רבי ישראל דוב בער גילערנטער זצ"ל אב"ד יאשיניצא בעל רביד הזהב ודביר המוצנע - כ"ה סיון תרי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מאמר אודותיו בגליון עלים לתרופה (פר' שלח תשע"ח)
אטעטשמענטס
בעל רביד הזהב.pdf
(115.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 134 מאל
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

"אחר נישואיו עב"ג הרבנית הצדיקת מרת לאה בת הרבני החסיד ר' יעקל מרימינוב זצ"ל"

חותנו של החוות דעת?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

היינט איז די 160'סטע יארצייט

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13004
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הערליכע באשרייבונג רב יציב די זכות זאל דיר ביישטיין
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

זייער זייער שיין.

ס'כדאי אנצומערקן עטליכע הערות שעלו במחשבה בשעת'ן ליינען די שיינע ווערק:
איבער זיין קשר צו ראפשיץ - דער הייליגער רביד הזהב איז ממש פון די יחידים מתלמידי ראפשיץ וואס האבן איבערגעלאזט אן אויטענטישע און ארגינעלע דמות פון ראפשיץ, בפרט אינעם געביט פון זיין דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, וואס ווי מ'קען זעהן אין ספר רביד הזהב ברענגט ער נאך תורות און שמועסן וואס ער האט אליינס געהערט מפי מרן הרה"ק מראפשיץ זי"ע, בערך קרוב צו הונדערט מאהל!! א זאך וואס האט נישט זיינס גלייכן.
מ'קען רואיג זאגן אז ס'איז נישט דא נאך א ספר פון איינער וואס האט זיך געווייקט ביים ראפשיצער רב, וואס זאל אזוי לעבעדיג אפשפיגלען וואס ער האט אליין זוכה געווען צו מקבל זיין בימי שהותו בצלו הק', און ס'איז גאנץ ווארשיינליך אז דאס איז געווען פון די עיקר סיבות פאר די געוואלדיגע הפצה פונעם ספר ברחבי גאליציע, כאטש דער הייליגער מחבר אליין איז געווען א מורא'דיגע נחבא אל הכלים, און לפי ערך איז זיין עצם גדלות נישט געווען אזוי מפורסם בקרית חוצות.
---
ס'שפעט געווארן.... שוין, מ'העט מוזן ממשיך זיין נאך שבת....
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

איז דער ספר געווארן אמאל איבערגעדרוקט? איז עס דא צו באקומען?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13004
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

shalsheles האט געשריבן:איז דער ספר געווארן אמאל איבערגעדרוקט? איז עס דא צו באקומען?

ידיעות שונות האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
chrome_2018-06-06_12-46-04.png

וואו קען מען דאס באקומען? איך האב דאס נאכנישט געזען אין ספרים סטאר

איינער האט מיך לעצטנס פארציילט בשם דער מו"ל ר' נפתלי ווייטץ נ"י, אז ער האט ממש נאר געציילטע איבערגעבליבן ביי זיך אין בעיסמענט, און ער פלאנט עס איבערצודרוקן בעז"ה, ווען דאס גייט זיין ווייס איך נישט.
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

הגאון ר' יוסף שמואל גילרנטער אבד"ק קיטוב איז געווען אן איידעם ביים רביד הזהב, זיין זוהן הגאון רבי חיים אבד"ק קיטוב בעהמח"ס הכתוב לחיים בעניני כתובה, ומצורף בירורים בנידון היתר עגונות.

אן אינטערסאנטע לינק איבער א כת"י פון איהם בנוגע א פרשה פון א היתר מאה רבנים, ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן מעהר דערוועגן
https://www.kedem-auctions.com/he/node/18578
מקומות הקדושים
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקומות הקדושים »

איז דא ערגער וואו מען קען זען זיינע קינדער/אייניקלעך?

איך האב געהאט א זיידע וואס האט געוואוינט אין טאמאשוב, ער האט געהייסן גילערנטער, בין איך נייגעריג צו עס איז פון די משפחה
מאפע למקומות הקדושים

https://goo.gl/maps/Apawumbztn42
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אדערווייל איז נישטא א רשימה פון אייניקלעך, כדאי ס'זאל זיין דארף מען עס צאמשטעלן
די נעמען פון זיינע קינדער זענען שוין געברענגט דא בתחלת האשכול, די אייניקלעך קען מען פרובירן צו מברר זיין אחד אחד, עטליכע זענען באקאנט, און טייל נעמען זענען שוין דערמאנט געווארן, און די איבריגע קען יעדער צוזאמען טוהן זיין חלק צו העלפן מברר זיין, ומזה ומזה תסתיים שמעתתא.

וויכטיג צו באמערקן אז דער איידעם פון רביד הזהב האט אויך געהייסן גילערנטער, ולכן אויב איינער געפינט אויס אז ער איז א גילערנטער ממשפחת הרביד הזהב זצוק"ל, מוז נישט זיין א בן אחר בן, ס'קען זיין פונעם איידעם.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

איך האב דורך געליינט דער באשרייבונג, פון אונזער חשובע׳ר ניק רבי יציב׳ן, פונעם ״רביד הזהב״
קודם א ווארט אויף רבי יציב, דער איז באמת א שיינער שרייבער, אסאך שיינע ידועות, א גוטע מלקט, ועוד ועוד,

בתוך הדברים, שרייבט ער דארט, אז דער רביד הזהב איז אלט געוועהן ווען זיין רבי - דער ראפשיצער רב איז אוועק, 29 יאהר, אין ער איז געפארן 15 יאהר קיין ראפשיץ,
האב איך מיר אריינגעקלערט אן אינטערעסאנטע זאך, דער רביד הזהב איז געוועהן א תלמיד מובהק פונעם ראפשיצער רב, ער שרייבט, דאכט זיך מיר, איבער הונדער מאל שמעתי ממורי, און ווען ער איז אנגעקומען קיין ראפשיץ איז ער אלט געוועהן בלויז 15 יאהר, און ביים ראפשיצער רב׳ס הסתלקות איז ער נאך געוועהן א אינגערמאן,
האב איך געמאכט דעם חשבון מיטן צאנזער רב, זעה איך אז דער צאנזער רב איז אויכט געוועהן בערך אזוי אלט,
אלע ווייסן אז דער צאנזער רב איז געוועהן א תלמיד מובהק פונעם ראפשיצער רב,
ווי אלט מיינט עטס איז ער געוועהן, בלויז דרייסיג יאהר,
ער איז געבוירן (לויט רוב דעות) שנת תקנ״ז, אין דער ראפשיצער רב איז אוועק גענוי 30 יאהר שפעטער, שנת תקפ״ז,
אין דער קאמינקע רב איז נאך געוועהן יונגער פונעם צאנזער רב מיט דריי יאהר, איז ער גאר אלט געוועהן 27 יאהר ביים ראפשיצער רב׳ס הסתלקות,

יעצט האב איך געמאכט דעם חשבון וויפיל יונגער איז דער ראפשיצער רב געוועהן פון זיינע רבי׳ס,
בלויז 15 צו נאך ווייניגער,
דער רבי פון לובלין, מיט רבי ר׳ מענדל׳ע זענען געבוירן תק״ה, אין דער אפטא רב איז געבוירן תק״ח
אין דער ראפשיצער רב איז געבוירן תק״כ

איז אינטערסאנט אז ראפשיצער רב פון זיינע רבי׳ס איז נישט געוועהן אזוי פיל יונגער,
אין זיינע תלמידים זענען געוועהן גאר יונג,
פארשטייט זיך אז ס׳איז געוועהן נאך תלמידים אבער איך רעדט פון תלמידים מובהקים.
מקומות הקדושים
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקומות הקדושים »

ידיעות שונות האט געשריבן:אדערווייל איז נישטא א רשימה פון אייניקלעך, כדאי ס'זאל זיין דארף מען עס צאמשטעלן
די נעמען פון זיינע קינדער זענען שוין געברענגט דא בתחלת האשכול, די אייניקלעך קען מען פרובירן צו מברר זיין אחד אחד, עטליכע זענען באקאנט, און טייל נעמען זענען שוין דערמאנט געווארן, און די איבריגע קען יעדער צוזאמען טוהן זיין חלק צו העלפן מברר זיין, ומזה ומזה תסתיים שמעתתא.

וויכטיג צו באמערקן אז דער איידעם פון רביד הזהב האט אויך געהייסן גילערנטער, ולכן אויב איינער געפינט אויס אז ער איז א גילערנטער ממשפחת הרביד הזהב זצוק"ל, מוז נישט זיין א בן אחר בן, ס'קען זיין פונעם איידעם.

איך ווייס נישט וועמענס זוהן ער איז געווען

איך האב געזוכט דע רעקארדס אין טאמאשוב, עס איז דא היבש ביסל גילערנטערס דארט
מאפע למקומות הקדושים

https://goo.gl/maps/Apawumbztn42
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

חיי אריכי האט געשריבן:בתוך הדברים, שרייבט ער דארט, אז דער רביד הזהב איז אלט געוועהן ווען זיין רבי - דער ראפשיצער רב איז אוועק, 29 יאהר, אין ער איז געפארן 15 יאהר קיין ראפשיץ,
האב איך מיר אריינגעקלערט אן אינטערעסאנטע זאך, דער רביד הזהב איז געוועהן א תלמיד מובהק פונעם ראפשיצער רב, ער שרייבט, דאכט זיך מיר, איבער הונדער מאל שמעתי ממורי, און ווען ער איז אנגעקומען קיין ראפשיץ איז ער אלט געוועהן בלויז 15 יאהר, און ביים ראפשיצער רב׳ס הסתלקות איז ער נאך געוועהן א אינגערמאן,
האב איך געמאכט דעם חשבון מיטן צאנזער רב, זעה איך אז דער צאנזער רב איז אויכט געוועהן בערך אזוי אלט,
אלע ווייסן אז דער צאנזער רב איז געוועהן א תלמיד מובהק פונעם ראפשיצער רב,
ווי אלט מיינט עטס איז ער געוועהן, בלויז דרייסיג יאהר,
ער איז געבוירן (לויט רוב דעות) שנת תקנ״ז, אין דער ראפשיצער רב איז אוועק גענוי 30 יאהר שפעטער, שנת תקפ״ז,
אין דער קאמינקע רב איז נאך געוועהן יונגער פונעם צאנזער רב מיט דריי יאהר, איז ער גאר אלט געוועהן 27 יאהר ביים ראפשיצער רב׳ס הסתלקות,

יעצט האב איך געמאכט דעם חשבון וויפיל יונגער איז דער ראפשיצער רב געוועהן פון זיינע רבי׳ס,
בלויז 15 צו נאך ווייניגער,
דער רבי פון לובלין, מיט רבי ר׳ מענדל׳ע זענען געבוירן תק״ה, אין דער אפטא רב איז געבוירן תק״ח
אין דער ראפשיצער רב איז געבוירן תק״כ

איז אינטערסאנט אז ראפשיצער רב פון זיינע רבי׳ס איז נישט געוועהן אזוי פיל יונגער,
אין זיינע תלמידים זענען געוועהן גאר יונג,
פארשטייט זיך אז ס׳איז געוועהן נאך תלמידים אבער איך רעדט פון תלמידים מובהקים.

א אינטערסאנטע צושטעל, ומ"מ איז דא א חילוק צווישן די צוויי.

אין די צייט ווואס די אויבנדערמאנטע תלמידי ראפשיץ זענען גראד בראשית דרכם אנגעקומען צום ראפשיצער רב, און 'ראפשיץ' איז געווען זייער ערשטע סטאנציע אין חסידות, איז אבער דער ראפשיצער רב אליין נאך געפארן צום הייליגן ר"ר מיכל'ע זלאטשובער (מגדולי תלמידי הבעש"ט), און שפעטער צום הייליגן ר"ר אלימלך ווי ער איז געווען א תלמיד מובהק. ערשט לאחר פטירת רבו הר"ר אלימלך איז ער געפארן צו די עלטערע תלמידים ממשיכי דרכו בקודש, ה"ה שלשה אבות ישראל, המגיד הק' מקאזניץ, הרבי מלובלין, והר"ר מענדל'ע מרימנוב, זי"ע.

אז מ'קוקט גוט אין די ספרי תולדות זעהט זיך אהן אז ביי די אויבנדערמאנטע תלמידי ר"ר אלימלך איז דער ראפשיצער רב געווען גערעכנט מעהר בתורת 'תלמיד חבר', און איז נישט געשטאנען אין איין שורה מיט די אנדערע תלמידים, נאר איז געווען ארויפגעקוקט און געשעצט ווי א גדול בישראל וואס איז שוין בימים ההם געווען מפורסם ברב גדלותו, ועכ"ז האט ער זיך מכניע געווען צו די צדיקי הדור. (וכדמות מקור לזה עי' במכתב המראי יחקאל מדעעש אודות הרבנות בלינסק, והרבה אפשר לדון בזה).

משא"כ די תלמידים פון ראפשיצער רב הנזכרים לעיל, זענען געווען גערעכנט ווי די אינגערע תלמידים, און טאקע אין ראפשיץ אליין זענען אויך געווען עלטערע גרויסע תלמידים צדיקים מפורסמים, וואס זענען נאך געווען ביי די צדיקים פון צוויי דורות פריער, כדוגמת דער הייליגער ר"ר הירש רימנוב'ער, און דער ר"ר אשר'ל ראפשיצער, וואס אחר פטירת רביה"ק מראפשיץ האבן זיך די אינגערע תלמידים אינגאנצן מכניע געווען תחת הנהגתם כידוע.

הרב ״ידיעות שונות״ זעהר שיין ארויסגעברענגט,
איך האב דאס גראדע אינאכט גענומען בשעת׳ן שרייבן, איך האב גראדע געטראכט פון נאך תלמידים פונעם ראפשיצער רב, ווי דער בני יששכר, צו דער קאמארנער, און אוודאי דער רבי ר׳ הערש,
אבער איך האב געוואלט ארויסברענגען, די פאר באקאנטע תלמידים מובהקים וואס יעדער ווייסט, זענען נישט געוועהן קיין דרייסיג יאהר,
למשל ווען עמעציר זאל פרעגן ווער זענען געוועהן די ראפשיצער רב׳ס רבי׳ס, וועט מען נישט נאר ענטפערן די רבי ר׳ אלימלך, מיטן רבי ר׳ מיכל׳ע, יעדער העט וויסן צו זאגן, דער רבי פון לובלין, מיטן רבי ר׳ מענדעלע מיט דער קאזניצער מגיד,
ווען מ׳וועט פרעגן ווער איז די צאנזער רב׳ס רבי?
ווער איז דער רביד הזהב׳ס רבי?
זיי זענען געוועהן די תלמידים מובהקים פון ראפשיצער רב, ווי אלט זענען זיי געוועהן? יונגעלייטלעך,
זעהר אינטערסאנט.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

טאקע אינטערסאנט,
נאך מעהר האט מיר שוין לאנג געבאדערט די קשיא וואס איז פשט אז די וועלט איז נישט אזוי באקאנט איבער די עלטערע גדולי התלמידים אין ראפשיץ? נאר ס'איז נראה פשוט אז די עיקר פרסום פון די אינגערע תלמידים קומט מעוצם גדלותו פון הייליגן צאנזער רב, און מחמת די געוואלדיגע פרסום פון צאנז זענען די בני גיל פון צאנזער רב אויך געווארן שטארק מפורסם, משא"כ די עלטערע גדולי התלמידים וואס זיי אליין זענען שפעטער נישט געווען אזוי מפורסם, ממילא ווייסט מען (לפי ערך) גאנץ ווייניג איבער זיי.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

ידיעות שונות האט געשריבן:טאקע אינטערסאנט,
נאך מעהר האט מיר שוין לאנג געבאדערט די קשיא וואס איז פשט אז די וועלט איז נישט אזוי באקאנט איבער די עלטערע גדולי התלמידים אין ראפשיץ? נאר ס'איז נראה פשוט אז די עיקר פרסום פון די אינגערע תלמידים קומט מעוצם גדלותו פון הייליגן צאנזער רב, און מחמת די געוואלדיגע פרסום פון צאנז זענען די בני גיל פון צאנזער רב אויך געווארן שטארק מפורסם, משא"כ די עלטערע גדולי התלמידים וואס זיי אליין זענען שפעטער נישט געווען אזוי מפורסם, ממילא ווייסט מען (לפי ערך) גאנץ ווייניג איבער זיי.

דער קשיא איז א גוטע קשיא, אבער די תירוץ ווייס איך נישט צו איר זענט גערעכט, פארוואס האלט איר אז דער רבי ר׳ הערש איז געוועהן ווייניגער מפורסם פונעם צאנזער רב
צו דער בני יששכר,
דער רבי ר׳ אשר׳ל איז געוועהן אין זיין דור כמעט ווי די רבי פון די רבי׳ס, איז ער דען געוועהן ווייניגער מפורסם ווי צאנזער רב
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

דער ר"ר אשר'ל איז א איידעם, דער ר"ר הירש איז אוודאי מפורסם, אבער זיין שייכות מיט ראפשיץ איז נישט אזוי ווייט מפורסם.
למעשה ווען מ'שטעלט אפ איינעם און מ'פרעגט איהם וועגן תלמידי ראפשיץ, געווענטליך וועט דער ענטפער זיין צאנז, אפשר נאך צוויי דריי און דאס איז עס. (ולמרבית הפלא דער הייליגער רביד הזהב גופא איז נישט צו שטארק מפורסם - בעסער געזאגט שטארק נישט מפורסם - אלס ראפשיצע תלמיד, כאטש וואס ווי ערווענט איז ער ממש כמעט די שטערקסטע און מערסט אויטענטישע מקור אהין).
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

הרה"ק ר' מענדל'ע גלאגוב'ער (פון די עלטסטע אייניקלעך פון ראפשיצער רב) אין הסכמה אויפן רביד הזהב איז ער מעיד ממה שעיניו ראו ולא זר, וז"ל:

"ידעתי עוד בעת הסתופף בצל קדושת אבי זקני זצל"ל מראפטשיץ כי היה מאנשים המקורבים והחשובים".
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אין ביה"ח מט. ציון אין קווינס ליגט אן אייניקל פון בעל רביד הזהב זצוק"ל (בת לבנו רבי משה), אט איז א בילד.
(קרעדיט מילער אין פרענומעראנטן אשכול)

מצבת נכדה של בעל רביד הזהב.JPG
מצבת נכדה של בעל רביד הזהב.JPG (40.67 KiB) געזען 3060 מאל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי חיים אב"ד קיטוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבי חיים אב"ד קיטוב
אטעטשמענטס
chaim gelernter kitev.jpg
chaim gelernter kitev.jpg (184.53 KiB) געזען 2112 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13004
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א קרוב בכלל?
דביה תחדי נפשא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

dovidal האט געשריבן:רבי חיים אב"ד קיטוב

אוודאי ער געבט הסכמה אויפן ספר אמרי יא"י עיין שם
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

ידיעות שונות האט געשריבן:נישט ווייניגער אינטערסאנט אז אין הסכמה פון דרכי תשובה שטייט: בידעי ומכירי קאמינא ש"ב הרב וכו'.

(ס'איז מסתבר צו זאגן אז אויפן זעלבן וועג וואס ער איז א מחותן מיט בלאזוב איז ער אויך א קרוב מיט מונקאטש, וחדא מיתרצת בחבירתה).

פשוט, שניהם היו נכדי הה"ק רבי ישראל חריף ולזה כתב עליו הדרכי תשובה ש"ב
אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונעם ווייטן תימן »

מקומות הקדושים האט געשריבן:איז דא ערגער וואו מען קען זען זיינע קינדער/אייניקלעך?

איך האב געהאט א זיידע וואס האט געוואוינט אין טאמאשוב, ער האט געהייסן גילערנטער, בין איך נייגעריג צו עס איז פון די משפחה

איך האב געזען א הגש"פ נועם אלימלך וואס האט ארויס געגעבן הרב יעקב שיף ברודער פון גאב"ד אנטווערפען, שרייבט ער דארט אז זיין עלטער זיידע האט געהייסן ר' משה שמשון געלערנטער און ער איז געווען א סופר סת"ם אין שטאט טאמאשוב, לכאורה רעדט מקומות הק' פון אים
די נאמען משה זעה איך איז דא אין די משפחה פונעם רביד הזהב, און עס קען טאקע שטימען אז עס האט שייכות,
אויך שרייבט הנ"ל אז הרה"ק משינאווא האט אים (ר משה שמשון הנ"ל) מספיד געווען און געזאגט אז ער איז געווען פון די ל"ו צדיקים נסתרים פונעם דור
אויב איך רעד טאקע פון די זעלבע מענטש, אפשר קען איינער ארויפקומען מיט מער פרטים
מקומות הקדושים
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 2:41 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקומות הקדושים »

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
מקומות הקדושים האט געשריבן:איז דא ערגער וואו מען קען זען זיינע קינדער/אייניקלעך?

איך האב געהאט א זיידע וואס האט געוואוינט אין טאמאשוב, ער האט געהייסן גילערנטער, בין איך נייגעריג צו עס איז פון די משפחה

איך האב געזען א הגש"פ נועם אלימלך וואס האט ארויס געגעבן הרב יעקב שיף ברודער פון גאב"ד אנטווערפען, שרייבט ער דארט אז זיין עלטער זיידע האט געהייסן ר' משה שמשון געלערנטער און ער איז געווען א סופר סת"ם אין שטאט טאמאשוב, לכאורה רעדט מקומות הק' פון אים
די נאמען משה זעה איך איז דא אין די משפחה פונעם רביד הזהב, און עס קען טאקע שטימען אז עס האט שייכות,
אויך שרייבט הנ"ל אז הרה"ק משינאווא האט אים (ר משה שמשון הנ"ל) מספיד געווען און געזאגט אז ער איז געווען פון די ל"ו צדיקים נסתרים פונעם דור
אויב איך רעד טאקע פון די זעלבע מענטש, אפשר קען איינער ארויפקומען מיט מער פרטים

פון דעם רעדט מען
מאפע למקומות הקדושים

https://goo.gl/maps/Apawumbztn42
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”