אז מיר האלטן יעצט אין די זוממער טעג ווען אבותינו ורבותינו פלעגן פארן אויף דאטשע קיין מאריענבאד, וועלן מיר דא כאפן בעז"ה א שטיקל שפאציר בעקבות רבותינו, צוריקברענגען אביסעלע היסטאריע, און זיך פילן ווי מיט א הונדערט יאר צוריק...
און... מיר וועלן טאקע אנהייבן ווי זיי האבן אנגעהויבן, נעמליך מיט די באן וואס פארט ארויס פון פראג ווי עס איז דער צענטער פונקט פאר אלע פארבינדונגס באנען פון די ארומיגע אייראפעישע מדינות, אויפן וועג קיין מערב אייראפע, נענטער צום גרעניץ פון דייטשלאנד, קיין מאריענבאד.
אז מיר ווילן היינט מאכן דעם וועג, קלאפן מיר זיך אן מיט דער זעלבער רוט, גארנישט האט זיך געטוישט, מ'פארט צו צום הויפט באן סטאנציאן פון פראג, דאס איז אן ערך פון א 20 מינוט'יגע
שפאציר פונעם אלטניי שול און אור-אלטן אידישן קווארטל אין פראג. מיר באקוקן דעם
סקעדזול פון די באנען, יא ס'פארט יעדער צוויי שעה א באן דירעקט פון פראג קיין מאריענבאד, מיט בלויז געציילטע סטאפס אויפן וועג, פארן פרייז פון 16 יורא א מענטש.
צענטראלע באן סטאנציע אין פראג - אמאל
- 01.jpg (62.64 KiB) געזען 3790 מאל
צענטראלע באן סטאנציע אין פראג - היינט
- 02.jpg (40.64 KiB) געזען 3790 מאל
נאכן אפקויפן די בולעטין, פאלגט מען נאך די אנווייזונגען צום פלאטפארמע וואס פירט צו אונזער ציל, Mariánské Lázně, און מ'שטייגט ארויף אויפן באן.
די באן זעהט אויס צו זיין גאנץ לייטיש, נישט מסתבר אז דאס זענען טאקע די באנען וואס די רבי'ס פלעגן צו שטיין ביי די פענסטערס און וואונטשן פארן עולם וואס זענען זיך צוזאם געקומען כאפן א בליק און מקבל זיין ברכתם הקדושה... אבער פארט, צו פארן אויף די זעלבע שטרעקעס און די זעלבע רעלסן ווי זיי זענען געפארן, איז אויך נישט קיין קלייניקייט.
מ'מאכט זיך באקוועם אויף די באקוועמע זיצן אינעם באן, און מ'באטראכט דורך די ברייטע פענסטערס די שיינע פאנאראמע פון די לאנגע וועגן וואס שלענגן זיך ציווישן בערג און טאלען וועלדער און פעלדער, שיינע טייכן און וואסער פאלן... אזש, ממש נפלאות הבורא ביז צום קרעטשמע...
יא, ערגעץ דא געפינט זיך טאקע די טאנעל וואס ווען דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע איז דא אדורכגעפארן, האט ער געליינט קריאת-שמע, זאגענדיג אז ער וויל מקבל זיין עול מלכות שמים אויך פון אונטער די ערד!
נאך א רייזע פון גענוי צוויי און א האלב שעה, קומט מען אן צום ציל... מאריענבאד!
און אזוי ארויסשטייגענדיג פון באן, באטראכענדיג דעם באן-הויף, פרובירן מיר זיך צו פארשטעלן ווי הונדערטער אידן שטייען דא און באגלייטן די צדיקים בשעת זיי זענען פון דא אוועקגעפארן, וועלנדיג נאך כאפן דעם לעצטן בליק איידער זיי פארלאזן דעם שטאט, און זיך לאזן אנוואונטשן מיט א כתיבה וחתימה טובה צום נייעם יאר...
אבער, א דאנק די בילדער וואס זענען פארבליבן פון דעמאלטס, דארף מען שוין גארנישט ארבעטן מיט קיין דמיונות און השערות, מ'באטראכט אביסל דעם ארום, און מ'זעהט שוין פונקטליך וואו דאס פלאץ איז...
עס לויפן אדורך אין זכרון די בילדער ווען דער בעלזער רב זי"ע האט פארלאזט מאריענבאד, ווערנדיג באגלייט מיט די גבאים און דער בעל אכסניא מר. דוד לייטנער ע"ה אט אט דא אינעם באן-סטאניציע. יא, דער געביידע וואס מ'זעהט דארט אינעם הונטערגרונד פון די בילדער איז טאקע דעם געביידע וואס מיר זעהן דא, אויף די בילדער זעהט מען אבער נאר דער עק פונעם געביידע, דארט ווי דער פלאטפארמע ענדיגט זיך און נידערט שיעף אראפ, ווארשיינליך אז מען דארף אראפגיין אויף די רעלסן אן צו דארפן אראפשפרינגען פונעם פלאטפארמע, דארף מען צוגיין ביז דארט און אזוי אריבערגיין.
באטראכטענדיג יענע בילדער קען מען טאקע זען ווי דער בעלזער רב שפאצירט אריבער די רעלסן, אריבער צו גיין צום צווייטן זייט. מיט א שנעלער סך הכל קומען מיר צום מסקנא, אז יענע בילדער זענען גענומען געווארן ביים "אוועקפארן", און נישט ביים "אנקומען", ווייל איצטער ביים אנקומען שטעלט זיך די באן ביים פלאטפארמע אויפן זייט צום געביידע פונעם סטאנציע, און נישט אויפן צווייטן זייט (אויסער דעם, זעהט מען אויף די בילדער ווי דער בעלזער רב גייט "אוועק" פונעם געביידע, אויפן וועג צום אנדערען פלאטפארמע אנטקעגן איבער, און נישט אז ער "קומט אן" צום געביידע).
און ווי איז דער גאנצע עולם באגלייטערס וואס ווערן געזען אויף די אנדערע בילדער?? פארוואס זעהט מען זיי נישט אויף די בילדער ווי דער רב גייט אריבער אויף די רעלסן? ווארשיינליך האט נישט יעדער באקומען אן ערלויבעניש אריבערצוגיין איבער די רעלסן, זיי זענען אראפגעגאנגען די שטיגן דא אויפן זייט, און צוריק ארויף אויפן צווייטן זייט, און אזוי אנגעקומען צום פלאטפארמע פון ווי דער באן איז ארויסגעפארן. דאס איז לכאורה אייגינטליך די סיבה פארוואס דער בעלזער רב איז אריבער אויף די רעלסן, כדי צו פארשפארן די טירחה פון אראפגיין און ארויפגיין די שטיגן.
ארויסקומענדיג פונעם באן-הויף אויפן גאס, מאכן מיר א רעכטס. די נאמען פון די גאס איז Nádražní nám. , און פון דא איז דער וועג גאנץ א גראדע, א מהלך פון א קנאפע 2 ק"מ, וואס איז א
שפאציר פון ארום 25 מינוט ביז צום צענטער, ד.ה. די געגענט ווי עס האבן געווירבלט טויזענטער אידן ובראשם גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן ארום די צייט אין יאר ביז א קנאפע 80 יאר צוריק.
דאס גלייכסטע וואלט געווען ווען מיר קענען צופארן דעם וועג מיט א פערד און וואגן, וואס דאס איז אייגינטלעך געווען די וועג וואס מ'פלעגט צו פארן פונעם באן-הויף ביז צום אכסניא. און... ס'טאקע נישט אפגעפרעגט, דא און דארט טרעפט מען אן בעלי עגלות מיט פערד און וועגענער וואס זענען גרייט צו טראגן די אנגעקומענע געסט און זיי ארומפירן אין שטאט.
מאכענדיג דעם רעכטס פונעם באן הויף אויפן "נאדראזני" גאס, נאך א קורצע שפאן דרייט זיך די גאס אויף לינקס, און גראד דערנאך טוישט זיך די נאמען פונעם גאס אויף Hlavní tř.. דער גאס פירט שוין גראד אריין ביז צום צענטער, ווען לעגאויס די וועג דערקענט זיך שוין די שיינע און רוהיגע אויסשטעל וואס די טשעכישע / עסטרייכע רעגירונג האט דא אינוועסטירט שוין צוריק מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק צו אויסשטעלן דעם פלאץ מיט בענק און שיינע שפאציר וועגן. מ'פארט ווייטער גראד ביז מ'קומט צו צו אזא פרשת דרכים, די גאס ווערט ווי צוטיילט אין צוויי, לינקס ציהט זיך ווייטער די גאס "הלאווני".
דא איז מען שוין אין צענטער פונעם אידישן געווירבל. אפיציעל האט דער גאס וואס ציהט זיך לינקס געהייסען "קייסער-שטראססע", אבער צווישן די איינוואוינער, און גלייכצייטיג צווישן די קור-געסט, איז עס געווען באקאנט אלץ דער "אידן-גאססע". דא זענען געשטאנען פילע אידישע האטעלן וואס זענען געווען איבערגעפילט אין די זוממער חדשים, און ווי אויך איז דא געשטאנען דער בארימטע פראכטפולע מאריענבאד'ער שול.
אריינשפאצירענדיג אין דעם גאס דא, פאלן די אויגן גראד אויפן ליידיגן שטח צווישן די געדעכטע פעסטע געביידעס וואס זענען דא אויסגשטעלט אויפן לינקן זייט. ס'נישט קיין סוד, דא איז געשטאנען דער בארימטע אויבנדערמאנטן שול אין מאריענבאד, וואס די נאצי'ס ימש"ו האבן אונטערגעצינדן אינעם טרויעריג-בארימטן קריסטאל-נאכט און דאס פארניכטעט עד היסוד. איצטער שטייט עס פוסט און ליידיג, באוואקסן מיט גראז און ווילדע וואקסונגען, ווי צו וועלן אפלייקענען דעם שיינעם עבר וואס דאס פלאץ האט פארמאגט. פונקט קעגן איבער דעם שול-פלאץ, שטייט היינט צו'טאג'ס א מצבה - אנדענק צו אפצייכענען די גרויזאמע צרות וואס די דייטשן ימש"ו האבן דא אנגעטון פאר די אידן אין די מלחמה יארן.
פון דא גייט מען ווייטער, מען שפרייזט דורך דעם פארק וואס שטייט דא אויפן רעכטן זייט פונעם שטראז, ביז צום פאראלעל גאס, יענער גאס הייסט היינט Masarykova. געניטע אויגן האבן שוין אויפגעכאפט, אז איינער פון די בילדער ווי מ'זעהט דעם גערער רבי'ן דער אמרי אמת זי"ע שפאצירן אין מאריענבאד, איז טאקע דא ביי דעם עק גאס, וואס דא איז מען בלויז א צוויי דריי מינוט שפאציר וועג פונעם האטעל ווי ער איז איינגעשטאנען.
אויך איז פאראן א בילד ווי הגה"ק מהרי"צ דושינסקיא זי"ע, שפעטערע גאב"ד ירושלים ת"ו, שפאצירט דא מיט תלמידים, אזש דא איז מען שוין ממש אויפן פלאץ, ווי דאס גאנצע ארום איז עדות אויף די גאלדענע יארן וואס האט זיך דא געלעבט מיט די פילע צדיקים און גדולי ישראל, הם ובניהם ותלמידיהם, זיך באגעגענדיג מיט גדולי ישראל פון אנדערע קרייזן, ווי עס איז געווען המלכים נועדו יחדיו, מטיילי ביה חינגא בהדי דשכינתא.
המשך וועט נאכפאלגן אי"ה.