מי יודע האט געשריבן:
א אויסנאם לגבי אנדערע, אבער נישט אויסנאם לגבי בני גבאים ומשב"ק, ער פלעגט פאר אסאך בני מקורבים אריינשריבן
מאכט אסאך סענס. כ׳גלייב נישט אז פאר אנדערע געטרייע מקורבים האט ער עס נישט געטוהן
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
פיצי קעפעלע האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס ׳משה היה רועה׳ זאל דאס דריקען.
וועגן אריינשרייבען ווייס איך נישט וואס ער האט געטוהן פאר אנדערע. וואס איך מיין אז עס איז געווען אן אויסנאם ביי מיר איז געווען אז ער האט מיר געדרייט די רצועות אויף די פינגער, וואס דאכצעך אז דאס פלעגט ער נאר טוהן ביי אייניקלעך
מי יודע האט געשריבן:אגב בין איך נייגעריג 'פיצי' דו האסט ריקארדעד וואס די רבי האט גערעדט צו דיר וועגן קדושת תפילין? (כלומר, אז מ'האט אינזין געהאט א פיקטשער, האט מען געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ פאר דעם אויך?)
מיר טוט וויי עד היום, ווען איך האב בר מצוה געהאט, נאך אין די גאר גוטע יארן (לפני פטירת בתו) געדענק איך אויך די רבי האט גערעדט צו מיר זייער לאנג, איך הייב נישט אן צו געדענקן וואס, איך געדענק אנהייב האט ער געבעטן צוזאגן אז איך וועל נישט רעדן מיט די תפילין, אבער נאכדעם האט ער געשמועסט זייער לאנג און איך געדענק נישט וואס, הלואי ווען כ'האב שכל דעמאלטס דאס אפצוכאפן, חבל.
תמימות'דיגער האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:תמימות'דיגער האט געשריבן:
לכאורה קרית יואל ווייל דער סקווערע טראגט דער רעזשעוואלקע ועוד דער טרעפענעס ודו"ק
יעצט אז מ'ווייסט שוין אז סיז אין ק"י וויל איך אבער פארשטיין די ראי' פון די רעזשעוואלקע
נארמאל אויב איינער איז מיט א רעזשוואלקע מיינט אז ער איז דער וואס ווערט ארויסבאגלייט בפרט אז זיינע קינדער פון הינטער איהם גייען אויך מיט רעזשעוואלקעס און דער ברך משה ודעימיה זענען אהן קיין אויבערראקקען
פיצי קעפעלע האט געשריבן:כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך ווייס פון נאך עטליכע וועם דער רבי האט אריינגעשריבן
סטאקע נישט געווען פאר יעדעם אבער סנישט געווען אזא זעלטענע אויסנאם.
אזוי ווי איך האב געשריבען פריער, איך ווייס נישט וואס די רבי האט יא אדער נישט געטוהן פאר אנדערע
פאטאקי08 האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:.
פון רעכטס צו לינקס
ר' אלימלך שווארץ הי"ו, גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, מעלבורן רב זצ"ל, מרן הברך משה זצ"ל, ר' חיים פרנס ע"ה, משה גבאי, אב"ד בוענוס איירעס עקשטיין ז"ל, הרב אילאוויטש אב"ד סאן פאולא בראזיל
מיללער האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:.
פון רעכטס צו לינקס
ר' אלימלך שווארץ הי"ו, גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, מעלבורן רב זצ"ל, מרן הברך משה זצ"ל, ר' חיים פרנס ע"ה, משה גבאי, אב"ד בוענוס איירעס עקשטיין ז"ל, הרב אילאוויטש אב"ד סאן פאולא בראזיל
לכאורה מיינט איר בנש"ק ר' ישראל פרנס ע"ה אביו של ר' חיים ע"ה