היסטארישע בילדער פון מארינבאד און נאך

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג יוני 05, 2018 3:26 pm

דאטשע האט געשריבן:בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע

39
מונקאטש 02.jpg

40
מונקאטש 01.jpg

מיט ש"ב הגאון ר' מאיר שפירא

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » דינסטאג יוני 05, 2018 4:06 pm

41
מונקאטש 03.jpg
מונקאטש 03.jpg (129.99 KiB) געזעהן 3006 מאל

42
מונקאטש 04.jpg
מונקאטש 04.jpg (69.61 KiB) געזעהן 3006 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » דינסטאג יוני 05, 2018 4:16 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
דאטשע האט געשריבן:די פאלגענדע זענען פונעם כנסייה הגדולה אין מארינבאד, אלול תרצ"ז
2_Page_004_Image_0010.jpg

די זעלבע פלאץ היינט צוטאגס
Photo_from_book_Mariánské_Lázně_a_Františkovy_Lázně_(1930)_09.jpg
chrome_2018-05-13_17-57-08.jpg

גערעכט. איך האב געמיינט עס איז די טרעפ דא
https://www.google.com/maps/@49.9751298 ... 312!8i6656
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » דינסטאג יוני 05, 2018 6:40 pm

43
מונקאטש 05.jpg
מונקאטש 05.jpg (127.28 KiB) געזעהן 2963 מאל

44
ריצ דושינסקיא.jpg
ריצ דושינסקיא.jpg (215.43 KiB) געזעהן 2963 מאל

45
קאמארנא - ספינקא.jpg
קאמארנא - ספינקא.jpg (123.52 KiB) געזעהן 2963 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 05, 2018 7:01 pm

43 מנח״א ורבי נפתלי מנירבאטור
44 מהריצ ומהרים דושינסקי
45 רבי יעקב משה ובנו רבי שלום מקאמרנא עם החקל יצחק וא׳ מבניו
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » דינסטאג יוני 05, 2018 7:14 pm

יציב פתגם האט געשריבן:דאס איז אויפן סטעידזש אין די Společenský Dům Casino אין מארינבאד


ריכטיג.
דעמאלטס האט עס אזוי אויסגעזעהן
גרויסע קור-זאל.jpg
גרויסע קור-זאל.jpg (220.91 KiB) געזעהן 2948 מאל

און דא די קלענערע זאל וואס מען האט געניצט דעמאלטס פאר קלענערע אסיפות פון די דעלעגאטן
קליינע קור-זאל.jpg
קליינע קור-זאל.jpg (217.54 KiB) געזעהן 2948 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » דינסטאג יוני 05, 2018 7:24 pm

46
רב ברייער.jpg
רב ברייער.jpg (154.37 KiB) געזעהן 2941 מאל

47
בנופש מארינבאד 01.jpg
בנופש מארינבאד 01.jpg (110.69 KiB) געזעהן 2941 מאל

48
בנופש מארינבאד 02.jpg
בנופש מארינבאד 02.jpg (167.18 KiB) געזעהן 2941 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

מאפע פון מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » מיטוואך יוני 06, 2018 9:11 pm

כאפט'ס א שפאציר אין מאריענבאד...

בייגעלייגט א מאפע פון מאריענבאד, ווי עס איז צוגעצייכנט עטליכע און דרייסיג היסטארישע בילדער ווי אויפן מאפע זיי זענען גענומען געווארן.

התודה והברכה לידידי הרב י.ה. פון מ.ש.ר. וואס האט דאס צאמגעשטעלט.
און בשמו ובשמינו א הערצליכן ייש"כ פאר הרב יציב פתגם פארן זיין בייהילפיג דערין.

מאריענבאד מאפע.jpg
מאריענבאד מאפע.jpg (290.54 KiB) געזעהן 2884 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:13 am

דאטשע האט געשריבן:אינעם צוטירטן צייטונג ארטיקל ווערט דערמאנט איבער די קור-ליסטעס וואס די שטאטישע באאמטע האבן ארויסגעגעבן מיט די נעמען פון אלע וואס זענען געקומען אויף דאטשע קיין מאריענבאד, און ווארשיינליך איז עס גראד געווען ארויסגעשטעלט פארן פאבליק.

די ליסטעס האבן געהאלטן די נאמען פונעם גאסט, זיין וואוין שטאט, זיין אקיופעישאן, און די האטעל ווי ער איז איינגעשטאנען אין מאריענבאד.

דא האבן מיר עטליכע שטיקלעך פון די ליסטעס, ווי עס ווערן דערמאנט די נעמען פון באקאנטע רבנים ואדמורי"ם.

קור-ליסטע (1).jpg

קור-ליסטע (2).jpg

קור-ליסטע (3).jpg

אינטרעסאנט, עס זענען פאראן אין די רשימות נעמען פון רבנים וואס זענען איינגעשטאנען אין לייטנער'ס הויז, און זענען נישט אויף די בילד וואס איז געהאנגען אין זיין האטעל לויט ווי עס איז אויסגערעכנט דא

צווישן די נעמען טרעפט מען דא הגה"צ רבי נפתלי ווייס אבד"ק בילקא, בן החקל יצחק מספינקא וחתן הרה"ק רבי נחום אהרן ממאגרוב, אייניקל פון מרן מהר"י מבעלזא זי"ע.

הג"ר מרדכי שטראססער אבד"ק שאלא (משנת תרפ"ה)

רבי משה עקשטיין רב בסערעט. מי זה? אפשר הרב הנגיד המפו' רבי משה עקשטיין פון סערענטש?

הגה"צ רבי יעקב ראטנבערג אבד"ק קאזאווא, וואס איז געווען א פעטער פאר מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע, זייענדיג א שוואגער פון זיין שווער בזיווג-שני, הגה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא, ביידע איידעמער ביי הרה"ק ר' מרדכי מזעוויהל זצ"ל.

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 10:21 am

געדיך אוואש האט געשריבן:
אינטרעסאנט, עס זענען פאראן אין די רשימות נעמען פון רבנים וואס זענען איינגעשטאנען אין לייטנער'ס הויז, און זענען נישט אויף די בילד וואס איז געהאנגען אין זיין האטעל לויט ווי עס איז אויסגערעכנט דא

צווישן די נעמען טרעפט מען דא הגה"צ רבי נפתלי ווייס אבד"ק בילקא, בן החקל יצחק מספינקא וחתן הרה"ק רבי נחום אהרן ממאגרוב, אייניקל פון מרן מהר"י מבעלזא זי"ע.

הג"ר מרדכי שטראססער אבד"ק שאלא (משנת תרפ"ה)

רבי משה עקשטיין רב בסערעט. מי זה? אפשר הרב הנגיד המפו' רבי משה עקשטיין פון סערענטש?

הגה"צ רבי יעקב ראטנבערג אבד"ק קאזאווא, וואס איז געווען א פעטער פאר מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע, זייענדיג א שוואגער פון זיין שווער בזיווג-שני, הגה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא, ביידע איידעמער ביי הרה"ק ר' מרדכי מזעוויהל זצ"ל.

א קלארערער בילד פונעם טאוועל אין לייטנערס האטעל
לייטנערס האטעל געסט.jpg
לייטנערס האטעל געסט.jpg (310.93 KiB) געזעהן 2799 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 12:40 pm

אז מיר האלטן יעצט אין די זוממער טעג ווען אבותינו ורבותינו פלעגן פארן אויף דאטשע קיין מאריענבאד, וועלן מיר דא כאפן בעז"ה א שטיקל שפאציר בעקבות רבותינו, צוריקברענגען אביסעלע היסטאריע, און זיך פילן ווי מיט א הונדערט יאר צוריק...

און... מיר וועלן טאקע אנהייבן ווי זיי האבן אנגעהויבן, נעמליך מיט די באן וואס פארט ארויס פון פראג ווי עס איז דער צענטער פונקט פאר אלע פארבינדונגס באנען פון די ארומיגע אייראפעישע מדינות, אויפן וועג קיין מערב אייראפע, נענטער צום גרעניץ פון דייטשלאנד, קיין מאריענבאד.

אז מיר ווילן היינט מאכן דעם וועג, קלאפן מיר זיך אן מיט דער זעלבער רוט, גארנישט האט זיך געטוישט, מ'פארט צו צום הויפט באן סטאנציאן פון פראג, דאס איז אן ערך פון א 20 מינוט'יגע שפאציר פונעם אלטניי שול און אור-אלטן אידישן קווארטל אין פראג. מיר באקוקן דעם סקעדזול פון די באנען, יא ס'פארט יעדער צוויי שעה א באן דירעקט פון פראג קיין מאריענבאד, מיט בלויז געציילטע סטאפס אויפן וועג, פארן פרייז פון 16 יורא א מענטש.

צענטראלע באן סטאנציע אין פראג - אמאל
01.jpg
01.jpg (62.64 KiB) געזעהן 2677 מאל

צענטראלע באן סטאנציע אין פראג - היינט
02.jpg
02.jpg (40.64 KiB) געזעהן 2677 מאל


נאכן אפקויפן די בולעטין, פאלגט מען נאך די אנווייזונגען צום פלאטפארמע וואס פירט צו אונזער ציל, Mariánské Lázně, און מ'שטייגט ארויף אויפן באן.

די באן זעהט אויס צו זיין גאנץ לייטיש, נישט מסתבר אז דאס זענען טאקע די באנען וואס די רבי'ס פלעגן צו שטיין ביי די פענסטערס און וואונטשן פארן עולם וואס זענען זיך צוזאם געקומען כאפן א בליק און מקבל זיין ברכתם הקדושה... אבער פארט, צו פארן אויף די זעלבע שטרעקעס און די זעלבע רעלסן ווי זיי זענען געפארן, איז אויך נישט קיין קלייניקייט.

מ'מאכט זיך באקוועם אויף די באקוועמע זיצן אינעם באן, און מ'באטראכט דורך די ברייטע פענסטערס די שיינע פאנאראמע פון די לאנגע וועגן וואס שלענגן זיך ציווישן בערג און טאלען וועלדער און פעלדער, שיינע טייכן און וואסער פאלן... אזש, ממש נפלאות הבורא ביז צום קרעטשמע...

יא, ערגעץ דא געפינט זיך טאקע די טאנעל וואס ווען דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע איז דא אדורכגעפארן, האט ער געליינט קריאת-שמע, זאגענדיג אז ער וויל מקבל זיין עול מלכות שמים אויך פון אונטער די ערד!

נאך א רייזע פון גענוי צוויי און א האלב שעה, קומט מען אן צום ציל... מאריענבאד!

און אזוי ארויסשטייגענדיג פון באן, באטראכענדיג דעם באן-הויף, פרובירן מיר זיך צו פארשטעלן ווי הונדערטער אידן שטייען דא און באגלייטן די צדיקים בשעת זיי זענען פון דא אוועקגעפארן, וועלנדיג נאך כאפן דעם לעצטן בליק איידער זיי פארלאזן דעם שטאט, און זיך לאזן אנוואונטשן מיט א כתיבה וחתימה טובה צום נייעם יאר...

אבער, א דאנק די בילדער וואס זענען פארבליבן פון דעמאלטס, דארף מען שוין גארנישט ארבעטן מיט קיין דמיונות און השערות, מ'באטראכט אביסל דעם ארום, און מ'זעהט שוין פונקטליך וואו דאס פלאץ איז...

עס לויפן אדורך אין זכרון די בילדער ווען דער בעלזער רב זי"ע האט פארלאזט מאריענבאד, ווערנדיג באגלייט מיט די גבאים און דער בעל אכסניא מר. דוד לייטנער ע"ה אט אט דא אינעם באן-סטאניציע. יא, דער געביידע וואס מ'זעהט דארט אינעם הונטערגרונד פון די בילדער איז טאקע דעם געביידע וואס מיר זעהן דא, אויף די בילדער זעהט מען אבער נאר דער עק פונעם געביידע, דארט ווי דער פלאטפארמע ענדיגט זיך און נידערט שיעף אראפ, ווארשיינליך אז מען דארף אראפגיין אויף די רעלסן אן צו דארפן אראפשפרינגען פונעם פלאטפארמע, דארף מען צוגיין ביז דארט און אזוי אריבערגיין.

באטראכטענדיג יענע בילדער קען מען טאקע זען ווי דער בעלזער רב שפאצירט אריבער די רעלסן, אריבער צו גיין צום צווייטן זייט. מיט א שנעלער סך הכל קומען מיר צום מסקנא, אז יענע בילדער זענען גענומען געווארן ביים "אוועקפארן", און נישט ביים "אנקומען", ווייל איצטער ביים אנקומען שטעלט זיך די באן ביים פלאטפארמע אויפן זייט צום געביידע פונעם סטאנציע, און נישט אויפן צווייטן זייט (אויסער דעם, זעהט מען אויף די בילדער ווי דער בעלזער רב גייט "אוועק" פונעם געביידע, אויפן וועג צום אנדערען פלאטפארמע אנטקעגן איבער, און נישט אז ער "קומט אן" צום געביידע).

און ווי איז דער גאנצע עולם באגלייטערס וואס ווערן געזען אויף די אנדערע בילדער?? פארוואס זעהט מען זיי נישט אויף די בילדער ווי דער רב גייט אריבער אויף די רעלסן? ווארשיינליך האט נישט יעדער באקומען אן ערלויבעניש אריבערצוגיין איבער די רעלסן, זיי זענען אראפגעגאנגען די שטיגן דא אויפן זייט, און צוריק ארויף אויפן צווייטן זייט, און אזוי אנגעקומען צום פלאטפארמע פון ווי דער באן איז ארויסגעפארן. דאס איז לכאורה אייגינטליך די סיבה פארוואס דער בעלזער רב איז אריבער אויף די רעלסן, כדי צו פארשפארן די טירחה פון אראפגיין און ארויפגיין די שטיגן.

ארויסקומענדיג פונעם באן-הויף אויפן גאס, מאכן מיר א רעכטס. די נאמען פון די גאס איז Nádražní nám. , און פון דא איז דער וועג גאנץ א גראדע, א מהלך פון א קנאפע 2 ק"מ, וואס איז א שפאציר פון ארום 25 מינוט ביז צום צענטער, ד.ה. די געגענט ווי עס האבן געווירבלט טויזענטער אידן ובראשם גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן ארום די צייט אין יאר ביז א קנאפע 80 יאר צוריק.

דאס גלייכסטע וואלט געווען ווען מיר קענען צופארן דעם וועג מיט א פערד און וואגן, וואס דאס איז אייגינטלעך געווען די וועג וואס מ'פלעגט צו פארן פונעם באן-הויף ביז צום אכסניא. און... ס'טאקע נישט אפגעפרעגט, דא און דארט טרעפט מען אן בעלי עגלות מיט פערד און וועגענער וואס זענען גרייט צו טראגן די אנגעקומענע געסט און זיי ארומפירן אין שטאט.

מאכענדיג דעם רעכטס פונעם באן הויף אויפן "נאדראזני" גאס, נאך א קורצע שפאן דרייט זיך די גאס אויף לינקס, און גראד דערנאך טוישט זיך די נאמען פונעם גאס אויף Hlavní tř.. דער גאס פירט שוין גראד אריין ביז צום צענטער, ווען לעגאויס די וועג דערקענט זיך שוין די שיינע און רוהיגע אויסשטעל וואס די טשעכישע / עסטרייכע רעגירונג האט דא אינוועסטירט שוין צוריק מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק צו אויסשטעלן דעם פלאץ מיט בענק און שיינע שפאציר וועגן. מ'פארט ווייטער גראד ביז מ'קומט צו צו אזא פרשת דרכים, די גאס ווערט ווי צוטיילט אין צוויי, לינקס ציהט זיך ווייטער די גאס "הלאווני".

דא איז מען שוין אין צענטער פונעם אידישן געווירבל. אפיציעל האט דער גאס וואס ציהט זיך לינקס געהייסען "קייסער-שטראססע", אבער צווישן די איינוואוינער, און גלייכצייטיג צווישן די קור-געסט, איז עס געווען באקאנט אלץ דער "אידן-גאססע". דא זענען געשטאנען פילע אידישע האטעלן וואס זענען געווען איבערגעפילט אין די זוממער חדשים, און ווי אויך איז דא געשטאנען דער בארימטע פראכטפולע מאריענבאד'ער שול.

אריינשפאצירענדיג אין דעם גאס דא, פאלן די אויגן גראד אויפן ליידיגן שטח צווישן די געדעכטע פעסטע געביידעס וואס זענען דא אויסגשטעלט אויפן לינקן זייט. ס'נישט קיין סוד, דא איז געשטאנען דער בארימטע אויבנדערמאנטן שול אין מאריענבאד, וואס די נאצי'ס ימש"ו האבן אונטערגעצינדן אינעם טרויעריג-בארימטן קריסטאל-נאכט און דאס פארניכטעט עד היסוד. איצטער שטייט עס פוסט און ליידיג, באוואקסן מיט גראז און ווילדע וואקסונגען, ווי צו וועלן אפלייקענען דעם שיינעם עבר וואס דאס פלאץ האט פארמאגט. פונקט קעגן איבער דעם שול-פלאץ, שטייט היינט צו'טאג'ס א מצבה - אנדענק צו אפצייכענען די גרויזאמע צרות וואס די דייטשן ימש"ו האבן דא אנגעטון פאר די אידן אין די מלחמה יארן.

פון דא גייט מען ווייטער, מען שפרייזט דורך דעם פארק וואס שטייט דא אויפן רעכטן זייט פונעם שטראז, ביז צום פאראלעל גאס, יענער גאס הייסט היינט Masarykova. געניטע אויגן האבן שוין אויפגעכאפט, אז איינער פון די בילדער ווי מ'זעהט דעם גערער רבי'ן דער אמרי אמת זי"ע שפאצירן אין מאריענבאד, איז טאקע דא ביי דעם עק גאס, וואס דא איז מען בלויז א צוויי דריי מינוט שפאציר וועג פונעם האטעל ווי ער איז איינגעשטאנען.

אויך איז פאראן א בילד ווי הגה"ק מהרי"צ דושינסקיא זי"ע, שפעטערע גאב"ד ירושלים ת"ו, שפאצירט דא מיט תלמידים, אזש דא איז מען שוין ממש אויפן פלאץ, ווי דאס גאנצע ארום איז עדות אויף די גאלדענע יארן וואס האט זיך דא געלעבט מיט די פילע צדיקים און גדולי ישראל, הם ובניהם ותלמידיהם, זיך באגעגענדיג מיט גדולי ישראל פון אנדערע קרייזן, ווי עס איז געווען המלכים נועדו יחדיו, מטיילי ביה חינגא בהדי דשכינתא.

המשך וועט נאכפאלגן אי"ה.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 12:43 pm

בעלזער רב זי"ע אריבערגיענדיג איבער די רעלסן אין מאריענבאד'ער באן -הויף
תרצ"א
03 - 1931.jpg
03 - 1931.jpg (483.24 KiB) געזעהן 2674 מאל

תרצ"ב
04 - 1932.jpg
04 - 1932.jpg (224.28 KiB) געזעהן 2674 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 12:51 pm

גערער רבי דער אמרי אמת זי"ע אריבערגייענדיג איבער די רעלסן אין מאריענבאד'ער באן-הויף
תרצ"ב
05 - 1932.jpg
05 - 1932.jpg (155.21 KiB) געזעהן 2667 מאל

דער באן-הויף היינט צו'טאג'ס
אויף די רעכטע זייט פונעם געביידע דערקענט מען דאס פלאץ ווי דער בעלזער רב זי"ע מיט זיין פמליא שפאצירן אריבער אויף די אויבערע בילדער
05.jpg
05.jpg (391.71 KiB) געזעהן 2667 מאל

אינעם באן הויף
די טרעפ וואס פירן אראפ און ארויף, אריבערצוגיין אויף די צווייטע זייט פלאטפארמע
06.jpg
06.jpg (111.03 KiB) געזעהן 2667 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 12:56 pm

בעלזער רב זי"ע אויפן באן אוועקפארענדיג פון מאריענבאד - תרצ"ב
08 - 1932.jpg
08 - 1932.jpg (273.6 KiB) געזעהן 2661 מאל

09 - 1932.jpg
09 - 1932.jpg (311.31 KiB) געזעהן 2661 מאל

טשארטקאווער רבי זי"ע אוועקפארענדיג פון מאריענבאד
10.jpg
10.jpg (249.86 KiB) געזעהן 2661 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 1:01 pm

מארינבאד באנהויף (12).jpg
מארינבאד באנהויף (12).jpg (399.42 KiB) געזעהן 2348 מאל

נאך אינעם באן-הויף אין מאריענבאד היינט צו'טאג'ס
07.jpg
07.jpg (141.62 KiB) געזעהן 2657 מאל

פארענט פונעם געביידע פונעם באן-הויף אין מאריענבאד (די זייט פונעם גאס)
לינקס ווערט געזען די פענסטערס פונעם געביידע וואס ווערט געזען אויפן צווייטן בילד פון בעלזער רב תרצ"ב, ווי ער שפאצירט אריבער די רעלסן אויף די אנדערע זייט פונעם געביידע, אויפן זייט פון די רעלסן.
11.jpg
11.jpg (152.81 KiB) געזעהן 2657 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום פרייטאג יוני 15, 2018 12:13 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 1:04 pm

לאקאלער טראנספארטאציע אין מאריענבאד...
Sadigur.jpg
Sadigur.jpg (200.3 KiB) געזעהן 2655 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 1:07 pm

פאסט-קארטלעך פון די "קייסער-שטראססע" - "אידישע גאס" ווי עס ווערט געזעהן די בנין פונעם פראכטפולן שול אין מאריענבאד
תרס"א
13 - 1901.jpg
13 - 1901.jpg (508.9 KiB) געזעהן 2651 מאל

נאך
15.jpg
15.jpg (39.11 KiB) געזעהן 2651 מאל

14.jpg
14.jpg (21.68 KiB) געזעהן 2651 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 1:08 pm

נאך
16.jpg
16.jpg (59.19 KiB) געזעהן 2653 מאל

פאסט-קארטל פון יאר תר"נ
17 - 1890.png
17 - 1890.png (542.14 KiB) געזעהן 2653 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 1:11 pm

ליידיגע שול-פלאץ היינט צו'טאג'ס
שול פלאץ.jpg
שול פלאץ.jpg (65.67 KiB) געזעהן 2614 מאל

מעמוריאל פון די אומגעקומענע ביים קריג הי"ד - קעגן איבער די ליידיגע שטח פונעם אלטן שול.
18.jpg
18.jpg (149.3 KiB) געזעהן 2648 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 1:19 pm

אויף די פארעלעל גאס פונעם שול פלאץ - Masarykova, אויפן וועג וואס פירט צו די לייטנער'ס האטעלן
הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זי"ע
19.jpg
19.jpg (296.91 KiB) געזעהן 2645 מאל

הרה"ק מהרי"ץ דושינסיא זי"ע - אביסל ווייטער אויפן גאס, עטליכע מעטער ארויפצו.
(ווערט געזען די רעלסן פון די טראמוועי וואס איז דעמאלטס געווען, וואס ווערן געזען אויף נאך בילדער פון דעמאלטס, היינט זענען זיי שוין נישט דארט)
20.jpg
20.jpg (215.43 KiB) געזעהן 2645 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

משהלע
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג יוני 10, 2018 1:26 pm

Beautiful!

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - א

תגובהדורך דאטשע » זונטאג יוני 10, 2018 1:37 pm

די צוויי אויבענגעברענגטע בילדער - היינט צו'טאג'ס
גור
21.jpg
21.jpg (54.03 KiB) געזעהן 2620 מאל

דושינסקיא
22.jpg
22.jpg (56.6 KiB) געזעהן 2620 מאל
לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום זונטאג יוני 10, 2018 2:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג יוני 10, 2018 1:53 pm

מיין זיידע איז געווען שוחט אין מאירענבאד ואדמורי בעלז אכלו משחיטתו שמו היה רבי הערשעלע שוחט גוטוויין און זיין ווייב שרה ביילא נפטרה ונקברה שם ביום ב כסליו תרצ"ב HERSHIJK GUTWAJN מי שיש לו תמונה או ידיעה אם הוא נזכר באיזה מקום נא להודיע לי מוכן לשלם

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג יוני 10, 2018 2:49 pm

בעצם באלאנגט דער גאנצער הערליכער באזוך אין אשכול "היסטארישע בילדער - וויאזווי עס קוקט אויס היינט", לאמיר האפן אז ווען יענץ וועט צוריק ארויפגיין, וועט מען עס אריבערפירן אהין.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

א שפאציר אין מאריענבאד - ב

תגובהדורך דאטשע » פרייטאג יוני 22, 2018 12:38 pm

מאסריקאווא גאס

אלזא, שטייען מיר איצט אויף די "מאסרייקאווא" גאס, דער נאמען "מאסרייקאווא" איז נישט די ארגיענעלע נאמען פונעם גאס, ארגינעל איז דער גאס געווען א חלק פון די "קייסער שטראססע" ווי עס איז געשטאנען דער שול, וואס לויפט פאראלעל, און ווערט היינט גערופן Hlavní tř. מיר שטייען איצט אויף די פלאץ ווי מ'זעהט אויפן בילד רב דושינסקיא זצ"ל אראפקומען פון די זייטיגע געסל. אבער די זייטיגע געסל איז שוין גארנישט אזוי זייטיג, דער געסל הייסט היינט Poštovní, באקאנט געווען בימי מאריענבאד בתפארתו אלץ דער "פאסט גאססע". דא הייבט זיך אן די פארצווייגטע פארנעם פון די בארימטע משפחת לייטנער, וואס פארנעמט גאר א גרויסן חלק אין די היסטאריע פון מאריענבאד בכלל, און פון די גדולי ישראל וואס זענען אהערגעקומען בפרט.

אבער אזוי ווי אין די לעצטערע יארן פארן קריג האט זיך שוין פארשפרייט די לייטנער אימפעריע אויך אויף דעם "קייסער שטראססע" זעלבסט, וואס זייענדיג א הויפט-גאס האט זיך זיי געלוינט אז זייערע האטעלן זאלן כאפן אן אויג אויפן ברייטן רשות הרבים, וועלן מיר דערווייל נאכנישט ארויפגיין צו דעם געסל, נאר זיך ווייטער האלטן דא אויף דעם גאס צו באטראכטן פון דער נאהנט דעם גאנצן שטח וואס האט געהערט צו די קייט פון די לייטנער האטעלן.

די "לייטנער האטעל'ן" וואס האבן זיך געפונען דא אין די גאסן, האבן געהערט פאר צוויי ברודער אשכנזי'שע פרומער ערליכע אידן, דער עלטערער מיטן נאמען ר' משה דוד לייטנער ע"ה, און דער צווייטער מיטן נאמען ר' גאטליעב לייטנער ע"ה. זייערע פאטער האט שוין געהאט א האטעל דא אויף דעם גאס, און ווען ער איז נפטר געווארן האט ר' משה דוד איבערגענומען זיין האטעל, און דער ברודער ר' גאטליעב האט זיך אויפגעשטעלט אן צווייטע האטעל הארט דערנעבן (עס איז געווען צו לייזן גענוג פאר ביידע). מיט די יארן האבן זיך ביידע אויסגעשפרייט, און זיך צוגעקויפט נאך בנינים איינס נעבן דעם צווייטן, ביז כמעט דער גאנצע בלאק האט שוין געהערט פאר די צוויי ברודערס (אויף דעם בלאק איז געשטאנען נאך איין האטעל וואס האט אויך געהערט צו א יוד, דער האטעל האט געהייסן "פלארידא האטעל", און געשטאנען ממש בשכינות דער האטעל פון ר' גאטליעב, אויך אין יענעם האטעל זענען פיל אידן איינגעשטאנען).

די האטעלן פון ר' משה דוד האט זיך גערופן "נאציונאל האטעל", און די האטעלן פון ר' גאטליעב האבן זיך גערופן מיט די נעמען "גאלדענע שלאס", גאלדענע שליסל", און "גאלדענע שיסל". ביידע האטעלן זענען געווען גאר גוט צוגערישט מיט אלע באקוועמליכקייטן, און בעיקר פאר די חסיד'ישע אידן וואס זענען אהער געקומען זיך אויסרוען אין די זומער חדשים, מיט א בית המדרש און מקוה. ר' משה דוד'ס האטעלן זענען בעיקר באקאנט זייענדיג די מקום האכסניא פון צדיקי בית בעלזא און וויזניץ און נאך, און ר' גאטליעס'ס האטעל איז באקאנט זייענדיג די אכסניא פאר צדיקי בית גור און מונקאטש ועוד.

מיר באמערקן אז די "פאסט גאססע" איז א געסל בצורת נו"ן, עס הייבט זיך אן דא אויפן גרויסן גאס, און לויפט גראד מיט די גאס, סיידן מיט אפאר מעטער העכער, און שפעטער דרייט זיך עס צוריק און קומט אראפ צום גרויסן גאס. וועלן מיר טאקע ענדערש ארויפגיין צו דעם געסל פון דער צווייטער אריינפיר.

גייען מיר ווייטער, די גאס ברייטערט זיך אויס, אויף די רעכטע זייט איז דא א ספעציעלע פארקינג ליניע, אונזער אויגן זענען געווענדעט צו א "קאפע הויז" און א "טעקסי" בודקעלע וואס שטייען דא אויפן רעכטן זייט אינמיטן בלאק, און פון די זייט פונעם בודקע לויפן ארויף טרעפ ביז צום "פאסט גאססע". דאס אלעס דא געהערט צום היסטאריע פון די פארצווייגטע לייטנער האטעלן און כשר'ע רעסטעראנטן.

אין דעם שטח האט הר"ר גאטליעב לייטנער ע"ה געהאט א צוויי שטאקיגע געביידע, וואס האט געדינט ווי א צווייגל פון זיינע האטעלן וואס איינס פון זיי איז געווען דא אויבן אויפן פאסט גאססע פונקט העכער דעם קליינעם געביידע. דער געביידע האט ער געניצט פאר א ראסטאראנט, מיטן נאמען "גאלדענעם שליסל". דער זאל פונעם רעסטאראנט האט געהאט גלאזענע דורכזיכטיגע ווענט, צוליב דעם האט עס געהייסן דער "גלאזענער סאלאן".

אפאר מעטער ווייטער דא אויף די גרויסע גאס, אויפן פלאץ פון די בודקע, איז געשטאנען נאך א ענליכע געביידע מיט די אויפשריפט פון "דוד לייטנער'ס האטעל" וואס האט זיך גערופן "נאציונאל האטעל", און אויפן רעכטן זייט, הארט נעבן די טרעפ וואס פירן ארויף, איז געווען אנגעצייכענט די וועג וואס פירט צום האטעל דורך די טרעפ. די האטעל (א שפעטערע צוגעקויפטע פליגל פונעם האטעל) איז געשטאנען גענוי קעגן איבער די טרעפ אויבן אויפן "פאסט גאססע".

אויף א בילד וואס איז גענומען פון דעם פלאץ נאכדעם וואס די דייטשע צרות האט זיך שוין אנגעהויבן, זעהט מען דעם געביידע (מיט נאצי'שע אנטיסמיטישע אויפשריפטן דערויף), און ממש העכער דעם זעהט מען די הויכע געביידע פונעם האטעל וואס איז געשטאנען גראד הונטער דעם אויבן אויפן געסל, מאכענדיג די אויסזעה כאילו די געביידע פון אינטן איז באהאפטן צום גרויסע געביידע וואס שטייט אויבן, ווען אין פאקט זענען דאס צוויי באזינדערע אפגעטיילטע בנינים און אינדערצווישן לויפט נאך אדורך די גאס "פאסט גאססע" אין דער הייעך. ווי אויך זעהט מען אויפן בילד די פאדערשטע חלק פון דעם דערנעבנדיגן אויבענדערמאנטן "גאלדענעם שלאס" רעסטאראנט.

גייען מיר ווייטער דא אויפן גרויסן גאס. מיר האבן שוין באמערקט אויף די אלטע בילדער אז דעמאלטס פלעגט צו לויפן דא די רעלסן פאר די טראמוועי. אויפן אויבענדערמאנטן בילד, ווערט געזען אז פארענט פונעם אריינגאנג צו לייטנערס האטעל ווערט די גאס צוטיילט אינדערמיט מיט א גדר. מעגליך אז מען האט דא אפגעטיילט די פיסגייערס פון די טראמוועי, אדער איז דא געווען א סטאפ פאר די טראמוועי, אלענפאלס, היינט איז שוין דער גדר נישטא.

בילד גענומען אין א ווינטערדיגן טאג אין צייט פון צווייטער קריג, פון מאסריקאווא גאס. מ'זעהט די קליינע פאדערשטער בנין פון לייטנער'ס רעסטאראנט, און העכער דעם די געביידע פון זיין האטעל וואס איז געשטאנען אויבן אויפן פאסט-גאססע. רעכטס ווערט געזען אויפן טאוועל שטיין "האטעל אויפגאנג", דאס הייסט די וועג ארויפצוגיין צום האטעל דורך די טרעפ וואס זענען דארט. עס דערקענט זיך די גראפיטי אויפשריפן "יודע" און נאך, וואס די נאצי'ס ימש"ו האבן ארויפגעשריבן אויפן טאוועל. רעכטס פון אונטן ווערט אויך געזען די געביידע פון "גאלדענע שליססעל" רעסטאראנט. אינגאנצן צו לינקס ווערט געזען א קליין חלק פונעם ערשטן האטעל געביידע. די הויכע בנין אויפן רעכטן זייט איז דער "פלארידע האטעל" וואס איז אויך געשטאנען אויבן אויפן פאסט-גאססע, און גאנץ אויבן פונעם בילד מער צו לינקס, ווערט געזען איינער פון די שפיצן פון די "גאלדענע שלאס" האטעל וואס איז געשטאנען אויפן אנדערן זייט פונעם בלאק. מען דערקענט נאך די רעלסן פון די טראמוועי וואס איז דאן געלאפן אויף דעם שטראז.
01-National Hotel.jpg
01-National Hotel.jpg (617.77 KiB) געזעהן 2275 מאל


בילד פונעם זעלבן פלאץ – ווי עס קוקט אויס היינט צו'טאג'ס (דא)
2 Masarykova - Google Maps.jpg
2 Masarykova - Google Maps.jpg (159.31 KiB) געזעהן 2275 מאל


פון אביסל ווייטער
03.jpg
03.jpg (159.7 KiB) געזעהן 2275 מאל

לעצט פאראכטן דורך דאטשע אום פרייטאג יוני 22, 2018 2:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט