היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
די ליטאים - נעבעך - גייען מיט שייטלעך, און ספרדים גייען אייגענע האר, אבער צוגעדעקט רוב (חוץ אזויווי דריי פינגערס, וכהיתר הרב אלשקר עפ"י ראב"ד).
ואגב, חוץ די מגן אברהם און שלחן ערוך הרב איז נישט דא קיין איין קלארע מתיר אקעגן אזויווי 100 פוסקים וואס האלטן אז ס'אסור.
און ס'איז אזאך וואס נאר אין די לעצטרע דורות נפרץ געווארן ביי חסידים.

-
- שר מאה
- תגובות: 227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm
שלטי-גיבורים. רמ"א, פרי-מגדים, משנה-ברורה, חזון איש, הרב משה שטרנבוך, הרב משה פיינשטיין זענען אויך מתיר
קליק אויף די לינק. ער ברענגט א ליסט פון לכל הפחות 85 מתירים
https://www.yeshiva.org.il/wiki/index.p ... 7%99%D7%9D

יהיה כן האט געשריבן:אוהבך האט געשריבן:די ליטאים - נעבעך - גייען מיט שייטלעך
כמדומני שהרבניות מבית החזו"א והקה"י וכו' וכו', אינם הולכות בפאה נכרית, רק בשערות ומכוסה, תבדוק שוב
איך האב גערעדט פון אלגעמיינע ליטאים.
אין די באקנטע קליפ פון רבי חיים און הרב אלישיב סוכות, וואס מען זעהט רבי חיים'ס ווייב, גייט זי מיט א שייטל און א Hat.
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 208
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
אבער די גאנצע מחלוקה פון די אוסרים און די מתירים איז נאר געווען ביי נאיצי פשטן [סטילל וואלל בלע"ז]
וואס מען זעהט גראד אן אז ע איז פאלטשע האר אבער די היינטיגע איז קיינעם נישט עלתה געווען בדעת אז עס זאל זיין מותר,
אזוי שרייבט שוין ר' יושע לייב דיסקין בימיו

ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער די גאנצע מחלוקה פון די אוסרים און די מתירים איז נאר געווען ביי נאיצי פשטן [סטילל וואלל בלע"ז]
וואס מען זעהט גראד אן אז ע איז פאלטשע האר אבער די היינטיגע איז קיינעם נישט עלתה געווען בדעת אז עס זאל זיין מותר,
אזוי שרייבט שוין ר' יושע לייב דיסקין בימיו
ריכטיג; ובעיני ראיתי, א שייטעל פון 100 יאר צירוק, און ס'קוקט אויס ווי Fringes. און דאס גרעניץ זיך בכלל נישט מיט די מושג פון חומרא - ווי אסאך מענטשען מיינען; אבער אזויווי איך האב שוין געשריבן אין אשכול "הערות בדברי יואל" אז ס'איז אסור מחמיר צו זיין מער ווי די הלכה. נאר דאס איז אסור לויט אלא פוסקים מדאורייתא וכמבואר ביבמות עב:.
לעצט פארראכטן דורך אוהבך אום דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
אוהבך האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער די גאנצע מחלוקה פון די אוסרים און די מתירים איז נאר געווען ביי נאיצי פשטן [סטילל וואלל בלע"ז]
וואס מען זעהט גראד אן אז ע איז פאלטשע האר אבער די היינטיגע איז קיינעם נישט עלתה געווען בדעת אז עס זאל זיין מותר,
אזוי שרייבט שוין ר' יושע לייב דיסקין בימיו
ריכטיג; ובעיני ראיתי, א שייטעל פון 100 יאר צירוק, און ס'קוקט אויס ווי Fringes. און דאס גרעניץ זיך בכלל נישט מיט די מושג פון חומרא - ווי אסאך מענטשען מיינען; און אזויווי איך האב שוין געשריבן אין אשכול "הערות בדברי יואל" אז ס'איז אסור מחמיר צו זיין. דאס איז אסור לויט אלא פוסקים מדאורייתא וכמבואר ביבמות עב:.
זאגסטו אז פון 100 יאר צירוק קוקט שוין אויס ווי פרינטשעס, און אויף יענע האט די רבנים, געזאגט אז עס נישט דאס איז געווען די מחלוקה דאס איז כילו עלמא מודא לאיסור.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
זיבען און אייכציג האט געשריבן:איך מיין אז מיט דעם וואס זיי האבען אריינגעמישט די נושא פין צניעות ביי שייטלעך אויף די זעלבע צעטל וועט די ערשטע חלק צעטל וועגן עבודה זרה אויך פארלירען נאמנות און ערענסטקייט ביי פילע מענטשען.
רחמנא ליצלן!!!!!!!!!!
דעי איסור פון שייטלעך איז עפעס א סאטמערע משוגעת?!
דאס איז דאך אן איסור דאורייתא כביבמות עב.,
איז עס די זעלבע אביזריהו ווי ע"ז כמבואר בסנהדרין עד:.
די תורה איז נעבעך אזוי אין גלות, מען ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין פון תורה, און פרומקייטן.
ואין לומר אז דער מנהג איז להתיר, ווייל דאס הייסט נישט קיין מנהג להלכה, ווייל א מנהג מיינט וואס תלמידי חכמים האבן איינגעפירט און אזויווי עס שרייבט די מהרי"ק סימן ח, און דא האבן אלע רבנים געהאלטן און איין שרייען אז עס איז אסור, לכן הייסט דאס נישט קיין מנהג.
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
שטאלצער יוד האט געשריבן:גערעכט. אבער ווען מ'שרייבט א קול קורא אויף איסור עבודה זרה!!! און מ'דארף נאך צוקומען אויסצושמועסן איסור בשר בחלב האט עס יענץ פנים.
ר' יוד! וועגן דעם האב איך מציין געוועהן צו סנהדרין עד.: אז דעס איז בכלל גילוי עריות וואס איז די זעלבע הארב ווי עבודה זרה. ע"ש. זיי זענען בכלל יהרג ואל יעבור.
בפרט אז די עבודה זרה חלק איז א חשש, און דעס איז א ודאי.
-
- שר מאה
- תגובות: 208
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am
אוהבך האט געשריבן:זיבען און אייכציג האט געשריבן:איך מיין אז מיט דעם וואס זיי האבען אריינגעמישט די נושא פין צניעות ביי שייטלעך אויף די זעלבע צעטל וועט די ערשטע חלק צעטל וועגן עבודה זרה אויך פארלירען נאמנות און ערענסטקייט ביי פילע מענטשען.
רחמנא ליצלן!!!!!!!!!!
דעי איסור פון שייטלעך איז עפעס א סאטמערע משוגעת?!
דאס איז דאך אן איסור דאורייתא כביבמות עב.,
איז עס די זעלבע אביזריהו ווי ע"ז כמבואר בסנהדרין עד:.
די תורה איז נעבעך אזוי אין גלות, מען ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין פון תורה, און פרומקייטן.
ואין לומר אז דער מנהג איז להתיר, ווייל דאס הייסט נישט קיין מנהג להלכה, ווייל א מנהג מיינט וואס תלמידי חכמים האבן איינגעפירט און אזויווי עס שרייבט די מהרי"ק סימן ח, און דא האבן אלע רבנים געהאלטן און איין שרייען אז עס איז אסור, לכן הייסט דאס נישט קיין מנהג.
ניין! נישט נאר איז דאס נישט קיין סאטמארע משוגעת, נאר אין סאטמאר איז ווי ווייט איך ווייס נישט דא די (משוגעת?) ענין, נאר די עולם גייט יא מיט שייטלעך. ריכטיג?!
די קול קורא דערמאנט נישט קיין איסור צי גיין מיט שייטלעך, און זעהט אויס אז די רבנים האלטען אז גיין א שייטעל איז נישט נגד הלכה. די פראבלעם -חוץ מע''ז- וואס זיי רעדן איז וועגן שייטלעך "ארוכות, ופרועות, ובמראה טבעי'' אז דאס איז נגד הלכות צניעות. איך האב מיך באצויגען צי דעם קול קורא. ביטע נישט ענטפערן אויף די קול קורא מיט שיטות און דעות וואס די חותמים אויף דעם קול קורא נעמען נישט אן אלס הלכה פאר די יעצטיגע צייט. א דאנק.
זיבען און אייכציג האט געשריבן:אוהבך האט געשריבן:זיבען און אייכציג האט געשריבן:איך מיין אז מיט דעם וואס זיי האבען אריינגעמישט די נושא פין צניעות ביי שייטלעך אויף די זעלבע צעטל וועט די ערשטע חלק צעטל וועגן עבודה זרה אויך פארלירען נאמנות און ערענסטקייט ביי פילע מענטשען.
רחמנא ליצלן!!!!!!!!!!
דעי איסור פון שייטלעך איז עפעס א סאטמערע משוגעת?!
דאס איז דאך אן איסור דאורייתא כביבמות עב.,
איז עס די זעלבע אביזריהו ווי ע"ז כמבואר בסנהדרין עד:.
די תורה איז נעבעך אזוי אין גלות, מען ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין פון תורה, און פרומקייטן.
ואין לומר אז דער מנהג איז להתיר, ווייל דאס הייסט נישט קיין מנהג להלכה, ווייל א מנהג מיינט וואס תלמידי חכמים האבן איינגעפירט און אזויווי עס שרייבט די מהרי"ק סימן ח, און דא האבן אלע רבנים געהאלטן און איין שרייען אז עס איז אסור, לכן הייסט דאס נישט קיין מנהג.
ניין! נישט נאר איז דאס נישט קיין סאטמארע משוגעת, נאר אין סאטמאר איז ווי ווייט איך ווייס נישט דא די (משוגעת?) ענין, נאר די עולם גייט יא מיט שייטלעך. ריכטיג?!
איך רעדט דא פון אפענע שייטלעך. (אדער פון קוואדער קאפלעך). זעה וואס איך האב געברענגט פון מהר"ם אלשקר.
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
בנוגע דאס וואס פרויען שערן זיך די האר פון קאפ!
לכאורה איז דאס קעגן די הלכה מפרשת אין יורה דעה הלכות לא תלבש, וואס דארט שטייט קלאר אז עס איז אסור פאר א פרוי צו שערן די האר, אין לויט ווי עס קוקט אויס פון די מקור ההלכה אין די נושא כלים איז עס אן איסור דאורייתא!!
ווען איך האב געלערענט די סגיא בין איך געווארן נבהל ונשטומם, אין אביסל צומישט.
קען מיר איינער צוווייזן א תשובה וכו' ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די התיר פון זיך שערן די האר?

פרוביר האט געשריבן:בנוגע דאס וואס פרויען שערן זיך די האר פון קאפ!
לכאורה איז דאס קעגן די הלכה מפרשת אין יורה דעה הלכות לא תלבש, וואס דארט שטייט קלאר אז עס איז אסור פאר א פרוי צו שערן די האר, אין לויט ווי עס קוקט אויס פון די מקור ההלכה אין די נושא כלים איז עס אן איסור דאורייתא!!
ווען איך האב געלערענט די סגיא בין איך געווארן נבהל ונשטומם, אין אביסל צומישט.
קען מיר איינער צוווייזן א תשובה וכו' ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די התיר פון זיך שערן די האר?
אז איך וועל דיר זאגן אז עס איז דא לאנגע תשובה אין דברי חיים וועסטי זיין צופרידן
איך האב נאך מער פין דעם ער אין נאך 100ער פוסקים האבן אזוי פארלאנגט צו טוען ביי זיך אין ביי אנדערע
צו די גמרא לכאורה רעדט מען דארט ווען מען שערט זיך אזוי צו גיין בגלוי אויסצוקוקן ווי א מאן נישט ווען מען דעקט צו דער קאפ
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7050
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
דער דברי חיים איז געווען א פוסק אלס שטאט רב. די מערהייט פון די אנדערע הונדערטער.... פוסקים, העט איך געוואלט זעהן ווער איז טאקע געווען א פוסק, נישט נאר דער דערפל דיין, אלס במקום שאין איש
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

אדרבה, איך וויל וויסן וואס די היתר איז, עס איז מיר זייער אינטערעסאנט.
דאס וואס די שרייבסט אז די איסור איז נאר ווען מען טוט עס צו אפען לאזן ברבים קען לכאו' נישט זיין רעכט, ווייל די מקור האיסור אין שלחן ערך קומט פון דעם וואס מען זעהט אז א פרוי וואס איז א מצורע שערט זיך נישט די האר (כאטש עס שטייט אין די תורה אז מען זאל זיך שערן) ווייל די לאו פון לא תלבש אין גובר אויף די פסוק פון זיך שערן די האר.
וממילה קוקט אויס אז אפילו מען שערט די האר בלויז זיך צו מטהר זיין, אפילו מען ווען עס צודעקן איז אויך אסור..
אבער אדרבה געב מיר מראי מקומות, עס זענען זיכער דא התרים, איך דארף נאר וויסן ווי זיי זענען

- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
צו געזונט האט געשריבן:דער דברי חיים איז געווען א פוסק אלס שטאט רב. די מערהייט פון די אנדערע הונדערטער.... פוסקים, העט איך געוואלט זעהן ווער איז טאקע געווען א פוסק, נישט נאר דער דערפל דיין, אלס במקום שאין איש
א מין חוצפה צי רעדן אזוי אויף די וועד ד ארצות וואס האבן מתקן געווען די תקנה פון זיך שערן און אלע רבני פוילן אונגארן וכדו' וואס האבן עס שטרענג פארסירט!!!
מעקערס לכו למלאכתכם
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
די פארשטייסט די שורה וואס דער יעניגער דא שרייבט? כ'האב בכלל נישט פארשטאנען וואס דער וויל.
(אגב, ס'קוקט מער אויס אז די תקנה איז געווען נאך פאר די וועד ד' ארצות ראה כאן http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=230)
(אגב, ס'קוקט מער אויס אז די תקנה איז געווען נאך פאר די וועד ד' ארצות ראה כאן http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=230)
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7050
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
סאמעטוכע האט געשריבן:צו געזונט האט געשריבן:דער דברי חיים איז געווען א פוסק אלס שטאט רב. די מערהייט פון די אנדערע הונדערטער.... פוסקים, העט איך געוואלט זעהן ווער איז טאקע געווען א פוסק, נישט נאר דער דערפל דיין, אלס במקום שאין איש
א מין חוצפה צי רעדן אזוי אויף די וועד ד ארצות וואס האבן מתקן געווען די תקנה פון זיך שערן און אלע רבני פוילן אונגארן וכדו' וואס האבן עס שטרענג פארסירט!!!
מעקערס לכו למלאכתכם
און דעריבער זעמיר טאקע נישט אין פוילן אדער אונגארן.
און הייב נישט איצט צוריק אן דעם גאנצן צירקל וואס מען האט שוין דורכגעאקערט. ווייל דער תימנ'ער וואס ציט זעך אהער צווינגט מען אים אזוי צו טוהן, טראץ וואס ביי זיי איז עס נישט אנגענומען אלס מנהג המקום, און דער חסיד וואס ווערט א ליטוואק מוז אויך אזוי גיין אלס מסורת אבות. בעיסיקעלי, וויאזוי עס איז געווען איינגעפירט ביי ענק, דאס איז מאסגעבנד פאר יעדן וואס קומט מיט דיר אין בארירונג.
הרב למעלה, נעם דיך נישט צום הארצן...