוהן זענען דא געווען באהאלטן.
עס איז אויסגעהאקט פון א ריזיגע שטיין מיט א גרויסע פאדערשטע צימער מיט היילן ארום וואו מען האט באהאלטן די גלוסקמאות, דערנאך איז דא נאך א קלענערע צימער וואו מען האט געפונען די פארלוירענע קאנקריט.
די הייל איז א ספעציעלע געפינס. די מערהייט פון די סארט היילן געפינט מען אין ירושלים, אבער אין טבריה איז דאס זעלטן.
וואס טייטש גלוסקמאות?
פראהביטש האט געשריבן:וואס טייטש גלוסקמאות?
עס איז א גריכישע ווארט פאר די שטיינערנע קעסטלעך אין וואס מען האט מקבר געווען אין צייטן פון בית שני, דאס האט מען גערופן "קבר שני".
אין חז"ל ווערט עס גערופן דלוסקמא
מסכת שמחות פרק יב הלכה ט
אמר רבי אלעזר בן רבי צדוק, כך אמר לי אבא בשעת מיתתו.
בני, בתחילה קברני בביקעה, ובסוף לקט את עצמיי ותנם בדלוסקמא, ואל תלקטם בידך, וכן עשיתי לו.
אין גמרא מסכת גיטין כח ע"א מיינט דאס א טאשקע.
מאי דלוסקמא, טליקא דסבי:
רש"י. טליקא - טשק"א (שק) בלע"ז
קוק דא viewtopic.php?p=1610705#p1610705 פאר אביסל מער.
שואלכענין האט געשריבן:אין מיינע אויגן, איז דאס די גרעסטע ליגנט פון די ארכעאלאגן. זיי דמיונ'ען אויס, וואס עס וואלט געדארפט צייגן, און וואס עס שטימט מיט דעם, נוצן זיי אלס באווייז, און וואס נישט, מאכט מען זיך סתם נישט וויסנדיג.
איך בין נישט אזוי קלוג ווי זיי, און איך קוק פשוט, לויט מיין בליק זעט מען גאנץ אויבן ווי כאילו דאס ווארט LHE, אדער ענליך צו דעם, גיט א קוק אויפן געמאלן בילד, עס מאכט זיך גענצליך נישט וויסנדיג פון יענעם כמו ווארט.
א.א.וו. ביי די גאנצע בילד, וואס מען וויל נוצן, נוצט מען, און וואס נישט, איגנארירט מען...
סתם ליצים.
דאס איז נישט קיין LHE די לינקע פון די H איז זיין אויפגעהויבענע האנט, די מיטעלסטע פון דאס E איז רינדעכיג דאס איז זיין קאפ
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
השם ירושלים בכתב מלא
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Pinchus, sheetrock, זעקס און ניינציגער, חלה, כ'לאך, להודיע, נו גוט נו שוין, נעכטיגן טאג, סקאראמוטשי, עוד הם מדברים, פארפלאנטערט, שאבעלע, שאראש-פאטאק און 67 געסט