וויאזוי קען מען פארמיידן די אינגווארג פון די היינטיגע נסיונות?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

צו געזונט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:די ענטפער צום קעפל איז... א שטיקעלע גמרא: כך הקב"ה אמר להם לישראל, בני, בראתי יצר הרע, ובראתי לו תורה תבלין, ואם אתם עוסקים בתורה אין אתם נמסרים בידו, שנאמר הלא אם תטיב שאת, ואם אין אתם עוסקין בתורה אתם נמסרים בידו, שנא' לפתח חטאת רובץ, ולא עוד אלא שכל משאו ומתנו [רש"י - של יצה"ר] בך [רש"י - להחטיאו], שנאמר ואליך תשוקתו, ואם אתה רוצה אתה מושל בו [רש"י - עסוק בתורה ואתה מושל בו] שנאמר ואתה תמשל בו.

און דאס קינד וואס האלט נישט דערביי שוין פון קליינווייז אן זאל מען וויאזוי בעהאנדלען? אזוי ווי איין מלמד האט געזאגט. קודם שלאג אים אז ער זאל לערנען און נאכדעם וועט ער עס שוין סייווי ליב האבען?

קעגן יצר הרע איז נישטא קיין שום אנדערע עצה! חז"ל איז נצחי און טוישט זיך נישט כפי רוח הזמן. די ארבעט איז נאר צו טרעפן א מהלך אנצוקומען צו דעם עצה. אבער קיין אנדערע וועג צו פארמיידן נסיונות איז נישטא!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

מען האלט שוין ביי בלאט 2 פון א דין ודברים וואס האצעך נאכניש אנגעהויבן
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער

די מעשה -גלייב איך- האט איינער געמאכט, מיט די (גוטע) כוונה אפצושרעקן מענטשן פון האבן סמארטפאונ'ס.

ס'וואלט טאקע געווען אינטערסאנט אויסצושמועסן בנוגע חינוך. צו ס'איז א גוטע מהלך, צו פאבריצירן מעשיות, כדי אפצושרעקן די קינדער פון זיך פירן נישט ערליך.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

מושך חסד האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:ס'האט מיר פארציילט א מחנך אז ער ער ענטפערט טעלעפאנס פאר עצה איין מאהל באקומט ער א קאל פון א צובראכענע טאטע אז ער האט געטראפען ביי זיין בחור א סמארטפון אהן א פילטער און ער האט עס אדורעךגעקוקט און ער האט געזעהן דאס ערגסטע ה''י נישט נאר זיין זוהן סאיז געווען א גאנצע גרופע פון יענער ישיבה בקיצור ער ווייסט נישט וואס צוטוהן וכו' וכו' האט עם דער מחנך געפרעגט איין שאלה, די האסט א סמארטפון? זאגט ער עם די טאטע יא , ענטפערט עם צוריק אויב די האסט א סמארטפון וועט דיין זוהן האבען!!! בקיצור מ'דארף זיין א שטארקע example פאר די קינדער

די מעשה -גלייב איך- האט איינער געמאכט, מיט די (גוטע) כוונה אפצושרעקן מענטשן פון האבן סמארטפאונ'ס.

ס'וואלט טאקע געווען אינטערסאנט אויסצושמועסן בנוגע חינוך. צו ס'איז א גוטע מהלך, צו פאבריצירן מעשיות, כדי אפצושרעקן די קינדער פון זיך פירן נישט ערליך.


אנטשולדיג מיר אבער אלס אן אנגעשטעלטע אין ישיבה קען איך מעיד זיין אז עס איז מעשים בכל יום
וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין ?? דעם כי יצר לב האדם דע מנעוריו אדער דעם אשר אתם זונים אחריהם דאס איז א נאטור פון א בשר ודם וואס קיינער קען נישט מכחיש זיין

די אלע וואס לעבען און דינייעל וויל איך ווינטשען זאלן זעהן אסאך נחת פון זייערע חינוך הילדים
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

שליסל איז די נאנטשאפט צו דיין קינד אין זיין אמתדיג צו דיין קינד.
נישט קיין חילוק צו איהר האט אדער נישט א פילטער
אויב מיינט איהר אמתדיג וואס איהר טוט אין סדא א נאנטשאפט איז ער מיט אייך.

אז דו האסט נישט קיין נאנטשאפט ווי א טאטע אין קינד ברויכען האבן קענט איהר האבן צעהן פילטערס אין ער וועט טוהן וואס איהם געפעלט וואס ער הערט פון זיין נאנסטע חברים...
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איינס פון די גאר וויכטיגסטע זאכן ביי חינוך וואס איז א גרויסער גורם אין פראבלעמען און אז קינדער זאלן נישט האבן קיין געפיהל צום טאטן'ס רצוניות איז די פאקט אז מ'שרייבט זיך פאר וויאזוי מ'וויל די קינדער זאלן אויסקוקן.

למשל אויב דער עלטסטער זון איז א מתמיד און דער יונגערער איז פון אן אנדער טייג געקנאטן, טוט מען סובקאנטשעסלי ווייזן פארן צווייטן אז מ'גלייכט נישט זיין מהלך אדער אז ער האט נאך נישט דערגרייכט צום עלטערן. מ'מעסט אים קעגן עפעס וואס ער איז נישט.

דאס מאכט א געוואלדיגע מרחק צווישן טאטן און קינד, ווען דער קינד אנערקענט אז דער טאטע וועט אים קיינמאל נישט פארשטיין, ער מאכט אפ ביי זיך אז ער האט שוין מיט דעם טאטן סיי ווי פארלוירן די געלעגנהייט, זוכט ער זיך אנדערע גליקן, און דאס איז א חורבן נורא.

#גוטער אשכול
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

מיט אלע שמורות איז כמעט אומעגליך צו האבן געהעריגע קאנטראל אויף די קינדער
איינע פון די זאכן וואס קען שטארק העלפן, איז זיין אליינס א פרייליכע ערליכע ליבליכע איד אן קיין צוקנייטשטע שטערן
ווייל לויט נאטור וויל א קינד נאכמאכן א טאטע, פארשטייט זיך אז נאר ווען עס איז דא וועם נאכצומאכן
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זאלץוואסער האט געשריבן:איינס פון די גאר וויכטיגסטע זאכן ביי חינוך וואס איז א גרויסער גורם אין פראבלעמען און אז קינדער זאלן נישט האבן קיין געפיהל צום טאטן'ס רצוניות איז די פאקט אז מ'שרייבט זיך פאר וויאזוי מ'וויל די קינדער זאלן אויסקוקן.

למשל אויב דער עלטסטער זון איז א מתמיד און דער יונגערער איז פון אן אנדער טייג געקנאטן, טוט מען סובקאנטשעסלי ווייזן פארן צווייטן אז מ'גלייכט נישט זיין מהלך אדער אז ער האט נאך נישט דערגרייכט צום עלטערן. מ'מעסט אים קעגן עפעס וואס ער איז נישט.

דאס מאכט א געוואלדיגע מרחק צווישן טאטן און קינד, ווען דער קינד אנערקענט אז דער טאטע וועט אים קיינמאל נישט פארשטיין, ער מאכט אפ ביי זיך אז ער האט שוין מיט דעם טאטן סיי ווי פארלוירן די געלעגנהייט, זוכט ער זיך אנדערע גליקן, און דאס איז א חורבן נורא.

#גוטער אשכול

דעס איז א אמתער ריכטיגער פוינט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בשם כל הקהל (איך מיין אזוי..) וועלן מיר בעטן פון פותח האשכול צו אנפאנגען א נושא, ווייל ביזדערווייל פארט דער אשכול אויף זיבן ריכטונגען.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

איינס האט געשריבן:בשם כל הקהל (איך מיין אזוי..) וועלן מיר בעטן פון פותח האשכול צו אנפאנגען א נושא, ווייל ביזדערווייל פארט דער אשכול אויף זיבן ריכטונגען.

גם אני מצטרף מען האךט שוין ביי צווי בלעטער און פון די גרינדער הערט מען נישט קיין ווארט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

למעלה משבעים האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:די ענטפער צום קעפל איז... א שטיקעלע גמרא: כך הקב"ה אמר להם לישראל, בני, בראתי יצר הרע, ובראתי לו תורה תבלין, ואם אתם עוסקים בתורה אין אתם נמסרים בידו, שנאמר הלא אם תטיב שאת, ואם אין אתם עוסקין בתורה אתם נמסרים בידו, שנא' לפתח חטאת רובץ, ולא עוד אלא שכל משאו ומתנו [רש"י - של יצה"ר] בך [רש"י - להחטיאו], שנאמר ואליך תשוקתו, ואם אתה רוצה אתה מושל בו [רש"י - עסוק בתורה ואתה מושל בו] שנאמר ואתה תמשל בו.

און דאס קינד וואס האלט נישט דערביי שוין פון קליינווייז אן זאל מען וויאזוי בעהאנדלען? אזוי ווי איין מלמד האט געזאגט. קודם שלאג אים אז ער זאל לערנען און נאכדעם וועט ער עס שוין סייווי ליב האבען?

קעגן יצר הרע איז נישטא קיין שום אנדערע עצה! חז"ל איז נצחי און טוישט זיך נישט כפי רוח הזמן. די ארבעט איז נאר צו טרעפן א מהלך אנצוקומען צו דעם עצה. אבער קיין אנדערע וועג צו פארמיידן נסיונות איז נישטא!

ס'זיכער אז נאר תורה היט די מענטש און דאס דארף מען לערנען דעם קינד
אבער צו אויסהיטן די קינד זאל נישט נמשך ווערן בחבורת מקלקלים וואס איז נעבעך היינט דא לרוב ל"ע
צו דעם דארף מען האבן א שטיקל צוגאנג וויאזוי די קינד זאל דערהערן אז די חברה כאטש זיי זעהן אויס זיס און געשמאק און מען קען מאכן א לעבן אהן פרעשור זאלער וויסן אז סופו חלילה לאבדון.
מען דארף פאר דעם פילע תפילות ותחנונים און עצה ותושי'.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דורכליינענדיג דעם אשכול האב איך געטראפן עטליכע גוטע פונקטן און געוויסע נער'ישע.
די קעפל פון די אשכול איז די ערשטע טעות וואס מענטשן מאכן. מ'מיינט אז ס'איז דא א מציאות צו פארמיידן קינדער פון גליטשן. להוי ידיע לכם אז דאס איז הוילע דמיונות. מ'קען וואינען אין די הייליגסטע שטעטל, זיין אפגעהיטן מיט די גרעסטע זהירות און חומרות אבער ווען די קינד ווערט עלטער העלפט עס נישט קיין סאך טאמער האט מען אים נישט אויפגעבויט פון פריער זיך צו קענען שלאגן מיט די נסיונות.

די ערשטע זאך וואס פעלט זיך אויס איז אריינגעבן אין א קינד די שיינקייט פון תורה ומצוות ווי למשל ווייזן אז מ'איז מכבד אן ערליכע איד, צו א תלמיד חכם (אן קיין פארטייאישע חשבונות) אדער טון מצוות מיט א שמחה. אמונה בה' איז אויך זייער וויכטיג מ'זאל רעדן דערפון און אריינפרעגלן אין די קינדער. א קינד וואס זעהט דאס צו איז ביי אים איינגעבאקן אז אידישקייט איז א זאך וואס מ'שטרעבט דערפאר און דאס איז די ציל. מ'דארף אבער אכטונג גיבן צו האלטן דערביי וואס מ'גיט איבער פאר'ן קינד נישט מ'זאל רעדן מן השפה ולחוץ און די קינד זאל נאכדעם זיין מלא קשיות וסתירות.

איינמאל א קינד איז אויסגעבויעט און שטארק מיט זיין אידישקייט, וועט ער אויטאמאטיש וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיינע נסיונות. נסיונות איז אומפארמיידבאר און די פליכט פון א טאטע איז צוגרייטן דעם קינד זיך צו קענען שלאגן און נישט זיין וואקעלדיג
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

דריידל האט געשריבן:דורכליינענדיג דעם אשכול האב איך געטראפן עטליכע גוטע פונקטן און געוויסע נער'ישע.
די קעפל פון די אשכול איז די ערשטע טעות וואס מענטשן מאכן. מ'מיינט אז ס'איז דא א מציאות צו פארמיידן קינדער פון גליטשן. להוי ידיע לכם אז דאס איז הוילע דמיונות. מ'קען וואינען אין די הייליגסטע שטעטל, זיין אפגעהיטן מיט די גרעסטע זהירות און חומרות אבער ווען די קינד ווערט עלטער העלפט עס נישט קיין סאך טאמער האט מען אים נישט אויפגעבויט פון פריער זיך צו קענען שלאגן מיט די נסיונות.

די ערשטע זאך וואס פעלט זיך אויס איז אריינגעבן אין א קינד די שיינקייט פון תורה ומצוות ווי למשל ווייזן אז מ'איז מכבד אן ערליכע איד, צו א תלמיד חכם (אן קיין פארטייאישע חשבונות) אדער טון מצוות מיט א שמחה. אמונה בה' איז אויך זייער וויכטיג מ'זאל רעדן דערפון און אריינפרעגלן אין די קינדער. א קינד וואס זעהט דאס צו איז ביי אים איינגעבאקן אז אידישקייט איז א זאך וואס מ'שטרעבט דערפאר און דאס איז די ציל. מ'דארף אבער אכטונג גיבן צו האלטן דערביי וואס מ'גיט איבער פאר'ן קינד נישט מ'זאל רעדן מן השפה ולחוץ און די קינד זאל נאכדעם זיין מלא קשיות וסתירות.

איינמאל א קינד איז אויסגעבויעט און שטארק מיט זיין אידישקייט, וועט ער אויטאמאטיש וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיינע נסיונות. נסיונות איז אומפארמיידבאר און די פליכט פון א טאטע איז צוגרייטן דעם קינד זיך צו קענען שלאגן און נישט זיין וואקעלדיג


זייער גיט געשריבן אז נסיונות איז אומפארמיידבאר און די פליכט פון א טאטע איז צוגרייטן דעם קינד זיך צו קענען שלאגן און נישט זיין וואקעלדיג
וואס די שרייבסט אמונה בה' איז אויך זייער וויכטיג לדעתי איז דאס די וויכטיגסטע דאס צו האלטן און איין חזרן שהבורא יתברך יודע כל מעשה בני אדם ער זעהט און ווייסט אלעס און ער איז מעניש לעוברי מצותיו אפילו עס קיקט אויס אנדיש אז מען קען טיהן וואס מען וויל אפילו וואס איז קעגן די תורה און מאכן א לעבן איז דאס די מציאות און דאס קען זיך נישט טוישן

איינער האט אמאל געפרעגט א ערליכען איד אויף וועליכע מידה זאל ער ארבעטן קודם שמירת העינים צו האבן ריינע מחשבות קדישת הברית האט ער אים געענטפערט אז עס האט אלעס איין יסוד וואס דאס איז אמונה אז דער אייבישטער זעהט און ווייסט אלעס זאלסט ארבעטן נאר אויף דעם און אלעס וועט בעסער ווערן

ליבשאפט, שמחה של מצוה, אריינגעבן אין א קינד די שיינקייט פון תורה ומצוות, און א געזינטער שטיב, איז זיכער וויכטיג ווייל אן דעם קימט ער שנעלער אן צו זיכן זאכן וואס ער דארף נישט און פאלט אריין און די אלע פראבלעמען אבער אפילו מיט די אלע זאכן איז היינט ליידער א שווערע וועלט און אויב איז ער נישט אויסגעבויט וועט ער נישט קענען באשטיין די נסיונות פון די היינטיגער גאס.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

זעלטן א טעמע זאל ווערן היציג בלויז מיטן פרעגן א שאלה

די שאלה איז טאקע א ברענעדיגער, ווי איז דער מאנסי'ער אנטלאפן?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אפשר זאל זיך איינער אנגעבן און אויפברעגנגען איין נושא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אלט מאנרא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:דורכליינענדיג דעם אשכול האב איך געטראפן עטליכע גוטע פונקטן און געוויסע נער'ישע.
די קעפל פון די אשכול איז די ערשטע טעות וואס מענטשן מאכן. מ'מיינט אז ס'איז דא א מציאות צו פארמיידן קינדער פון גליטשן. להוי ידיע לכם אז דאס איז הוילע דמיונות. מ'קען וואינען אין די הייליגסטע שטעטל, זיין אפגעהיטן מיט די גרעסטע זהירות און חומרות אבער ווען די קינד ווערט עלטער העלפט עס נישט קיין סאך טאמער האט מען אים נישט אויפגעבויט פון פריער זיך צו קענען שלאגן מיט די נסיונות.

די ערשטע זאך וואס פעלט זיך אויס איז אריינגעבן אין א קינד די שיינקייט פון תורה ומצוות ווי למשל ווייזן אז מ'איז מכבד אן ערליכע איד, צו א תלמיד חכם (אן קיין פארטייאישע חשבונות) אדער טון מצוות מיט א שמחה. אמונה בה' איז אויך זייער וויכטיג מ'זאל רעדן דערפון און אריינפרעגלן אין די קינדער. א קינד וואס זעהט דאס צו איז ביי אים איינגעבאקן אז אידישקייט איז א זאך וואס מ'שטרעבט דערפאר און דאס איז די ציל. מ'דארף אבער אכטונג גיבן צו האלטן דערביי וואס מ'גיט איבער פאר'ן קינד נישט מ'זאל רעדן מן השפה ולחוץ און די קינד זאל נאכדעם זיין מלא קשיות וסתירות.

איינמאל א קינד איז אויסגעבויעט און שטארק מיט זיין אידישקייט, וועט ער אויטאמאטיש וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיינע נסיונות. נסיונות איז אומפארמיידבאר און די פליכט פון א טאטע איז צוגרייטן דעם קינד זיך צו קענען שלאגן און נישט זיין וואקעלדיג


זייער גיט געשריבן אז נסיונות איז אומפארמיידבאר און די פליכט פון א טאטע איז צוגרייטן דעם קינד זיך צו קענען שלאגן און נישט זיין וואקעלדיג
וואס די שרייבסט אמונה בה' איז אויך זייער וויכטיג לדעתי איז דאס די וויכטיגסטע דאס צו האלטן און איין חזרן שהבורא יתברך יודע כל מעשה בני אדם ער זעהט און ווייסט אלעס און ער איז מעניש לעוברי מצותיו אפילו עס קיקט אויס אנדיש אז מען קען טיהן וואס מען וויל אפילו וואס איז קעגן די תורה און מאכן א לעבן איז דאס די מציאות און דאס קען זיך נישט טוישן

איינער האט אמאל געפרעגט א ערליכען איד אויף וועליכע מידה זאל ער ארבעטן קודם שמירת העינים צו האבן ריינע מחשבות קדישת הברית האט ער אים געענטפערט אז עס האט אלעס איין יסוד וואס דאס איז אמונה אז דער אייבישטער זעהט און ווייסט אלעס זאלסט ארבעטן נאר אויף דעם און אלעס וועט בעסער ווערן

ליבשאפט, שמחה של מצוה, אריינגעבן אין א קינד די שיינקייט פון תורה ומצוות, און א געזינטער שטיב, איז זיכער וויכטיג ווייל אן דעם קימט ער שנעלער אן צו זיכן זאכן וואס ער דארף נישט און פאלט אריין און די אלע פראבלעמען אבער אפילו מיט די אלע זאכן איז היינט ליידער א שווערע וועלט און אויב איז ער נישט אויסגעבויט וועט ער נישט קענען באשטיין די נסיונות פון די היינטיגער גאס.

זייער קארעקט רב מאנראער, לעבן מיט אמונה בפנימיות און עס איבערגעבן (נישט אויף א השפעה'דיגע וועג, נאר בעיקר אויף א עקיפינ'דיגע וועג), און גיסן אהבה און בויען א קשר פנימי מיט די קינדער, דאס איז די טבע'דיגע השתדלות צו ערליכע און געזונטע (בנפש) קינדער...
און נאך א יסוד גדול: נישט מחנך זיין די קינדער מיטן ציהל זיך אליין צו בויען... ודי.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דינסטאג יוני 12, 2018 10:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זייער שיין ארטיקל און שלהבת גליון מס' 32 |פרשת שלח | סיון תשע"ח

שאלה:
מיר פלאגן זיך אסאך מחנך צו זיין אונזערע קינדער. איך וויל פרעגן, ווי אזוי ברענגט מען למעשה אריין אידישקייט אין די הערצער פון אונזערע קינדער? ווי אזוי איז מען מצליח זיי מנחיל צו זיין יראת שמים טהורה, ווי אזוי איז מען מצליח אריינצודרינגען אין זייערע הערצער קרבת אלקים. איך רעד נישט בנוגע די טעכנישע חלקים פון חינוך הבנים, ווייל דאס ווייסן מיר ווי אזוי צו טוהן.
מיין כוונה איז בעיקר בנוגע די אינערליכע אידישע געפיל, צו אהבת ה' און יראת שמים, ווי אזוי איז מען דאס מנחיל צו אונזערע קינדער? דאס איז דאך נישט א זאך וואס מען קען זיי ווייזן און עס איז אויך אוממעגליך עס איבערצוטייטשן און מסביר זיין?



תשובה:
א כלל גדול אין חינוך: אידישקייט ברענגט מען נישט אריין, נאר מען פירט דאס אריבער!!! דהיינו???

דער חזון איש זצ"ל האט אמאל געזאגט, אז עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי מען קען ארויסצונעמען טרינקן פון א פלאש, דער באקאנטער וועג איז, דורכדעם וואס מ'נעמט א פולע פלאש, און מען גיסט אריין אין א גלעזל, דער גלאז ווערט טאקע פיל, אבער די פלאש ווערט אויסגעליידיגט. עס איז אבער פארהאן נאך א וועג, מ'נעמט א פלאש און מ'פילט עס אן ביז עס רינט איבער, און דאן ווערט אריבערגעגאסן אויך צו די גלעזלעך, די גלעזלעך ווערן פיל אבער אויך די פלאש ווערט אנגעפילט. האט דער חזון איש צוגעענדיגט און געזאגט: חינוך הילדים דארף זיין די צווייטע וועג פון השפעה, דו דארפסט פול ווערן פון אינעווייניג, דו דארפסט זיין מלא וגדוש מיט אידישע אינערליכע אינהאלט, דו דארפסט משקיע זיין אין דיין פערזענליכקייט, דו דארפסט לעבן א אמת'ע לעבן, און עס זאל טאקע קומען טיף טיף פון דיר , אזוי, אז אויטאמטיש וועט דאס איבעררינען און עס וועט ממילא אנפילן און משפיע זיין אויף די קינדער.

אידישקייט איז נישט קיין דיסק וואס מען "לייגט אריין", אידישקייט איז דאס וואס דו ביסט באמת, און אויטאמאטיש גייט דאס און פליסט אריבער צו די קינדער, אדרבה, די וואס זענען שטענדיג פארנומען "אריינצוברענגען" אידישקייט אין זייערע קינדער, ווי לאנג עס קומט נישט פון זייער פערזעליכקייט באמת, נאר עס קומט פשוט פון א מקום פון "אריינברענגען", איז פארהאן דא א שקר און פאלשקייט און עס פעלט דאס וואס עס פארגלייכט צווישן די פנימיות און חיצוניות, און דער נפש פונעם קינד אנערקענט אין די פאלשקייט, און דאס איז פונקט ווי די דוגמא פונעם פלאש פון וואס מען גיסט אריין אין גלעזלעך... וואס דווקא אין די צייט וואס ער איז פארנומען אנצופילן די כוסות, דווקא דעמאלטס ווערט אנטפלעקט און געזעהן זיין ליידיגקייט (אין אונזער פאל, אויך די גלעזלעך ווערן נישט אזוי שנעל פול פון אזא פלאש...).

עס בלייבט אונז נאר איבער, זיך צו קאנצענטרירן אינעם פלאש, אז די פלאש זאל זיין מלא וגדוש, מיר זאלן זיך אנפילן פון אינעווייניג, מיר זאלן ארבעטן אויף זיך, נר איש וביתו, קודש דער 'איש' און ערשט נאכדעם 'ביתו'... ביז עס וועט איבעררינען...

אויב די עלטערן זענען אמת'דיג, דאן וועט דאס נאטורליך אריבערגיין אז דער קינד וועט וועלן נאכמאכן זיינע עלטערן און גיין אין זייערע וועגן.

וואס עס איז וויכטיג איז, צו זיין אמת'דיג און אויפריכטיג, און דעמאלט וועלן די קינדער פון זיך אליין וועלן מקבל זיין וויפיל מען געבט זיי איבער.

נאך איין וויכטיגע זאך! עס איז זייער זייער וויכטיג, אז די שטוב זאל ווערן געפירט שטענידג בשמחה אין אלע אומשטענדן, ווייל, א שטוב מיט פרייד און שמחה פארמאגט נישט קיין קאנקורענץ... און אזוי וועט נישט באשאפן ווערן א מצב וואס די קינד זאל וועלן אנטלויפן, ווייל עס פעלט אים גארנישט אז ער זאל דארפן גיין זוכן אינדרויסן.

די ענטפער איז געזאגט געווארן פארענטפערן רוב שאלות אין די טעמע פון חינוך וואס פילע עלטערן פרעגן, צי איז דאס די באקאנטע  שאלה אויב מ'זאל וואוינען אין א געמישטע געגנט מיט אסאך פרעמדע, אדער דארף מען חושש זיין אויף די השפעה פון די סביבה. פאר די סארט שאלות, איז די מערסט ריכטיגע ענטפער ארויסצושאקלען די פראגע פונעם קינד און עס ברענגען פאר די עלטערן אליין, צי ביסטו (טאטע אדער מאמע) מסוגל צו וואוינען אין א געמישטע געגענט, איז דיין פערזענליכקייט און אינערליכקייט גענוג שטארק געבויעט אז דו זאלסט נישט נשפע ווערן פון אנדערע. אויב שפירסטו שטארק, דאן וועסטו אויך דיינע קינדער קענען אזוי ערציען.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו ערציען בנים ובני בנים וואס וועלן באלייכטן די וועלט מיט זייער תורה און מעשים טובים, אמן.


אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

[quote="shimon7323"]זייער שיין ארטיקל און שלהבת גליון מס' 32 |פרשת שלח | סיון תשע"ח


זייער ריכטיג און גוט ארויסגעברענגט.
מען דארף אבער צולייגן, אז עס מוז זיין א קאנעקשאן צווישן דעם משפיע אינעם מקבל, אז נישט גיסט זיך עס אויף דער ערד... זייער אסאך מאל זעהט מען עלטערן וואס עס גיסט זיך ממש איבער פון זיי דאס ערליכקייט יראת שמים אמונה וכו' אבער עס איז נישט דא דער קאנעקשן/צינור צווישן דעם טאטן און קינד (איך מיין נישט דא דער קשר נפשית וואס א טאטע מוז האבן מיט זיין קינד) אויף אן אופן אז עס זאל זיך אריבערגיין צום קינד, דאן וועט דער טאטע בלייבן מיט זיין ערליכקייט און דאס קינד וועט זיך גיין ווייטער זיין וועג...

און ווי איך האב שוין ערווענט אין מיין פריערדיגע תגובה טאר עס אבער נישט קומען אויף אן אופן פון א חיצונית'דיגע השפעה נאר אויף א עקיפינ'דיגע אופן... ויש להאריך בזה טובא.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום מאנטאג יוני 11, 2018 9:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אויך געהערט לעצטענס אז יש שלשה שותפים באדם
געווענטליך דער וואס האבן נישט קיין שטארקע שייכות מיט די צוויי שותפים האבן נישט קיין שטארקע שייכות מיטן דריטן שותף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

shimon7323 האט געשריבן:אויך געהערט לעצטענס אז יש שלשה שותפים באדם
געווענטליך דער וואס האבן נישט קיין שטארקע אמתע שייכות מיט די צוויי שותפים האבן נישט קיין שטארקע שייכות מיטן דריטן שותף

גוט גוט!
עס מוז אבער גיין פון די 2 שותפים צום מענטש (מן המשפיע למקבל) און נישט פארקערט אז עס זאל גיין פונעם מענטש צו די 2 שותפים (מן המקבל למשפיע), ווייל דאן איז עס הפיכת השלחן... ודי...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איי, דאס איז גאר שווער, ווארום מיר מוזן אליינס זיין צדיקימלעך און האבן אהבת ד' און אהבת התורה כדי עס זאל זיך אריבערגיסען צו די קינדערלעך.....
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איי, דאס איז גאר שווער, ווארום מיר מוזן אליינס זיין צדיקימלעך און האבן אהבת ד' און אהבת התורה כדי עס זאל זיך אריבערגיסען צו די קינדערלעך.....

אקוראט! און אז עס איז דיר שווער זיי וויסן אז פאר דיינע קינדער איז עס אויך שווער, און פארלאנג ביטע נישט פון די קינדער אז זיי זאלן זיין עפעס וואס דו ביסט נישט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דער רבי ז"ל פלעגט אנדערש זאגן... קענסטו דעם טייטש בנערינו ובזקינינו נלך אין די שובבים תורות... אז מיר זענען נישט גוט, כאטשיק די קינדער!!!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

זאלץוואסער האט געשריבן:איינס פון די גאר וויכטיגסטע זאכן ביי חינוך וואס איז א גרויסער גורם אין פראבלעמען און אז קינדער זאלן נישט האבן קיין געפיהל צום טאטן'ס רצוניות איז די פאקט אז מ'שרייבט זיך פאר וויאזוי מ'וויל די קינדער זאלן אויסקוקן.

למשל אויב דער עלטסטער זון איז א מתמיד און דער יונגערער איז פון אן אנדער טייג געקנאטן, טוט מען סובקאנטשעסלי ווייזן פארן צווייטן אז מ'גלייכט נישט זיין מהלך אדער אז ער האט נאך נישט דערגרייכט צום עלטערן. מ'מעסט אים קעגן עפעס וואס ער איז נישט.

דאס מאכט א געוואלדיגע מרחק צווישן טאטן און קינד, ווען דער קינד אנערקענט אז דער טאטע וועט אים קיינמאל נישט פארשטיין, ער מאכט אפ ביי זיך אז ער האט שוין מיט דעם טאטן סיי ווי פארלוירן די געלעגנהייט, זוכט ער זיך אנדערע גליקן, און דאס איז א חורבן נורא.



אוי האט ער דאס גוט קלאר ארויסגעברענגט!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

ווי זאגט די וועלט, דארפסט זיך נישט זארגן אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, ווייל זיי וועלן אויך ווילן אז זייערע קינדער זאלן זיין ערליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”