מארטגעדש מיט א קא-סיינער

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

צולייגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זייער קלאר, שכח!

אַבּערוואַס האט געשריבן:אזוי אויך ווילן זיי זען אז איר בלייבט נאך אין אייער באנק אקאונט מיט גענוג געלט פאר די קומענדיגע עטליכע (כ'מיין 6) חדשים פאר מארטגעדזש פעימענטס + טעקס און אינשורענס.

דאס איז ביי אינוועסטמענט. ביי פריימערי דארפן זיי כמעט גארנישט

אינטערסאנט, מיין מארגעדזש בראקער האט גע'טענה'ט אז כ'ברויך עס יא האבן.

ווענגלייך א אינשורענס פאליסי (האול לייף) איז אויך גוט פאר דעם, זינט עס איז דאך נאר על כל צרה שלא תבוא.

וועלן מיר דארפן טאקע קלאר מאכן נאכאמאל, איך געדענק דאס לעצטע מאל אזא זאך טאקע פין א אינוועסטמענט פראפערטי, ווענגלייך איינעם וואס כ'האב מיטגעהאלטן זיין מארטגעדש אויף א פריימערי האט עס נישט געדארפט, דערום האב איך טאקע מסכים געווען מיט 'כאפצעם', אבער אז איר האט געהאט אנדערע עקספיריענס, וועלן מיר עס נאכאמאל נאכגיין. ס'קען זיין אז יענער האט טאקע געהאט א אינשורענס פאליסי. א דאנק פאר'ן מעורר זיין.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
קאט
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאט »

שכח הרב אבערוואס, די האסט מיר געגעבן אסאך אינפארמעישן.
נ.ב. ווי קען מען זעהן מער אינפארמעישאן וועגן קויפן א דירה מיט א טענענט פאר אינקאם.
א. ב. א. מ.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

קאט האט געשריבן:שכח הרב אבערוואס, די האסט מיר געגעבן אסאך אינפארמעישן.
נ.ב. ווי קען מען זעהן מער אינפארמעישאן וועגן קויפן א דירה מיט א טענענט פאר אינקאם.

וואספארא אינפארמעישאן? ס'איז בעיסיקלי א רעזידענשעל מארטגעדש פאר אינוועסטמענט נישט פאר רעזינדענסי, רוב כללים און פרטים זענען די זעלבע, חוץ וואס מ'קען רעכענען 75% פין די אינקאם קעגן די מארטגעדזש פעימענט און, מ'קען נישט קריגן מער פין 80% LTV, און אפי' אזוי לוינט געווענליך נישט צו נעמען נאר ביז 75%, ווייל די אינטערעסט פאר די איבעריגע 5% שיסט ארויף זייער הויך (אזויפיל ווי א פראצענט).

אגב, איך פלאן אי"ה איבערצושרייבן די גאנצע זאך אביסל ברייטער און מיט מער קלארקייט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

שכח אבערוואס
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

שכח אבערוואס זייער שיין צולייגט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

יאצמעך האט געשריבן:שכח אבערוואס זייער שיין צולייגט.

גא"מ, ס'ליגט שוין אויף מיין סקרין פאר א וואך צייט, ערשט יעצט אנגעקומען עס צו לייענען, הערליך קלאר. שכח
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

א גרויסן יישר כח, זייער נוצבארע אינפארמאציע קלאר אראפגעלייגט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

רופא נפשות האט געשריבן:א גרויסן יישר כח, זייער נוצבארע אינפארמאציע קלאר אראפגעלייגט.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

Wow אבערוואס!!!! הערליך שיין אין קלאר צילייגט!
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אויב איך בין א קא סיינער פאר איינעם ווי לאנג נאך די קלאזינג קען איך ארויסנעמען א אייגענע מארטגעדזש ?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:אויב איך בין א קא סיינער פאר איינעם ווי לאנג נאך די קלאזינג קען איך ארויסנעמען א אייגענע מארטגעדזש ?

א טאג שפעטער - אויב יענעמ'ס מארטגעדזש קען זיך אינגאנצן באצאלן אן דיין אינקאם, אדער אויב דו ביסט א מיליאנער מיט גענוג אינקאם פאר ביידע מארטגעדזשעס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:אויב איך בין א קא סיינער פאר איינעם ווי לאנג נאך די קלאזינג קען איך ארויסנעמען א אייגענע מארטגעדזש ?

א טאג שפעטער - אויב יענעמ'ס מארטגעדזש קען זיך אינגאנצן באצאלן אן דיין אינקאם, אדער אויב דו ביסט א מיליאנער מיט גענוג אינקאם פאר ביידע מארטגעדזשעס.

און אויב נישט?
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:אויב איך בין א קא סיינער פאר איינעם ווי לאנג נאך די קלאזינג קען איך ארויסנעמען א אייגענע מארטגעדזש ?

א טאג שפעטער - אויב יענעמ'ס מארטגעדזש קען זיך אינגאנצן באצאלן אן דיין אינקאם, אדער אויב דו ביסט א מיליאנער מיט גענוג אינקאם פאר ביידע מארטגעדזשעס.

אדער אויב מען קען ווייזען אז יענער האט באצאלט די מארגעטש פאר 12 חדשים , קענסטו עס ארויסנעמען פון דיין עקספענסעס
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

Shuli האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:אויב איך בין א קא סיינער פאר איינעם ווי לאנג נאך די קלאזינג קען איך ארויסנעמען א אייגענע מארטגעדזש ?

א טאג שפעטער - אויב יענעמ'ס מארטגעדזש קען זיך אינגאנצן באצאלן אן דיין אינקאם, אדער אויב דו ביסט א מיליאנער מיט גענוג אינקאם פאר ביידע מארטגעדזשעס.

אדער אויב מען קען ווייזען אז יענער האט באצאלט די מארגעטש פאר 12 חדשים , קענסטו עס ארויסנעמען פון דיין עקספענסעס

איז דא א וועג צי ווערן אויס קא-סיינער אדער מ'מוז בלייבן פאר די נעקסטע 30 יאר ?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

נישטאָ קיין וועג. (נאר ריפיינענעסן)
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”