אַבּערוואַס האט געשריבן:די אריגינעלע ווארט פין די רעקארדירונג איז זיכער 'לאורעל' ווי געברענגט אויבן א לינק דורך איינעם וואס איז דאס נאכגעגאנגען, און דאס קומט אריגינעל פין א דידזשיטעל וואויס פין א אנליין וואוקעבולערי. נאר די אומקלארע דיגיטאלע רעקארדירונג אינאיינעם מיט א געוויסע בעקראונד נויז, און מיט'ן פאקט אז דאס ווערט געזאגט מיט א געוויסן טאן, קען מאכן אז אין געוויסע מצבים און געוויסע מענטשן הערן די "אפעקטס" (וואס איז למעשה א אנדערע פריקווענסי), און דאס הערט זיך ווי יעללי... כנלענ"ד ברור.
https://www.vocabulary.com/dictionary/laurelדא האט איר די אריגינעלע רעארדירונג, סך הכל א וואויס פון א וואקאבולערי וואס איינער האט זעהט אויס אנגעטראפן, געדריקט צו הערן לאורעל, און בומפס! ער הערט גאר יעני..
לאכעדיגערהייט האט ער אנגעוויזן פאר זיין חבר די מאדנע טעות פונעם סייט צו לייגן א צווייטע רעארדירונג, און נאך אזא נישט ענליכע ווארט.. צו זין שטוינונג איז יענער גארנישט לאכעדיג געווען.. האסט גערייכערט עפעס פריער?.. איך הער דא געהעריג לאורעל, כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, מאך משוגע א צווייטן.. דער איז געווארן ערנסט צעמישט.. עפעס גייט דא פאר מיט זיינע אויערן...
פרעגנדיג נאך עטליכע אין אפיס האט ער געזעהן אז ער איז נישט ממש קראנק.. ארום געשיקט אויף א וואטסעפ גרופ, און פון דארט איז היסטאריע..