די איראנער דיעל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל אפשרייבן אן אנאליז איבער אבאמא'ס גרעסטע אויסערן פאליטיק דורכפאל, די איראנער דיעל. ס'איז נישט קיין טייפא, די גרעסטע אויסערן פאליסי דורכפאל פאר אבאמא איז נישט אייסיס אדער בענגאזי נאר די איראנער דיעל. און ווען איר וועט זען די פרטים פון די דיעל, וועט איר פארשטיין פארוואס איך זאג אזוי.


דיסקלעימער: איך האב צאמגענומען די אינפא אין די תקופה ווען די דיעל איז געשאפן געווארן און כאב עס געשריבן מער ווייניגער פון זכרון, און כאטש וואס איך האב פרובירט נאכצוגיין אלעס נעמט עס אריין אזויפיל פרטים און פרטי פרטים אז ס'נישט מעגליך ממש אלעס אויסצוטשעקן, און דעריבער האב איך מעגליך געמאכט טעותים. דעריבער אויב איר זעט עפעס נישט ריכטיג מערקט עס אן.

--------

די איראנער דיעל איז, לדעתי, נישט קיין שוואכע דיעל. עס איז א פראוד, א דורכפאל, המכונה בשם דיעל. אבאמא האט פארפירט אמעריקע, און מיט די הילף פון זיין 'עקא טשעמבער' אין די מידיע אראפגעשטופט דעם דורכפאל די העלזער פון די אמעריקאנער בירגער.

די סיבה פארוואס דער דיעל איז ניטאמאל ווערט לצור ע''י צלוחיתו איז צוטיילט אין דריי הויפט נקודות. א) וואס איראן מעג יא אדער נישט טון און וואס זיי דארפן יא אדער נישט אויפגעבן, ב) די סיסטעם וואס דארף זיכער מאכן אז איראן פאלגט דעם דיעל, און ג) דאס אראפנעמען אלע סאנקציעס תיכף ומיד ביים שליסן די דיעל.

באליסטישע מיסיל פראגראם
נקודה א' איז צוטיילט אויף עטליכע חלקים. ואסביר:
כדי צו קענען שיסן אן אטאם באמבע, דארף מען האבן עטליכע זאכן. קודם דארף מען, פארשטייט זיך, האבן די באמבע. אבער דאס אליינס איז ווייט נישט גענוג, ווי מען זעט אז כאטש צפון קארעא האט שוין אטאם באמבעס האבן זיי נישט קיין פארלעסליכע מעגליכקייט עס צו נוצן. מען דארף האבן א וועג צו 'דעליווערן' די באמבע צום ציל.
בראשית תקופת האטאם האט מען גענוצט פליגערס. דאס האט אמעריקע גענוצט אין יאפאן, און דאס איז געווען די סיבה פון די רעיס צווישן אמעריקע און די סאוויעטישע פאראיין צו פראדוצירן בעסערע, שנעלער באמבארדיר פליגערס מיט א גרעסערע רעינדזש.
שפעטער מיט די פארשריט פון מיסיל טעכנאלאגיע, איז דער מיסיל געווארן די פריימערי וויהיקל צו דעליווערן נוקלעארע וואפן צוליב עטליכע סיבות; עס איז פיל שנעלער און פונקטליכער ווי א פליגער, עס איז פיל שווערער אראפצושיסן ווי א פליגער, עס ריסקד נישט די לעבן פון פילאטן, ועוד.

מען דארף אבער אנמערקן אז דא איז נישט די רעדע פון די סארט מיסילס וואס כאמאס און כיזבאלא פארמאגן. הגם מען (בעיקר אמעריקע) האט אויך פראדוצירט גאר קורץ שטרעקיגע מיסילס מיט אטאמישע שפיצן, איז אבער די עיקר רעדע איבער אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסילס. אזעלכע לאנג שטרעקיגע מיסילס האבן נישט קיין שום אנדערע באנוץ אויסער צו דעליווערן נוקלעארע וואפן. (שטעל זיך פאר אז ווען אמעריקע וויל באמבארדירן אין סיריע דארף זי ארויסשיסן 100 ICBM'ס וואס יעדע קאסט עטליכע הנדערט מיליאן אויב נישט מער... יעצט שטעל זיך פאר א פול פלעדזשד מלחמה א שטייגער ווי איראק און אפגאניסטאן. עס מאכט פשוט נישט קיין סענס).

עס דארף באטאנט ווערן אז די רעדע איז פון באליסטישע מיסילס, נישט קרוז מיסילס וועלכע זענען פיל ביליגער און גרינגער ארויסצושיסן - און שווערער צו בויען. אונטער צען לענדער האבן קרוז מיסילס.

די איראנער באליסטישע מיסיל פראגראם האט, ווי ערווענט, נישט קיין שום פראקטישע נוצן אויסער צו טראגן נוקלעארע שפיצן. די פאכר 3, שאכאב 3 (אין איר נייערע ווערסיעס) און שורא מיסילס האבן א רעינדזש פון ארום 2000 קילאמעטער (אדער 1250 מייל), און האבן די מעגליכקייט צו טראגן נוקלעארע שפיצן. דאס איז די סיבה פארוואס די יו ען סעקיוריטי קאונסיל האט עטליכע מאל פארבאטן איראן צו בויען די סארט מיסילס.
אויב אזוי פארוואס ערלויבט דער דיעל, וועלכער דארף כלומר'שט צו פארזיכערן אז איראן באקומט קיינמאל נישט קיין נוקלעארע וואפן, פארצוזעצן מיט איר באליסטישע מיסיל פראגראם נאך זיבן יאר? צו וואס אין דער וועלט דארף איראן די מיסילס?

און דאס איז די סיבה פארוואס די פארטיידיגער פונ'ם דיעל זענען נישט גערעכט מיט די טענה אז מען האט נישט בארירט די באליסטישע מיסילס וויבאלד עס איז א באזונדערע אישו. עס איז נישט! די אבוויעס ציל פון דעם פראגראם איז צו האבן א וויהיקל צו קענען דעליווערן נוקלעארע באמבעס!
(און דאס איז חוץ המעשה וואס אויב האט עס נישט מיט די דיעל דארפסטו נאכנישט גיין און אראפנעמען יו ען רעזאלוציעס וואס פארבאט איראן צו בויען באליסטישע מיסילס.)

וואס יא, די אישו פון איראנער שטיצע פאר גלאבאלער טעראר, דאס איז טאקע א באזונדערע אישו, און ביי דעם קען מען אננעמען דעם תי' אז דאס קומט נישט אריין אינ'ם דיעל (דלא כטראמפ).


עקספייערעישאן
דאס איז בנוגע די חלק פון די מיסילס. אבער די דיעל איז אויך דורכגעפוילט בנוגע די עצם אטאם באמבע פראיעקט, בעיקר מיט דעם פאקט אז אלע לימיטעישאנס עקספייערן שפעטסטנס אין 2030, און דאן קען איראן טון ככל העולה על רוחם - און ניטאמאל דארף זי אריינלאזן אינספעקטארס. איין דוגמא: צו בויען א נוקלעארע באמבע, דארף מען האבן אוראניום בארייכערט צו 90% אדער מער. עס איז דא אן אנדערע מהלך, דורך פלוטאניום, אבער דאס איז פיל שווערער. צו מאכן פלוטאניום נוצט מען אוראניום וואס איז בארייכערט צו א נידריגערע שטאפל, און מען לייגט צו שווערע וואסער (אדער ווי זלמן ווידער האט מחדש געווען 'העווי וואסער', א שטייגער ווי די אייראפעאישע יוניאן). אין אזא פאל דארף די אוראנים נישט זיין בארייכערט צו די זעלבע הייך וואס עס פעלט זיך אויס ביי א אוראניום באמבע. (די צוויי באמבעס וואס אמעריקע האט געווארפן אויף יאפאן, איז איינס [דאכציך די ערשטע] געווען אן אוראניום באמבע און די אנדערע א פלוטאניום באמבע.)

איראנ'ס רעאקטאר אין אראק האט געטון גענוי דאס - געמישט גענוצטע אוראנים שטעקעלעך מיט שווערע וואסער צו פראדוצירן פלוטאניום. און כאטש וואס עס איז נישט דא קיין באווייז אז זיי האבן פראדוצירט וואפן-גראד פלוטאניום, איז אבער דער פאקט אז עס איז געבויט געווארן אויף א וועג עס זאל האבן די מעגליכקייט עס צו פראדוצירן, געווען גענוג באזארגנד אז די וועלט פירער וועלכע האבן אויסגעארבעט דעם דיעל זאלן פארלאנגען אז די רעאקטאר זאל ווערן פולשטענדיג צונומען. איראן האט זיך קעגנגעשטעלט, און ווי ביי יעדע זאך אין דעם דיעל האט אמעריקע זיך געבראכן און איר נאכגעגעבן דעם פארלאנג, בתנאי אז מען דארף עס איבערמאכן אויף אן אופן אז עס זאל נישט קענען פראדוצירן וואפן גראד פלוטאניום. ווי אויך האט מען זיך אויסגענומען אז איראן מעג נאר האבן א באגרעניצטע קוואנטום שווערע וואסער צו יעדע צייט, (א זאך וואס איראן האט שוין געבראכן כאטש צוויי מאל.)

נאך א זאך וואס מען האט זיך אויסגענומען איז געווען, אז איראן טאר נישט בויען קיין פרישע שווערע וואסער פלענטס ביז 2031. און דערנאך? דערנאך קען זי אויפשטעלן וויפיל זי וויל, און מען דארף נישט מורא האבן אז זי וועט פראדוצירן אטאם באמבעס אין די מאסן וויבאלד זיי האבן קלאר פארשפראכן אינ'ם דיעל אז זיי וועלן קיינמאל, אפי' נאכדעם וואס די באגרעניצונגען און אינספעקשאנס קומען אראפ, נישט בויען קיין אטאם באמבע.. יעצט זאל אבאמא איבערזאגן אז די דיעל איז נישט געבויעט אויף טראסט.


אוראניום בארייכערונג:
נאך א לאך אינ'ם דיעל איז די סענטריפיוזעס. איראן האט פארמאגט בשעת'ן דיעל כמעט 20 טויזנט סענטריפיודזשעס. אונטער די דיעל וועט איראן נאר מעגן האלטן אקטיוו זעקס א האלב טויזנט פון די ווייניגסטע פארגעשריטענע סארט סענטריפיודזשעס, טויזנט דערפון פאר ריסערטש און די איבריגע צו בארייכערן אוראניום, און דאס אוראניום בארייכערונג מעג נאר פארקומען אין די פלענט אין נאטאנז. די פארבאט אויף אנדערע בארייכערונג פלענטס איז פאר גאנצע פופצן יאר, בעת וואס די לימיט אויף די צאל און סארט ערלויבטע סענטריפיודזשעס איז פאר צען לאנגע יארן.

(די טייל אליינס איז, אגב, א דוגמא ווי קערי האט זיך געבראכן צו יעדע איינציגסטע פארלאנג פון איראן, אפי' די גאר ערנסטע. פאר די דיעל איז אלעמאל געווען די מדובר אז איראן, זייענדיג די וועלט'ס גרעסטע טעראר ספאנסאר, טאר בכלל נישט האבן קיין נוקלעארע פראגראם, און דאס איז געווען באשטעטיגט דורך עטליכע יו ען סעקיוריטי קאונסיל רעזאלוציעס. נאך די צייטווייליגע דיעל אין 2013 האט איראן טריאומפירט אז די דיעל לאזט איר אנהאלטן א ציווילע פראגראם. קערי האט דאן, נישט וועלנדיג עס זאל ארויסקומען וויפיל ער האט זיי אלס נאכגעגעבן, איז ארומגעלאפן צו די מידיע און קאטעגאריש געלייקנט אז די דיעל אנערקענט איראנ'ס רעכט צו א ציווילע פראגראם איבער'חזר'נדיג צענדליגער מאל ''there is no right to enrich". למעשה האט דער פערמאנענטע דיעל אפיציעל ערלויבט פאר איראן צו בארייכערן אוראניום פאר ציווילע צוועקן.)

און וואספארא ריסערטש וועט איראן טון מיט די טויזנט סענטריפיודזשעס? סענטריפיודזש ריסערטש. דאס מיינט אז נאך צען יאר, ווען די באגרעניצונגען קומען אראפ, וועלן זיי קענען מאכן פיל פארגעשריטענערע סענטריפיודזשעס וואס זיי וועלן האבן דעוועלאפט אין די צען יאר - מיט רשות פון אבאמא.

און נאך א פרט: איראן מעג נאר האלטן 300 קילאגראם בארייכערטע אוראנים, און דאס אויך נאר בארייכערט צו א שטאפל פון 3.67%. די דאזיגע באגרעניצונג איז, פארשטייט זיך, אויך נאר פאר פופצן יאר, און דערנאך קען איראן טון וואס זיי ווילן, סיי בנוגע וויפיל אוראנים זיי מעגן האבן, סיי בנוגע ווי שטארק זיי זאלן זיין בארייכערט (אפי' צו 90% - וואפן שטאפל) סיי בנוגע וויפיל פלענטס זיי זאלן האבן, און סיי בנוגע וויפיל און וועלכע סארט סענטריפיודזשעס זיי זאלן האבן (וואס דאס קומט שוין אראפ נאך צען יאר), און כל זמן זיי בויען נישט פאקטיש די באמבע, אפי' זיי גרייטן אן אלע באשטאנדטיילן עס צו קענען צאמשטעלן אין געציילטע טעג, איז אלעס אין איינקלאנג מיט די הייליגע איראנער דיעל.


און וואס וועט איראן טון מיט די איבריגע איבער 13,000 סענטריפיודזשעס? זיי וועלן עס האלטן ביי זיך, 'צו נוצן פאר ריפעיר און ריפלעיסמענט'...
אבער נישט פארגעסן, די דיעל איז 'נישט' געבויעט אויף טראסט.

----------

אינספעקשאנס
און יעצט קומען מיר צום צווייטן נקודה, די וועריפיקעישאן פראסעס.

וויאזוי קען מען טאקע באשטעטיגן אז איראן האלט זיך צום דיעל? פארשטייט זיך, דורך אינספעקשאנס. וואס הייסט אינספעקשאנס? דאס איז איינגעטיילט אין עטליכע חלקים.
    1) פלעצער וואס איראן האט דעקלערט אלס נוקלעארע פעסיליטיס. דארט מוז איראן געבן אומבאגרעניצטע צוטריט צו אינספעקטארס פון די IAEA (אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור) צו יעדע צייט.

  • 2) אויב די איי עי אי עי פארדעכטיגט אז איראן פירט דורך נוקלעארע אקטיוויטעטן אינדרויסן פון די דעקלערד סייטס. דארט דארף די איי עי אי עי קלארשטעלן די פארדאכטן פאר איראן, און איראן האט 24 טעג צו באשליסן אויב זיי ווילן זיי נאכגעבן און אריינלאזן אינספעקטארס אדער נישט. אויב איראן לאזט זיי נישט אריין נאך 24 טעג, קען די איי עי אי עי אויפברענגען איר פארלאנג פאר אן אכט-מיטגליד קאמיסיע (אריינגערעכנט איראן) וועלכע וועט פסק'ענען לויט רוב שטימען צו איראן מוז זיי אריינלאזן אדער נישט. אויב קען די קאמיסיע נישט קומען צו קיין פארגלייך, גייט עס צו די יו ען סעקיוריטי קאונסיל (וואו כינע און רוסלאנד האבן א וועטא מאכט).
  • 3) מיליטערישע באזעס. אין די פרט הערשט אן אומקלארקייט, ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן.


די לעכער אין דעם סיסטעם זענען פילפאכיג. וועלמיר זיי אויסשמועסן איינס ביי איינס, לויט די אויבנדערמאנטע סדר.
1) מהיכי תיתי איראן האט טאקע דערקלערט אלע אירע עקזיסטירנדע סייטס? סך הכל האט איראן דערקלערט אזעלכע סייטס וואס זענען שוין אויפגעדעקט געווארן דורך אמעריקאנער און אנדערע מערב לענדער'ס שפיאנאזש. אבער מהיכי תיתי אז איראן פארמאגט נישט 'שוין יעצט' איינס אדער עטליכע באהאלטענע נוקלעארע סייטס און זיי קענען דארט טון וואס זיי ווילן וויבאלד זיי דארפן דארט נישט אריינלאזן קיינעם?

2) קודם כל דארף די איי עי אי עי בכלל אויפכאפן אז עפעס איז פארדעכטיגט. און אפי' ווען זיי באמערקן יא עפעס פארדעכטיגט, דארפן זיי שאפן ערנסטע באווייז דערויף. און אפי' נאכ'ן שאפן די באווייז גייט עס צו א קאמיטע וואס נעמט אריין אזעלכע מיטגלידער ווי איראן און רוסלאנד, און צום ענדע קען עס אנקומען אין די סעקיוריטי קאונסיל ווי כינע אדער רוסלאנד קען עס וועטאאירן קעגן די מיינונג פון אלע פערצן אנדערע מעמבערס.

אבער אפי' באופן וואס די קאמיטע אדער די סעקיוריטי קאונסיל וועט יא נאכגעבן די פארלאנג פון די IAEA, איז עס א לענגערע פראצעדור, וואס קען נעמען פון אזוי ווייניג(!) ווי כמעט א חודש (אויב איראן גיבט תיכף(!) רשות צו אונטערזוכן דאס פלאץ) ביז אזוי לאנג ווי חדשים אדער אפי' יארן, ביז עס גייט דורך די ביוראקראטישע פראצעדור פון איבערווייזן פאר די קאמיטע און די סעקיוריטי קאונסיל אז עס קומען טאקע פאר פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן. דאס גיבט אסאך צייט פאר איראן. זייער אסאך צייט. גענוג צייט אוועקצוטראגן עקוויפמענט און פארווישן די שפורן, אזוי אז ווען זיי וועלן אויספאלגן די פסק פונ'ם קאמיטע און אריינלאזן אינספעקטארס וועלן זיי גארנישט טרעפן דארט, און איראן האט נאך געפאלגט!

יעצט פאר מיר גייען צו נומער דריי, איז וויכטיג אויפצוברענגען א וויכטיגע פוינט. די פאקטישע דאקומענט איז געשריבן זייער נישט קלאר, פול מיט לשונות וואס זענען משתמע לתרי אנפין. דאס אליינס מאכט שוין דעם דיעל פאר א דורכפאל, ווייל דאס מיינט אז עס איז שווער צו פראוון אז יענער האט געבראכן דעם דיעל, און איז א רעזולטאט פון אבאמא'ס דורשט נאך א דיעל אפגעזען פון וואס די תוכן איז.

תיכף נאכ'ן שליסן די דיעל, האט אמעריקע פארעפנטליכט א 'פעקט שיעט' מיט די פרטים פון די דיעל. דער פאקטישער איראנער פירער האט באלד דערויף ארויסגעשיקט די פאלגנדע טוויט:
2018-05-30 09.42.31.png
2018-05-30 09.42.31.png (94.56 KiB) געזען 4069 מאל


דאס ווייזט זייער קלאר אז די אומקלארע שפראך פון די דיעל איז נישט געווען קיין טעות, נאר איז געווען א מאנעווער פון איראן צו קענען אויסטייטשן די דיעל וויאזוי 'זי' וויל (אזויווי אין די צייטווייליגע דיעל די שאלה צו זי מעג בארייכערן אוראניום פאר ציווילע באנוץ).
איינס פון די זאכן וואס די איראנער טענה'ן (און אמעריקע האט עס נישט דירעקט געלייקנט) איז אז די גאנצע זאך פון סעיף צוויי, איז בלויז וואלונטערי!

און יעצט לאמיר צוקומען צו נומער דריי.
3) די אבאמא אדמיניסטראציע האט גע'טענה'ט אז אין נומער צוויי איז אויך נכלל מיליטערישע באזעס און איינריכטונגען. איראן האט אויך דעם געשריגן א הילכיגן 'ניין!', און האט קאטעגאריש דערקלערט אז זי וועט אין קיין פאל נישט אריינלאזן קיין אינספעקטארס אין קיין שום מיליטערישע איינריכטונג, און אז דאס איז בכלל נישט אריינגערעכנט אינ'ם דיעל!

און אזוי איז פאקטיש געווען, אז איראן האט טאקע נישט אריינגעלאזט קיין אינספעקטארס אין קיין שום נוקלעארע איינריכטונג, אריינגערעכנט די מיליטערישע באזע אין פארטשין ווי די וועלט פארדעכטיגט שוין לאנג אז טייל פון איראנ'ס נוקלעארע וואפן פראגראם איז געווען סטאנציאנירט. זי האט בלויז איינמאל אריינגעלאזט אינספעקטארס אויף א גאר געצוימטן אופן צוליב א זייטיגע סעיף, ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן.

נאך מער, ס'נישטא קיין שום קרייטעריע וואס גייט אריין בגדר מיליטערישע איינריכטונג! דאס מיינט אז איראן קען רואיג פארזעצן צו ארבעטן אויף א באמבע, און אז מ'וועט איר כאפן וועט זי העכסטנס זאגן אז ס'איז א מיליטערישע איינריכטונג און שטעלצענק אויפ'ן קאפ.


און וואס זאגן אבאמא און זיינע מענטשן אויף די טענות?

אויף נומער צוויי און דריי האבן זיי נישט געאפערט קיין עקספלענעישאן און האבן כמעט גענצליך איגנארירט די לעכער.

אויף נומער איינס טענה'ט אבאמא אז ער האט עס שוין באווארנט אין די צייטווייליגע דיעל! וויאזוי? הערט און שטוינט:
איינס פון די סעיפים פון די צייטווייליגע דיעל געסיינט אין 2013 איז אז איראן מוז ארויסגעבן פאר די וועלט די גאנצע סקאופ פון אירע נוקלעארע אקטיוויטעטן. אויב אזוי טענה'ט אבאמא, וועט דאך איראן מוזן ארויסגעבן אלע זייערע נוקלעארע איינריכטונגען, ממילא פאלט אוועק די חשש אז איראן וועט קענען פארזעצן איר ארבעט אויף נוקלעארע וואפן אין אומדעקלערטע סייטס, ווייל זיי וועלן דאך אלעס דערקלערן! דזשיניעס!

און איראן איז טאקע נאכגעקומען די פארלאנג און האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער אירע נוקלעארע אקטיוויטעטן אין די פארגאנגענהייט. אין די דאזיגע באריכט האבן זיי קאגעטעגאריש געלייקנט אז זיי זאלן האבן סיי וועלכע נוקלעארע וואפן פראגראם אין די פארגאנגענהייט!

און ווען די IAEA האט עטליכע חדשים דערויף ארויסגעגעבן א באריכט וואס באשולדיגט אז איראן האט יא געהאט א וואפן פראגראם, האבן טאקע אסאך ארויסגעברענגט זארג אז דאס וועט צוזאמענברעכן די נוקלעארע דיעל. למעשה האט די אגענטור געשריבן די באריכט זייער פארווע און פארוואסערט, און היות אבאמא איז געווען דעספערעט פאר א דיעל האט ער פשוט איגנארירט די באריכט און די קאנסעקווענצן וואס דאס וואלט געדארפט האבן אויף די נוקלעארע דיעל.

און דאס גענוי איז וואס ביבי האט געוויזן ביי זיין פרעזענטאציע עטליכע וואכן צוריק. ער האט געזאגט אז ער האט אנדיספיוטעבל עווידענס אז איראן האט יא געהאט אן ערנסטן וואפן פראגראם. דאס מיינט אז נישט נאר זענען פוינט 2 און 3 א געלעכטער, נאר אפי' די כלומר'שטע 'טיפע אינספעקשאנס' פון פוינט1 צו וואס איראן האט זיך פארפליכטעט אויך א חוזק ווייל איראן האט קלאר באהאלטן חלקים פון איר נוקלעארע פראגראם, און אויב אזוי איז מעגליך אז זי האט אויך באהאלטן נוקלעארע סייטס. און דאס איז חוץ די פאקט אז דאס ווייזט אז איראן האט, מיט'ן פארלייקענען איר וואפן פראגראם, פשוט און פראסט פארלעצט די צייטווייליגע דיעל.


איין נקודה וואס איך האב אויסגעלאזט: אלס טייל פון איראנ'ס 'קומען קלין' ('נישט' אלס טייל פון די אנגייענדע אינספעקשאנס כמבואר) האט איראן געדארפט לאזן די IAEA טעסטן ערד סעמפלס פון איר מיליטערישע באזע אין פארטשין. די סעמפלס זענען געווארן צוזאמענגעקליבן דורך... איראן(!), וועלכע האט דאס דאן איבערגעגעבן פאר די IAEA צו שטודירן. די IAEA האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי האבן וועריפייד אז די סעמפלס זענען טאקע פון פארטשין, אבער האבן נישט קלאר געזאגט אז זיי האבן דארט געהאט איינגעשטעלטע בשעת מעשה. עד היום איז נישט קלאר צו איראן האט בכלל אריינגעלאזט אינספעקטארס מיטצוהאלטן דעם פראצעדור. (און אויף מער ווי סעמפל נעמען איז קלאר אז זיי האבן נישט צוגעלאזט קיין אינספעקטארס, היות דאס איז א מיליטערישע סייט.)


לסיכום: די 'מאסט ראבאסט אינספעשקאנס עווער' איז ניטאמאל גוט פאר א וויץ. איראן קען רואיג האבן באהאלטענע סייטס, און אפי' אויב מ'אנטדעקט עס האבן זיי דריי אפשענס: 1) זיי האבן גענוג צייט עס אויפצורוימען ביז די אינספעקטארס קומען אן, 2) זיי קענען פרובירן פייטן די פארלאנג זיי אריינצולאזן, און 3) עס דערקלערן א מיליטערישע איינריכטונג און קיינעם נישט צולאזן.
אדער קען זיי טאקע ארבעטן נאר אין מיליטערישע באזעס, און דאן קען זיך אמעריקע הענגען אויף א צוקער שטריק.

פאר א קאמפעריסאן, ווען די בוש אדמיניסטראציע האט געשלאסן אן אפמאך מיט קאדאפי ער זאל אויפגעבן זיין נוקלעארע פראגראם, האט זיך קאדאפי פארפליכטעט צו געבן אומבאגרעניצטע צוטריט פאר אינספעקטארס צו סיי וועלכע ארט אין ליביע זיי וועלן נאר פארלאנגען! און נישט נאר יו ען אינספעקטארס אזויווי איראן, נאר טאקע אמעריקאנער און ענגלישע אינספעקטארס!

המשך יבא אי''ה
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

געליינט עטליכע שורות, זעהט אויס געוואלדיג, גוטע ארבעט, און גערעכטיג, כ'האף עס צי ליינען אינגאנצען.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

אזוי ווי לחם שרייבט..
איך האב עס אנגעהויבן ליינען עס קוקט אויס א גוטע ארבעט!
לחם לשובע האט געשריבן:כ'האף עס צי ליינען אינגאנצען.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

עמעיזונג ווארק... אזוי שיין צאמנעמען איז א חידוש.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

האסט נייעס האט געשריבן:אזוי ווי לחם שרייבט..
איך האב עס אנגעהויבן ליינען עס קוקט אויס א גוטע ארבעט!
לחם לשובע האט געשריבן:כ'האף עס צי ליינען אינגאנצען.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

Wow!!!
דורך געליינט די גאנצע, געוואלדיג! א מאסיווע ארבעט אריינגעלייגט!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

WOW

מאנטיפיורי, ביסט ריזיג!!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א דאנק אייך, הער טינק און טאנק.

דורכדרינגליכע קלארע ארבעט
געשטימט פאר ראשעק הול
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קודאס מיסטער טינק. זשאב ווערי וועל דאן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

האסט נייעס האט געשריבן:אזוי ווי לחם שרייבט..
איך האב עס אנגעהויבן ליינען עס קוקט אויס א גוטע ארבעט!
לחם לשובע האט געשריבן:כ'האף עס צי ליינען אינגאנצען.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער קלאר מיסטער טינק
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

נאך א רינגעלע אין שיינע פענע ארבייט פון הרב טינק ענד טענק.

יעצט ווארטן מיר שטארק ארויס אויף די נעקסטע חלק .

יישר כח.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צולייגער האט געשריבן:א דאנק אייך, הער טינק און טאנק.

דורכדרינגליכע קלארע ארבעט

חוץ פון דעם ציטירן דעם שוטה רשע וגס רוח..
מעקס
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקס »

אריינגעסיינט צי זאגן ישר כח. אסאך חידושים.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

טעינק יוא טינק ענד טענק!
זייער הנאה געהאט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

שכח הרב טינקטאנק, הערליכע שיינע קלארע ארבעט!

כ'וואלט געוואלט הערן פון שטיצער פונם ביל וואס זיי זאגן דערצו? איזעס טאקע ממש אזוי?

ביטע קומט אריין דעבאטירן.
1 + 1 = חלה דעקל...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

טנקס פאר מעיקינג עווריבאדי טינק...
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

shimon7323 האט געשריבן:נאך א רינגעלע אין שיינע פענע ארבייט פון הרב טינק ענד טענק.

יעצט ווארטן מיר שטארק ארויס אויף די נעקסטע חלק .

יישר כח.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

זייער שיין קלאר
א גרויס'ן יישר כח
מיר ווארטען אויף נאך
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

קלאר און שארף!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
בארג
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארג »

וואונדערבאר!!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הנאה געהאט צו לעזן
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:טעינק יוא טינק ענד טענק!
זייער הנאה געהאט.
רשעות קאלטע סעלצער
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א סופער דזאב געמאכט; א דאנק אייך. עס נעמט א שטארקע מוח דאס צוזאמען צו שטעלען.

איך האב געהאט דרך ארץ פאר דיר פריער אויך, אבער יעצט איז עס נאך מער געשטיגען.

מיר ווינטשען דיר הצלחה צו אונז מהנה זיין דא מיט נאך אזעליכע געלונגענע ארבעט, והצלחה בכל הענינים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

איין זאך וויל איך פארשטיין וואס איך זע אז די ביזט אויך מסכים צו די קריטיקירער פון טראמפ.
די טענה פון טראמפס קעגנער איז, אז די דיעל האט בכלל נישט גערעדט פון איראן'ס שטיצן טעראר אדער פון זייער מיסל פראגראם, און די חלקים וואס די דיעל רעדט יא האט דאך די יו ען באשטעטיגט אז זיי האלטן זיך דערצו, ממילא וואס קומסטו יעצט מבטל זיין דעם דיעל, אויב ווילסטו רעדן וועגן די אנדערע זאכן מאך א נייע דיעל.
דאס איז א גוטע טענה ווען אבאמא וואלט געווען דער וואס וויל יעצט קומען פארפירן וועגן שטיצן טעראר און ער סטראשעט מיטן מבטל זיין דעם דיעל, קענסטו טענה'ן האסט עס געקענט אריין לייגן אונעם דיעל, און יעצט אז די דיעל נעמט דאס נישט אריין מאך א נייע.
אבער מיר רעדן דאך פון א רעפובליקאנע טראמפ וואס האט שוין געשריגן ביים מאכן די דיעל אז עס איז א דורכפאל ווייל עס נעמט נישט אריין די אנדערע זאכן, און יא, מיר גייען עס אינגאנצן מבטל זיין אויב מיר קומען אריין אין אפיס, נו וואס טענה'סטו יעצט אז זיי האלטן זיך צום דיעל וואס איז אין מיין מיינונג א דורכפאל?
איי די האסט עס געקענט אריינלייגן אונעם דיעל מעיקרא, נו נו, דאס איז וואס איך טענה אז עס איז א דורכפאל ווייל די אלע זאכן זענען טאקע נישט אריין.
איי מאך א נייע דיעל, האטעך שוין אבאמא זיי געגעבן אלעס גוטס, יעצט גיי שלעפ זיי צום פארהאנדלונג טיש...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”