אשרי מי שחלם שראה פניו

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ידיעות שונות האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ניין נישט קלאר
גראדע, עס שטייט נישט אין ערגעץ נישט אז אמונת השארת בנפש מיינט גלייבן אין חלומות, שכר ועונש גן עדן און גיהנם, האט נישט צוטוהן צו מען חלומט צו נישט, די גמרא זאגט שוין אין חלום בלא דברים בטלים, ווער ס'גלייבט נישט אין חלומות, [אדער אין צי ס'קען זיין חלומות] איז נאך נישט קיין כופר בהשארת הנפש
[איך האב בכלל נישט זיך באצויגן צו עס איז היינט דא אזא זאך ווי אמת'ע חלומות, איך האב דערפון בכלל נישט גערעדט, איך האב גערעדט פון די נייע ערשיינונג אז יעדער שמויטע-פאנע חלומ'ט און פארציילט מעשיות אותות ומופתים, און איך מוז זיין יעדנ'ס אפגעריסענער נאר און גלייבן]


די פריעדיגע ספרים זענען פיל פון מעשיות מיט חלומות. קענסט זאגן אן אנדערע סיבה פארוואס דו גלייבסט נישט אז אין 2018 קען דאס אויך פאסירן?

אגב, די גמרא אין ברכות ברענגט א ראיה צו דעם פון די חלום פון יוסף הצדיק. משם ראיה אז אפילו ווען די חלום איז א אמת׳ע איז אייביג דא ״עפעס״ וואס איז דברים בטלים.

דער סאטמארער רבי זי''ע האט געזאגט אז די גאנצע ענין פון חלומות איז נאר ביי איינער וואס איז נישט מסיח דעת פונ'ם אויבערשטן במשכ'ן טאג. ער האט זאגאר אוועקגעמאכט דאס פאסטן אויף חלומות וואס אין גמ' און אין שלחן ערוך שטייט אז מעו דארף דערויף פאסטן, זאגנדיג אז עס מיינט נישט ווען די האסט געטראכט דערפון פאר דעם חלום.
ער פאר זיך פלעגט יא פאסטן כסדר תענית חלומ'ס און מאכ'ן הטבת חלום.

ס'טאקע געווען אזוי אנגענומען אין רוב מקומות אז מ'האט בכלל נישט געמאכט קיין עסק פון א חלום, עד כדי כך אז מ'האט אפילו נישט געזאגט דער געהעריגער סדר פון הטבת חלום, בלויז חלמא טבא חזאי, און אויך דאס נאר אויב ס'האט זיך געמאכט גאהר אן ערנסטע זאך ווען איינער האט זיך באמת שטארק דערשראקן, אבער סתם אזוי איז נישט באקאנט אויף קיין שום רבי, בפרט דא אין אמעריקע נאכן קריג, וואס זאל הייסן פאסטן א תענית חלום, און זיכער נישט אום שב"ק.

אבער פון די אנדערע זייט איז טאקע ידוע אז די צדיקים פאר זיך אליין פלעגן יא חושש זיין, ווי טינק ברענגט שוין אויף הרה"ק מסאטמאר, אזוי אויך איז באקאנט אז הרה"ק ר' טובי' משענדישוב פלעגט גאהר אפט פאסטן צוליב תענית חלום, עד כדי כך אז רוב פונעם יאהר האט ער געפאסט, און בעיקר איז געווען דער טעם אלס תענית חלום, הרי נראה מכל זה אז ביי צדיקים אדער ביי העכערע און דערהויבענע אידן, פאר זיי מיינט א חלום עפעס אנדערש, אבער פאר'ן פשוט'ען ציבור איז תעניתים און פותר חלום זיין נישט קיין עסק, פשוט ווייל דער גאנצער עסק פון חלומות האט נישט ביי זיי די זעלבע משמעות.


איר מישט אויס חלומות פון צדיקים וואס זיי איז מען מבשר און מגלה און חלום געוויסע זאכן, מיט א חלום וואס א מענטש קען האבן צוליב א געוויסע ענין וואס איז אים נוגע, ווי למשל א בקשת מחילה, חובות אדער אנדערע ענינים, וואס גראדע ווייס איך פערזענליך פון צוויי מעשיות וואס האבן פאסירט.
איך האב נישט געהייסן קיינעם ווערן דערשראקן יעצט און גיין פאסטן אבער דאס איז קלאר אז דאס קען פאסירן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

זבולון ווייס האט געשריבן:
די פלא איז נאר אז בדרך כלל, וועלן די זעלבע בכלל נישט האבן קיין פראבלעם ווען עס קומט אויף א נייע סארט סושי, שווארמא, קומזיץ, פלעי, און אלע אנדערע סארט עולם הזה געשמאק וואס ווערן קאמערשאלייזד.


ס'איז שוין היינט איין זאך.
אטעטשמענטס
IMG-20180419-WA0003.jpg
IMG-20180419-WA0003.jpg (139.94 KiB) געזען 4214 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געוויס איז פארהאן אזעלכע וואס זייערע חלומות זענען ווייט פון הבלים, נאר די טיפ אידן דערציילן עס נישט איבער פאר קיינעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

ווישוואש האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:
די פלא איז נאר אז בדרך כלל, וועלן די זעלבע בכלל נישט האבן קיין פראבלעם ווען עס קומט אויף א נייע סארט סושי, שווארמא, קומזיץ, פלעי, און אלע אנדערע סארט עולם הזה געשמאק וואס ווערן קאמערשאלייזד.


ס'איז שוין היינט איין זאך.


וויפיל אידן האבן דאס געקויפט לכבוד ר' ישעי'לע?

לאמיר מאכן די נקודה קלאר, דער עיקר העיקרים איז צו גלייבן אין בורא עולם און אין 'אלע' י"ג עיקרים און מקיים זיין די תרי"ג מצוות.

אלעס וואס ברענגט נענטער צו דעם דארף מען יא טוהן, און אלעס וואס דערווייטערט פון דעם טאר מען נישט טוהן.

האבן א תמימות'דיגע אמונה אז א צדיק וואס דינט דעם בורא עולם האט א כח אין הימל איז מקרב אל השכל די אמונה אין בורא

און אז א איד ווערט צושוידערט פון א אינטערסאנטע חלום וואס האט אים געמאכט שטערקער גלייבן אז עס איז דא א בורא עולם און אז זיינע צדיקים האבן א כח בשמי מעל, מעג ער דאס פארציילן פאר אלע מענטשן וועלכע גלייבן אים אויף אלע אנדערע זאכן וואס ער פארציילט.

וואס מען זאגט אז סאטמאר רב האט אפגעלאכט מעשיות און חלומות איז געווען צוליב דעם וואס דאס ציונות האט זיך אסאך מלביש געווען בעולם החסידות מיט חסיד'ישע מעשיות, און חסיד'ישע תורה'ס, און עפ"י חסידות האט מען מבאר געווען ווי גרויס דער ציונות איז, און דייקא דורך פרייע, וכו' וכו', אז מען האט גאר געזאגט וואס א נחת רוח ציונות מאכט פארן בורא עולם, און אז דער קדושת לוי האט זיך גע'חברט מיט אלע רשעים, און מלמד זכות געווען אויף זיי. דערפאר האט דער הייליגער סאטמאר רב געשטעלט אזא פראנט קעגן גלייבן און בויען אויף מעשיות ווייל אויף דעם ארויף קען מען חרוב מאכן כל התורה כולה.

ע"כ דארף מען שטעלן גדרים, עס איז דא א תורה, דערנאך איז דא מצוות דרבנן, דערנאך מנהגים, דערנאך סיפורי צדיקים, און אמאל א חלום וואס א באגלייבטער איד דערציילט.

אויב זאל מען אויפן חשבון פון א חלום מבטל זיין א דאורייתא, א דרבנן אדער א מנהג קל, איז דאך קלאר אז אזא חלום דארף מען ארויסטרעטן בחרב ובחנית, אבער אויב האט דאס גארנישט גורע געווען פון שמירת התורה והמצוות, פארוואס זאל איך נישט גלייבן. (אויב איך גלייב אים אויך אויף אנדערע זאכן)

אבער דאס ארויסטרעטן אזוי שארף ממש מיט א פייער אקעגן א חלום וואס האט סך הכל געברענגט אידן צו זאגן תהלים, אדער גלייבן אין א כח פון א צדיק. וואס פונקטליך איז אייער פראבלעם??? מען דארף נישט און מען טאר נישט מאכן קיין יסוד פון דעם, ווייל דאס קען ברענגען עקירת התורה, אבער מען מעג דאס הערן, און מען מעג דאס גלייבן "אויב מען וויל"
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

farshlufen האט געשריבן:געוויס איז פארהאן אזעלכע וואס זייערע חלומות זענען ווייט פון הבלים, נאר די טיפ אידן דערציילן עס נישט איבער פאר קיינעם.


אמת, ביסט גערעכט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

זבולון, פיין געזאגט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זבולון. די ענין פון ציונות האט קיין שייכות מיט חלומות.


גלייבן אין יעדע חלום ברענגט נישט נענטער צום אייבירשטען. עס האט קיין שייכות.

קירבת ה׳ קומט פון הארעווען, די דרך קצרה וארוכה פון קומזיצען מיט חלומות פירט אין ערגעץ

בפרט ווען מען רעדט פון זאכן אשר לא שמעתן אוזן מעולם. צו גיין צו א ברודער טאג פון יארצייט, אבער דאס איז שוין א עקסטערע שמועס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

מענין לענין
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (121.38 KiB) געזען 4033 מאל
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

שאינו יודע האט געשריבן:זבולון. די ענין פון ציונות האט קיין שייכות מיט חלומות.


גלייבן אין יעדע חלום ברענגט נישט נענטער צום אייבירשטען. עס האט קיין שייכות.

קירבת ה׳ קומט פון הארעווען, די דרך קצרה וארוכה פון קומזיצען מיט חלומות פירט אין ערגעץ

בפרט ווען מען רעדט פון זאכן אשר לא שמעתן אוזן מעולם. צו גיין צו א ברודער טאג פון יארצייט, אבער דאס איז שוין א עקסטערע שמועס


הכי קרא שמו אני יודע, מפני שאינו יודע...

איך זעה אז דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען. עס איז דא זאכן וואס זענען יסודות, און עס איז דא זאכן וואס זענען געבויעט אויף די יסודות, יעדע זאך וואס ברענגט מיר נענטער צו די יסודות איז א מורא'דיגע זאך.

מען מוז 'נישט' גלייבן אין חלומות, נישט דאס איז די נקודה, וואס מיין נקודה איז געווען, איז דער וואונדער אויף די מערכה כבידה אקעגן חלומות, וואס שטעקט אין אין די היץ דערפון, גלייבט יענער יא, גלייבט ער נישט, וואס איז די ריתחא דאורייתא כאילו אז מיטן גלייבן חלומות האט מען אנגערירט עפעס א האקעלע נושא.

די פראבלעם איז, ווייל א חלום קען אמאל מאכן טראכטן פון יענע וועלט, און פונקט ווי מען איז מקפיד נישט צו לערנען די ספרים וועלכע שרייבן פון גיהנם, און פון כף הקלע, און פון דיבוקים, וכו', שטייט מען איתן כחלמיש אז עס זאל זיך חלילה נישט אריינכאפן עפעס א מגע ומשא מיט א חלום.

באלד וועט קומען א צווייטער און זאגן: הייסט אז איך גלייב נישט קיין חלום בין איך א כופר?! ענטפער איך אים שוין, ביטע ליין א רגע קלאר איבער וואס איך האב געשריבן.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

זבולון ווייס האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:זבולון. די ענין פון ציונות האט קיין שייכות מיט חלומות.


גלייבן אין יעדע חלום ברענגט נישט נענטער צום אייבירשטען. עס האט קיין שייכות.

קירבת ה׳ קומט פון הארעווען, די דרך קצרה וארוכה פון קומזיצען מיט חלומות פירט אין ערגעץ

בפרט ווען מען רעדט פון זאכן אשר לא שמעתן אוזן מעולם. צו גיין צו א ברודער טאג פון יארצייט, אבער דאס איז שוין א עקסטערע שמועס


הכי קרא שמו אני יודע, מפני שאינו יודע...

איך זעה אז דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען. עס איז דא זאכן וואס זענען יסודות, און עס איז דא זאכן וואס זענען געבויעט אויף די יסודות, יעדע זאך וואס ברענגט מיר נענטער צו די יסודות איז א מורא'דיגע זאך.

מען מוז 'נישט' גלייבן אין חלומות, נישט דאס איז די נקודה, וואס מיין נקודה איז געווען, איז דער וואונדער אויף די מערכה כבידה אקעגן חלומות, וואס שטעקט אין אין די היץ דערפון, גלייבט יענער יא, גלייבט ער נישט, וואס איז די ריתחא דאורייתא כאילו אז מיטן גלייבן חלומות האט מען אנגערירט עפעס א האקעלע נושא.

די פראבלעם איז, ווייל א חלום קען אמאל מאכן טראכטן פון יענע וועלט, און פונקט ווי מען איז מקפיד נישט צו לערנען די ספרים וועלכע שרייבן פון גיהנם, און פון כף הקלע, און פון דיבוקים, וכו', שטייט מען איתן כחלמיש אז עס זאל זיך חלילה נישט אריינכאפן עפעס א מגע ומשא מיט א חלום.

באלד וועט קומען א צווייטער און זאגן: הייסט אז איך גלייב נישט קיין חלום בין איך א כופר?! ענטפער איך אים שוין, ביטע ליין א רגע קלאר איבער וואס איך האב געשריבן.


ישר כח פארן מסביר זיין אזוי קלאר וואס איך האב געמיינט ;l;p-
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זבולון ווייס האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:זבולון. די ענין פון ציונות האט קיין שייכות מיט חלומות.


גלייבן אין יעדע חלום ברענגט נישט נענטער צום אייבירשטען. עס האט קיין שייכות.

קירבת ה׳ קומט פון הארעווען, די דרך קצרה וארוכה פון קומזיצען מיט חלומות פירט אין ערגעץ

בפרט ווען מען רעדט פון זאכן אשר לא שמעתן אוזן מעולם. צו גיין צו א ברודער טאג פון יארצייט, אבער דאס איז שוין א עקסטערע שמועס


הכי קרא שמו אני יודע, מפני שאינו יודע...

איך זעה אז דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען. עס איז דא זאכן וואס זענען יסודות, און עס איז דא זאכן וואס זענען געבויעט אויף די יסודות, יעדע זאך וואס ברענגט מיר נענטער צו די יסודות איז א מורא'דיגע זאך.

מען מוז 'נישט' גלייבן אין חלומות, נישט דאס איז די נקודה, וואס מיין נקודה איז געווען, איז דער וואונדער אויף די מערכה כבידה אקעגן חלומות, וואס שטעקט אין אין די היץ דערפון, גלייבט יענער יא, גלייבט ער נישט, וואס איז די ריתחא דאורייתא כאילו אז מיטן גלייבן חלומות האט מען אנגערירט עפעס א האקעלע נושא.

די פראבלעם איז, ווייל א חלום קען אמאל מאכן טראכטן פון יענע וועלט, און פונקט ווי מען איז מקפיד נישט צו לערנען די ספרים וועלכע שרייבן פון גיהנם, און פון כף הקלע, און פון דיבוקים, וכו', שטייט מען איתן כחלמיש אז עס זאל זיך חלילה נישט אריינכאפן עפעס א מגע ומשא מיט א חלום.

באלד וועט קומען א צווייטער און זאגן: הייסט אז איך גלייב נישט קיין חלום בין איך א כופר?! ענטפער איך אים שוין, ביטע ליין א רגע קלאר איבער וואס איך האב געשריבן.



קודם. אנטשולדיגט אז איך האב נישט קיין מליצה אויף זבולון

קודם די יסוד אז ׳יעדע׳ זאך וואס ברענגט נענטער צו די יסודות וכו׳ ווענדט זיך לויט וועם. כידוע די מעשה וואס דער רבי האט געזאגט פאר טארניפאלער רב. מען קען בויען די שקר מיט אמת. מען קען בויען די שקר מיט שקר און אויך קען מען בויען די אמת מיט שקר. אבער מען דארף בויען די אמת נאר מיט אמת

און אזוי אויך די אלע מימרות אז יעדע אמונה טפילות איז מבטל די ריכטיגע אמונה.

בנוסף לזה, די גרויסע מצב און די ווינט ארום די אלע לופטיגע זאגן איז א דירעקטע גורם אז פאר ׳פלעינע׳ אידישקייט ווען עס איז נישטא קיין חלומות און הייסע לופט איז די גאנצע זאך אפגע׳פיגר׳ט

אז תהילים גייט מיט מופתים. קברי צדיקים מיט חלומות. און לערנען מיט גורלות און געלט. וואס וועט זיין מיט תיקון המעשים בינו לבין קונו

יעצט בעניין דיין ארויפציען א נאסע ליילעך אויף די אידן וואס זענען קעגן דעם, חוץ מזה וואס עס איז נישט שיין עט מינימום, איך פערזענליך קען אידן וואס זענען זייער בייז דערויף און זיי האבן אסאך ווייניגער מורא אריינצוקוקן אין ראשית חכמה ווי א גאנץ מנין ווואס איך האב געזען אויף די בילדער אין סטעטן איילענד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

שאינו יודע, זייער גוט געזאגט! ביידע נקודות זענען ריכטיג, אבער נקודה ב' איז די חורבן פון דור, און דעריבער זענען מענטשן אזוי אויסן חוזק צו מאכן פון די אלע נייע ישועה פעקטאריס. אמאל האט מען געוואוסט אז מען דארף א ישועה וויינט מען זיך אויס ביים תהלימ'ל, היינט סווייפט מען דעם קרעדיט קארטל פאר תהלים כולל. אמאל אז א איד האט געהאט א צרה אין שטוב ל"ע האט ער מפשפש געווען במעשיו צוליב וואס עס איז געקומען און וואס ער קען מתקן זיין, היינט סיינט ער אויף צו עיני ישועה'ס יערליכע פלאן און ער איז מסודר. ס'וועט קומען א טאג וואס זאגן א קאפיטל תהלים וועט ווערן אראפגעקוקט אלס קמצנות און/אדער אויבער'חכמה'שאפט אדער ביידע. וואסי? קענסט נישט צאלן פאר תהלים כולל ווי א נארמאלער מענטש?

בנוסף לזה קומט די חלק אז יעדע שגעון וואס פאלט איינעם ביי ווערט ממש א חלק פון אידישקייט, אזש איינער וואס צווייפלט אין די ווארהייט ווערט אן אפיקורס מיט וועם קיינער וויל זיך נישט משדך זיין.

עס פאסט זיך זייער דאס ווארט אין וואס הגאון ר' חיים יוסף בלוי שליט"א קאכט זיך כסדר, פארוואס שטייט אין ווידוי הגדול פון רבינו נסים 'את אשר התרת אסרתי ואשר אסרת התרתי? מילא מתיר זיין אן איסור איז אן עבירה, אבער וואס איז די פראבלעם מיט אסר'ן א דבר היתר? נאר דער תי' איז אז קיינער הייבט נישט אן מיט מתיר זיין איסורים. מען הייבט אן מיט צולייגן חומרות, אסר'ן נאך זאכן און מוסיף זיין נאך פרומקייטן, און דערנאך ווען עס קראכט און מען דראפט די אלע חומרות, קומט שוין מיט איסורים אויך.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

milech fried האט געשריבן:מענין לענין


וואו קען מען זען דעם קליפ פון דעם?
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

יארצייט של אח הקערעסטירערער בסטטן איילנד ניו יורק.jpg
יארצייט של אח הקערעסטירערער בסטטן איילנד ניו יורק.jpg (80.23 KiB) געזען 3777 מאל
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

Think and Thank האט געשריבן:שאינו יודע, זייער גוט געזאגט! ביידע נקודות זענען ריכטיג, אבער נקודה ב' איז די חורבן פון דור, און דעריבער זענען מענטשן אזוי אויסן חוזק צו מאכן פון די אלע נייע ישועה פעקטאריס. אמאל האט מען געוואוסט אז מען דארף א ישועה וויינט מען זיך אויס ביים תהלימ'ל, היינט סווייפט מען דעם קרעדיט קארטל פאר תהלים כולל. אמאל אז א איד האט געהאט א צרה אין שטוב ל"ע האט ער מפשפש געווען במעשיו צוליב וואס עס איז געקומען און וואס ער קען מתקן זיין, היינט סיינט ער אויף צו עיני ישועה'ס יערליכע פלאן און ער איז מסודר. ס'וועט קומען א טאג וואס זאגן א קאפיטל תהלים וועט ווערן אראפגעקוקט אלס קמצנות און/אדער אויבער'חכמה'שאפט אדער ביידע. וואסי? קענסט נישט צאלן פאר תהלים כולל ווי א נארמאלער מענטש?

בנוסף לזה קומט די חלק אז יעדע שגעון וואס פאלט איינעם ביי ווערט ממש א חלק פון אידישקייט, אזש איינער וואס צווייפלט אין די ווארהייט ווערט אן אפיקורס מיט וועם קיינער וויל זיך נישט משדך זיין.

עס פאסט זיך זייער דאס ווארט אין וואס הגאון ר' חיים יוסף בלוי שליט"א קאכט זיך כסדר, פארוואס שטייט אין ווידוי הגדול פון רבינו נסים 'את אשר התרת אסרתי ואשר אסרת התרתי? מילא מתיר זיין אן איסור איז אן עבירה, אבער וואס איז די פראבלעם מיט אסר'ן א דבר היתר? נאר דער תי' איז אז קיינער הייבט נישט אן מיט מתיר זיין איסורים. מען הייבט אן מיט צולייגן חומרות, אסר'ן נאך זאכן און מוסיף זיין נאך פרומקייטן, און דערנאך ווען עס קראכט און מען דראפט די אלע חומרות, קומט שוין מיט איסורים אויך.

שׂפתים יושק, פארשׁפּאָרט מיין שרייבן!
בּרזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

שמואל בארג האט געשריבן:פאר יור אינפא, די התפעלות פון די חלומות און געלויפאכטס ביי די אמעריקאנע 'פאדער און מאדער' קברים, זעהט מען מער ביי די סושי/קומזיץ/שווארמא אידן.

די מתבוננים לאכן אפ דערפון.

יאפּס, ס׳דאך שוין דא קומזיצן אינגרויסן אין ליזענסק און ריבניץ נעבּאך
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

המגיד מישרים המפורסם רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט״א האט פארציילט די גאנצע מעשה ברגש יתירה וויאזוי דער איד וואס האט געהאט דעם חלום האט עס אים זעלבסט אליינס פארציילט און רבי יוסף חיים האט צוגעלייגט אז ס׳איז ניכרין דברי אמת ווען דער דאזיגער איד האט קיינמאל פארדעם נישט געוואוסט בכלל פון קיין ברודער צו זאגן און זיכער נישט אין אמעריקא גאר דא אין ניו יארק און בלויז נאכן מברר זיין איז ער געוואויר געווארן אז יש דברים בגויה און ער האט געפינען דעם ברודער׳ס מציבה אין סטעטן איילענד.

אויך האט ער צוגעלייגט אז ס׳איז ידוע אז דער דאזיגער עלטערער ברודער איז טאקע געוווען דער שליח בחייו דא אין אמעריקא וואס דורך אים זענען געשיקט געווארן אלע בריוו ופתקאות פון אמעריקא צו רבי ישעי׳לע קערעסטירער.

החקרן הנודע רבי יונה לאנדא שליט״א האט צוגעלייגט אז די באקאנטע מעשה פון די לאנדרי וואס רבי ישעי׳לע האט געשיקט א קמיע מיטן פסוק ואת האנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים וכו׳ און זיי האבן פארברענגט דעם גוי׳ס אייגענע לאנדרי אנשטאט דעם איד׳ס איז אויך געווען דורך דעם ברודער.

ממילא פירט ער אויס ״מה כאן עומד ומשמש אף שם עומד ומשמש״ וגדולים צדיקים במיתתן, און מ׳קען זיכער פועלן ביי זיין ברודער׳ס ציון ער זאל זיין דער שליח איבערצוגעבן די קוויטלעך פאר אבי ישעי׳לע זי״ע
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום זונטאג מאי 05, 2019 5:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די ממילא איז נישט א חלק פונעם חלום. נאר א השערה פון א איד. כמובן

דארף מען נאר וויסן צו מען קען גיין צו ר חיים בערס קבר די טאג פון מונקאטשער רבס יארצייט

די חלום איז געווען אז ר ישעילע האט געווואלט אז מען זאל גיין אהין פאר די טובה פון זיין ברודער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס א חילוק וואס די כוונה פון ר' ישעי' איז געווען, אז ער בעט מיר א טובה וועל איך עס גערן טון...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

בשורה טובה לבעלי חלומות (אמיתיים בהכרח...)!!!!
ווי די פארגאנגענע יארן שטעלן מיר צי פאר די פארווארפענע נשמות וואס קענען זיך נישט באטייליגן ביים יודה"ל קדישא פון רשכבה"ג הרה"ק ר' יהודה צבי... אפס סארי ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע ביום ג' אייר אין סטעטן איילענד, א מנין ת"ח וואס וועלן גיסן בליי פאר אייך בחצות הלילה ביים ציון הק'!!!
ערלי בירד ספעשל
די וואס שרייבן זיך איין ביז אול"י ב' אייר וועלן באקומען גאנצע 15% הנחה ביום הישועות ל"ג בעומר ביי הרה"ק מ'באבוב זי"ע!!!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

[img]
-סטעטן%20איילענד-תשע״ט.jpg
[/img]
אטעטשמענטס
-סטעטן איילענד-תשע״ט.jpg
-סטעטן איילענד-תשע״ט.jpg (127.09 KiB) געזען 2610 מאל
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום זונטאג מאי 05, 2019 5:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

איין זאך קוקט אויס זיכער, דארט גייט זיין א מאסן פארזאמלונג היי יאר, ווער עס דארף עסן וועט דארט באקומען צו דער זעט, געלט גייער׳ס קענען זיך גרייט מאכן אהינצוגיין, דארף מען נאר זעהן אויב די וועטער וועט מיטשפילן פארן סוקסעס פונעם סטעטן איילענד באזוך,

אגב, די עסקנים וואס ארבעטן פארן נייעם יישוב אין סטעטן איילענד באדארפן אויסנוצן די געלעגנהייט און אריבערשלעפן דעם עולם צו ווייזן דעם נייעם יישוב דארטן.

ופרצת....
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

איינער ווייסט אויב מ'קען אהינגיין ביינאכט?
איך קלער צי גיין אהין דינסטאג נאכט
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

For those who are not flying to Kerestiur...

Kerestir Zion Brother Of Reb Shaya'la
42 Matthew Pl, Staten Island, NY 10303
https://maps.google.com/?cid=7691446075970038805

Richmond transportation pick up from Borough Park along 49th Street $15 round trip
2:30.
5:00
6:30
8:00
Back from Staten Island to Borough Park from the cemetery
515
645
815
945
The bus looks like a Williamsburg Boro Park bus it is just painted in blue

שוין דא טראנספארטעישאן אויך
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אפשר ווערט מיט איינער געוואויר די נישט לעבעדיגע גבאי צדקה פון די פאלגענדע רבנים:
סאטמאר רב (ר' שלום לויפער)
אדמו"ר מ'סקוויר
אדמו"ר מ'גור
אדמו"ר מ'בעלזא
און נאך. דער עולם זוכט נענטערע פלעצער במקום זיך שטופען אין א אוהל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”