היימישע געגנטן אין ראקלענד קאונטי און מאנסי אומגעגנט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
המשך: Spring Valley / Nanuet
*שולן
מ'האף מיר צו רעדן פון צוויי סארט שולן, עס איז דא א שול וואס איז אין באניץ, דערנאך איז דא א פאטענציאלע שול, לדוגמאה א בנין וואס געהערט פאר א מוסד, אדער פאר אידישע אייגענטימער, וואס מען קען דארט מאכן א מנין, איך האף צו אנקומען צו שרייבן פון ביידע.
לאמיר אנהייבן מיט א שול וואס איז שוין אין באניץ.
די שול אין די Parkview דיוועלעפמענט איז א שול מיט אלע סערוויסעס. א שיינע לעכטיגע ביהמ"ד, מיט א מקוה, און אויך א מקוה טהרה, יא איר האט גוט געהערט א מקוה טהרה, אסאך געגענטער אין מאנסי דארף מען גיין א היבשע מהלך צו א מקוה, משא"כ דא. [יא די געגעט האט א מעלה וואס גאסן אין די הארץ פון מאנסי האבן נישט.]
כדי דער עולם זאל בעסער פארשטיין לייג איך ארויף א בילד פון א מאפע פון די גאסן וואס זענען אין די 15 מינוט וואק פון Parkview.
איך האף עס איז גענוג קלאר.
אזוי אויך קען באשטיין צו הערן פידבעק פונעם עולם.

- יעך'בין שוין גרויס
- שר האלפיים
- תגובות: 2169
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm
המשך: Spring Valley / Nanuet
*שולן און פאטענציאלע שולן
לעצטע וואך האבן מיר גערעדט פון די ParkView שול
דערנאך איז דא בנינים פון מוסדות התורה, וואס קענען ווען ווערן באנוצט צום דאווענען.
ישיבת נועם אלימלך ליזענסק בייS.Central & Pipetown hill rd. דארט איז דא איעדן שבת א מנין אזוי אויך איז דא א מקוה.
ישיבת נייטרא אויף 50 Commerce St.
מוסדות צאנז קליזענבארג ארה"ק אויף 50 Slinn Ave.
מוסדות פאפא https://goo.gl/maps/XcnznomQM5R2
איך האף באלד ארויף צולייגן א מעפ פון די 15 מינוט וואק צו איעדן שול.

המשך: שולן Spring Valley / Nanuet
דאס איז א מאפע וואס איך האב געמאכט פון שולן אין די געגענט, די רויטע צירקלען איז פון שולן וואס מען ניצט, די גרינע איז פון פאטענציאלע שולן.
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
פומפדותא האט געשריבן:*שולן
די שול אין די Parkview דיוועלעפמענט איז א שול מיט אלע סערוויסעס. א שיינע לעכטיגע ביהמ"ד, מיט א מקוה, און אויך א מקוה טהרה, יא איר האט גוט געהערט א מקוה טהרה, אסאך געגענטער אין מאנסי דארף מען גיין א היבשע מהלך צו א מקוה, משא"כ דא. [יא די געגעט האט א מעלה וואס גאסן אין די הארץ פון מאנסי האבן נישט.]
דאס איז שוין טאקע א מעלה.
איך האב היינט גערעדט צו א איד וואס וואוינט אויף Decatur, זאגט ער מיר אז פון זיין הויז ביז די מקוה נעמט 25 מינוט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
המשך: Spring Valley / Nanuet
א איד האט מיר היינט מעורר געוועהן פארוואס איך שמועס נישט אויס די פראבעלעמען וואס אינוועסטמענט פראפערטיעס האבן אין קלארקסטאון (וואס נעמט אויך אריין Nanuet)
באמת איז מיין ציל נישט געוועהן צו געבן פראפעשענעל ראט פאר אינוועסטמענט'ס, דאס איז די אויפגאבע פון א פיינענשעל עדווייזער, אבער אלס והייתם נקיים, א איד זאל חלילה נישט שאדן האבן קיין געלט וועל איך עס אויס שמועסן.
קודם א כלל, אויב טראכט איר פון קויפן פראפערטי פאר אינוועסטמענט אין די טאון פון קלארקסטאון, זאלט איר וויסן דאס איז זייער א שלעכטע אינוועסטמענט.
די טאון האט געמאכט ספעציעלע געזעצן צו מאכן ביטער פאר אינוועסטערס.
זיי האבן אדארך געפירט א געזעץ אז יעדע הויז וואס איז פאר רענטעל דארף מען יעדע צוויי יאר רעזשיסטערן (אפילו א סינגעל הויז), עס קאסט $250, מען דארף דערנאך האבן א אינספעקשען, די אינספעקטארס זוכן זיך אויף די גלייכע ווענט, אויב מען רעזשיסטערט נישט די הויז לייגן זיי ארויף שווערע קנסים, זיי האבן אויף גענומען נאך אינספעקטארס און זיי זאגן קלאר אז די קנסים דעקט עס.
ממילא אויב טראכט איר פון קויפן פאר אינוועסטמענט, וואלט איך אייך געראטן שטיי אוועק.
אבער אויב די ציל איז צו וואוינען דארט, איז זייער גרינג מיט פערמיטס, טעקס, וכדו', אפילו אויב מען קויפט עס צו פארדינגען פאר א קורצע צייט דערנאך מופן, דענסמאל קען מען זיך אויך א עצה געבן, פארשטייט זיך מען דארף עס רעזשיסטערן, (אויב עס איז איינעם נוגע, איך האב געהאלפן א חבר דארט, אין זיך באקענט מיט די פראסעס, מען קען קומען אין אישי)
א זאך וואס מען דארף זיין געווארנט, אין מאנסי אומגעגענט קען אויף איין גאס זיין צוויי הייזער איינס נעבן די צווייטען, אבער זיי זאלן זיין אין אנדערע טאונס אדער וויליזשעס, עס קען אפילו שטיין אויף די GPS א וויליזש און, טעכנישט זיין אין אנדערע וויליזש, אפילו וואו אזוי מען שרייבט אויף די פאסט מיינט גארנישט.

*טראנספערטאציע/Transportation
טראנספערטעישאן פאר קינדער צו די מוסדות התורה.
הקדמה: ראקלענד קאונטי איז צוטיילט אין אכט סקול דיסטריקס, אבער האט נאר פינף טאונס, דאס מיינט אז די טאונס זענען נישט געשניטען אייניג מיט די סקול דיסטריק. (קוק אויפן בילד)
די טאון אף רעמעפאו איז צוטיילט אין צוויי סקול דיסטריקס, East Ramapo school district (נעמט אויך אריין א חלק פון קלארקסטאון), און Ramapo central school district (מלפנים Suffern S.D.).
ספרינג וואלי, און מאנסי געפונען זיך אין East Ramapo.
עירמאנט, טשעסנאטריזש, סאפערן, הילבארן, סלאטסבורג, געפונען זיך אין Ramapo central.
טארנספארטאציע פאר קינדער צו גיין אין שולע איז mandated אין ניו יארק סטעיט, און איעדע סקול דיסטריק דארף עס צושטעלן פאר אלע קינדער צוגלייך, און זיי ווערן Reimbursed פון די סטעיט.
ב"ה אז East Ramapo סקול דיסטריק שטעלט זיך שיין צו צום ציבור ווען עס קומט צו טראנספערטעישאן פאר די קינדער.
ליידער אבער, איז די מצב אין Ramapo central אינגאנצען אנדערש, טראץ דעם וואס א יעדע הויז איינגעטימער (ביניהם אחבנ"י) צאלט אוועק שווערע געלטער פאר די סקול דיסטריק, טוהן זיי כל מיני מאכנאציעס נישט צו צושטעלן באסעס פאר אונזערע קינדער, ועוד חזון למועד ווען עס וועט ווערן ברייט אויסגעשמועסט.
די איינוואוינער אין עירמאנט טשעסנאטריזש דארפן עקסטער צאלן פאר די מוסדות אז מען זאל שיקן א באס צו אפנעמען זייערע קינדער, דאס מיינט אז א חוץ די טייערע טעקס וואס זיי צאלן, דארפן זיי נאך רעכענען אויפן יאר, קאסט א יעדעס קינד אן אלף אין טראנספערטעישאן.
לענינו; ספרינג וואלי געפונט זיך אין East Ramapo, ממילא דארף מען זיך נישט זארגן וואו אזוי די קינדער וועלן אנקומען אין חדר, ווייל East Ramapo שטעלט צו באסעס. און אפילו עס וואלט נישט געוועהן וואלט עס אויכט נישט געוועהן אזא גרויסע פראבלעם, ווייל מען רעדט דא פון א געגנט וואס איז נאנט, מען דארף נישט שיקן א באס א מייל אדער צוויי, אויב די מוסדות שיקן א באס קיין Parkview (כמעט איעדע מוסד שיקט) וועלן זיי שיקן א באס נאך אפאר גאסן.
די אכט סקול דיסטריקס פון ראקלענד קאונטי.
די פינף טאונס פון ראקלענד קאונטי.

- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
המשך: Spring Valley / Nanuet
קודם כל וויל איך זאגן א יישר כח פאר אלע וואס האבן ביישטייערט צו דעם אשכול, און איך וויל בעטן אז דער עולם זאל זיך אנרופען ווארעם און באשרייבן אנדערע געגענטער אין שכינות פון מאנסי.
עס איז נאך געבליבן איין נושא וואס איך דארף באשרייבן.
*שאפינג/גראסערי
אלגעמיינע שאפינג איז ממש ארום די קארנער, (ווענדט זיך פון וואו) מען קען גיין צופיס צו Target, Costco, Lowes ,Bed&Bath,Michaels, , Christmas tree shop. (מען קען נוצן שארטקאטס)
בנוגע גראסעריס. אמת יעצט איז נישט דא א כשר'ע גראסערי זייער נאנט, אבער דאך נענטער פון אסאך געגענגטער אין מאנסי.
די געגענט האט אבער א מעלה, אז עס איז געזאונט מיקסד רעזידענטעל און קאמערשעל, ממילא קען מען בויען גראסעריס נעבן הייזער.
די אידן וואס זענען געוואוינט צו האבן א גראסערי ביים טיר איז עס א גרויסע מעלה.
עס איז נאך געבליבן איין נושא וואס איך דארף באשרייבן.
*שאפינג/גראסערי
אלגעמיינע שאפינג איז ממש ארום די קארנער, (ווענדט זיך פון וואו) מען קען גיין צופיס צו Target, Costco, Lowes ,Bed&Bath,Michaels, , Christmas tree shop. (מען קען נוצן שארטקאטס)
בנוגע גראסעריס. אמת יעצט איז נישט דא א כשר'ע גראסערי זייער נאנט, אבער דאך נענטער פון אסאך געגענגטער אין מאנסי.
די געגענט האט אבער א מעלה, אז עס איז געזאונט מיקסד רעזידענטעל און קאמערשעל, ממילא קען מען בויען גראסעריס נעבן הייזער.
די אידן וואס זענען געוואוינט צו האבן א גראסערי ביים טיר איז עס א גרויסע מעלה.
- אויפגעפרישט
- שר האלף
- תגובות: 1897
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
- לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער
פומפדותא האט געשריבן:קודם כל וויל איך זאגן א יישר כח פאר אלע וואס האבן ביישטייערט צו דעם אשכול, און איך וויל בעטן אז דער עולם זאל זיך אנרופען ווארעם און באשרייבן אנדערע געגענטער אין שכינות פון מאנסי.
איך האב שוין פריער געשריבן, מער פרטים איבער דעם געגנט אין הילקרעסט, אבער משום איזה טעם שהוא, איז דאס געווארן אויס געמעקט...
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
ווילעדש אוו טשעסטנאט רידזש
די דעפארטמענט אוו סטעיט האט נארוואס געמאלדן אז די גאנצע ווילעדש אוו טשעסטנאט רידזש איז אונטער א סיס און דעסיסט ארדער (cease and desist order). דאס מיינט אז קיין שום בראקער אדער אינוועסטאר טאר נישט בעטן\פארשלאגן די איינוואינער צו פארקויפן זייערע הייזער, במשך די קומעדיגע 5 יאר.
מיינט דאס אז די אידישע פארשפרייטאנג וועט זיך אפשטעלן?
(איך גלייב אז נאר פארשטייטערן)

קונדיטון האט געשריבן:די דעפארטמענט אוו סטעיט האט נארוואס געמאלדן אז די גאנצע ווילעדש אוו טשעסטנאט רידזש איז אונטער א סיס און דעסיסט ארדער (cease and desist order). דאס מיינט אז קיין שום בראקער אדער אינוועסטאר טאר נישט בעטן\פארשלאגן די איינוואינער צו פארקויפן זייערע הייזער, במשך די קומעדיגע 5 יאר.
מיינט דאס אז די אידישע פארשפרייטאנג וועט זיך אפשטעלן?
(איך גלייב אז נאר פארשטייטערן)
איז דאס קראנט? פין ווי קימט די נייעס?
איך דארף עס נייטיג ווויסען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
דאס געזעץ זאגט אז אויב א איינוואוינער האט זיך גערעזשיסטערט מעג מען איהם נישט בעטן צו פארקויפן זיין הויז, אויך נישט שיקן קיין פאסט, עס גייט זיין א ליסט אנליין פון אלע וואס האבן זיך גע'רעזשיסטערט.
ומכלל לאו אתה שומע הן
ומכלל לאו אתה שומע הן
While this zone is in effect, it will be unlawful for any licensed real estate broker or salesperson,
or any other person regularly engaged in the business of buying and selling property to solicit a
homeowner within the zone that has filed a notice with the Department requesting not to receive
such solicitations. A list of homeowners that have filed such statements will be available on the
Department’s website for free, or available for purchase for $10.00. The Department expects the
first list to be available beginning September 1, 2018.
Sending solicitations to a homeowner that has registered with the Department can result in
monetary fines, suspension or revocation of licensure. If necessary, enforcement proceedings
will commence after October 1, 2018.
The zone established pursuant to this new regulation includes all of the Village of Chestnut
Ridge, located within the Town of Ramapo